הגה"ק רבי שבתי ב"ר מאיר הכהן כ"ץ זי"ע, בעל שפתי כהן הנקרא בעל הש"ך - א' אדר תכ"ג
געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 11:50 pm
נעכטן זינטאג איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הגה"ק רבינו שבתי' ב"ר מאיר הכהן זי"ע, (כ"ץ), בעל שפתי כהן, הנקרא בעל הש"ך, אב"ד העלישוי, א' אדר,
דא צוויי גירסאות ווען ער איז אוועק, לויט איין גירסא איז ער אוועק נישט און א עיבור יאר, סאוי שטיי מיר יעצט ביומא דהילולתו
ער איז געבוירן אין שטאט אמסטיבוי, בשנת שפ"ב, צו זיין טאטן הגה"ק רבי מאיר הכהן כ"ץ אב"ד אמסטיבוי זי"ע, תלמיד מובהק פון דעם מהר"ם מלובלין זי"ע,
בן הגה"ק רבי משה דיין מפרנקפורט זי"ע, און צו זיין מאמע א טאכטער פון הקצין רבי נחום לוקובער זי"ע,
ער איז געווען דער עמוד הימיני פטיש בחזק בוצינא קדישא מר יניקא ומר קשישא, א גאון עולם און א איש קדוש מאוד און א בעל מקובל נורא מאוד, ער איז געווען פון די גדולי פוסקים בדורו, ער איז געווען מפורסם אלס א עילוי נפלא און א געוואלדיגע למדן, ער האט עוסק געווען אין תורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, שוין פון אלס גאר יונג קינד האט מען שוין געזען זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה נפלאה, ער האט אין זיין לעבן גאר אסאך מיט געמאכט יסרוים און צרות, און דער גאון איז ליידער נסתלק געווארן זייענדיג בערך פערציג יאר אלט, אבער מיט דעם אלעם האט דער גאון איבער געלאזט זיינע הייליגע חיבורים קדושים וואס באלייכטן די אויגן פון אידישע קינדער עד היום הזה,
דער טאטע רבי מאיר איז געווען פון די אנגעזענע גאונים אין זיין דור, ער איז געווען א חברותא מיט הגאון רבי יהושע חריף בעל מגיני שלמה ופני יהושע מקראקא זי"ע, די שטוב פונעם טאטן רבי מאיר זי"ע איז געווען א בית ועד לחכמים און די גאנצע אטמעספערע איז געווען בלויז תורה, ער איז געווען א תלמיד מובהק פון זיין גרויסן טאטן וואס פונעם טאטן האט ער רוב פון זיין תורה און עבודת השם מקבל געווען,
אין די יונגע יארן ביים מלמד אין חדר האט מען שוין באמערקט אויף דעם קליינעם שבתי אז ער פארמאגט א שטארקע קאפ און טיפע זיכרון, און האט מיט די צייט פארלאזט די חדר יונגלעך און געבליבן לערנען אינאיינעם מיט זיין גרויסן פאטער רבי מאיר, ווי מיט די צייט האט ער קונה געווען א ידיעה און ש״ס ופוסקים, אויך האט ער דאן געלערנט ביי הגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות מקראקא זי"ע,
ביי די צוועלף יאר האט אים זיין טאטע געשיקט צום ישיבה פון זיין פריינד דער הייליגער מגיני שלמה זי"ע וואס איז דאן געווען רב אין טיקטין, דארט אין ישיבה האט ער אנגעקניפט א קשר מיט אנדערע גאונים וואס האבן זיך דארט געדרייט, א שטייגער ווי הגה"ק רבי גרשון אשכנזי בעל עבודת הגרשוני מניקלשבורג זי"ע און הגה"ק רבי מנחם מענדל אויערבאך בעל עטרת זקנים זי"ע, און פארט וואס ער איז געווען פיל יונגער ווי זיי האבן זיי אינאיינעם געלערנט בחברותא.
שפעטער ווען דער הייליגער מגיני שלמה איז אויף גענומען געווארן אלס רב אין קראקא האט ער מיט זיך מיט גענומען זיין יונגען תלמיד רבי שבתי' וואס איז שוין דאן געווען באקאנט אלס 'הגאון רבי שבתי' קיין קראקא, דארט אין קראקא האט ער אויך געלערנט ביי זיין רבין רבי אברהם יהושע העשיל מקראקא זי"ע ווי דער יונגער גאון האט קונה געווען א געוואלד אינעם ים התלמיד אין איז שוין געווען א בקי בכל התורה כולה.
דאס חביבות פון זיינע רבי׳ס צו אים קען מען זען אין די הסכמה וואס דער רבי ר׳ העשיל האט געשריבן צו זיין חיבור שפתי כהן, "ישבתי וראיתי את החיבור הגדול שחבר האלוף המופלא עושה פלא נר ישראל פטיש החזק עמוד הימיני מו״ה שבתי בן הגאון מ׳ מאיר כ״ץ ז״ל על שו״ע טור יו״ד שפתי כהן ישמרו דעת ותבונה אשר מנעוריו לא יתן לעיניו תנומה ושינה, בסוד משחקים ותענוגות בני אדם לא ישב עד כי הוציא תעלומה לאורה על מכונה דינים מחודשים אשר לא שזפתם עין מעולם, וברוב חריפותו ובקיאותו בים התלמוד והפוסקים צלל במים אדירים והעלה בידו מרגניתא דלית ביה טימא השגות נכבדות וחמודות אגודות אגודות ודינים וכללים מכללים שונים יקרים מפנינים ואדרכמונים",
אויך זיין גרויסע רבי דער מגיני שלמה זי"ע שרייבט אויף זיין גרויסן תלמיד דער הייליגער ש"ך זי"ע בזה"ל, "עם היות כי מכירו הייתי לשעבר כי היה עמי במחיצתי ולמד בישיבתי ועל קנקנו תהיתי קנקן חדש מלא ישן מצאתי, ועתה המה זכיתי אשר עיני ראיתי כי הוסיף חכמה על אשר שמעתי, הלא אחד קדוש מדבר האלוף המרומם נר ישראל עמוד הימיני פטיש החזק בוצינא קדישא מר ינוקא ומר קשישא תלמודי הותיק המחכים את רבותיו בר אבהן ובר אוריין כבוד מוה׳ שבתי הכהן נר״ו בן כבוד הגאון עמיתי ורעי אנוש כערכי מו״ה מאיר הכהן זצ״ל שחיבר ספר נחמד אף נעים על ספר השו״ע טור יו״ד, ובו הראה עושר כבוד מלכותו בחריפותו ובקיאותו כידידו אש מפיו יהלכו חידושים חדשים אשר לא שערום ראשונים והשגות נכבדות על הפוסקים האחרונים וגם אל קצת ראשונים, ובעברי עין עיוני בספרו שש לבי ואמרתי ברוך השם אשר נתן בן חכם ישמח אב בתוך העם הרב, ובכן סמכתי את ידי עליו להסכים להדפיס לזכות בו את הרבים יראו רבים וישמחו״
אט די לשונות שרייבן אויף אים די גדולי הדור צו זיין ספר וואס ער האט געדרוקט אין קראקא בשנת ת״ו אלט זייענדיג בלויז פיר און צוואנציג יאר, דער ספר איז מעוטר מיט אכצען הסכמות פון נאך גדולים, און איז נישט אסאך שפעטער אן גענומען געווארן אלס א ספר יסוד און פוסק אחרון אויף שולחן ערוך עד היום הזה,
שפעטער איז דער ש״ך געפארן קיין ווילנע ווי ער האט געלערנט ביי הגאון רבי משה לימא בעל חלקת מחוקק מווילנא זי"ע, און שפעטער אויף גענומען געווארן אלס א חבר אין זיין בית דין, אויך האט ער דאן געלערנט ביים גאון רבי נפתלי כ"ץ בעל סמיכת חכמים זי"ע,
אין ווילנא האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית יענטא לאה ע"ה,
בת הגה"ק רבי בנימין וואלף טויבער מגדולי פרנסים בווילנא זי"ע,
מגזע הגה"ק רבי משה איסרליש בעל הרמ"א זי"ע,
דער הייליגער ש"ך זי"ע האט זוכה געווען צו שתי שולחנות און דער שווער האט אויס געהאלטן זיין גרויסן איידעם צו קענען זיצן על התורה ועבודה בהרחבת הדעת, דער הייליגער ש"ך איז דאן געזעצן און עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א גאון עולם און א געוואלדיגע למדן בתורה, גרויסע גדולים בימיו האבן שטארק באוואונדערט זיין גדלות בתורה,
ליידער האט דער ש"ך נישט געהאט קיין רואיג לעבן ווען ער האט געדארפט מיט מאכן די צרות בשנת ת"ח ות"ט ווען די אידן פון גאנץ פולין און אוקריאינה און ליטא, ווען די קאזאקן האבן ליידער אומגעברענגט א גרויס חלק פון כלל ישראל, און דאן האט דער גאון דער ש"ך ארום געוואנדערט פון שטאט צו שטאט און נישט געהאט קיין מנוחה, אבער מיט די אלע צרות האט דער גאון עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א מסירת נפש ממש,
בשנת תי״ג ארום וואנדערונג פון איין שטאט צום צווייטן, איז ער אנגעקומען צום שטאט העלישוי, דאן איז ער אויף גענומען געווארן אלס רב אין שטאט העלישוי ווי ער האט געלערנט און געפירט די עדה ביד חזקה, אבער נאך די שווערע צרות וואס ער האט דורך געמאכט האט ער נישט מאריך ימים געווען און בשנת תכ״ג איז ער נסתלק געווארן אלט זייענדיג איין אין פערציג יאר, און האט איבער געלאזט פאר אונז א טייערע ירושה זיינע ספרים הקדושים פון וואס יעדער דערקוויקט זיך נאך עד היום הזה,
שפעטער נאך די צרות פון ת"ח ות"ט ווען הונדערטער טויזענטער אידן זענען ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם, האט דער גאון דער ש"ך זי"ע מחבר געווען געהויבענע קינות לזכר די קדושים וואס זענען אומגעקומען על קידוש השם הי"ד,
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגער חיבורים,
שפתי כהן, על שו"ע יורה דעה,
שפתי כהן, על שו"ע חושן משפט,
נקודות הכסף,
תקפו כהן, על דיני תפיסה,
ספר הארוך, ביאורין על טור ב"י יו"ד,
ספר גבורות אנשים, שאלות ותשובות,
ספר פועל צדק, קיצור תרי"ג מצוות,
ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער
בנו הגה"ק רבי משה מפודהייץ זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי מנחם מאניש ב"ר מאיר חיות זי"ע,
בנו הגה"ק רבי מאיר זי"ע,
נסתלק לגנזי מרומים זייענדיג נאר 41 יאר אלט ב' דראש חודש אדר א' בשנת תכ"ג, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט העלישוי,
זיין ציון הקדוש איז באוויסט אלס א מקום קיבול תפילות בכלל, בפרט פאר חשוכי בנים און שידוכים וואס ביז היינט זעען יודן דארט ישועות באופן פלא.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.