נעכטן זינטאג איז אויסגעפאלן די יארצייט פון הגה"ק רבינו שבתי' ב"ר מאיר הכהן זי"ע, (כ"ץ), בעל שפתי כהן, הנקרא בעל הש"ך, אב"ד העלישוי, א' אדר,
דא צוויי גירסאות ווען ער איז אוועק, לויט איין גירסא איז ער אוועק נישט און א עיבור יאר, סאוי שטיי מיר יעצט ביומא דהילולתו
ער איז געבוירן אין שטאט אמסטיבוי, בשנת שפ"ב, צו זיין טאטן הגה"ק רבי מאיר הכהן כ"ץ אב"ד אמסטיבוי זי"ע, תלמיד מובהק פון דעם מהר"ם מלובלין זי"ע,
בן הגה"ק רבי משה דיין מפרנקפורט זי"ע, און צו זיין מאמע א טאכטער פון הקצין רבי נחום לוקובער זי"ע,
ער איז געווען דער עמוד הימיני פטיש בחזק בוצינא קדישא מר יניקא ומר קשישא, א גאון עולם און א איש קדוש מאוד און א בעל מקובל נורא מאוד, ער איז געווען פון די גדולי פוסקים בדורו, ער איז געווען מפורסם אלס א עילוי נפלא און א געוואלדיגע למדן, ער האט עוסק געווען אין תורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, שוין פון אלס גאר יונג קינד האט מען שוין געזען זיין גדלות בתורה און זיין געוואלדיגע קדושה נפלאה, ער האט אין זיין לעבן גאר אסאך מיט געמאכט יסרוים און צרות, און דער גאון איז ליידער נסתלק געווארן זייענדיג בערך פערציג יאר אלט, אבער מיט דעם אלעם האט דער גאון איבער געלאזט זיינע הייליגע חיבורים קדושים וואס באלייכטן די אויגן פון אידישע קינדער עד היום הזה,
דער טאטע רבי מאיר איז געווען פון די אנגעזענע גאונים אין זיין דור, ער איז געווען א חברותא מיט הגאון רבי יהושע חריף בעל מגיני שלמה ופני יהושע מקראקא זי"ע, די שטוב פונעם טאטן רבי מאיר זי"ע איז געווען א בית ועד לחכמים און די גאנצע אטמעספערע איז געווען בלויז תורה, ער איז געווען א תלמיד מובהק פון זיין גרויסן טאטן וואס פונעם טאטן האט ער רוב פון זיין תורה און עבודת השם מקבל געווען,
אין די יונגע יארן ביים מלמד אין חדר האט מען שוין באמערקט אויף דעם קליינעם שבתי אז ער פארמאגט א שטארקע קאפ און טיפע זיכרון, און האט מיט די צייט פארלאזט די חדר יונגלעך און געבליבן לערנען אינאיינעם מיט זיין גרויסן פאטער רבי מאיר, ווי מיט די צייט האט ער קונה געווען א ידיעה און ש״ס ופוסקים, אויך האט ער דאן געלערנט ביי הגה"ק רבי נתן נטע שפירא בעל מגלה עמוקות מקראקא זי"ע,
ביי די צוועלף יאר האט אים זיין טאטע געשיקט צום ישיבה פון זיין פריינד דער הייליגער מגיני שלמה זי"ע וואס איז דאן געווען רב אין טיקטין, דארט אין ישיבה האט ער אנגעקניפט א קשר מיט אנדערע גאונים וואס האבן זיך דארט געדרייט, א שטייגער ווי הגה"ק רבי גרשון אשכנזי בעל עבודת הגרשוני מניקלשבורג זי"ע און הגה"ק רבי מנחם מענדל אויערבאך בעל עטרת זקנים זי"ע, און פארט וואס ער איז געווען פיל יונגער ווי זיי האבן זיי אינאיינעם געלערנט בחברותא.
שפעטער ווען דער הייליגער מגיני שלמה איז אויף גענומען געווארן אלס רב אין קראקא האט ער מיט זיך מיט גענומען זיין יונגען תלמיד רבי שבתי' וואס איז שוין דאן געווען באקאנט אלס 'הגאון רבי שבתי' קיין קראקא, דארט אין קראקא האט ער אויך געלערנט ביי זיין רבין רבי אברהם יהושע העשיל מקראקא זי"ע ווי דער יונגער גאון האט קונה געווען א געוואלד אינעם ים התלמיד אין איז שוין געווען א בקי בכל התורה כולה.
דאס חביבות פון זיינע רבי׳ס צו אים קען מען זען אין די הסכמה וואס דער רבי ר׳ העשיל האט געשריבן צו זיין חיבור שפתי כהן, "ישבתי וראיתי את החיבור הגדול שחבר האלוף המופלא עושה פלא נר ישראל פטיש החזק עמוד הימיני מו״ה שבתי בן הגאון מ׳ מאיר כ״ץ ז״ל על שו״ע טור יו״ד שפתי כהן ישמרו דעת ותבונה אשר מנעוריו לא יתן לעיניו תנומה ושינה, בסוד משחקים ותענוגות בני אדם לא ישב עד כי הוציא תעלומה לאורה על מכונה דינים מחודשים אשר לא שזפתם עין מעולם, וברוב חריפותו ובקיאותו בים התלמוד והפוסקים צלל במים אדירים והעלה בידו מרגניתא דלית ביה טימא השגות נכבדות וחמודות אגודות אגודות ודינים וכללים מכללים שונים יקרים מפנינים ואדרכמונים",
אויך זיין גרויסע רבי דער מגיני שלמה זי"ע שרייבט אויף זיין גרויסן תלמיד דער הייליגער ש"ך זי"ע בזה"ל, "עם היות כי מכירו הייתי לשעבר כי היה עמי במחיצתי ולמד בישיבתי ועל קנקנו תהיתי קנקן חדש מלא ישן מצאתי, ועתה המה זכיתי אשר עיני ראיתי כי הוסיף חכמה על אשר שמעתי, הלא אחד קדוש מדבר האלוף המרומם נר ישראל עמוד הימיני פטיש החזק בוצינא קדישא מר ינוקא ומר קשישא תלמודי הותיק המחכים את רבותיו בר אבהן ובר אוריין כבוד מוה׳ שבתי הכהן נר״ו בן כבוד הגאון עמיתי ורעי אנוש כערכי מו״ה מאיר הכהן זצ״ל שחיבר ספר נחמד אף נעים על ספר השו״ע טור יו״ד, ובו הראה עושר כבוד מלכותו בחריפותו ובקיאותו כידידו אש מפיו יהלכו חידושים חדשים אשר לא שערום ראשונים והשגות נכבדות על הפוסקים האחרונים וגם אל קצת ראשונים, ובעברי עין עיוני בספרו שש לבי ואמרתי ברוך השם אשר נתן בן חכם ישמח אב בתוך העם הרב, ובכן סמכתי את ידי עליו להסכים להדפיס לזכות בו את הרבים יראו רבים וישמחו״
אט די לשונות שרייבן אויף אים די גדולי הדור צו זיין ספר וואס ער האט געדרוקט אין קראקא בשנת ת״ו אלט זייענדיג בלויז פיר און צוואנציג יאר, דער ספר איז מעוטר מיט אכצען הסכמות פון נאך גדולים, און איז נישט אסאך שפעטער אן גענומען געווארן אלס א ספר יסוד און פוסק אחרון אויף שולחן ערוך עד היום הזה,
שפעטער איז דער ש״ך געפארן קיין ווילנע ווי ער האט געלערנט ביי הגאון רבי משה לימא בעל חלקת מחוקק מווילנא זי"ע, און שפעטער אויף גענומען געווארן אלס א חבר אין זיין בית דין, אויך האט ער דאן געלערנט ביים גאון רבי נפתלי כ"ץ בעל סמיכת חכמים זי"ע,
אין ווילנא האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית יענטא לאה ע"ה,
בת הגה"ק רבי בנימין וואלף טויבער מגדולי פרנסים בווילנא זי"ע,
מגזע הגה"ק רבי משה איסרליש בעל הרמ"א זי"ע,
דער הייליגער ש"ך זי"ע האט זוכה געווען צו שתי שולחנות און דער שווער האט אויס געהאלטן זיין גרויסן איידעם צו קענען זיצן על התורה ועבודה בהרחבת הדעת, דער הייליגער ש"ך איז דאן געזעצן און עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א געוואלדיגע התמדה, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א גאון עולם און א געוואלדיגע למדן בתורה, גרויסע גדולים בימיו האבן שטארק באוואונדערט זיין גדלות בתורה,
ליידער האט דער ש"ך נישט געהאט קיין רואיג לעבן ווען ער האט געדארפט מיט מאכן די צרות בשנת ת"ח ות"ט ווען די אידן פון גאנץ פולין און אוקריאינה און ליטא, ווען די קאזאקן האבן ליידער אומגעברענגט א גרויס חלק פון כלל ישראל, און דאן האט דער גאון דער ש"ך ארום געוואנדערט פון שטאט צו שטאט און נישט געהאט קיין מנוחה, אבער מיט די אלע צרות האט דער גאון עוסק געווען בתורה יומם ולילה מיט א מסירת נפש ממש,
בשנת תי״ג ארום וואנדערונג פון איין שטאט צום צווייטן, איז ער אנגעקומען צום שטאט העלישוי, דאן איז ער אויף גענומען געווארן אלס רב אין שטאט העלישוי ווי ער האט געלערנט און געפירט די עדה ביד חזקה, אבער נאך די שווערע צרות וואס ער האט דורך געמאכט האט ער נישט מאריך ימים געווען און בשנת תכ״ג איז ער נסתלק געווארן אלט זייענדיג איין אין פערציג יאר, און האט איבער געלאזט פאר אונז א טייערע ירושה זיינע ספרים הקדושים פון וואס יעדער דערקוויקט זיך נאך עד היום הזה,
שפעטער נאך די צרות פון ת"ח ות"ט ווען הונדערטער טויזענטער אידן זענען ליידער אומגעקומען אויף קידוש השם, האט דער גאון דער ש"ך זי"ע מחבר געווען געהויבענע קינות לזכר די קדושים וואס זענען אומגעקומען על קידוש השם הי"ד,
ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגער חיבורים,
שפתי כהן, על שו"ע יורה דעה,
שפתי כהן, על שו"ע חושן משפט,
נקודות הכסף,
תקפו כהן, על דיני תפיסה,
ספר הארוך, ביאורין על טור ב"י יו"ד,
ספר גבורות אנשים, שאלות ותשובות,
ספר פועל צדק, קיצור תרי"ג מצוות,
ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער
בנו הגה"ק רבי משה מפודהייץ זי"ע,
חתנו הגה"ק רבי מנחם מאניש ב"ר מאיר חיות זי"ע,
בנו הגה"ק רבי מאיר זי"ע,
נסתלק לגנזי מרומים זייענדיג נאר 41 יאר אלט ב' דראש חודש אדר א' בשנת תכ"ג, ומנוחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט העלישוי,
זיין ציון הקדוש איז באוויסט אלס א מקום קיבול תפילות בכלל, בפרט פאר חשוכי בנים און שידוכים וואס ביז היינט זעען יודן דארט ישועות באופן פלא.
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
הגה"ק רבי שבתי ב"ר מאיר הכהן כ"ץ זי"ע, בעל שפתי כהן הנקרא בעל הש"ך - א' אדר תכ"ג
Re: הגה"ק רבי שבתי' ב"ר מאיר הכהן זי"ע, (כ"ץ), בעל שפתי כהן, הנקרא בעל הש"ך - א' אדר
ווערט דערציילט, אז איינמאל האט דער הייליגער ש"ך זי"ע שפאצירט אויף א פארטש, און דער גאון איז געווען פארטראכט אין א סוגיא, די רביצין האט מיט געהאלטן פון אינווייניג אין שטוב ווי דער גאון שפאצירט אזוי ארום אינגאנצן פארטראכט, אזוי זייענדיג פארטראכט האט דער ש"ך איבערגעטרעטן די עק פונעם פארטש, אבער בדרך נס מן השמים איז דער גאון געבליבן שפאצירן אין די לופט, ביז ער האט זיך צוריק געדרייט, נישט וויסנדיג פון גארנישט, שפעטער ווען די רביצין האט אים דערציילט די גרויסע נס, האט דער גאון צו געשריבן דעם פסוק 'שלו' רב לאוהבי תורתיך ואין למו מכשול' ביים סוף פון זיין הייליגען ספר שפתי כהן 'ש"ך',
הגה"ק רבי אברהם מנחם שטיינבערג בעל מחנה אברהם אב"ד בראדי זי"ע האט דערציילט, אז אין די צייטן פון גזירת ת״ח ת״ט זענען אסאך יודן אנטלאפן קיין העלישוי און דער ש"ך איז אויך געווען ציווישן זיי, און ער האט קיינעם דערציילט ווער ער איז, ווייל ער האט נישט געוואלט נהנה זיין מכתרו של התורה, דאס איז שוין געווען נאך וואס דער שפתי כהן איז שוין געווען פארשפרייט.
זייענדיג דארט אין די בית המדרש פון די דעמאלסטיגע העלישויע רב דער צמח צדיק הראשון וואס איז שוין דאן געווען גאר אלט, האט מען דארט דן געווען איבער עפעס א שאלה וואס איז געווען אויפן טיש, האט איינער ארויף געברענגט וואס ער האט געזען אין די נייע ספר שפתי כהן וואס איז דן אין די נושא, און די לומדים אין ביהמ״ד האבן זיך אנגעהויבן מפלפל זיין אין די ווערטער פון ש"ך זה בכה וזה בכה,
ווען דער ש״ך האט דאס געהערט האט ער זיך אנגערופן אז לדעתו מיינט דער ש"ך צו זאגן א צווייטע זאך אינגאנצן, און האט פאר געשטעלט א גאר הפלא׳דיגע סברה אין זיינע ווערטער. דער צמח צדיק איז גאר שטארק נתפעל געווארן דערפון, און האט אנגעכאפט זיין בארד און געזאגט, איך שווער אז די סברא האב איך אמאל געהערט פון ש"ך אליין! איך בין גוזר אויף דיר דו זאלסט מיר מגלה זיין ווער דו ביסט, און דאן האט דער ש"ך מודה געווען אז ער איז טאקע דער ש"ך אליין.

עס ווערט דערציילט אז אין די שווערע יארן פון ת"ח ות"ט, האט מען אים פון הימל מגלה געווען, אז אויב ער וועט אוועקגיין פון דער וועלט וועט דאס ווערן פאררעכנט ווי א קרבן ציבור און די צרות וועלן זיך אפשטעלן, אבער ער האט דערצו נישט מסכים געווען, און געהאלטן אז ער דארף נאך פארענדיגן זיינע חיבורים, צדיקים האבן דאס מסביר געווען אז "א וועלט אן א ש"ך איז נישט קיין וועלט" און וואס וועט מען האבן דערפון אז די צרות וועלן זיך אפשטעלן אבער מיר וועלן נישט פארמאגן קיין ש"ך,
עס שטייט אין פסוק: עַל כֵּן יֵאָמַר בְּסֵפֶר מִלְחֲמֹת ד' אֶת וָהֵב בְּסוּפָה. דרש׳נען חז״ל (קידושין דף ל ע״ב): אל תקרי בְּסוּפָה, אלא בְּסוֹפָהּ. איז רש״י מסביר: מתוך שמקשים זה על זה, ואין זה מקבל דברי זה, נראין כאויבים, והכי דריש לה, 'ספר מלחמות' - מלחמה שעל ידי ספר, ׳והב בסופה׳ - אהבה יש בסופה. [באידיש: וויבאלד ווען צוויי מענטשן לערנען פרעגט איינער אויפן צווייטן, און דער איז נישט מקבל די רייד פון זיין חבר נאר ער פרעגט צירוק, זעען זי אויס ווי פיינט. אויף דעם טייטשט מען די פסוק: ׳ספר מלחמות' - א מלחמה וואס טוט זיך איבער א ספר ׳והב בסופה׳ - צום סוף איז דא אהבה].
אט די מליצה ׳והב בסופו׳ זאגט דער ש״ך אויף זיין מחלוקה מיטן ט״ז, זיי זענען געווען צוויי גוטע פריינד און זיך ליב געהאט איינער דעם צווייטן באהבת נפש. בשנת תנ״ד אין שטאט פראג איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן דעם שולחן ערוך מיט ביידע פירושים ט״ז וש״ך אויף די צוויי זיייטן, פון דאן לערנט מען נישט קיין שולחן ערוך אן ט״ז וש״ך. מען פלאגט זיך אויף זייערע ווערטער און מען מוטשעט זיך אויף זייערע סברות, עס ווערן נתחבר ספרים אויף זייערע מסקנות, און ווען עס איז דא א מחלוקה איז עס ווי א מחלוקה פון אביי ורבא, יעדעס ווארט איז הייליג, און אויף דעם זאגן חז״ל כל מחלוקת שהיא לשם שמים, סופה להתקים... איזו היא מחלוקת שהיא לשם שמים, זו מחלוקת הלל ושמאי. א ספר מלחמות, אבער והב בסופה!,

לעצטנס טוט זיך א מהפיכה אין ישיבה, וואס גייט פאר? האסט נישט געהערט?! איינער א יונגערמאנטשיג א שטיקל דיין אין די ווילנא בית דין זאגט דרשות און פרעגט אפ ברבים גאנצעטע שטיקלעך טורי זהב, ער קריגט זיך אויף פסקים וואס דער רב האט זיי אדורך געטוען בעיון רב קומט ער און געבט א מאך מיט די האנט און זאגט: ער האט נישט גוט דורך געטוען די נושא, ער קען נישט די סוגיא, דאס איז דאך א שרעקליכע חוצפה! קען זיין ער איז א שטיקל תלמיד חכם, אבער זיך קריגן מיטן ט״ז דער גדול הדור וואס איז קרוב צו פערציג יאר עלטער פון אים?!
דער טורי זהב האט אפגעענפערט אויף אסאך קושיות וואס זענען געקומען פון דעם יונגערמאן אין דער ווייטן ווילנא, אבער דער עולם האט געשריגן אז מען דארף דעם יונגערמאן זאפארט לייגן אין חרם, דאס איז די ריכטיגע וועג זיך אנצונעמען אויף כבוד התורה. די תלמידים זענען אריין צום רבי׳ן פרעגן רשות פאר מען טוט אזא זאך. האט דער הייליגער טורי זהב זיי געזאגט, ענק זענען לכאורה גערעכט, אבער מען קען נישט לייגן איינעם אין חרם בלויז צוליב ווייטע שמועות. זאלן צוויי תלמידים אראפ פארן קיין ווילנא און תוהה זיין על קנקנו, זען ווער דער יונגערמאן איז, און נאכדעם וועט מען זען וואס מען טוט ווייטער.
א משלחת פון צוויי חשוב׳ע תלמידים האבן זיך ארויסגעלאזט פון אוסטראה אויפן לאנגן וועג צו ווילנא, אנקומענדיג קיין ווילנא האט מען זיי צוגעצייגט דאס הויז פון דעם יונגערמאן וואס זיי זוכן, ער הייסט רבי שבתי, לעצטנס באקאנט אלס דער ש״ך על שם זיין נארוואס ארויסגעבענער חיבור ״שפתי כהן״ אויף יורה דעה, וואס זינט די ערשיינונג פון דעם ספר גייט עס נישט אראפ מעל שלחן מלכים קיין איין דיין אין שטאט און איבער די גאנצע לאנד וועט זיך נישט רירן אן דעם ש״ך, און טראץ זיין יונגן עלטער פון בלויז פינף און צוואנציג יאר איז ער רעספעקטירט און געשעצט ביי אלע רבנים אין שטאט און ביי די גאנצע קהילה.
די צוויי שלוחים האבן שוין באקומען אביסל אן אנדערע בליק אויפן ש״ך נאכן הערן פון די שטאטס לייט איבער אים, אבער דאס איז פאר זיי נאך נישט געווען געניג אז ער זאל זיין בארעכטיג מחלק צו זיין אויפן טורי זהב. זיי האבן געוואלט אריבער גיין צום ש״ך פערזענליך און רעדן מיט אים און זיך מפלפל זיין אין לערנען און אזוי וועלן זיי זען וואס מען וועט מיט אים טון.
די צוויי שלוחים שטייען ביים טיר פונעם היכל הקודש די שטוב ווי דער הייליגער ש״ך זיצט און לערנט, זיי זענען באנומען מיט אן אומגעראכטענע יראת הכבוד ביי דעם שער לד׳ אשר משם יוצא הוראה לישראל פאר היינט און פאר די קומעדיגע פאר הונדערט יאר, זיי האבן נישט געהאט דעם עזות צו צוגיין צו אים און מפסיק זיין פון זיין תורה, זיי זענען ענדערש געבליבן שטיין ביים טיר און געווארט ביז דער גאון וועט ענדיגן זיינע שיעורים.
אבער דאס האט גענומען לענגער ווי געראכטן, דער גאון איז געזיצן און געלערנט מיט א געוואלדיגע התמדה ווען כסדר שטעלט ער זיך אויף און שלעפט ארויס פון שאנק איין ספר און נאך א ספר ער איז מעיין דא און דארט, שרייבט אפ, און נעמט נאך א ספר, שוין אדורך אפאר שעה און דער ש״ך ענדיגט נישט לערנען, די גאנצע טיש איז שוין באדעקט מיט אפענע ספרים, און די גאנצע צייט וואס זיי זענען דארט געשטאנען האט ער זיי אפילו נישט באמערקט, ער איז אין א צווייטע וועלט גארנישט עקזעסטירט נישט.
מיט אמאל קומט צו גיין א יוד, ער טרעט צו צום טיר פון שטוב, לייגט די האנט אויף די מזוזה, געבט א קיש, ער דרייט זיך אויס און וואקט אוועק, אבער אין יענע רגע האט דער ש״ך פארמאכט אלע ספרים פון זיין טיש, און האט זיך אויפגעהויבן און אנגעהויבן נאכגיין דעם יוד. ווען דער יוד האט געזען אז דער ש״ך גייט אים נאך האט ער אנגעהויבן גיין שנעלער, איז דער ש״ך געגאנגען נאך שנעלער, און דער יוד האט אנגעהויבן לויפן, און דער ש״ך לויפט אים נאך,
די צוויי תלמידים פון ט״ז האבן נישט געקענט פארשטיין וואס דא איז פליצלינג געשען, זיי שטייען שוין ביים טיר פאר אפאר שעה, און דער יוד האט נאר געלייגט זיין האנט אויפן מזוזה, און דער ש״ך לויפט אים נאך, וואס גייט דא פאר? זיי האבן אנגעהויבן נאכצוגיין די צוויי צו זען ווי די מעשה גייט זיך ענדיגן.
אזוי לויפנדיג איז דער יוד מיט ש״ך אנגעקומען צו א וואסער, דארט האט דער ש״ך דערגרייכט דעם יוד, ער האט אנגעהויבן רעדן מיט אים, די תלמידי הט״ז האבן געזען ווי דער ש״ך טענה׳ט זיך ער ווייזט מיט די הענט ער איז אים עפעס מסביר, אזוי פאר א גוטע פאר מינוט, דאן געבן זיי זיך די הענט איינער דעם צווייטן ווי צו ווייזן, מיר זענען אויף איין מיינונג, און דער ש״ך דרייט זיך אויס און וואקט אהיים ממשיך צו זיין מיט די לימודי קודש.
די צוויי יודן וואס זענען געשטאנען פון דער ווייטנס און האבן אלעס מיט געהאלטן האבן געטראכט אז יעצט קענען זיי צו גיין צום ש״ך און רעדן מיט אים אין לערנען בשליחות פון זייער רבין דער טו"ז, אבער זיין זענען געווען גאר נייגעריג צו וויסן וואס דא האט פאסירט, האבן זיי אפ געמאכט אז קודם מוזן זיי הערן וואס די מעשה דא איז געווען.
זענען זיי צוגעגאנגען צו דעם יוד וואס איז נאך געשטאנען אזוי פארטראכט ביים ברעק פון טייך און האבן אים געפרעגט וואס דא האט פאסירט. האט ער דערציילט, איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב ליידער א שווערע פעקל צרות יגון ואנחה, קיין איין גרינגע טאג אין לעבן, עס ווערט שווערער און שווערער, איך האב מחליט געווען צו נעמען א סוף ר״ל, איך האב דאס פאר קיינעם נישט אויס געזאגט, נישט פאר מיין שטוב און פאר קיינער פון מיינע נאנטע. איך בין ארויס מיטן ציל אריינצוטאנצן ר״ל אין וואסער,
אבער אויפן וועג האב איך פארביי געוואקט די שטוב פון דעם ש״ך, האב איך געטראכט צו מיר, לאמיר נאר כאפן איין בליק אויפן צדיק׳ס צורה פאר איך גיי פון דער וועלט. אבער ווי נאר איך האב אנגעכאפט די מזוזה האט דער צדיק מיט רוח הקודש אלעס מרגיש געווען, און האט מיר גענימען נאכלויפן, ביז ער האט מיר געכאפט ביים וואסער, און האט מיר מסביר געווען אז אויב גיי איך טוען אזא שריט זאל איך נישט מיינען אז דאס גייט מיר ברענגען צו מנוחה, פארקערט, אויף יענע וועלט וועל איך דארפן דורכגיין פיל מער צרות וואס קומט פאר איינער וואס טוט אזא זאך. אזוי האט ער מיר משכנע געווען ביז איך האב אים צו געזאגט אז איך גיי דאס נישט טוען, ער האט מיר אנגעווינטשן אז בזכות זה זאלן די צרות נעמען א סוף. און ער איז אהיים געגאנגען.
די צוויי תלמידים זענען געשטאנען פארגליווערט פון וואס זיי האבן נארוואס מיט געהאלטן, זיי האבן געזאגט: מיר דארפן שוין נישט רעדן מיטן ש״ך צו זען ווער דער יוד איז. זיי זענען צירוק געפארן קיין אוסטראה און דארט דערציילט אז זיי האבן פינקטליך געזען און געהערט זיין גדלות בתורה, און נישט נאר דאס, ער איז נאך א ״בעל רוח הקודש״ און מען זאל זיך חס ושלום נישט טשעפענען מיט אים כי שבת״י וראיתי כי איש קדוש הוא.

עס איז כדאי צוצוטירן די הייליגע ווערטער פון ש״ך אין זיין הקדמה לחיבורו אויף יורה דעה, ווייל אין די הקדמה שטייט אלעס קלאר. וזה לשונו (איבערגעטייטשט אין אידיש):
מיט אמת און מיט גאנצקייט האב איך זיך געפלאגט און אסאך האב איך זיך אנגעשטרענגט, איך האב זיך נישט באשעפטיגט און קיין שום אנדערע זאך, איך האב נישט געגעבן קיין שלאף פאר מיינע אויגן און נישט געדרימלט פאר אסאך יאר, ביז איך האב ארויס געברענגט מכח אל הפועל מיינע געדאנקען. און איך האב אויסגעקלויבט און אלעס אפגעווויגן מיט א וואגשאל, און איך האב איבער געחזרט אויף אלע צדדים און צדי צדדים נישט איינמאל און צוויי מאל נאר הונדערט און איין מאל, אינאיינעם מיט חשוב׳ע חברים וואס הערן צו מיין קול. און ווער עס איז נישט דערביי געווען אינאיינעם מיט מיר, וועט נישט גלייבן אויב מען וועט אים דערציילן איבער די גרויסע שוועריגקייטן וואס איך האב געהאט ביים זוכן אין די ים התלמוד והפוסקים, ביז מען האט אלעס געשטעלט אויף ריכטיג.
(לשון קדשו: באמת ובתמים טרחתי טרחות הרבה וכמה יגיעות יגעתי, לא עסקתי בשום עסק אחר, לא נתתי שינה לעיני ותנומה לעפעפי שנים רבות, עד אשר הוצאתי מכח אל הפועל מחשבתי, ובררתי ושקלתי הכל בכף המאזניים, וחזרתי על כל הצדדים וצדי צדדים לא פעם אחת ושתים כי אם מאה פעמים ואחד, עם חברים חשובים המקשיבים לקולי, ומי שלא היה אתי עמי במחיצתי לא יאמן כי יסופר מגודל התלאה שהיתה עלי בחפוש בים התלמוד והפוסקים, עד כי העמדתי הכל על בריו).
די מעשה וויאזוי ער איז געווארן רב אין העלישוי ווערט דערציילט אז זיין רבי ר' אברהם יהושע העשיל מקראקא זי"ע, איז אמאל געווען אויפן וועג קיין וויען און איז איינגעשטאנען אין ניקלשבורג ביי זיין פריינד דער צמח צדיק זי"ע וואס איז געווען דער רב המדינה, איז פינקט דאן איז אנגעקומען א בריוו פון די קהילה אין העלישוי ווי זיי פרעגן אים אן אויב זיי זאלן אויף נעמען רבי שבתי הכהן אלס רב,
האט דער צמח צדיק געפרעגט ר״ר העשיל אויב ער קען דעם רבי שבתי, האט אים רר״ה געענפערט, מיין תלמיד רבי שבתי? ער איז נאך אזוי ווערט איבער צו נעמען דיין פלאץ אין ניקלשבורג ורב המדינה און איר זאלט גיין קיין העלישוי, רבי מנחם מענדל האט תיכף צירוק געשיקט קיין העלישוי און איבער געגעבן וואס ער האט געהערט פון רר״ה און זיי האבן טאקע אויף גענימען מיט גרויס כבוד דעם ש״ך אלס רב ביי זיי אין שטאט העלישוי,
דער צדיק רבי מיכאל נאנאשער זי"ע און זיין ברודער רבי יוסף יוזפא זי"ע, זענען געווען אייניקלעך פונעם הייליגען ש״ך זי"ע, זייער טאטע הגה"ק רבי יעקב ב"ר יוסף מהעלישוי זי"ע חתן הגה"ק רבי משה כ"ץ מפאדהייץ זי"ע דער זון פונעם הייליגען ש"ך זי"ע, האט געוואוינט אין העלישוי אין די הויז פון זיידן דער הייליגער ש"ך זי"ע, איין מאל האט רבי יעקב גערופן זיינע קינדער רבי מיכאל מיט זיין ברודער רבי יוסף יוזפא זי"ע אז זיי זאלן קומען צו אים אויף שבת,
פרייטאג צו נאכטס רבי יעקב האט געוואלט גיין אין שול אבער די קינדער זיינע זענען נאך געווען אין זייערע שטובער האט ער געטראכט אז זיי זענען לכאורה נאך נישט גרייט, אלזא וועט ער אליין גיין צום שול און די קינדער וועלן שוין נאכקומען, למעשה האט ער געווארט און געווארט און זיי זענען נישט אנגעקומען, עס האט אים שטארק געארט ווארום ער האט שוין דערציילט פאר זיינע פריינד אז זיינע קינדער קומען פאר שבת, און ס'איז געווען אביסל בושות,
ווען ער קומט אהיים נאכן דאווענען און זעט זיינע קינדער האט ער זיי פאר געהאלטן הלמאי זיי זענען נישט געקומען אין שול, ווי זענט עטס געווען, האבן זיי זיך אנטשולדיגט און געזאגט אז ווען עס איז געווארן שבת האבן זיי געזען דעם זיידן דער ש״ך דא אין שטוב, און זיי האבן געפילט אז זיי קענען נישט גיין אין שול, האבן זיי געדאווענט אין שטוב בעת דער ש״ך איז דארט געשטאנען ביז סוף דאווענען. והיא לפלא,

אין ספר הילולא קדישא ווערט געברענגט, אז צווישן די וואס זענען אויך אנטלאפן ביי די גזירה פון ת"ח ות"ט, איז געווען א יונגערע שוועסטער פונעם הייליגען ש"ך, זי איז אויך אנגעקומען קיין ווילנא צוזאמען מיט אסאך אידן, דארט אין שטאט ווילנא איז געווען א פרנס הקצין מוה"ר רבי יצחק אשכנזי זי"ע, די שוועסטער פונעם ש"ך איז אנגעקומען צו דעם פרנס רבי יצחק אינדערהיים, און דאס ווייב פונעם פרנס האט געזען אויף דעם מיידל אז זי שטאמט פון א גאר חשובע משפחה,
האט דאס ווייב פונעם פרנס אריין גענומען דאס מיידל צו זיך אין שטוב אז זי זאל טיילן דאס עסן פאר די ארימעלייט, זי איז געווען ביים דעם פרנס אין שטוב ווי א קינד, אויך דער הייליגער ש"ך איז דארט איין געשטאנען, אבער וויבאלד דער ש"ך האט זיך שוין פאר יארן נישט געזען מיטן שוועסטער האבן זיי זיך נישט דערקענט,
דער בעל הבית האט גאר שטארק מחשיב געווען דעם ש"ך וויסענדיג זיין גדלות בתורה, דערפאר האט ער אנגעזאגט פאר דאס מיידל אז זי זאל מאכן זיכער צו אפווארטן דעם הייליגען ש"ך יעדע נאכט מיטן עסן כדי דער גאון זאל נישט געשטערט ווערן מיט דארפן מפסיק זיין פארן עסן,
יעדע נאכט איז דאס מיידל געזעצן אין שטוב און צו געהערט דעם זיסן קול התורה פון דעם הייליגען ש"ך, נאך א שטיק צייט האט זיך פארן מיידל געדאכט אז זי הערט דעם קול פום איר אייגענעם טאטן דער גאון רבי מאיר זי"ע דער טאטע פונעם ש"ך, ווייל זיין קול האט זייער געענדעלט צום טאטן, עס האט זיך אינעם שוועסטער ערוועקט א בעקעניש צום שטוב פונעם טאטן ווען מען האט בייטאג און ביינאכט געהערט דעם קול התורה,
איין נאכט האט די שוועסטער פון גרויס בענקעניש אנגעהויבן וויינען, און דאס קול פון געוויין האט דערגראכט צום אויער פונעם הייליגען ש"ך, ווען ער האט געפרעגט דאס מיידל פארוואס זי וויינט, האט זי דערציילט די גאנצע מעשה אז זי הערט דעם קול פונעם גאון וואס דערמאנט איר פון איר טאטן אינדערהיים, ווען דער ש"ך האט איר אויס געפרעגט ווער אירע עלטערן זענען געווען, האט ער דאן געכאפט אז דאס איז זיין שוועסטער וואס ער האט שוין פאר יארן נישט געזען,
ער האט איר, און אויך פאר קיינעם אין שטוב נישט דערציילט אז ער איז א ברודער מיט איר, נאר ער האט אנגעזאגט אין שטוב אז מען זאל זיך מיט איר באגיין מיט כבוד ווייל זי שטאמט פון א גאר חשובע משפחה,
נישט לאנג נאכדעם איז די ווייב פונעם פרנס רבי יצחק ליידער קראנק געווארן און אפאר חדשים נאכדעם איז זי נפטר געווארן, מען האט פארן פרנס פארשטייט זיך אנגעטראגן גאר חשובע שידוכים, איז ער אריין געקומען צום גאון פרעגן וואס ער זאל טון, האט אים דער גאון געהייסן ווארטן בערך א יאר, נאך א יאר האט ער געזאגט פארן פרנס, אז ער האט פאר אים א גאר חשובע שידוך, דאס מיידל וואס וואוינט ביי אים אין שטוב, דער פרנס וויסענדיג אז דער גאון דער ש"ך איז א הייליגע מענטש, האט ער גלייך מסכים געווען צום שידוך,
בעפאר די חופה האט דער גאון מגלה געווען פארן פרנס און פאר זיין שוועסטער ווער ער איז, און אז זיי זענען ברודער און שוועסטער, און דער גאון האט געגעבן א ברכה אלס דרשה געשאנק פאר די חתונה פארן פרנס און פאר זיין שוועסטער, אז זיי זאלן האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין תורה און קדושה, און זיי האבן טאקע געהאט א קינד וואס האט געהייסן נאכן זיידן 'מאיר', און דאס איז געווען דער באוויסטער גאון וקדוש הגה"ק רבי מאיר אייזענשטאט בעל פנים מאירות זי"ע,
אינעם ספר הילולא קדישא ווערט געברענגט, אז ווען דער הייליגער ש"ך זי"ע האט חתונה געהאט מיטן טאכטער פונעם גביר אין שטאט ווילנא, דער שווער האט זייער געמיטשעט דעם איידעם אז ער זאל זיך אריין לאזן אין מסחר אז ער זאל פון דעם האבן פרנסה, אבער דער גאון האט כסדר געזאגט פארן שווער אז ער וויל נישט גיין אויף מסחר, נאר ער וויל זיצן אין עוסק זיין נאר אין תורה,
איינמאל האט דער שווער מיט גענומען דעם איידעם אויף אפאר טאג ווען ער איז געגאנגען אויף מסחר, אבער אזוי ווי מען איז אנגעקומען צום מארק, איז דער גאון גלייך אריבער צום ביהמ"ד פון שטאט און זיך געזעצט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, אבער ווען עס איז געקומען דעם לעצטן טאג, איז דער גאון אריבער צום מארק כדי צו דערפילן דעם רצון פון זיין שווער און עפעס עוסק זיין אין מסחר,
אזוי ווי ער קומט אריין אין מארק, קומט צו אים צו א מענטש און פרעגט אים וואס ער זיכט, זאגט דער גאון דער ש"ך איך ווייס אויך נישט וואס איך זיך, נאר איך בין געקומען מאכן מסחר, האט אים דער מענטש געזאגט אז ער האט פאר אים א גאר גוטע געשעפט, ער האט פארן ש"ך געוויזן א באקסל פיל מיט אבנים טובות, דער ש"ך זאגט אים אז ער האט נישט אזויפיל געלט מיט זיך, האט דער מענטש געזאגט אז ער איז מסכים אים צו געבן דעם גאנצן אוצר פארן גאנצן געלט וואס ער האט מיט זיך, דער גאון האט מסכים געווען אין זיי האבן געשלאסן געשעפט, און דער גאון מיטן שווער זענען אהיים געפארן,
גלייך ווען מען איז צוריק אהיים געקומען איז דער גאון גלייך אריין אין ביהמ"ד און זיך צוריק געזעצט אין ביהמ"ד לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, אבער ווען דער שווער האט דורך געקוקט דעם באקסל וואס דער איידעם האט אהיים געברענגט, האט ער געזען אז דער איידעם האט דא איינגעקויפט א גאר גוטע געשעפט, ווייל די אבנים טובות זענען געווען אסאך ער ווערט ווי דאס וואס זיין איידעם האט געצאלט,
דער שווער איז געקומען צום ביהמ"ד פון זיין איידעם און דערציילט די גאנצע מעשה, און פראבירט צו משכנע זיין דעם איידעם אז ער טויגט צו מסחר, אזוי ווי דער גאון האט געהערט די ווערטער פונעם שווער, האט ער גלייך געמאכט א שבעה מיט א חפץ אין די האנט, אז ער וועט בשום אופן נישט עוסק זיין אין מסחר, ווייל דער מענטש אינעם מארק איז געווען דער בעל דבר, וואס האט אים געברענגט דעם גוטן געשעפט נאר כדי אים אוועק צו נעמען פון די הייליגע תורה, און דער גאון האט געגעבן א סימן, אז די גאנצע סחורה וואס ער האט איינגעקויפט וועט נעלם ווערן, כך הוה אפאר טאג שפעטער האט מען דעם גאנצן סחורה נישט געקענט טרעפן ווייל עס איז נעלם געווארן,