רבי שלמה ראבינאוויטש ז"ל, התפארת שלמה - כ"ט אדר תרכ"ו
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311

בן רבי דוב צבי הכהן ראבינאוויטש בן רבי אריה לייבוש - אב"ד עיר חדש. חתן: רבי שמואל מבארזילוב ז"ל. נולד בשנת תקס"א וי"א תקס"ג. רבותיו: רבי אברהם צבי הירש פצנובסקי בעל ברית אברהם, רבי דוד חריף בעל בית דוד, רבי מאיר מאפטא, רבי פישל מסטריקוב, רבי ישעי' מפשעדבורזש, רבי ישכר בער מראדאשיץ זכרונם לברכה.
מעשה: איינמאל ווען דער תפארת שלמה איז נאך געווען א קינד האט דער יוד הקדוש פון פרשיסחא זי"ע געהערט ווי דער קליינער שלמה זאגט שיר השירים מיט א געוואלדיגע מתיקות, ערב שבת נאכמיטאג. נאכדעם וואס דער יוד הקדוש האט זיך אונטערגעהערט זיין זאגן פאר א שטיק צייט, האט ער זיך אנגערופן און געזאגט "דער קליינער זאגט שיר השירים אזויווי שלמה המלך ע"ה און ער האט זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צו איהם און איהם א קוש געטוהן אויף זיין קאפ. דער תפארת שלמה האט שפעטער דערציילט אז ער האט 'געשפירט' דעם קוש פונעם יוד הק' ביז צו זיין בר מצוה ווען ער האט אנגעפאנגען צו לייגן תפלין. פון דעם האט ער פארשטאנען אז דער קוש פונעם יוד הק' האט געהאט אין זיך א קדושה אזויווי לייגן תפלין.
מדבריו הקדושים: דער הייליגער תפארת שלמה שרייבט אין זיין ספר אין פרשת חוקת (במדבר כ, כד), אויפן פסוק "יאסף אהרן אל עמיו" וזל"ק: אכן, הנה נשמות הקדושים הצדיקים אף כשהם מסתלקים מן העולם הזה הוא רק לעיני בשר, אבל תמיד הם חונים כל הימים ומסתופפים עם בנ"י והשגחתם עליהם כמ"ש במ"א. די נשמות פון די צדיקים גייען קיינמאל אוועק פון כלל ישראל, נאר זיי קוקן זיך כסדר אום אויף זיי. מיט דעם טייטשט ער דאס וואס מיר זאגן אין שמו"ע "מלך ממית ומחיה ומצמיח ישועה", דער רבוש"ע נעמט טאקע אוועק דעם גוף פון דעם צדיק, אבער דערנאך איז ער אים מחיה - ער לעבט אים צוריק אויף, כדי "ומצמיח ישועה", צו קענען ברענגען ישועות פאר כלל ישראל.
זכותו יגן עלינו

Re: רבי שלמה ראבינאוויטש - התפארת שלמה ז"ל - כ"ט אדר תרכ"ו
אינעם הייליגן אוהל. אוי בענקט זיך דארט צו זיין.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1330
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3635
Re: רבי שלמה ראבינאוויטש ז"ל, התפארת שלמה - כ"ט אדר תרכ"ו
היינט נאכט איז די יארצייט. זכותו יגן עלינו
Re: רבי שלמה ראבינאוויטש ז"ל, התפארת שלמה - כ"ט אדר תרכ"ו
יארצייט מאנטאג כ"ט אדר.
הרה"ק רבי שלמה ב"ר דוב צבי הכהן זי"ע, התפארת שלמה, מראדאמסק.
ער איז געבוירן אין שטאט וולאשצווי, בשנת תק"ס,
צו זיין טאטן הרה"ק רבי דוב צבי הכהן ראבינאוויטש מוולאשצווי זי"ע, בן הגה"ק רבי אריה לייבוש הכהן אב"ד שדה חדש זי"ע, בן הגה"ק רבי אלעזר הכהן אב"ד וואדיסלוב זי"ע,
און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת פרומט ע"ה,
בת הרה"ק רבי שלמה בעל ויקהל שלמה מפינטשוב זי"ע,
מגזע הגה"ק בעל הב"ח זי"ע, והגה"ק בעל מגלה עמוקות זי"ע, והגה"ק בעל קיקיון דיונה זי"ע,
ער איז געווען א גאון עצום און א עילוי נפלא און א בקי בתורת הנגלה והנסתר, ער איז געווען א איש אלקים קדוש ונורא אספקלריא המאירה פאר הדור חסידא ופרישא, ער איז געווען א בעל תפלה נפלא און ער האט מעורר געווען לבבות ישראל לאביהם שבשמים, ער איז געווען א בעל מופת עצום, און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, ער האט משפיע געווען תורה ועבודת השם אויף אידישע קינדער און איבער געלאזט זיין הייליגען חיבור תפארת שלמה וואס באשיינט די אויגן פון אידן נאך ביז היינט, ער האט זיין גאנץ לעבן משפיע געווען פרנסה בהרחבה פאר אידן מיט א געוואלדיגע שפע מן השמים, דער צדיק האט געדינט דעם באשעפער מיט א קדושה וטהרה און געווען אייביג בשמחה,
ער איז שוין זייענדיג גאר יונג געווען מפורסם אלס א עילוי נפלא, וואס גדולים בתורה האבן באוואונדערט זיין חריפות וגדלות בתורה, ער האט שוין דאן געלערנט אין די ישיבה פון הגה"ק רבי אברהם צבי בעל ברית אברהם אב"ד פיעטרקוב זי"ע, און שפעטער ביי הגה"ק רבי דוד חריף בעל בית דוד מפיעטרקוב זי"ע, און אויך ביי הגה"ק רבי משה אהרן אב"ד קוטנא זי"ע,
נאך אלס בחור האט דער צדיק מחבר געווען א ספר אויף מסכת כתובות און אויף אסאך סיגיות הש"ס, אויך איז דער צדיק דאן אלס בחור אין שטאט פיעטרקוב נתקרב געווארן צו דרך החסידות,
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת גיטל ע"ה, בת הגה"ק רבי שמואל מבארזילוב זי"ע,
אבער גלייך נאכן שידוך האט די מאמע פון די כלה נישט מסכים געווען צום שידוך, און דערפאר האט זיך דאס פארצויגען פאר א גאר לאנגע צייט, ערשט שפעטער ווען די מאמע איז נפטר געווארן האט די טאטע פון די כלה ממשיך געווען מיטן שידוך און געמאכט די חתונה,
יענע צייט אלס חתן האט ער געוואוינט ביי זיין טאטע וואס האט געוואוינט אין שטאט פשעדבורז, דארט איז ער נתקרב געווארן צו הרה"ק רבי ישכר בער הסבא קדישא מראדושיץ זי"ע און שפעטער געווען פון זיינע גרעסטע תלמידים,
אפילו שפעטערע יארן ווען ער איז שוין געווען באאוויסט אלס א רבי פון טויזענטער חסידים, פלעגט ער פארן זיך מסתופף זיין ביי צדיקי הדור ובתוכם
הרה"ק רבי מאיר הלוי בעל אור לשמים מאפטא זי"ע,
הרה"ק רבי פישל מסטריקוב זי"ע,
הרה"ק רבי ישעי' מפשעדבורז זי"ע,
הרה"ק רבי חיים בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע,
הרה"ק רבי יחזקאל מקאזמיר זי"ע,
ווי ערווענט איז ער געווען פון די תלמידים פון הרה"ק רבי פישל סטריקאווער זי"ע, וואס איז געווען פון די חשובע תלמידים פועם הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, וואס דער הייליגער רבי אלימלך האט געזאגט אויף זיין תלמיד רבי פישל מתוך דבריו "עולה תמימה",
דער תפארת שלמה זי"ע האט געשריבן אויף זיין רבין רבי פישל, אז זיין רבי האט קיינמאל נישט געגלייבט אז א איד קען עובר זיין אויף א עבירה, און אפילו מען האט אים פארציילט אז א איד האט געזינדיגט, האט ער געזאגט אז דאס איז ליגענט, ווייל פון גרויס קדושה און דביקות בהש"י און אויך פון זיין גרויס אהבת ישראל האט ער נישט געוואלט גלייבן אז א איד קען טון א עבירה.
אויך איז דער תפארת שלמה געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי מאיר בעל אור לשמים מאפטא זי"ע, וואס ער שרייבט אויף אים "נשמת מורי ורבי מאיר בן פיגא מאפטא זי"ע.
איינמאל האט אים זיין רבי ר' מאיר מאפטא געזאגט, איך הער אז די קענסט זייער שיין זינגען, איך בעט דיר זינג מיר די זמר כל מקדש, האט ער אנגעהויבען זינגען דעם זמר כל מקדש און רבי מאיר'ל האט זיך פארמאכט די אויגן און געזעצן מיט א דביקות און אויס געהערט דעם זמר, ווען ער האט גענדיגט דעם ניגון האט רבי מאיר'ל געזאגט פאר זיין זוהן, "דא האסטו ווי אזוי מען דארף זינגען דעם זמר פון שבת קודש, דער אינגערמאן בשעת ער זינגט ליגט אים דער שם השם אויפן צונג, והוא מזמר כקול כנפי הכרובים בגן עדן".
אינעם ספר תפארת שלמה ברענגט ער אראפ פון זיין רבין ר' מאיר'ל א פירוש אויף די ווערטער פון נתנה תוקף "כמה יעברון וכמה יבראון" האט זיין רבי געזאגט, "כמה יתעברון" וויפיל וועלן געהאלפן ווערן די יאר מיט זש"ק, "וכמה יבראון" און וויפיל אידן וועלן זיין בריאים בשלימות און געזונט צו קענען דינען דעם גרויסן באשעפער.
אויך האט ער געהאט א תפלה וואס ער האט מקבל געוען פון זיין רבי ר' מאיר'ל צו זאגן יעדן טאג "רבון העולמים ידעתי כי הנני בידך לבד כחומר ביד היוצר", און ער פלעגט זאגן אז די תפלה איז א סגולה פאר פרנסה וכל טוב.
אויך איז ער געווען א תלמיד פון הרה"ק רבי ישעיה מפשעדבורז זי"ע, איינמאל האט דער תפארת שלמה געזינגען ביי זיין רבין רבי ישעי' די זמר המבדיל מוצאי שבת קודש, און זיין רבי האט מוראדיג הנאה געהאט פונעם זמר און ווען ער האט גענדיגט דעם זמר האט רבי ישעי' אריינגעלייגט די האנט אין זיין קעשענע און ארויס גענומען א מטבע.
און געזאגט פאר די חסידים פון ווי האב איך די מטבע, איך האב זיכער נישט געטראגען דעם מטבע אים שבת ווייל איך בין נאך קיינמאל נישט נכשל געווארן מיט קיין חילול שבת, נאר מוז מען זאגן אז אליהו הנביא ז"ל האט דאס אריין געלייגט כדי איך זאל עס קענען געבן פאר דעם אינגערמאן אלס שכר פארן זינגען דעם זמר המבדיל, און דער תפארת שלמה האט טאקע באקומען דעם מטבע וואס איז געקומען פון אליהו הנביא ז"ל.

בשנת תקצ"ד ביום י"ט אדר ב' האט מען געשיקט פארן תפארת שלמה א כתב רבנות פונעם שטאט ראדאמסק, די שטאט ראדאמסק איז דאן באשטאנען פון 400 תושבים, אבער מיטן אנקום פון דעם גרויסן גאון וצדיק דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע, איז דער שטאט געווארן איינע פון די גרעסטע שטעט, הונדערטער אידן זענען דאן געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש, ער האט שוין דאן משפיע געווען תורה ועבודת השם אויף טויזענטער אידן,
ער איז געווען באוויסט אלס א בעל תפלה נפלא, און מיט זיין הייליגע כח הנגינה האט ער געשפאלטן הימלען און מעורר געווען אידישע הערצער און אריין געברענגט א הרהר תשובה אין יעדן איד, הונדערטער צדיקים פין זיין דור זענען געקומען מיט האלטן זיין דאווענען וואס איז געווען מיט א מוראדיגע מתיקות,
ער פלעגט כסדר זאגן, אז תשובה טון איז א מצות עשה מן התורה, און מען דארף דאס טוהן מיט א שמחה, הרה"ק רבי נתן דוד משידלובצא זי"ע, האט געזאגט אז רבינו התפארת שלמה זי"ע האט געהאט די עבודת השמחה מער ווי אלע צדיקים בדורו.
איינע פון די חסידים האט זיך איינמאל אפגערעדט פארן רבין אז די יצר הרע לאזט אים נישט אפ, און געזאגט אז נעכטן האב איך געהאט א שווערע מלחמה מיטן יצר און היינט צופרי ווען איך בין אויף געשטאנען איז ער שוין נאכאמאל דא, און דער איד האט געזאגט פארן רבין, אז ער שפירט ממש ווי ער האט שוין נישט קיין כח צו מלחמה האלטן מיט יצר הרע,
האט אים די רבי געזאגט עס שטייט אין פסוק "כי תצא למלחמה" און עס שטייט נישט "כי תצא לניצחונות", ווייל א איד איז נישט אראפגעקומען אויף די וועלט פאר א נצחון קעגן דעם יצר הרע, נאר די סיבה פון זיין אויף די וועלט איז מלחמה צו האלטן יעדע רגע מיטן יצר הרע, און דאס איז דער תפקיד פון א איד אויף די וועלט,
עס איז באקאנט אז דער הייליגער צאנזער רב זי"ע, האט א נאמען געגעבן פאר זיין זוהן הרה"ק רבי ישעי'לע מטשחויב זי"ע נאך הרה"ק רבי ישעי' מפשעדבורז זי"ע, און ער האט געזאגט אז ער האט דעם נאמען געגעבן אלס א הכרת הטוב פארן אראפ ברענגען דעם תלמיד חשוב הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע.
בשנת תר"ג ווען זיין גרויסע רבי דער הייליגער סבא קדישא מראדושיץ זי"ע איז נסתלק געווארן, האבן זיך א גרויסע חלק פון די תלמידים מדבק געווען אינעם תלמיד דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע, און אסרו חג פסח בשנת תר"ח ווען הרה"ק רבי יצחק מווארקא זי"ע איז נסתלק געווארן, האבן אויך א גרויסע חלק פון זיינע תלמידים זיך מדבק געווען אונעם צדיק דער תפארת שלמה זי"ע,
גרויסע צדיקים בדורו זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו פונעם הייליגען תפארת שלמה זי"ע זייענדיג מפורסם אלס א צדיק הדור און דער שר התורה בדורו און א בעל מופת נורא ובתוכם,
הרה"ק רבי נתן דוד משידלובצא זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל יצחק אב"ד מלאווא זי"ע,
הרה"ק רבי ארון מקראקא זי"ע,
הרה"ק רבי יעקב אב"ד ווידמא זי"ע,
הרה"ק רבי הלל מראדושיץ זי"ע,
הרה"ק רבי יששכר דב בעריש טורנהיים בעל עבודת יששכר מוולברוז זי"ע,

ער האט איבער געלאזט זיין הייליגע דברי תורה אינעם ספר תפארת שלמה, על התורה ומועדים,
עס איז געווען אן גענומען בשם צדיקי הדור אז לערנען אינעם ספר תפארת שלמה איז מסוגל פאר שמחה און פרנסה.
און ווי באקאנט איז געווען דרכו בקודש צו בענטשן אידישע קינדער מיט ישועות ורפואות בני חיי ומזוני, ובפרט בעניני פרנסה, און הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע, האט געזאגט אז די שליסל צו פרנסה ליגט ביים הייליגען תפארת שלמה זי"ע,
ער האט איבער געלאזט הייליגע קינדער,
הרה"ק רבי אברהם ישכר מרדומסק בעל חסד לאברהם זי"ע,
הרה"ק רבי אריה ליבוש מראדומסק זי"ע,
הרה"ק רבי צבי מאיר מראדומסק זי"ע,
בתו הרבנית הצדקת מרת רבקה ע"ה, אשת הרה"ק רבי ליפמאן מראדומסק זי"ע,
הרה"ק רבי אהרן הלוי עפשטיין מקראקא זי"ע, הנקרא ר' ארון קראקאווער, האט געהאט א ספעציעלע קירבה ביים תפארת שלמה, און די רבי האט כמה פעמים געזאגט אויפן תלמיד "הארון נושא את נושאיו" און דער תלמיד ר' ארון פלעגט קומען צו זיין רבין צוויי מאל א יאר "יום כיפור, און שבועות".
בשנת תרכ"ו האט פאר רבי אהרן געכאפט א חשק צו קומען צום רבין חודש אדר, און ער איז אנגעקומען דאנערשטאג קיין ראדאמסק, ווען ער איז אריין געקומען געבן שלום פארן רבין האט אים די רבי מקבל געווען מיט א מוראדיגע שמחה און געזאגט חז"ל זאגן דאך "הארון נושא את נושאיו" דער תלמיד רבי ארון האט גלייך פארשטאנען אז די רבי איז מרמז זיין פטירה, און טאקע יענעם נאכט ליל שישי איז די רבי נסתלק געווארן,
ווערט דערציילט אז כ"ג אדר בשנת תרכ"ו איז נסתלק געווארן הרה"ק רבי יצחק מאיר אלתר בעל חידושי הרי"ם מגור זי"ע, האט דאן דער צדיק דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע געזאגט פאר זיינע מקורבים, אז ער האט מקובל אז ווען דער צדיק הדור וועט נסתלק ווערן, וועט מען אים ארויפריפן זיין בעל תפילה, כך הוה יענע וואך ערב שבת קודש איז דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע נסתלק געווארן,
וועגן זיין פטירה פארציילט מען אז ליל שישי ערב ר"ח ניסן כ"ט אדר תרכ"ו פאר חצות האט די הייליגער תפארת שלמה גענומען דעם ספר הזוהר אין די האנט און געזעצן און געלערנט זוהר, א שטיק צייט נאך חצות האט ער געלייגט זיינע הייליגע הענט און זיין קאפ אויפן זוהר, די תלמידים האבן געמיינט אז די רבי האט איינגעדרימעלט אויפן ספר.
אבער נאך אפאר שעה האבן די תלמידים געזעהן אז די רבי וועקט זיך נישט אויף, איז מען צו געגאנגען און דאן האט מען געזעהן אז רבינו זי"ע איז נסתלק געווארן בשעת זיין קאפ ליגט אויפן זוהר הקדוש, ויצאה נשמתו בטהרה.
ווען מען האט גענדיגט מאכן די טהרה האבן די חברה קדישא געזעהן אז פונעם נאז פונעם רבין רינט בלוט און דאס האט אפגעהאלטן דאס לוי', איז דער תלמיד רבי אהרן צו געגאנגען צום רבין און אריין געזאגט אונעם אויער, די רבי זאל וויסן אז עס איז ערב שבת קודש און די זמן איז קורץ, דערוועגן בעט איך אז די רבי זאל אפשטעלן דאס בלוט כדי מען זאל קענען מאכן דעם לוי' און נישט ח"ו קומען לידי חילול שבת, גלייך האט דאס בלוט אויף געהערט, און מען איז געגאנגען צו די לוי' און ווי די רבי האט געזאגט "הארון נושא את נושאיו" איז זיין תלמיד רבי אהרן געווען פון די נושאי המיטה.
ער איז נסתלק ערב ראש חודש ניסן כ"ט אדר בשנת תרכ"ו, ומנוחתו כבוד איז אין שטאט ראדאמסק,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.

עס איז שטארק באקאנט די נסיעה בשנת תרכ"ג פונעם "תפארת שלמה" קיין צאנז אויף שבועות, צווישן די צאנזער חסידים איז דער שבועות פאררעכנט געווארן אלץ דער גרעסטער שבועות אין צאנז.
עס איז צו באמערקען אז דער "תפארת שלמה" איז צו יענער צייט געווען א מנהיג פון טויזענטער חסידים, דאך האט ער איבערגעלאזט זיין היים על פי עצתו פון הרה"ק רבי ארון מקראקא זי"ע און איז געפארן אויף שבועות קיין צאנז און צוזאמען מיט אים איז מיט געפארען די גאנצע פמליא, זיינע קינדער די גבאים ומשמשים און אהן א שיעור חסידים.
ווען דער "תפארת שלמה" איז אנגעקומען קיין צאנז איז אים דער צאנזער רב געגאנגען מקבל פנים זיין, ווען דער צאנזער רב איז צוריק געקומען פון די אכסניא האט ער זיך אנגערופן מיט זיין גרויס עניוות "פלאי פלאים" דער הייליגער ראדאמסקער רבי איז שוין גרייט צו קבלת התורה, און איך האב נאך נישט אמאל אנגעהויבן צו שפירען א קליין חלק פון וואס דער ראדאמסקער רבי שפירט.
דעם ערשטען טאג האט דער "תפארת שלמה" גע'דאווענט פאר'ן עמוד שחרית און געזאגט הלל, ווען דער צאזנער רב האט מכבד געוועהן דעם "תפארת שלמה" צו דאווענען פאר'ן עמוד האט ער זיך קודם אנטזאגט זאגענדיג אז אין ראדאמסק זאגט מען נישט קיין פיוטים, האט זיך דער צאנזער רב אנגערופען אז לכבודו פון ראדאמסקער רבי'ן וועט מען אויך אין צאנז נישט זאגען היינט קיין פיוטים, דעמאלט האט דער "תפארת שלמה" אנגענומן דעם כיבוד.
דער צאנזער רב איז במשך פון גאנצען דאווענען געשטאנען אויסגעדרייט צום "תפארת שלמה" נישט אראפנעמענדיג א אויג פון אים. און דער הייליגער דברי חיים מצאנז האט דאן געזאגט פארן הייליגען תפארת שלמה זי"ע בזה"ל, "זינגטס אהבת עולם עס זאל אונז דאס הארץ דערקוויקען".
דער גאנצער עולם איז גאר שטארק באגייסטערט געווארען פון זיינע תפילות און איבערהויפט דעם אקדמות זאגען, צום צווייטען טאג יום טוב שבועות, האט דער צאנזער רב געזאגט הלל פאר'ן עמוד, און דער "תפארת שלמה" איז מורא'דיג נתפעל געווארען פונעם צאנזנער רב'ס הלל. נאכ'ן דאווענען האט זיך דער "תפארת שלמה" אנגערופען, אויב וואלט איך געוואוסט נעכטן ווי אזוי דעם צאנזער רב'ס הלל זעהט אויס, וואלט איך נעכטען נישט צו געגאנגען צום עמוד.
יארן שפעטער האבן די חסידים נישט געקענט פארגעסען דעם געהויבענעם מעמד ווען די צוויי צדיקים זענען זיך צוזאמען געקומען.
שבת נאך שבועות נאכדעם וואס דער צאנזער רב האט געענדיגט זיין טיש איז ער געגאנגען באזוכן זיין דערהויבענעם גאסט דער תפארת שלמה, האט דער צאנזער רב געבעטן דעם תפארת שלמה ער זאל עפעס זינגען לכבוד שבת, דער תפארת שלמה האט געזינגען "מזמור שיר ליום השבת", נאכדעם ווי דער תפארת שלמה האט גענדיגט האט זיך דער צאנזער רב אנגערופען דאס איז געווען גאר א חשוב'ע כיבוד.
הרה"ק רבי איציק'ל מפשעווארסק זי"ע האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע איז אנגעקומען קיין צאנז אויף א שבת קודש, האבען די צוויי צדיקים געשמיעסט צווישן זיך לגבי גילוי אליה הנביא ז"ל, האט דער צאנזער רב געזאגט אז גילוי צדיקים איז גרעסער ווי גילוי אלי', האט דער תפא"ש געגעבען א ציטער,
ארויסגייענדיג האט דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע געזאגט פאר די מקורבים, "זענט עטס א מבין אויף דעם אלטיטשקען", [אין גרויס פוילען פלעגט מען זאגען אויף א רבי א ראש ישיבה דער אלטיטשקער] "איך האב שוין א לאנגע צייט משתוקק געווען איך זאל זען דעם רבי ר' אלימלך, האט ער מיר איצט אים געוויזען".

הרה"ק בעל תפארת שלמה זי"ע, האט אסאך עוסק געווען צו פארעכטן די ציון פונעם הייליגען רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע. און ער האט מפרסם געווען דאס גדלות פונעם הייליגען רבי ר׳ אלימלך.
אויך האט דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע מתקן געווען א פלאץ אינעם שטוב ווי דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע האט געוואוינט, אז מען זאל דארט דאווענען יעדן טאג, ווערט דערציילט, אז דאס ערשטע מאל וואס דער תפארת שלמה איז געקומען קיין ליזענסק, האט ער דארט געפרעגט דעם עולם, אויב די שטוב ווי רבי אלימלך האט געוואוינט שטייט נאך, האט מען געזאגט אז יא עס איז נאך דא און דארט וואוינט א גאר פשוטע איד,
איז דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע אריבער צום שטוב, און ער פרעגט דעם איד וואס וואוינט דארט, אויב ער ברויך סיי וואסערע ישועה, זאגט דער איד אז יא, ער האט ליידער נאכנישט זוכה געווען צו קיין זש"ק, האט דער הייליגער תפארת שלמה געזאגט פאר דעם איד, וויסן זאלסטו אז ווי לאנג די וואוינסט אין דעם שטוב וועסטו נישט זוכה זיין צו קיין זש"ק,
און דער תפארת שלמה זי"ע האט געזאגט פאר דעם איד, אויב בוסטו מסכים זיך אוועק צו ציען פון דעם שטוב, וועסטו געהאלפן ווערן מיט א קינד צום יאר, פארשטייט זיך אז דער איד האט מסכים געווען דערצו, דער תפארת שלמה האט דאן איבער געמאכט דעם שטוב ווי עס פאסט פאר דעם שטוב פונעם צדיק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, פארשטייט זיך אז צום יאר איז דער איד געהאלפן געווארן מיט א בן זכר,
ער פלעגט יעדעס יאר פארן צום יארצייט און אפילו ער איז געווען א כהן איז ער געווען סמוך ונראה צום ציון. איין יאר ווען די תפארת שלמה זי"ע, איז געפארן צום יארצייט איז ער דורך געפארן די שטאט קראקא און ער איז אריין צו הגה"ק רבי שמעון סופר זי"ע, האט אים רבי שמעון געפרעגט דא אין קראקא ליגען דאך אזוי פיל גרויסע צדיקים, פארוואס ברויכסטו פארן צום רבי אלימלך ביז ליזענסק.
האט דער תפארת שלמה געזאגט אז די אלע צדיקים האבן נישט אזוי ווייט קיין שייכות מיט אונז אויפן עולם הזה, אבער רבי אלימלך מליז'נסק זי"ע. זיצט איינגעהילט אין טלית און תפילין און הערט זיך צו צי יעדן בקשה אויף די וועלט און פוילט פאר אונז אלע.
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע פלעגט יעדעס יאר מאכן א סעודה ביים יארצייט, איין יאר האט ער געמאכט א גרויסע סעודה און געזאגט אז די רבי ר' אלימלך איז דא מיט אונז און ער האט געבענטשט דעם גאנצן עולם אינעם זכות פונעם רבי ר' אלימלך, און מען פארציילט אז יעדער וואס איז דארט געווען איז געהאלפן געווארן מיט ישועות און רפואת.
פארציילט מען אז א איד איז געקומען צום הייליגען תפארת שלמה זי"ע, און זיך מזכיר געווען אז ער ברויך א גרויסע ישועה, האט אים די צדיק געזאגט קום מיט מיר, איך פאר יעצט צום הייליגען רבי אלימלך מליז'נסק.
איז דער איד געפארן מיטן תפארת שלמה קיין ליזענסק, שטייענדיג ביים ציון איז געקומען א אייניקל פונעם רבי אלימלך און געזאגט אז ער ברויך האבן צרכי חתונה 600 רייניש. האט דער צדיק געזאגט פאר דעם איד געב דעם סכום פארן אייניקל פונעם רבי אלימלך זי״ע און די וועסט געהאלפן ווערן. דער איד האט גלייך אהין געגעבן דעם סכום פארן אייניקל פונעם רבי אלימלך און ער האט געהאט א ישועה.
הרה"ק רבי יחזקאל ראבינאוויץ זי"ע, א אייניקעל פונעם הייליגען תפארת שלמה זי"ע האט דערציילט, אז בשנת תרע"ג איז ער געגאנגען קיין ליזענסק צום יארצייט פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, וויבאלד ער איז געווען א כהן איז ער געגאנגען אויפן פעלד נישט ווייט פונעם אוהל אזוי ווי אלע כהנים, איז צו אים צוגעקומען אן אלטער ערל און זאגט אים, איך האב געהערט אז די בוסט א אייניקעל פון די רבי פון ראדומסק, און דערפאר וויל ער אים שיין מכבד זיין,
ווען דער אייניקעל האט געפרעגט דעם ערל פון ווי ער קען דעם זיידן מראדומסק, האט דער ערל דערציילט, אז ווען דער תפארת שלמה זי"ע פלעגט יעדעס יאר קומען צום יארצייט קיין ליזענסק, האט ער געהאט זיין פלאץ אויפן פעלד פון דעם ערל, וואס דארט איז דער צדיק געזעצן די גאנצע צייט און עוסק געווען בתורה ועבודה,
דערציילט דער ערל אז ער האט דעם פלאץ קיינמאל נישט צו גערירט צוליב דעם קדושה וואס דער צדיק האט דארט איבער געלאזט, און ער האט ממש נעבן דעם דריי ביימער וואס געבן ארויס גאר שיינע פרוכט און ער מאכט אסאך געלט דערפון, און דער ערל זאגט אז ער איז זיכער אז דאס איז צוליב די ברכה וואס דער תפארת שלמה האט איבער געלאזט אויפן פאלץ,

די נאנטע חסידים האבן געוויסט אז ווען מען קומט זיך מזכיר זיין ביים צדיק און ער צובייזערט זיך האט מען געוויסט אז מען איז א געהאלפענער. ווי באקאנט ווען ער האט א איד געגעבן א קלאפ האט מען שוין געשריגען מזל טוב ווייל מען האט געוויסט אז דער איד איז שוין א געהאלפענער.
איינמאל איז א איד וואס האט געברויכט א ישועה און ער האט פראבירט אז די רבי זאל זיך בייזערן אויף אים אבער גארנישט האט נישט געהאלפן און די רבי האט זיך נישט געבייזערט אויף דעם איד, האט דער איד אוועק גענומען דעם סידור פונעם רבין און געהאפט אז די רבי וועט זיך בייזערן אויף אים און ער וועט האבן א ישועה, האט זיך די רבי אנגערופען צו דעם איד איך ווייס אז די ווילסט איך זאל דיך מקלל זיין, "א מכה אני יקלל אותך", און דער איד איז געהאלפן געווארן.
ווי באקאנט האט די רבי קיינעם נישט געלאזט זיין אויף פסח ביי אים, איז געווען א איד וואס האט געברויכט א ישועה געהאלפן ווערן מיט קינדער, האט ער זיך באהאלטן אונטערן טיר ביזן סדר. ביי די הגדה האט אים די רבי ארויס גערופען און געוויזען אינעם הגדה ביי מה נשתנה, און געפרעגט ווייסטו וואס עס שטייט פאר מה נשתנה, האט דער איד געזאגט "וכאן הבן שואל", האט אים די רבי געזאגט יעצט קענסטו בעטן פאר א בן זכר, און צום יאר איז דער איד געהאלפן געווארן מיט א בן זכר.
הרה"צ רבי נח גד וויינטרויב ז"ל האט פארציילט אז ר' יצחק אליניק ז"ל פון ראדאמסק האט איין יאר ערב פסח נאך חצות גענומען א זאק פאטעטעס, א פעטע גאנז, און א שאכטל אויל, און אריבער צום הייליגען תפארת שלמה זי"ע אין שטוב, און מיטן פיס אויף געמאכט דעם טיר, און דער הייליגער צדיק האט דאן געהאלטן אינמיטן לערנען און זיך דערשראקן, און דער ר' יצחק האט אראפגעלייגט דעם שווערן פעקל אויף דער ערד און די פאטעטעס זענען ציפלויגען אויף דער ערד, און זאגט פארן רבין דא האט די רבי א שיינע מתנה לכבוד יו"ט.
ווען די רבי האט געזעהן וואס דער ר' יצחק האט אים געברענגט האט אויפגעלאכטן די אויגן פונעם רבין און ער האט א זאג געגעבן "רבי איציק בזכות דעם זאלסט לעבן הונדערט יאר, ווייל איך האך גארנישט געהאט מיט וואס יו"ט צו מאכן, און אין דעם זכות וואס די האסט מיך מחיה געווען זאלסטו לעבן הונדערט יאר", האט רבי נח גד געזאגט אז ער האט געקענט דעם איד ווען ער איז געווען 98 יאר און ער האט געזאגט איך האב נאך 2 יאר צו לעבן פונעם ברכה פונעם תפארת שלמה זי"ע, און כך הוה ביי די הונדערט יאר איז דער איד נפטר געווארן.
הרה"ח רבי ליפמאן ז"ל די שוואגער פונעם תפארת שלמה האט פארציילט אז ער איז געווען אין גור ביי די פטירה פון הרה"ק בעל חידושי הרי"ם זי"ע, כ"ג אדר תרכ"ו, און ווען ער איז צוריק געקומען פון די לוי' האט ער נישט געוואלט פארציילען פארן שוואגער וועגן די פטירה פונעם חידושי הרי"ם וואס ווי באקאנט איז געווען א שטארקע אהבה צווישן די צוויי צדיקים און ער האט אים נישט געוואלט מצער זיין,
אבער די קומענדיגע טאג איז דער תפארת שלמה געוואר געווארן וועגן די פטירה און גלייך גערופען דעם שוואגער און זיך נאכגעפרעגט אויפן פטירה און די לוי', און ער האט אויסגעבראכן אין א געוויין און אנגעכאפט זיין דיקנא קדישא און געזאגט זעט מיין בארד איז שוין ווייס, און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט איך האב שוין נישט וואס צו זיכען אויף די וועלט.
האט דער שוואגער רבי ליפמאן און געפרעגט דעם רבין, דער דור ברויך דאך דעם רבין אויף די וועלט, האט ער גענטפערט "כמעשהו בחול כך מעשהו בשבת" איך האב געארבעט אויף די וועלט וואס הייסט חול, וועל איך אויך ארבעטן בשבת וואס דאס איז עולם שכולו טוב. און געזאגט אז ער האט מקובל פון רבותיו הקדושים אז ווען די צדיק הדור ווערט נסתלק רופט מען אים לכבודו צו מקבל שבת זיין דארט אויבן אין הימל, און טאקע יענע וואך נאך די פטירה פונעם חידושי הרי"ם, ליל שישי כ"ט אדר תרכ"ו איז דער תפארת שלמה נסתלק געווארן,
איז געווען איין יאר ערב יו"ט שבועות און עס איז נישט געווען קיין פיש צו באקומען אינעם שטאט ראדאמסק, איז געווען א חסיד פונעם תפארת שלמה וואס האט געהייסן ר' בעריש ז"ל וואס האט געארבעט מיט אויל, האט זיך די רעבעצין אפגערעדט אז עס קומט א גרויסע עולם און זי ווייסט נישט וואס עס וועט זיין אז עס איז נישט דא קיין פיש.
איז דער ר' בעריש אריבער צו א דערנעבעדיגען שטאט און אהיים געברעגנט פאר די רעבעצין פיש בהרחבה. א טאג נאך יו"ט האט די רבי געזעהן ר' בעריש גיין אויפן גאס האט אים די רבי געפרעגט "וואס ווילסטו פין די פיש" האט ר' בעריש געזאגט איך האב דאס נישט געטון פאר פרנסה נאר כדי עס זאל זיין א שמחות יו"ט ביים רבין, אבער רבי די פרנסה ביי די אויל גייט שווער, האט דער הייליגער תפארת שלמה געזאגט פאר ר' בעריש בזה"ל, " עס זאל זיך גיסען און גיסען און גיסען פון אלע זייטן". און פון דאן איז אריין א גרויסע ברכה און ער איז נתעשר געווארן.

ווי עס איז באקאנט האט דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע מחזר בתשובה געווען הרה"ק רבי חיים דוד דאקטאר זי"ע, און אים ארויף געברענגט צו א גאר הויכע מדריגה, און נאכן פטירה פונעם חוזה האט ער זיך מדבק געווען אין רבי דוד'ל לעלובער זי"ע, און נאכן פטירה פונעם לעלובער האט ער זיך מדבק געווען אינעם תפארת שלמה זי"ע.
האבן די חסידים געפרעגט רבי חיים דוד, וויבאלד דער הייליגער תפארת שלמה איז דאך שוין געווען א דור שפעטער, ווי אזוי קענסטו זיך מדבק זיין אינעם תפארת שלמה נאכן זיין דבוק אינעם חוזה מלובלין און אויך אינעם הייליגע לעלובער זי"ע.
האט רבי חיים דוד דאקטאר זי"ע, געזאגט מיין רבי דער חוזה מלובלין האט מיך אויס געלערנט ווי אזוי צו שפירען אויף איינעם וואס איז א צדיק וקדוש און פון די נוטרי ברית, און דער הייליגער תפארת שלמה האט אלע סימנים, ער איז א צדיק וקדוש, און ער האט אין זיך די נשמת התנא רבי עקיבא ע"ה, און חכמת שלמה המלך ע"ה, און ער איז בבחינת יוסף הצדיק ע"ה,
מען פארציילט אז א איד איז געפארן צום הייליגען תפארת שלמה און א חבר זיינער האט געבעטן אז ער זאל אים מזכיר זיין ביים צדיק, אבער ווען דער איד איז אנגעקומען צום תפארת שלמה האט ער פארגעסן די נאמען פון דעם חבר און ער האט זיך זייער מצער געווען, האט ער פארציילט פארן רבין אז ער האט פארגעסן דעם נאמען פון זיין חבר.
האט אים דער צדיק געפרעגט אפשר איז די נאמען אזוי, האט דער איד געזאגט אז יא, און אפשר איז די מאמע'ס נאמען אזוי, האט דער איד געזאגט אז יא, און דער צדיק האט געזעהן ווי דער איד וואונדערט זיך פון ווי ער ווייסט דעם נאמען, האט ער געזאגט פאר דעם איד, אז ביי אונז איז דא א ספר השמות וואס דארט שטייט אלע נעמען פון כלל ישראל און איך האב דעם נאמען פון דעם איד דארט געטראפן.
האבן די חסידים געפרעגט רבי חיים דוד, וויבאלד דער הייליגער תפארת שלמה איז דאך שוין געווען א דור שפעטער, ווי אזוי קענסטו זיך מדבק זיין אינעם תפארת שלמה נאכן זיין דבוק אינעם חוזה מלובלין און אויך אינעם הייליגע לעלובער זי"ע.
האט רבי חיים דוד דאקטאר זי"ע, געזאגט מיין רבי דער חוזה מלובלין האט מיך אויס געלערנט ווי אזוי צו שפירען אויף איינעם וואס איז א צדיק וקדוש און פון די נוטרי ברית, און דער הייליגער תפארת שלמה האט אלע סימנים, ער איז א צדיק וקדוש, און ער האט אין זיך די נשמת התנא רבי עקיבא ע"ה, און חכמת שלמה המלך ע"ה, און ער איז בבחינת יוסף הצדיק ע"ה,
מען פארציילט אז א איד איז געפארן צום הייליגען תפארת שלמה און א חבר זיינער האט געבעטן אז ער זאל אים מזכיר זיין ביים צדיק, אבער ווען דער איד איז אנגעקומען צום תפארת שלמה האט ער פארגעסן די נאמען פון דעם חבר און ער האט זיך זייער מצער געווען, האט ער פארציילט פארן רבין אז ער האט פארגעסן דעם נאמען פון זיין חבר.
האט אים דער צדיק געפרעגט אפשר איז די נאמען אזוי, האט דער איד געזאגט אז יא, און אפשר איז די מאמע'ס נאמען אזוי, האט דער איד געזאגט אז יא, און דער צדיק האט געזעהן ווי דער איד וואונדערט זיך פון ווי ער ווייסט דעם נאמען, האט ער געזאגט פאר דעם איד, אז ביי אונז איז דא א ספר השמות וואס דארט שטייט אלע נעמען פון כלל ישראל און איך האב דעם נאמען פון דעם איד דארט געטראפן.
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: רבי שלמה ראבינאוויטש ז"ל, התפארת שלמה - כ"ט אדר תרכ"ו
גליון מגנזי המלך
- פיילס
-
- מגנזי .pdf
- (190.54 KiB) דאונלאודעד 20 מאל
Re: רבי שלמה ראבינאוויטש ז"ל, התפארת שלמה - כ"ט אדר תרכ"ו
א חסיד פונעם תפארת שלמה האט איינמאל געקויפט דעם הייליגען ספר בת עין ביי א מוכר ספרים, שפעטער איז דער מוכר ספרים געפארן קיין ראדאמסק און געטראפן דעם הייליגען תפארת שלמה און פארציילט אז ער האט פארקויפט פאר איינעם דעם ספר בת עין, האט דער תפארת שלמה געבעטן זיין משמש ר' אברהם לייב ז"ל אז ער זאל פארן צו דעם איד און בעטן אויב ער קען בארגן דעם ספר בת עין, דער חסיד האט דאס גערן געבארגט פארן רבין.
נאך אפאר וואכן איז דער איד געקומען אויף א שבת צום רבין דער תפארת שלמה, זונטאג ווען דער איד איז זיך געגאנגען געגעזעגנען ביים רבין האט די רבי געבעטן אויב ער קען נאך האלטן דעם ספר פאר א שטיק צייט, דער חסיד האט געזעהן ווי שטארק דער רבי וויל האבן דעם ספר האט ער געזאגט אז ער גיבט דאס אוועק במתנה פארן רבין, ווען דער תפארת שלמה האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעלאכטן און ער האט געהייסן ברענגען א לחיים.
נאכדעם האט ער פארציילט פאר דעם איד די ענין וועגן דעם ספר און געזאגט, דער מחבר פון דעם ספר איז געווען א צדיק גדול ונורא, "פון דיא פערצייטישע יודען". (וואס ווען דער תפארת שלמה זי"ע האט געזאגט דעם לשון אויף איינעם האט דאס געמיינט אז דער איד איז געווען א גאר גרויסע צדיק פון די הויעכע נשמות).
און ער איז געווען בזמן פון הרה״ק מראדושיץ זי"ע, און ער האט געוואוינט אין רוסלאנד אינעם שטאט אווריטש, איך האב זייער געוואלט פארן זעהן דעם צדיק אבער צוליב די ווייטע וועג בין איך נישט אנגעקומען צו אים, ער איז ארויף קיין ארץ ישראל און ליידער נסתלק געווארן און נישט איבער געלאזט קיין קינדער רח"ל, און געזאגט, מיין זוהן אברהם ישכר בער הייסט נאך דעם צדיק.
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע איז געווען באקאנט מיט זיין געוואלדיגע עניוות, ער האט בכלל נישט געהאלטן פון זיך און נישט געהאלטן אז ער איז עפעס העכער ווי א אנדערן איד, איין מוצאי שבת קודש איז דער צדיק אריין געקומען אין ביהמ"ד און ער מאכט א געוואלד און שרייט "אידן ווער ברויך א גלאז טיי, איך וויל געבן א גלאז טיי פאר א איד",
ווען מען האט געפרעגט דעם צדיק וואס גייט פאר, האט דער צדיק דערציילט, עס איז יעצט ארויף געקומען א נשמה אויפן עולם האמת, און מען האט געברענגט דעם ספר הזכרונות און געקוקט ווי אזוי מען זאל די נשמה פסק'נען, האט מען דארט געטראפן אז דער איד איז געווען א פשוטע איד, אבער מען האט דארט געזען, אז דער איד האט איינמאל געטון א גרויסע חסד מיט א אנדערן איד, ער האט געברענגט א גלאז טיי פאר א אנדערן איד,
דערפאר האט דער צדיק דער תפארת שלמה זי"ע אויס געפירט, "האטס רחמנות אויף מיר, ווער דארף א גלאז טיי, איך וויל אים געבן א גלאז טיי, ווייל איך האב אפילו דאס איין מאל אויך נישט געטון", דאס איז געווען דעם עניוות פון דעם גרויסן צדיק וואס האט זיין גאנץ לעבן אלעס געטון פאר א אנדערן איד, אבער באמת האט ער געהאלטן אז ער האט נאך גארנישט געטון,

איין שבת קודש איז דער הייליגער צדיק הרה"ק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע געווען אויף שבת אין שטאט וולאשצאווי, דארט ווי דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע איז אויף געוואקסן, איז געווען דער מנהג אין שטאט, אז ערב שבת קודש בעפאר מנחה זענען אלע אידן פון שטאט געקומען אין ביהמ"ד, און ווארטענדיג אז דער צדיק זאל אריין קומען, האבן די עלטערן געזאגט שיר השירים מיט די קינדער, דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע זייענדיג א קינד פון בערך 5 יאר אלט, האט אויך געזאגט שיר השירים אויפן קול מיט זיין טאטן,
ווען דער צדיק דער יהודי הקדוש זי"ע איז אריין געקומען אין ביהמ"ד דאווענען מנחה, האט ער געהערט ווי דער קינד דער תפארת שלמה זי"ע זאגט שיר השירים מיט א געוואלדיגע נעימות ומתיקות, האט דער צדיק זיך אנגעריפן בזה"ל, "דער קינד זאגט שיר השירים ממש אזוי ווי שלמה המלך ע"ה", און דער יהודי הקדוש זי"ע איז צו געגאנגען צום קינד און א קיש געגעבן אויפן מקום התפילין, יארן שפעטער האט דער תפארת שלמה זי"ע געזאגט, אז ער האט דעם קיש פונעם צדיק געשפירט ביז צו זיין בר מצווה, און דאס איז געווען הנחת תפילין פאר אים פונעם צדיק,
אין זיינע יונגע יארן איז דער צדיק וקדוש דער תפארת שלמה זי"ע אסאך געפארן זיך מסתופף זיין בצלו פון הרה"ק רבי בונם מפשיסחא זי"ע, און יענע צייט איז דער צדיק רבי בונם שוין געווען א סגי נהור ל"ע, איז געווען דער סדר דארט, אז יעדער וואס איז געקומען אויף שבת, איז דורך דעם צדיק רבי בונם און שלום געגעבן, דער תפארת שלמה זי"ע איז אויך דורך און שנעל געגעבן שלום פארן צדיק,
אבער א מינוט נאכדעם האט דער צדיק רבי בונם געזאגט בזה"ל, "ווער איז דער יונגערמאן וואס האט מיר יעצט געגעבן שלום, וואס איך שפיר אויף אים חכמת שלמה", ווען דער תפארת שלמה האט געהערט די ווערטער האט ער פארשטאנען אז אים מיינט די רבי, דערפאר מיט זיין גרויס עניוות, איז ער אנטלאפן פון ביהמ"ד און שנעל געלאפן צום באן אוועק צו פארן פון שטאט,
אלע מענטשן וואס זענען דארט געווען זענען אריבער ביים רבין, אבער דער צדיק רבי בונם האט כסדר געזאגט, אז דער יונגערמאן איז נישט דא, איז מען געגאנגען צום באן און זיך דארט נאכגעפרעגט ווער עס איז יעצט דא געווען, ביז די אידן זענען געוואר געווארן אז דאס איז געווען דער תפארת שלמה, ווען מען האט דאס געזאגט פארן צדיק רבי בונם, האט ער זיך אנגעריפן, דער יונגערמאן קען איך שוין פאר א לאנגע צייט אז ער האט חכמת שלמה, איך האב נאר געמיינט אז עס איז דא נאך איינער מיט די חכמה,
ווערט געברענגט אז ווען הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע האט זיך אריבער געצויגען קיין ארץ ישראל, האבן אים באגלייט אלע צדיקים פון שטאט, ובתוכם איז געווען דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע, בעפאר דער רבי משה זי"ע איז אפגעפארן, האט ער געבעטן דעם תפארת שלמה אז ער זאל אים אלס כהן בענטשן, דער תפארת שלמה האט מקיים געווען דעם בקשה פון זיין רבין און ער האט דעם רבין געבענטשט מיט ברכת כהן מיט גרויסע בכיות נוראות, אז דאס האט מעורר געווען אלע אידן וואס זענען דארט געווען,
דאן האבן די חסידים פון רבי משה מלעלוב זי"ע געפרעגט דעם רבין, ווי אזוי לאזט אונז די רבי איבער כצאן בלי רועה, האט רבי משה מלעלוב זי"ע געזאגט, איך לאז ענק איבער מיט דעם צדיק וקדוש רבי שלמה מרדומסק וואס ער איז אסאך העכער ווי מיר, און איר זאלט אלע פארן זיך מסתופף זיין בצלו, פארשטייט זיך אז די תלמידים האבן אויס געפאלגט וואס זייער רבי האט זיי געהייסן, דער תפארת שלמה זי"ע מיט זיין גרויס עניוות האט די תלמידים פראבירט צו פארשיקן האלטענדיג אז ער איז גארנישט, אבער רוב פון די תלמידים פון רבי משה מלעלוב זי"ע האבן זיך אין אים מדבק געווען,
א איד וואס האט פארמאגט א אוצר חיטים וואס ער האט דארט געהאט א גרויסע אוצר פון ווייץ, איין טאג האט זיך אריין געכאפט ווערים אינעם אוצר און פארשטייט זיך אז דער איד האט פון דעם געהאט א גרויסע שאדן, צו דעם האבן די סוחרים אין זיין שטאט געהערט דערפון און צוביסלעך האט דער איד ליידער פארלוירען אסאך געלט,
דער איד איז געקומען זיך אויסרעדן צום הייליגען תפארת שלמה זי"ע וואס איז געווען מפורסם מיט זיינע ישועות אויף פרנסה פאר אידישע קינדער, דער צדיק האט געבעטן פון דעם איד אז ער וויל אריבער גיין צו זיין אוצר חיטים, דער צדיק איז אריבער צום אוצר און אזוי ארום קוקענדיג אינעם אוצר האט דער איד געזען אז עס איז מער נישט דא קיין ווערים, און פון דאן האט מען אין דעם אוצר מער נישט געטראפן אפילו איין ווערים, און דער איד איז געווארן אויפגעלאכטן מיט זיין פרנסה,

איין יאר ווען דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע איז געפארן קיין ליזענסק אויפן יארצייט פון רבי אלימלך מליזענסק זי"ע מיט א גרויסע קבוצה פון זיינע חסידים, איז דער צדיק דורך געפארן אויפן וועג א שטאט נישט ווייט פון ליזענסק, איז דארט געווען א איד וואס האט געהאט א ארענדער, און ווען דער איד האט געהערט אז דער צדיק דער תפארת שלמה פארט דורך זיין שטאט, איז ער קעגן געגאנגען דעם צדיק און געבעטן אז די רבי זאל אריין קומען ביי אים אין גאסט הויז, און ער וועט מכבד זיין דעם רבין און אלע חסידים וואס זענען מיט אים,
דער צדיק האט מסכים געווען און איז אריין צו דעם איד אין גאסט הויז, ווען דער צדיק האט אינדערפרי זיך געגרייט ווייטער צו פארן, איז דער איד אריין געקומען און זיך אויס געוויינט צום רבין, אז ליידער האט ער א טאכטער וואס איז ליידער אוועק פונעם אידישן וועג און זי האט חתונה געהאט ר"ל מיט א גוי, און ער בעט דעם רבין א ברכה אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט דעם צרה,
דער צדיק האט אים אויס געהערט און וואונטשט אן דעם איד, אז ער וועט בקרוב האבן אסאך נחת פון דעם טאכטער, דער איד האט נישט פארשטאנען וואס די רבי מיינט מיט די ברכה, ווייל ער האט געמיינט אז די ברכה וועט זיין אז ער וועט ר"ל פטור ווערן פון דעם טאכטער וואס ברענגט אים ליידער אסאך צער פירענדיג א נישט אידישע לעבן,
אבער צו זיין וואונדער האט דער גוי וואס האט חתונה געהאט מיטן טאכטער, איין טאג אפ געמאכט זיך מגייר צו זיין, און פון דאן האט דער גר אנגעהויבן פירן א אידיש לעבן מיט זיין טאכטער, און דעם קומענדיגן יאר ווען דער צדיק דער תפארת שלמה איז געפארן צום יארצייט אין ליזענסק, איז דער איד געקומען און דערציילט פארן רבין די וואונדער, אז דער איידעם האט זיך מגייר געווען, און יארן שפעטער איז דער איידעם געווארן א חסידישע איד און געגאנגען מיט א שטריימל און געפירט א ערליכע אידישע שטוב, אלעס מיט די ברכה פון דעם גרויסן צדיק וקדוש דער תפארת שלמה זי"ע,
ביים הייליגען תפארת שלמה זי"ע איז געווען דער מנהג, אז דער חזן הידוע ר' לייזרקא פערלמוטער ז"ל פלעגט קומען צום רבין בעפאר ראש השנה, און ער פלעגט זינגען ניגונים וואס ער האט מחבר געווען לכבודו פונעם רבין, און אויף יעדע ניגון האט דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע געזאגט אויב עס איז ריכטיג אדער נישט,
איינמאל ווען דער חזן ר' לייזרקא האט אנגעהויבן זינגען א ניגון, האט דער תפארת שלמה זי"ע פארשטאפט זיין אויער און געזאגט פארן חזן, וואס גייט פאר מיט דעם ניגון איך שפיר אויפן ניגון עפעס שלעכטס, דער חזן האט זיך גאר שטארק געוואונדערט, וויבאלד אין זיינע אויגן איז דער ניגון געווען א גאר שיינע ניגון, אבער גלייך האט ער זיך דערמאנט, אז א חלק פונעם ניגון איז אים איינגעפאלן אינעם מרחץ, און דאס האט דער צדיק וקדוש גלייך מרגיש געווען בשעת ער האט דאס געזינגען פארן צדיק,
אין די צייטן ווען די מיליטער האט מורד געווען אין מלכות פולין איז געווען א גרויסע פחד און שרעק אויף די גאס, איין טאג איז די מיליטער געקומען אין שטאט ראדאמסק און זיי האבן געבעטן עסן פון איינע פון די עשירים פון שטאט, יענער האט זיך אפ געזאגט פון געבן עסן פאר זיי, מען האט דעם איד אוועק גענומען און איינגעשפארט אין תפיסה און עס האט אים אפגעווארט ח"ו א שרעקליכע פסק אז מען זאל אין ח"ו אומברענגען,
די משפחה איז געקומען צו לויפן צום צדיק דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע און מזכיר געווען דעם איד אז עס ווארט אים ח"ו אפ א שרעקליכע עונש, האט דער צדיק געזאגט, "זייט נישט באזארגט דער איד וועט נישט אומקומען, נאר עס וועט נאר אויס גיין אויף געלט", און דער צדיק האט געהייסן מען זאל גיין אינטערשמירן שוחד פארן הויפט פון די מיליטער,
זיי זענען געגאנגען צום הויפט און זיך איינגעבעטן ביי אים אז זיי זענען מסכים צו געבן סיי וואסערע סכום אז מען זאל דעם איד באפרייען, דער הויפט האט מסכים געווען און געבעטן דער גרויסן סכום פון 30 טויזענט זהובים וואס איז געווען א גרויסע סכום, פארשטייט זיך מען האט גלייך אהין געגעבן דאס געלט און דער איד איז באפרייט געווארן,
זיי זענען גלייך אריבער געלאפן צום תפארת שלמה זי"ע און דערציילט אז זיין ברכה איז מקיים געווארן, דאן האט דער צדיק געפרעגט וויפיל געלט מען האט דערפאר געגעבן, האט מען געזאגט פארן רבין אז מען האט געגעבן 30 טויזענט זהובים, האט דער צדיק געזאגט מיט א וואונדער, אזא גרויסע סכום האבן זיי גענומען, איך זאג ענק אז דאס גאנצע געלט וועט נאך צוריק קומען אי"ה, די אידן האבן זיך גאר שטארק געוואונדערט אויף דעם, ווייל ביי די מורדים איז דאס כמעט קיינמאל נישט געשען אז מען זאל צוריק ברענגען געלט,
אבער א שטיק צייט שפעטער האט די ממשלה געכאפט די אלע מורדים און צווישן די זאכן וואס מען האט ביי זיי געטראפן איז געווען דעם בינטל געלט וואס זיי האבן גענומען ביי דעם איד אלס אויסלייז געלט, און זיי האבן דאס גאנצע געלט צוריק געברענגט פאר די משפחה עס האט אפילו נישט געפעילט א פרוטה,
די משפחה איז צוריק געקומען צום תפארת שלמה זי"ע און דערציילט דעם גרויסן מופת וואס דא איז פארגעקומען, אזוי ווי דער צדיק האט געהערט וואס זיי דערציילט, האט ער זיך זייער געבייזערט און געזאגט "אויך מיר א מופת, אויך מיר א מופת", און ער האט פאר זיי געהייסן אהיים גיין און אויפהערן דערציילן מופתים, ווען איינער האט דאן געפרעגט דעם רבין פארוואס ער מאכט דא אוועק אזא גרויסע מופת וואס דא איז געשען, האט דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע געזאגט, אז ער האט מקובל פונעם בעש"ט הקדוש זי"ע אז א איד זאל זיך קיינמאל נישט גרויסן מיט א מופת וואס ער האט באוויזן, און דערפאר מאכט ער אוועק דעם גאנצן מופת,

איינמאל האט פאסירט אז די רעבעצין פונעם תפארת שלמה זי"ע הרבנית הצדקת מרת גיטל ע"ה האט זייער געליטן פון א צובראכענע פיס, די רעבעצין האט געהאט שרעקליכע יסורים אויף די פיס, און די דאקטוירים האבן פראבירט וואס זיי האבן געקענט, אבער זיי האבן אויף געגעבן פון טרעפן א רפואה פאר די רעבעצין, און אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט,
איין טאג איז איינע פון די טעכטער פונעם צדיק אריין געקומען צום טאטן און דערציילט די מצב מיט די מאמע'ס פיס אז זי האט ליידער גרויסע יסורים אויף די פיס, און פרעגט די טאטע היתכן די טאטע העלפט אלע אידן מיט ישועות און די מאמע העלפט ער נישט מיט א רפואה, האט דער צדיק געהייסן מען זאל אריין ברענגען די מאמע צו אים אין שטוב,
די רעבעצין איז אריין געקומען אנגעלאנט אויף די שטעקענעס, בשעת מעשה איז דורך פארענט פונעם שטוב א בהמה, האט דער צדיק דער תפארת שלמה געזאגט, אין גמרא שטייט (ביצה ל"ט) "רגלי הבהמה כרגלי הבעלים", לפלא יענע מינוט איז דער בהמה געפאלן און זיך צובראכן די פיס, און די רעבעצין איז געזונט געווארן כאחד האדם און פון דאן געגאנגען אויף די פיס געהעריג,
א חסיד איז אמאל אריין געקומען צום הייליגען תפארת שלמה זי"ע מיט א קינד וואס האט ליידער זייער געליטן אויף די לינגען, דאס קינד האט ליידער כסדר געשפיגען בלוט און די דאקטורים האבן פארגעזאגט אז ליידער ווערט זיינע לינגען ערגער און ערגער און ער איז אין א גרויסע סכנה, האט דער איד מזכיר געווען דאס קינד פארן רבין און געבעטן די רבי זאל אים געבן א ברכה אז ער זאל געזונט ווערן,
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע האט געקוקט אויף דעם קינד מיט א רחמנות בליק און זאגט, וואס ווילן די דאקטורים פון דיר, און דער צדיק האט געהייסן מען זאל ברענגען א גלעזל משקה פארן קינד, דער טאטע פונעם קינד האט זיך שטארק געוואונדערט אויף דעם און געזאגט, רבי די דאקטוירים האבן מיר אן געזאגט אז אפילו שמעקן משקה איז א סכנה פארן קינד, און ווי אזוי הייסט די רבי ער זאל נאך טרינקען משקה,
האט דער צדיק געזאגט, איך ווייס אז דאס טרינקען משקה און די מחלה פונעם קינד און דאס שפיען בלוט זענען איינס קעגן דעם אנדערן, אבער טאקע דאס וויל איך דא טון, ווייל ביידע קענען דאך נישט זיין ביי איין מענטש, דערפאר וויל איך ער זאל טרינקען משקה, און דורך דעם וועט די מחלה אוועק גיין, דער קינד האט טאקע געטרינקען די משקה וואס די רבי האט אים געגעבן, און לפלא האט דאס קינד גלייך אנגעהויבן שפירן בעסער, און נישט לאנג נאכדעם איז דער קינד אינגאנצען געזונט געווארן,
אין שטאט ראדומסק האט געוואוינט א איד וואס האט געהייסן ר' מענדל וואסער טרעגער ז"ל, ער האט דערציילט, אז אלס בחור האט ער געלערנט אין ביהמ"ד פונעם הייליגען תפארת שלמה זי"ע, דער הייליגער תפארת שלמה פלעגט כסדר אריין קומען אין ביהמ"ד זען אויב די בחורים לערנען מיט א התמדה און פארברענגען נישט די צייט,
איין טאג איז דער צדיק אריין געקומען און בעט דעם בחור מענדיל, אז ער ברויך א טובה, פארשטייט זיך אז ער איז גלייך געווען גרייט און ער איז מיט געגאנגען מיטן רבין אהיים, די רבי האט אים געבעטן אז ער זאל אריבער טראגען א קריגעל וואסער צו זיך אין שטוב, און אזוי האט ער געבעטן פונעם בחור אז ער זאל צוריק טראגען דעם קריגעל צו זיך אין שטוב, און נאכדעם איז דער בחור מענדל צוריק אין ביהמ"ד,
אביסל שפעטער איז דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע צוריק געקומען אין ביהמ"ד, און ער קומט צו מיר און גלעט מיך אויפן פנים און זאגט מיר בזה"ל "אוי זאלסטו לאנג לעבן", בשעת מעשה ווען דער וואסער טרעגער האט דערציילט די מעשה, איז ער שוין געווען 104 יאר אלט און געזונט און שטארק, האט ער זיך אבער אפגערעדט, "איך בין געווען פארנארט, ווייל איך וואלט ווען געברויכט בעטן פונעם רבין, אז איך זאל האבן פון וואס צו לעבן אויך, אבער אזוי ווי איך האב נישט געהאט קיין שכל, ברויך איך נאך ארבעטן מיטן שעפן וואסער",
ווי באקאנט האט הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע מעיד געווען אז דאס שליסל צו פרנסה ליגט ביים צדיק וקדוש דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע, ווערט דערציילט אז איינמאל איז דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע געווען אין צאנז ביים הייליגען דברי חיים זי"ע, איז דארט ביים טיש געזעצן א איד א חסיד וואס מען האט געריפן "פייוול שענקער",
אינמיטן טיש האט זיך אנגעריפן דער זון פונעם דברי חיים הרה"ק רבי ברוך מגארליץ זי"ע צום טאטן, "טאטע שוין די העכסטע צייט אז פייוול שענקער זאל נתעלה ווערן", האט זיך דער הייליגער דברי חיים זי"ע אנגעריפן, "אונז האבן מיר דא דעם ראדאמסקער רבי, ער האט די שליסעל פון פרנסה", ר' פייוול איז טאקע צו געגאנגען צום הייליגען תפארת שלמה זי"ע און באקומען א ברכה אויף פרנסה, פארשטייט זיך אז פון דעמאלט אן האט ער זייער מצליח געווען אין זיין פרנסה,

איינע פון די חסידים פונעם הייליגען תפארת שלמה זי"ע איז אמאל געקומען צום רבין און זיך אויס גערעדט, אז ער האט א טאכטער אין שידוכים, אבער ער איז ליידער א ארימאן און ער האט נישט קיין פרוטה פארן שטוב, און זיכער נישט פאר חתונה מאכן דעם טאכטער,
ווען דער צדיק האט געליינט דעם קוויטל, האט ער אנגעהויבן שרייען אויף דעם איד, גיי ארויס פון שטוב, ווייל א עני חשוב כמת, און איך בין דאך א כהן, דער איד האט זיך דערשראקן און ער איז ארויס געלאפן פון שטוב, אבער גלייך האט אים דער צדיק צוריק גערופן און געזאגט, די בוסט דאך אבער א מת מצוה און מיט א מת מצוה מעג זיך אויך א כהן מטמה זיין, פארשטייט זיך אז עס האט געברענגט א שמייכל אויפן פנים פון אלע וואס זענען דארט געווען, וואס ווי באקאנט האט דער צדיק געברענגט גרויסע ישועות פאר אידן בדרך צחות, וואס דער צדיק איז געווען מפורסם מיט זיין מידות השמחה,
דאן פרעגט דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע פון דעם איד, זאג נאר ברויט האסטו, זאגט דער איד אז דאס ביסל ברויט וואס ער האט איז מיט דעם וואס זיין ווייב ארבעט אביסל און פון דעם האט ער אביסל עסן ביי זיך אין שטוב, זאגט דער צדיק פאר דעם איד, גוט דאס ווייב ברענגט פרנסה, מיר זעען שוין וואס איז געווארן מיט אדם הראשון וואס זיין ווייב האט אים מפרנס געווען,
דאן פרעגט דער צדיק פון דעם איד, זאג מיר באמת פון ווי האסטו פרנסה, האט דער איד געזאגט, מיין ווייב גייט ארום צו די שטיבער פון די פריצים אין שטאט און דארט פארקויפט זי ירקות און נאך ענדליכע זאכן און פון דעם האבן מיר דאס ביסל פרנסה, האט דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע געזאגט, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים א' א') וַחֲצֵרֹת וְדִי זָהָב, איז אויב גייט מען ארום אין די חצרות פון די פריצים, דאן וְדִי זָהָב וועט זיין שיין פרנסה,
דער איד איז אהיים געפארן, אבער ער האט נישט געוויסט וואס צו זאגן פאר זיין ווייב איבער דעם וואס די רבי האט געזאגט, אבער לפלא יענעם טאג איז דאס ווייב געגאנגען אזוי ווי יעדן טאג פארקויפען די ירקות, און ווען זי איז אהיים געקומען ווייזט זי פארן מאן, אז זי האט געטראפן אויף דער ערד א בייטל, און דארט איז געלעגן 300 זהובים, און פון דעם האט מען חתונה געמאכט דעם טאכטער און נאך געהאט אויף גענוג צו מאכן מסחר און דער איד האט גאר שיין מצליח געווען אין פרנסה,
ווען דער תפארת שלמה איז געווען אמאל אין לעלוב אויף שב"ק, האט אים זיין בעל אכסניא געגעבן מוצש"ק א טיי צו טרונקען, דער תפארת שלמה האט אבער נישט געוואלט טרונקען זאגענדיג "אפשר איז דאס גלאז נישט גע'טובל'ט"? דער בעל אכסניא האט אים געפרעגט פארוואס ער איז אים חושד אז ער באנוצט זיך מיט אומגע'טובל'טע כלים, האט דער תפארת שלמה אים געזאגט אז ער איז אים ח"ו נישט חושד אויף דעם, נאר עס קען זיין אז די דינסט האט צובראכן א גלעזל, האט זי צוריק געקויפט א נייע גלעזל אהן דעם וואס איינער זאל וויסען דערפון ווייל די דינסט ווייסט דאך נישט אז מען דארף טובל'ען א נייע כלי.
דער בעל אכסניא האט טאקע נאכגעפארשט די זאך, און ווי פארוואונדערט איז ער געוועהן ווען ער האט זיך דערוואוסט אז דער תפארת שלמה האט ריכטיג צוגעטראפען דעם אמת אז די כלי איז טאקע געווען א נייע וואס די דינסט האט שטילערהייט צוגעקויפט כדי מען זאל נישט וויסען אז זי האט צובראכן א גלאז, און זי האט עס נישט גע'טובל'ט, גענוי אזוי ווי דער תפארת שלמה האט געזאגט.
דער תפארת שלמה איז אמאל געפארן אויף שב"ק קיין ראדישיץ צוזאמען מיט א גרופע חסידים אינמיטן וועג האט זיך דער בעל עגלה, א גוי, אפ געשטעלט זאגענדיג אז אויב מען וועט אים נישט געבן אביסל בראנפען אדער וויין צו טרונקען וועט ער נישט פארן ווייטער, עס איז געווען אינמיטן ווינטער און אינדרויסען הערשט א שטארקע קעלט, האט דער בעל עגלה געפאדערט עפעס צו טרונקען זיך אנצוווארימען די ביינער.
די חסידים זעענדיג אז עס איז נישט דא קיין ברירה האבן זיי אים געגעבן א פלעשל וויין וואס זיי האבן אנגעגרייט צו געבן פאר'ן רבי'ן ער זאל קידוש מאכן דערויף, דער בעל עגלה נאכדעם וואס ער האט זיך אנגעטרונקען וויפיל ער האט געוואלט האט ער זיי צוריק געגעבן דאס איבער געבליבענע, די חסידים האבן עס געוואלט אויסגיסן ווייל עס איז דאך געווארן יין נסך! ווען דער תפארת שלמה האט געזעהן ווי זיי ווילן עס אויסגיסן האט ער עס צו גענומען פון זיי און האט צו געגאסען דערצו פון אן אנדערע פלאש עס זאל זיין פול מען זאל נישט דערקענען דערויף אז מען האט געטרונקען דערפון, זאגענדיג אז ער וויל זיי ווייזן דערמיט עפעס אינטערעסאנטס.
פרייטאג-צו-נאכט'ס האט דער תפארת שלמה געגעבן דאס פלעשל וויין פאר'ן משמש ער זאל עס אנגרייטען אויפ'ן טיש, דער רבי זאל מאכן קידוש דערויף, ווען דער רבי איז אריינגעקומען צום טיש, נאר זעענדיג פון דערווייטענ'ס דעם וויין ליגן אויפ'ן טיש, האט ער געהייסען דעם משמש ער זאל אים געבן דעם וויין, ווען דער משמש האט עס אהין געגעבן האט דער ראדישיצער אריינגעקוקט אין דעם וויין און זיך אנגערופען צום משמש "נעם דאס פלעשל ווארף עס אריין אין מיסט ווייל עס איז יין נסך", דאן האט דער תפארת שלמה געווינקען פאר די חסידים וועלכע זענען געפארן מיט אים זיי זאלן זעהן ווי דער ראדישיצער האט דערפילט מיט זיין רוח הקודש אז דער וויין איז יין נסך.