הרה"ק רבי יעקב יחזקיה ב"ר משה גרינוואלד זי"ע, בעל ויגד יעקב מפאפא - ב' אדר תש"א

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12913
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30134

הרה"ק רבי יעקב יחזקיה ב"ר משה גרינוואלד זי"ע, בעל ויגד יעקב מפאפא - ב' אדר תש"א

פאוסט דורך ניקל »

היינט דינסטאג ב' אדר איז די יארצייט פון הרה"ק רבי יעקב יחזקיה ב"ר משה זי"ע, (גרינוואלד), בעל ויגד יעקב, מפאפא,
ער איז געבוירן אין שטאט טשארנא, בשנת תרמ"ב,צו זיין טאטן הרה"ק רבי משה גרינוואלד בעל ערוגת הבושם מחוסט זי"ע, בן הגה"ק רבי עמרם גרינוואלד מחוסט זי"ע, תלמיד מובהק פון הגה"ק הכתב סופר זי"ע, בן הגה"ק רבי יוסף מטשעטשאוויץ זי"ע, חתן הגה"ק רבי משה נחום רוזנבוים זי"ע, די טאטע פון הגה"ק רבי עמרם רוזנבוים מצפת זי"ע, הנקרא בפי כל "ר' עמרם חסידא",

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת זיסל ע"ה,
בת הגה"ק רבי שלמה געשטעטנער זי"ע,
בן הגה"ק רבי ליב געשטעטנער זי"ע,
חתן הגה"ק רבי שלמה א"ש זי"ע,
בן הגה"ק רבי בנימין א"ש אב"ד לאקענבאך זי"ע,
בן הגה"ק רבי מאיר א"ש בעל פנים מאירות זי"ע,
נכד הגה"ק רבי מאיר זי"ע, אביו של הגה"ק רבי שבתי כ"ץ בעל הב"ח זי"ע,

ער איז געווען א איש קדוש מאוד און א גאון עולם בתורה און א בקי בש"ס ופוסקים, ער איז געווען מפורסם אלס א גרויסע פועל ישועות, זיינע דברי תורה זענען געזאגט געווארן מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה כנתינתם מסיני, דער צדיק וקדוש האט נישט ארויס געדערט א ווארט פון מויל אן שוקל זיין במשקל זהב יעדעס ווארט אז עס זאל זיין לשם שמים, און דערפאר זענען זיינע הייליגע דברי תורה נתקבל געווארן ביי יעדן איינעם, ער האט מיט זיינע דברי תורה אויס געוואשן דאס הארץ פון אדישע קינדער און זיי נענטער געברענגט לאביהם שבשמים,

ער איז געווען א תלמיד מובהק פון זיין גרויסן טאטן דער הייליגער ערוגת הבושם מחוסט זי"ע, רוב תורה און עבודת השם האט ער מקבל געווען פון זיין הייליגען טאטן זי"ע, אויך איז ער געווען שטארק מקושר און זיך אסאך מסתופף געווען בצלו פון די אדמור"י בעלזא זי"ע, ער איז אסאך געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון הרה"ק רבי ישכר דוב מבעלזא זי"ע,

ביי די 18 יאר האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת שרה רבקה ע"ה,
בת דוד הגה"ק רבי ישראל מנחם ברוין בעל שארית ישראל אב"ד ברעזוויטץ זי"ע,

נאך די חתונה איז ער געבליבן וואוינען נעבן דעם שווער, דארט האט ער עוסק געווען יומם ולילה בתורה ועבודת השם מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א איש קדוש מאוד, מען האט פון דעם צדיק קיינמאל נישט געהערט א ווארט פון דברי חול, און אפילו דברי תורה און א ווערטעל וואס דער צדיק האט געזאגט איז געווען מיט א קדושה און א יארת ד' טהורה,

בשנת תרס"ו זייענדיג נאר 24 יאר אלט, האט מען אים אויף גענומען אלס רב אין שטאט ליקוב, דער גאון וצדיק האט דארט געדינט אלס רב מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און אסאך אויף געטון ארויף צו ברענגען דעם כח התורה און כח הקדושה ביי די אידן אין שטאט, שוין דאן האבן צדיקים און גדולים בדורו מעיד געווען אויף זיין מוראדיגע קדושה און זהירות אויף יעדע הלכה פון שולחן ערוך און אויך א מנהג וואס מען האט מקבל געווען מדורות הראשונים,

בשנת תרע"ב האט מען דעם צדיק אויף גענומען אלס רב אין שטאט צעהלים אלס ממלא מקום פון זיין גרויסן פעטער הגה"ק רבי אליעזר דוד גרינוואלד בעל קרן לדוד זי"ע וואס איז דאן אריבער דינען אלס רב אין שטאט אויבער ווישובה, דארט האט דער צדיק ווייטער ממשיך געווען מיט זיין התמדת התורה און מרביץ תורה געווען פאר די אידן פון שטאט מיט א מסירת נפש ממש, ער האט מיט אלע זיינע כוחות אריין געברענגט די אהבת התורה און אהבת השם אין יעדן איד פון שטאט,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12913
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30134

Re: הרה"ק רבי יעקב יחזקיה ב"ר משה זי"ע, (גרינוואלד), בעל ויגד יעקב, מפאפא - ב' אדר

פאוסט דורך ניקל »

דער ויגד יעקב איז געווען מפורסם מיט זיין געוואלדיגע קדושה, אבער מער פון אלעם איז געווען זיין געוואלדיגע ענווה וואס דער צדיק האט פארמאגט, ער האט נישט געגליכען ווען מען האט אים ספעציעל מכבד געווען, און פון זיינע תלמידים און חסידים האט ער אויך נאר געלאזט מכבד זיין אלס זייער רב, אבער נישט מיט קיין גרויס כבוד און הערצה, ער איז אנטלאפן פון כבוד ווי אימער ער איז אנגעקומען און כסדר מכבד געווען אנדערע רבנים און צדיקים,

איינמאל איז זיין גרויסע שווער הגה"ק רבי ישראל מנחם מברעזוויטץ זי"ע געקומען צום איידעם אויף א שבת קודש קיין צעהלים, פארשטייט זיך אז דער צדיק האט אוועק געגעבן אלע כיבודים און דאס גאנצע הנהלת רבנות פארן שווער, די תפילות און דאס פירן טיש און אויך דאס זאגן תורה ביים טיש האט ער מכבד געווען דעם שווער,

אבער ווען עס איז געקומען צו שלש סעודות ווען דער שווער האט געענדיגט זאגן תורה, האט ער זיך איינגעבעטן ביים איידעם אז ער זאל כאטש זאגן תורה אזוי ווי זיין מנהג איז יעדן שבת קודש, אבער דער איידעם האט בשום אופן נישט מסכים געווען, האט דער שווער געזאגט, אז ווען די נשמה יתירה קומט ארויף נאך שבת קודש צום עולם העליון, פרעגט מען פון די נשמה וואס ער האט מחדש געווען דעם שבת, איז וואס וועט אייער נשמה זאגן די וואך אז איר זאגט נישט קיין תורה, האט דער איידעם מיט גרויס חכמה געזאגט פארן שווער, "טאקע דאס האב איך מחדש געווען די וואך שבת, אז איך האב נישט געזאגט קיין תורה, דאס איז טאקע דער חידוש פון די וואך",

בשנת תרפ"ד איז דער גאון אריבער דינען אלס רב פאר בערך 5 יאר אין שטאט הוניאד, דארט האט דער גאון אויך געדינט אלס ראש ישיבה פון די ישיבה אינעם שטאט, ער האט אין די 5 יאר איבער געלאזט א גרויסע רושם אויף די בחורים פון די ישיבה, ער האט אין זיי מיט זיין גאנצן כח אריין געלייגט אהבת התורה און יראת שמים און אמונה אינעם גרויסן באשעפער,

בשנת תרפ"ט האט מען דעם צדיק אויף גענומען אלס רב אין קהלת פאפא אין אונגארין, וואס דארט איז שוין דער צדיק וקדוש געבליבן ביז צו זיין פטירה, דארט האט דער צדיק אריין געלייגט זיין גאנצע כח און מוח אין געגרינדעט קהלת פאפא וואס דאס פייער און קדושה פון דעם צדיק ברענט נאך עד היום הזה,

ער האט דארט אין שטאט פאפא אויף געשטעלט זיין ישיבה וואס איז לימים געווען פון די גרעסטע ישיבות אין גאנץ אונגארין, גרויסע גדולים און גאונים זענען ארויס געקומען פון זיינע תלמידים וואס האבן ממשיך געווען דעם דרך הלימוד און די עבדות השם וואס דער צדיק האט אין זיי משריש געווען, און מיט דעם מחנך געווען אידישע קינדער אפילו יארן שפעטער נאך די פטירה פון דעם גרויסן צדיק,

דאס אהבה וואס דער צדיק האט געהאט צו יעדע פון זיינע תלמידים איז ממש נישט צום באשרייבן, ער האט זיך פרעזענליך אפגעגעבן מיט יעדן תלמיד ווי מיט א אייגן קינד ממש, ער האט געטראגן די דאגה און מיט א מסירת נפש ממש זיכער געמאכט אז עס פעילט נישט פאר די בחורים גארנישט סיי ברוחניות און אויך בגשמיות,

אויך האט ער זיך גאר שטארק אוועק געגעבן פאר די אידן פון שטאט, ער האט כסדר געזארגט אז עס זאל גארנישט פעילן פאר די ארימעלייט אדער אפילו פאר סתם עמך אידן האט ער זיכער געמאכט אז מען זאל האבן אלעס וואס מען ברויך, אידן פון שטאט פאפא און אויך פון ארומיגע שטעט זענען כסדר געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק, אויך איז מען געקומען פאר ברכות און ישועות צום צדיק, און אסאך אידן זענען געהאלפן געווארן מיט גרויסע ישועות מיט א ברכה פון דעם צדיק,

אין ספר רשומים בשמך ווערט געברענגט א מעשה, אז אין שטאט פאפא האט געוואוינט א איד א גרויסער ארימאן, איין טאג איז דער איד ליידער גאר שטארק קראנק געווארן אין ער איז געווען ממש אין א מצב סכנה, איז געווען דאן ערב ראש חודש, און דער צדיק איז געווען אין שוהל און געהאלטן אינמיטן זאגן יום כיפור קטן,

די פרוי פון דעם איד איז אריין געלאפן אין שוהל אינמיטן יום כיפור קטן, און געשריגען מיט טרערן צום צדיק איבער די מצב פון איר מאן אז ער איז ממש אין א סכנה, דער צדיק האט פונקט דאן געהאלטן ביי די ווערטער פון יום כיפור קטן "אִם בִּשְׂמֹאל דְּחִיתוֹ קָרְבֵהוּ בִּימִין" האט דער צדיק געזאגט אִם בִּשְׂמֹאל דְּחִיתוֹ אויב האסטו אוועק גענומען דאס געלט פון דעם איד וואס ווערט אנגעריפן "בִּשְׂמֹאולָהּ עֹשֶׁר וְכָבוֹד", ווייל דער איד האט דאך נישט קיין געלט, קָרְבֵהוּ בִּימִין, כאטש גיב אים "אֹרֶךְ יָמִים בִּימִינָהּ" זאל דער איד כאטש האבן אריכת ימים ושנים, פארשטייט זיך אז דער איד האט געהאט א רפואה שלימה און נאך געלעבט צו א שיבה טובה,

אסאך צדיקים און גדולים בדורו האבן גאר שטארק געשעצט דעם רבין, אסאך גדולים זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו און פאר א ברכה פון דעם צדיק, אבער דער צדיק האלטענדיג פון זיך גארנישט, האט די אלע צדיקים מכבד געווען מיט א געוואלדיגע הערצה, ובתוכם איז געווען הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע וואס איז כמה פעמים געקומען אויף א שבת קיין פאפא, און דער ויגד יעקב האט זיך פאר אים מכניע געווען און אים מכבד געווען צו פירן דעם גאנצן שבת,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12913
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 30134

Re: הרה"ק רבי יעקב יחזקיה ב"ר משה זי"ע, (גרינוואלד), בעל ויגד יעקב, מפאפא - ב' אדר

פאוסט דורך ניקל »

אין ספר שיח זקנים ווערט געברענגט, אז דאנערשטאג בעפאר די פאפא רב זי"ע איז נסתלק געווארן, איז ער ליידער זייער קראנק געווארן, האט דער צדיק הגה"ק רבי יהושע בוקסבוים בעל נחלי יהושע מגאלאנטא זי"ע געמאכט משמורת תהלים ביי זיך אין ביהמ"ד אין גאלאנטא, אויך פרייטאג אויפדערנאכט ווען מען איז דורך זאגן גוט שבת, האט דער צדיק כסדר געזאגט פאר יעדן איינעם מען זאל אינזין האבן "יעקב יחזקיה בן זיסל לרפו"ש",

אויך שבת קודש אינדערפרי האט דער צדיק מגאלאנטא געהייסן מען זאל מאכן א מי שברך פארן פאפא רב זי"ע, אבער נאכמיטאג שלש סעודות צייט האט דער גאלאנטא רב מער נישט דערמאנט דעם פאפא רב בכלל, עס איז געווען א גרויסע וואונדער ביי די תלמידים און חסידים פארוואס ער דערמאנט מער נישט דעם פאפא רב, דער גאלאנטא רב האט געמאכט עפעס תנועות ביי שלש סעודות, אויך האט ער אפ געראכטן שלש סעודות שנעלער ווי געווענליך,

אבער מוצאי שבת קודש האט מען שוין גוט פארשטאנען וואס דא איז געווען, ווייל שבת קודש נאכמיטאג איז געווען נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלוקים, און ממש יענע צייט איז דער הייליגער ויגד יעקב נסתלק געווארן, און דאס האט דער גאלאנטא מרגיש געווען שבת נאכמיטאג,

מוצאי שבת קודש זענען א גרויסע חלק בחורים פון גאלאנטא געפארן צו די לוי' פונעם הייליגען ויגד יעקב מפאפא זי"ע, שפעטער אינמיטן די וואך זענען די בחורים פון ישיבה אין גאלאנטא געזעצן מיטן זון פון דעם גאלאנטא רב יודל ע"ה, און די בחורים האבן געפרעגט מיט וואונדער, ווי אזוי די טאטע דער גאלאנטא רב האט געוויסט שוין שבת נאכמיטאג אז די פאפא רב איז נסתלק געווארן, אפשר האט די רבי רוח הקודש,

אינמיטן איז דער גאלאנטא רב זי"ע אריין געקומען און געפרעגט זיין זון וואס די בחורים רעדן, האט דער זון דערציילט פארן טאטן אז די בחורים וואונדערן זיך פון ווי דער טאטע האט געוויסט אז די פאפא רב איז נסתלק געווארן, און די בחורים זאגן אז דאס איז געווען רוח הקודש, האט דער גאלאנטא רבי געזאגט בזה"ל, "נארישע קינדער, ווען א טיש שטייט אויף פיר פיס און איין פיס פעילט, הייבט דער טיש אן זיך צו שאקלן, האבן דען די דריי אנדערע פיס וועגן דעם רוח הקודש",

הגה"צ רבי יצחק שלמה אונגאר בעל רשומים בשמך מירושלים זי"ע האט דערציילט, אז יענעם שבת קודש ב' אדר בשנת תש"א, האט זיך זיין טאטע הגה"ק רבי אברהם צבי אונגאר בעל מחנה אברהם אב"ד קאפאוואר זי"ע צו געלייגט שבת קודש נאכמיטאג, אבער פלוצלונג איז ער אויף געשפרינגען פון בעט, און געהייסן מען זאל צוזאם נעמען א מנין תהלים און איינרייסן פארן צדיק דער ויגד יעקב מפאפא,

ווען מען האט געפרעגט דעם טאטן פון ווי ער ווייסט אז דער ויגד יעקב ברויך תפילות ישראל, האט דער טאטע געזאגט, יעצט ממש איז מיר געקומען אין חלום מיין רבי הרה"ק רבי אלעזר שפירא בעל מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע, און ער זאגט מיר, היתכן די שלאפסט דיך רואיג, דער צדיק דער ויגד יעקב מפאפא ברויך דאך רחמי שמים מרובים, און דערפאר האט ער גלייך געהייסן מאכן א מנין תהלים, אבער ליידער מוצאי שבת קודש איז אנגעקומען די ביטערע בשורה, אז דער צדיק וקדוש דער ויגד יעקב איז ליידער נסתלק געווארן,

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע חיבורים,
ספר ויגד יעקב, על התורה ומועדים,
שו"ת משפטיך ליעקב,
ספר זכות אבות, על מסכת אבות,
ספר אגודת אזוב, על הגדה של פסח,
ספר ברכה ותהלה, על ספר תהלים,

ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער,
בנו, הרה"ק רבי יוסף בעל ויחי יוסף מפאפא זי"ע, ממלא מקום אביו
בנו, הגה"ק רבי משה זי"ע, הי"ד,
חתנו הגה"ק רבי ישראל אפרים פישל לאנדא דומ"ץ בקליינווארדיין זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי יחזקאל שרגא שאהנפעלד אב"ד ערמיהאליפאלווא זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי אברהם יצחק וויינבערגער מקראקא זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי יעקב יהודא דייטש אב"ד טאריאן זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי דוד מאשקאוויטש אב"ד באניהאד זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי משה לייב כ"ץ מסערדאהעלי זי"ע, הי"ד,
חתנו הגה"ק רבי אליעזר מרדכי אפרים פישל סופר מטעמעשוואר זי"ע,

נסתלק לגנזי מרומים שבת קודש פרשת תרומה ב' אדר בשנת תש"א, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט פאפא,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
שרייב פאוסט