פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך פופציגער »

האמיר זיך זונטאג באטייליגט ביים הערליכן מעמד פעל צדק, שבע ברכות לכבוד העסקן ר’ משה מארגערעטן, און הכרת הטוב פאר די רעיזערס פונעם צדק קאמפיין דעם פארלאפענעם זומער (יא? זומער איזעס געווען?).

זעמיר אהינגעפארן באוואפנט מיט’ן כניסה בילעט, נאכ’ן ערהאלטן צענדליגע אימעילס, בריוו, און אפילו פערזענליכע טעלעפאן רופן אז נאר געלאדנטע וועלן אריינגעלאזט ווערן ביים טיר.

דעם מעמד האמיר נישט געוואלט פארפאסן סיי צוליב מיין ווארימקייט פאר צדק, כ’האב עכט אריינגעארבעט ביים קאמפיין און געווען עמאציאנאל אינוועסטירט דערין, און גלייכצייטיג צוליב די לבנה מיט די 12 שטערנס וואס מ’האט אהין צוזאמגעשלעפט, פון ר’ אברהם פריעדמאן ביז שלום דער לעממער און ישי ריבו פונעם אנדערן זייט סמבטיון.

נו, מי ראה אלו יוצאים ולא וויזויהייסטעס.

אינעם לאבי קומט צו צו מיר מיין חבר וועם כהאב שוין א וויילע נישט געטראפן, אזא פרייליכער אינגערמאן וואס גלייכט צו זיין מיסטריעז אסאך מאל, און אידענטיפיצירט זיך מיר מיט א צווייטע נאמען ווילנדיג זען צי כגיי כאפן ס’ער. ס’ווערט מיר פרייליך, ער איז דא, כזע שוין פאר א העפטיגע וואקסינען דעבאטע באלד...

אריינגעקומען אין זאל זעמיר ווען מאיר מרדכי האט געהאלטן אינמיטן בומען דעם זאל, עפעס האט ער ערקלערט א גאנצע חצי דיסקלעימער אז דער אווענט איז נישט באצאלט געווארן פון די קאמפיין געלט. נושוין, בארואיגט אלע באזארגטע.

האמיר זיך געטראפן אין א פאררויכערטע טונקעלע זאל, יעצט גיי טרעף מיין חבר וואס האט מיט אריינגעשטעקט א גאפל אינעם בילקע, כהייב אן זיך אומקוקן פאר זיין הויכע הוט, אבער רוב זאל איז באשטאנען פון הויכע הוטן, איי געס די סאטמאר’ע פאלן נישט אזוי פאר דעם ריבו, אונזער ציבור שלעפט מען מיט עמרם אקער און סאסכער גוטטמאן (כאפסט ווי מיין קאפ לויפט, יא? פאלט מיר נישט ביי אז רוב אידן זענען נישט קיין סאטמאר’ע...).

ענדליך געטראפן, זיך געזעצט עסן דינע פענסי באגעטס מיט אויל און ספייסעס געמויזעכטס, גראדע געווען דעלישעס, און פונקט גענוג צו דערפרישן דעם מויל מיט א פענסי קנאבל גערוך.

אין זאל איז טונקל, כזע נישט געהעריג קיין חילוק צווישן די סעלצער און זויערע פיקל, מוזיק איז הויך ווי ס’וואלט געווען א פראטעסט, אבער כמוז זאגן סהאט מיר געכאפט און גענומען א מינוט צו פארדייען. עכט רייך, באמבאסטיש, מעכטיג, ווי עס פאסט צו זיין צוגעגרייט פאר - - אזא חשוב’ע גאסט ווי מיר...

א שנעלע אבזערוואציע צייגט א הערליך בילד ווי דער זאל שמייכלט פון ברעג צו ברעג, שטאלצע עסקנים וועלכע וועלן לעולמי עד טראגן אויף זייער קאנטע די הילף און סופארט וואס זיי האבן געגעבן פאר צדק, די האפענונג וואס זיי האבן אריינגעשיינט אין אידן מצפים לישועה, זענען זיך צוזאמגעקומען אונטער איין דאך לכבודו פונעם גענעראל ר’ משה, און גלייכצייטיג באקומען אנערקענונג פאג זייער ארבעט. עס איז געווען עמאציאנאל.

אינעם זאל טרעף איך פארשידענע חברים, אלטע און נייע, מיין ידיד וידיד כל בית ישראל דער כאריזמאטישער ר' חזקי שטיין, דער שטענדיגער עסקן פאר מיניני מעריב, בודזשעטינג, לייף אינשורענס, סתם אזוי א גוט ווארט פאר א איד, און וואס נישט, וועלכע האט ביים קאמפיין גערעיזט אסטראנאמישע רעקארד ברעכנדע סכומים מיט די הילף פון כלל ישראל, נעמט מיר אויף מיט זיין שטענדיגע שמייכל און באדאנקט זיך פאר’ן קומען.

אזוי הייבט מען זיך אן ארומדרייען טרעפן פריינט, @תרמב טענה’ט ער דערקענט מיר נאך אפילו ער האט איגנארירט מיין מזל טוב מעסעדזש, @צוקוקער זאגט אז ער איז לעצטנס טויט ביזי, @רואיגער איז איבערצייגט אז אברהם פריעד איז די היט פון די נאכט, און נאך א רייע ידידים סיי אין ריעל לייף, און סיי ניקס וואס נישט אלע פון זיי קען מען מענשענען דא אויף אידטיש, האט מען פריינטליך באגריסט.

שטילערהייט איז פארגעקומען אזא פיצי שטיקל אידטיש פארברענג... זיך געטראפן מיט אפאר נייע פנימ’ער אויך.

שלום לעמער האט מיר געכאפט צום ערשטן מאל אויף אזא פארנעם. דער זינגט שטארק און גוט. אברעימל איז אויך פיין געווען, הגם ס’נערווירט מיר ווען זינגערס מאכן קיוט קונצן ביים אויפטרעטן, אבער איי געס ס’באלאנגט אזוי. (דיסקלעימער: כ’האב קנאפע פארשטאנד אין מוזיק, סא נעמען מיינע ווערטער מיט זאלץ אדער צוקער, וויטשעווער קאמס פירסט)

אה, וועגן די קעמערעס פרעגסטו? ניין, ס’נישט געווען דארט א סעיל פון קעמערעס, פלעין אבאנטש אבאנטש פאטאגראפירער. כהאף איינער גייט עכט איבערקוקן די אלע טויזנטער בילדער...

די עסן איז געווען גוט, נארהאפטיג, און געשמאק. זייער הנאה געהאט. די אטמאספעהר אין זאל איז געווען א ברכה צו מאכן, און די זייגער האט זיך געגליטשט זיין וועג מיט אימפעט אן דעם וואס איך זאל אויפפאסן בכלל.

ערגעץ אינמיטן אברעימל’ס אויפטריט ווען מהאט זיך אויפגעשטעלט טאנצן בין איך ארויס, איך גלייך נישט ווען מהייסט מיר טאנצן... כהאב שוין גראדואירט דעי קעמפ, און מיין וואג היינט צוטאגס ערלויבט נישט כזאל זיך צעטאנצן ווען אימער סגייט פרייליך אין לעבן פאר א חב"ד’סקער.

אינדרויסן האמיר געטראפן געשמאקע משקאות און פארלאזטע סושי טעצלעך. דערנעבן איז געווען א טישל וואו מהאט געקענט אויסוועלן א שבת’דיגע טלית בייטל פאר א מתנה. גאנץ א קילער געדאנק.

גראדע האב איך אויפגעכאפט ערגעצוואו אינמיטן אברעימל’ס אויפטריט ווי די סקווערע טיש האט זיך ספאנטאן אויפגעשטעלט טאנצן... איי מיינע ליבע סקווירא ברידער... ווער ס’קען מיר ווייסט אז מיין הארץ איז אין סקווירא... א מין לעבהאפט וואס די חברה פארמאגן.

אט גייט מען צו צום פראגראם פון אויפנעמען און אויפפּאטשן סענאטארן און קאנגרעסלייט, עפעס וואס געבט א געוואלדיגע שטופ פאר זייער קריטישע קשר מיט צדק.

מאיר מרדכי רייסט אויף די מייק מיט בקשות נמרצות מזאל זיך צושטעלן, פאטשן מיט די הענט, שטיין מיט רעספעקט, און אפגעבן די פאסיגע כבוד אויף זייער שפראך.

שלום לעממער קומט צוריק ארויף און נעמט די מייק, מאיר מרדכי איז אים מכבד צו זינגען "גאט בענטש דעם אמעריקאנעם קאנטינענט" אויפ'ן ענגלישן שפראך, און אט קומט אריין מיסטער בוקער, כ'געדענק נישט פון וועלכע סטעיט ער איז, און צי ער איז א סענאטאר אדער קאנגרעסמאן אדער גאר פאליציי הויפט, זינט פאליטיק איז ביי מיר נישט קיין טאפיק (די אנדערע חברה געדענק איך נישט די נעמען אויך נישט), אבער דאס איז זיכער אז ער איז דא פאר אונז און מיר דארפן יעצט זיין פאר אים.

יוי... די שווערע ארבעט צו מאכן דעם ציבור קלאטשן ווי עס ברויך צו זיין... איך האלט אז די קאנגרעסלייט וואס שטעלן זיך אהער אז זיי שעצן יעדע סארט קאמיוניטי דארפן ווען אויך שעצן אונזערע סטאנדארטן, און אנשטאט קומען אפנעמען קלאטשערייען זאלן זיי ערשיינען מיט קול קורא'ס... דאס איז וויאזוי מ'נעמט ביי אונז אן אויבנאן זיץ.

עניוועי, מאיר מרדכי האט זיך געשטעלט ביי די זייט און קאנטראלירט די קלאטשערייען... דאס האט מיר געקאסט שווערע געלעכטערס... ער האט אריינגעארבעט מיט'ן גאנצן קראפט, געקלאטשט מיט כח אזש ס'האט אויסגעקוקט ווי ער פאטשט אויף עמיצן לעולמי עד... איך בין געשטאנען און געקוקט און ערווארטעט צו זען ווי זיינע הענט הייבן זיך אן שיילן און ס'רינען לאקשן פון די קלאטשערייען... איך קען כמעט צוזאגן אז דעם נעקסטן צופרי האט ער נישט געקענט האלטן זיין קאווע, ס'אים ארויסגעפאלן פון צווישן די געשוואלענע פינגערס וואס ער קען מסתם שוואכליך קאנטראלירן יעצט נאך אזא קלאטשעריי אביוז.

איינער נעבן מיר האט זיך גע'עקשנ'ט און נישט געהאלטן ביים קלאטשן אדער זיך אויפשטעלן, חוקת הגוי טענה'ט ער, נאר נאך וואס ער האט געהערט אז דער באבוב'ער רב שליט"א קלאטשט אויך פאר איזי ענגלענדער האט ער זיך טיילווייז געבראכן, אבער צוריק אריין אין סטרייק ווען די רעפאבליקאנע חברה האבן זיך גענומען רעדן פון טראמפ. דאס איז שוין געווען צו סאך פאר אים און ער איז אהיים היבש גערעגט.

די דרשות האב איך נישט עכט אויסגעהערט, געווען צו פארנומען מיט מיינע חברים וועמען מ'טרעפט איין מאל אין א שמיטה וואס געפאלט אינמיטן א שטורעם ווינט, אבער ס'האט אויסגעקוקט שטארק. דער יושב ראש הרב מייזעלס האט א ריכטיגע לשון לימודים, איך קען אים נישט, אבער מאיר מרדכי האט אים עפעס אויסגערופן אלס מלך פון אלע רעדנערס, זאל זיין. דער דיין הרב אונגער האט גערעדט זייער שטארק - עכ"פ די ביסל וואס כ'האב יא אויסגעהערט...

ביי ר' משה מארגערעטנ'ס דרשה האט מען יא אויסגעהערט געהעריג, הערן דעם שר העסקנים רעדן איז עפעס וואס מען קען נישט פארפאסן. איך קען זאגן דער זאל איז געווען אין א טאפנדע שטילקייט ווען ר' משה האט גערעדט זיין התרגשות'דיגע רעדע, קורץ אבער רייך, און מ'האט געזען ווי זיין אויפטריט בארירט די סטרינעס פון הונדערטער הערצער אין זאל.

נאך א שטיק צייט, ווען מ'איז שוין געווען זיכער אז דער דעמאקראט בוקער איז שוין גענוג ווייט פון זאל, האט מען זיך גענומען אויפברענגען די רעפובליקאנע חברה.

דא איז עס אריין אין א טאטאלע נעקסט לעוול... די חברה זענען אזוי גוט פאררוקט... אלע פון זיי האבן אין יעדע שורה זייערע געטראפן וואו אריינצוקוועטשן דעם גראבן טראמפ אז ער זאל פיטן פערפעקט. דער ערשטער דארט, דענקיך נישט זיין נאמען, האט אנעהויבן זיין דרשה אז ער הערט אז מיר גלייכן טראמפ, און האט העפטיג קאמפיינט און זיך געבעטן ביים ציבור מ'זאל וואוטן פאר טראמפ, צוגעזאגט אז ער וועט טון כל מה שביכלתו און געבעטן יעדער זאל אים צוזאגן אז מיר וועלן אויך טון, צוריקצוברענגען דאנעלד טראמפ. יחי המלח!

אזוי האט יעדער פון זיי אויסגענוצט די געלעגנהייט, איינער האט פארציילט אז זיין טאטע איז געזסן 30 יאר אין טורמע און זיין מאמע 7 יאר, סענעטאר מארשאל פון פלארידע האט סתם אזוי אנגעהויבן די דרשה אז ער האט צוויי טעג צוריק געטראפן דעם פרעזידענט און מברויך דעם משוגענעם ארויסזען... בקיצור, דער עולם גייט ווילד פאר די וואוטס פון די פאר הונדערט ניו יארק'ע צדק עסקנים.

איך האב זיך אזוי מתבונן געווען אינמיטן, שטעל זיך פאר ווען ביי אונז וואלט מען אויך געארבעט אויף דעם אופן... אקעי, קודם די באגריסונגען, מ'האלט אינמיטן א דינער פאר די מוסדות, און דער יושב ראש רופט אויס "מורי ורבותי! לאמיר אויפנעמען, דעם מעכטיגן רבי, דער מאכטפולער געטרייער מנהיג, ר' חצקל שליקעץ דער רב פון קהלת פויזן-אייווי!!!" און יעדער שטעלט זיך אויף און מ'קלאאאאאאטשט... און אזוי ווייטער און ווייטער דעם גאנצן פראגראם פון קלאטשן, באדאנקען, שמייכלען, נאכאמאל קלאטשן, נאכאמאל באדאנקען, און ביים ארויסגיין אויסלאכן איינער דעם צווייטן...

אבער נאכמער קאמיש ווערט עס, ווען מ'טראכט וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען אונזערע היימישע פאליטיקס ווערן געפירט אויפ'ן זעלבן אופן ווי זייער...

די צוויי ברידער לבית שפינגעוועב לויפן איבערצונעמען דעם פאזיציע אלץ כ"ק אדמו"ר נאך וואס דער פאטער זייערער האט איבערגעלאזט זיין געמיינדע כרועים בלי צאן, עס טוט זיך ערנסטע שטרייטן אין קהלת הצמחים ווער עס זאל ווערן דער קומענדיגער אדמו"ר.

ביים דינער פאר'ן דערנעבנדיגן לאקאלן שוהל האט מען גערופן דעם צמחים'ער דיין אויפטרעטן בדברים העומדים על הפרק, און ער הייבט אן זיין דרשה אזוי "מורי ורבותי! מיר דארפן וויסן אז דער צווייטער ברודער ר' זעקל איז נישט מער ווי א משוגענער! ער טויג צו גארנישט! ער וועט חרוב לייגן תפארת בית הצמחים! מיר דארפן דעם ריכטיגן מנהיג, הרב הגאון ר' פייוול נחמן, ער זאל אונז פירן!"

"דערמאנט אייך נאר ווי פאריגע וואך איז געווען א קאלטע מקוה! צוויי וואכן פריער איז געווען נאסע בילקעס ביי שאלעשידעס! דער שופר האט נישט געארבעט ראש השנה! דער בעל קורא האט אויסגעלאזט א ווארט אין די מגילה! די אלע זאכן פאסירן נאר ווייל דער קרוקעט זעקל האט געלייגט די לאפעס אויף אונזער קהלה זינט דער פאטער איז נישט געזונט געווארן! מיר דארפן אים ארויסזען פון דא!"

א פובליק דעבאטע צווישן די אדמורי"ם וואלט אויך געווען גאנץ א געשמאקע איינפאל...

צו פארשטיין פארוואס כהאב אזוי געלאכט זאל זיך עס יעדער פארשטעלן אויף זיין לאקאלע קהלה...

אלנפאלס, די לופט אין זאל איז געווען גאר געשמאק און געהויבן. דער ציבור האט גוטמוטיג פארברענגט, געגעסן, געהערט, הנאה געהאט, און געשפירט גוט צו זיין טייל פון דעם הייליגן חבריא.

איך האב אויפגעפאסט, סיי ווען די סענאטארן און קאנגרעסלייט האבן גערעדט, און אודאי ביי די געהעריגע דרשות, ווי עטליכע מאל דורכאויס'ן אווענט האט מען געזען טרערן אין די אויגן ביי א גרויסן טייל פונעם ציבור. דאס אז ווען ר' משה האט גערעדט איז דער ציבור געווען אין התרגשות עצומה איז מיר נישט געווען קיין חידוש, אבער אפילו ווען די פאליטיקאנטן האבן גערעדט און דערמאנט דעם ביל צו העלפן מצפים לישועה וואס ווארטן צו האלזן אן אייגן קינד, ווען מען האט גערעדט איבער דעם פראבלעם, און נאכמער ביי די קלאטשערייען נאך די פארשפרעכונגען צו שטופן דעם ביל פאראויס, האט זיך די לופט געשפירט עלעקטיריזירט און דאס האט שטארק איבערגענומען די באטייליגטע.

ווידעראמאל האב איך געדאנק דעם אויבערשטן אויף די זכי' וואס איך האב געהאט צו זיין טייל פונעם מהפיכה קאמפיין.

ביים ענדע פונעם נאכט איז געקומען די צייט פאר ישי ריבו צו ערשיינען אין זאל. איך בין געווען שטארק עקסיידעט, למעשה זיינע ניגונים, די מוזיק, די ווערטער, און אלעס ארום, נעמט שטארק איבער און זענען טיף און הארציג, און איך האב געקענט באשטיין צו מיטהאלטן לעבעדיג אן אויפטריט פון דעם גאון בשבילי הלב.

דער פראגראם הייבט זיך אן, זיין גאנצע כתה האט ער מיטגעברענגט... זיי סעטן אויף א פולע ארקעסטרא אויפ'ן סטעידזש, מ'גרייט אן זיין מייק און אלע קלאפער געצייג, און נאכ'ן זיך לאזן ווארטן אפאר מינוט זע איך ווי דער בחור קומט אריין ווען מאסן אינגעלייט שטופן זיך צו סעלפי'ען דעם מאמענט. גיי פארשטיי.

סא די מעשה מיט דעם ישי ראבינאוויטש איז אז אסאך מענטשן גלייכן אים ווייל זיי גלייכן אים, אבער אסאך מענטשן גלייכן אים פונקט ווי בחורים פייגערן פאר וויין, פלעין ווייל ס'אין סטייל אים ליב צו האבן.

געווען גאנץ אינטערסאנט צו זען די סארט מענטשן וואס זענען ממש געגאנגען משוגע פאר אים פלעין ווייל אזוי באלאנגט עס... ביי איין פונקט האב איך געזען ווי א אינגערמאן פארגלייזט זיך און גייט ממש ארויף ווי א רוח צפונית, ווען זיין חבר מורמלט אים אריין אז ניין, נאכנישט, נישט יעצט איז די הויכפונקט פון דעם ניגון... וואונדערבאר, ביז א סעקונדע האט זיין התרגשות געוועפט ווי די סמבטיון ביים זמן כניסת שבת.

עניוועי, מיין ארימע מיינונג איז אז דער ישי האט בטעות געלאזט זיין ענערגיע אינעם האטעל צימער. קען זיין איך פארשטיי נישט צו קיין קאלמוטנע געזאנגען, אדער ווי איינער פון מיינע סקווירא ידידים האט זיך מיר אויסגעדרוקט אז ס'האט זיך געשפירט ווי ניגונים פון גיהנום, אדער ווי מיין אנדערע חבר טענה'ט אז ס'האט זיך געהערט ווי ער זינגט דורך א טרוקענע האנטוך... - עכ"פ אין אנהייב.

זיינע ניגונים זענען הערליך, די ווערטער זענען צום שפרינגען, אויף זיינע פראפעסיאנאל רעקארדירטע ניגונים זינגט ער שיין, און ביי גרויסע קאנצערטן פליקט ער אויף הימלען. אבער דא האט זיך עס געהערט ווי א הייזעריגער מאן רעדט פון שלאף. אן קיין שום ענערדזשי.

איך בלעים אים נישט... אונזער ציבור איז שווער צו אריינשלעפן אין אזא מצב, און אפילו ווען מ'וויל יא האבן רוב באטייליגטע נישט פארשטאנען די ווערטער וואס ער זינגט... ער האט פרובירט אריינצונעמען דעם עולם אבער אן ערפאלג.

אפאר מינוט אריין אינעם אויפטריט איז עס בעסער געווארן, און פאני, ער האט בעיקר געוואונען דעם עולם ווען ער האט געזינגען "שערי שמים פתח" מיט שלום לעממער, און דאן, זינגענדיג א היימישן ניגון, דאן האט דער עולם קאנעקטעט צו אים, און פון דארט און ווייטער איז שוין געגאנגען מער געשמירט.

די צווייטע האלב האט ער שוין געהאט דעם ציבור, און די זאל איז געווען אין כוואליעס פון געזאנגען, און די "ווייבס" אין זאל אליינס איז גענוג געווען צו מיטשלעפן יעדן באטייליגטן אינעם שטורעם. גראדע מיין באבוב'ער שכן האט מיר ארויסגעשיקט פון זאל ווען ער האט זיך צו'עם-ישראל-חי'ט...

אויך דא ווען צום סוף האט מען געטאנצן אביסל, ווער זענען געווען די ערשטע זיך אויפצושטעלן טאנצן? מיינע סקווירא אידעלעך... נישט ממש די ערשטע, די ליטווישע נעבן זיי האבן שוין געשוועבט פון אביסל פריער, אבער עכטע געטענץ האט זיך אנגעהויבן ביים סקווירא טישל.

אה, און פאר איך פארגעס, ס'געווען א שבע ברכות אויך... כ'בין נייעריג וויפיל אידן אין זאל האבן דאס געוואוסט...

זאל מען האבן ענדזשויט אלעס גוטס, און פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז א שטיקל מענטשליכע הכרת הטוב אויף די עסקנות פאר "צדק" און פאר אידן המצפים לישועה. די ריכטיגע שכר דערפאר איז דאך אומבאגרייפליך און דאס קען א מענטשליך האנט נישט באצאלן.

א פרייליכן תמיד.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בלוט בלבול
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:06 pm
x 54

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך בלוט בלבול »

איבער'ן עצם מעמד העמיר אפשר שפעטער קאמענטירן, אבער ניין, דו פארשטייסט זיכער נישט צו די סארט געזאנגען. ס'דא גראדע וואס גלייכן עס יא.

און ישי איז גראדע אריינגעקומען גאר אריגינעל דארט, און געזונגען ווי כ'האב אים נאך קיינמאל געהערט.

#האנטוך איט איז
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 326

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך אחת למעלה »

צוקאש דיין שפראך @פופציגער כ'האב מיך ממש געפילט דארט.

טענקס פארן שערן.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3874
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5021

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך שמח »

@פופציגער כ'האב שוין לאנג געוואלט פרעגן וואו מ'קויפט די סארט ברילן?...

צוקער זיס דיין שפראך...
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 539
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 956

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך פייל און בויגן »

נעקסט לעוועל!!!!!!!
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך פופציגער »

בלוט בלבול האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:38 pm איבער'ן עצם מעמד העמיר אפשר שפעטער קאמענטירן, אבער ניין, דו פארשטייסט זיכער נישט צו די סארט געזאנגען. ס'דא גראדע וואס גלייכן עס יא.

און ישי איז גראדע אריינגעקומען גאר אריגינעל דארט, און געזונגען ווי כ'האב אים נאך קיינמאל געהערט.

#האנטוך איט איז
אריגינעלע האנטוכער איז אויך א געוויסע טעיסט. קלאר אזוי.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2315
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7246

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אראפגעלייגט ווי א געהעריגער סאקמירער...
צוקער זיס מיט דיין זאפטיגער שפראך...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
האסלער
פרישער באניצער
פאוסטס: 38
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:27 pm
x 44

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך האסלער »

טענקס פופצי..
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 484
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 664

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך שמייכלדיג »

@סקווירא גיב נאר א קוק, וועסט הנאה האבן .... פון די גאנצע ארטיקל אוודאי, אבער פון דעם ספעציעל...
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:33 pm גראדע האב איך אויפגעכאפט ערגעצוואו אינמיטן אברעימל’ס אויפטריט ווי די סקווערע טיש האט זיך ספאנטאן אויפגעשטעלט טאנצן... איי מיינע ליבע סקווירא ברידער... ווער ס’קען מיר ווייסט אז מיין הארץ איז אין סקווירא... א מין לעבהאפט וואס די חברה פארמאגן.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1954

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך ווינטעלע »

מאסיוו געשריבן!! @פופציגער אויפן סצענע!

אייער ווערטער רעדן טויזענט בילדער!
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
מי שברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 207
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
Location: קר"י
x 178

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך מי שברך »

מאסיווע דזשאב @פופציגער !!!
מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד
טאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 25
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:10 pm
x 20

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך טאג »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:29 pmדיסקלעימער: כ’האב קנאפע פארשטאנד אין מוזיק, סא נעמען מיינע ווערטער מיט זאלץ אדער צוקער, וויטשעווער קאמס פירסט...מיין וואג היינט צוטאגס ערלויבט נישט כזאל זיך צעטאנצן ווען אימער סגייט פרייליך אין לעבן פאר א חב"ד’סקער...אה, וועגן די קעמערעס פרעגסטו? ניין, ס’נישט געווען דארט א סעיל פון קעמערעס, פלעין אבאנטש אבאנטש פאטאגראפירער...און פונקט גענוג צו דערפרישן דעם מויל מיט א פענסי קנאבל גערוך...דער פראגראם הייבט זיך אן, זיין גאנצע כתה האט ער מיטגעברענגט...אט גייט מען צו צום פראגראם פון אויפנעמען און אויפפּאטשן סענאטארן און קאנגרעסלייט...די לבנה מיט די 12 שטערנס וואס מ’האט אהין צוזאמגעשלעפט...
איר האט טאלאנט רבי איד!!!
Potus
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:11 am
x 4

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך Potus »

🤣🤣
תרמב
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
x 26

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך תרמב »

זייער שיין אראפגעלייגט, איך האב אויך אסאך גערעיזט פאר צדק און איך פארשטיי אביסל צו די נושא, איז מיר געווען א שטארקע קורת רוח די גאנצע אוונט, און איך האב גאר הנאה געהאט צו טרעפן מיין גוטע חבר פופציגער, הגם איך האב נישט צופיל גערעדט מיט אים דאס מאל, זעט אויס אז ער האט געדארפט וויכטיגער רעדן צו די אקטיווע אידטיש חברה..

ווי אויך האב איך הנאה צו הערן פון א סאטמארער אז ער האט הנאה געהאט פון ישי ריבו, דער מארגערעטן האט זיך אנגעגרייט א זאק מיט תירוצים טאמער ער גייט הערן קריטיק...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2884
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8166

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך פופציגער »

תרמב האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:26 pm זייער שיין אראפגעלייגט, איך האב אויך אסאך גערעיזט פאר צדק און איך פארשטיי אביסל צו די נושא, איז מיר געווען א שטארקע קורת רוח די גאנצע אוונט, און איך האב גאר הנאה געהאט צו טרעפן מיין גוטע חבר פופציגער, הגם איך האב נישט צופיל גערעדט מיט אים דאס מאל, זעט אויס אז ער האט געדארפט וויכטיגער רעדן צו די אקטיווע אידטיש חברה..

ווי אויך האב איך הנאה צו הערן פון א סאטמארער אז ער האט הנאה געהאט פון ישי ריבו, דער מארגערעטן האט זיך אנגעגרייט א זאק מיט תירוצים טאמער ער גייט הערן קריטיק...
הלואי וואלטיך געהאט מער צייט צו פארברענגען מיט דיר. כהאב געהאלטן אינמיטן זוכן איינעם ספעציפיש.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2674
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3043

Re: פופציגער'ס ברילן: מעמד פּׂעֵל צֶדֶק

פאוסט דורך אנדערער »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 2:11 am
תרמב האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:26 pm זייער שיין אראפגעלייגט, איך האב אויך אסאך גערעיזט פאר צדק און איך פארשטיי אביסל צו די נושא, איז מיר געווען א שטארקע קורת רוח די גאנצע אוונט, און איך האב גאר הנאה געהאט צו טרעפן מיין גוטע חבר פופציגער, הגם איך האב נישט צופיל גערעדט מיט אים דאס מאל, זעט אויס אז ער האט געדארפט וויכטיגער רעדן צו די אקטיווע אידטיש חברה..

ווי אויך האב איך הנאה צו הערן פון א סאטמארער אז ער האט הנאה געהאט פון ישי ריבו, דער מארגערעטן האט זיך אנגעגרייט א זאק מיט תירוצים טאמער ער גייט הערן קריטיק...
הלואי וואלטיך געהאט מער צייט צו פארברענגען מיט דיר. כהאב געהאלטן אינמיטן זוכן איינעם ספעציפיש.
איך בין למעשה נישט דארט געווען. ווען האסטו אויפגעהערט זוכן?
שרייב פאוסט