היסטאריע פון דער סאטמארער קהילה אין אמעריקע
היסטאריע פון דער סאטמארער קהילה אין אמעריקע
היסטאריע פון די סאטמערע קהלה די לעצטע 75 יאר בימי רביה''ק זצ''ל ובימי רבינו הברך משה זצ''ל ואחריו
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
איך בין שוין לאנג נייגריג ווי גרויס די ביהמ''ד אויף בעדפארד ווי מ'האט געדאוונט ביז יאר תשכ''ט איז געווען וויפיל זיץ פלעצער ס'האט געהאט?
לויט די בילדער קוקט עס אויס ווי א קליינע בית מדרש'ל, סאטמאר אין די כ' יארן איז שוין געווען גוט גרויס מיט הונדרערטע בחורים אין די ישיבה
וויאזוי האט זיך דער עולם אריינגעשטופט דארטן אפילו בדוחק?
לויט די בילדער קוקט עס אויס ווי א קליינע בית מדרש'ל, סאטמאר אין די כ' יארן איז שוין געווען גוט גרויס מיט הונדרערטע בחורים אין די ישיבה
וויאזוי האט זיך דער עולם אריינגעשטופט דארטן אפילו בדוחק?
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
לכאו' פארדעם איז געווען א עקסטערע מנין שבת אויבן און ישיבה פאר די בחוריםשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:48 pm איך בין שוין לאנג נייגריג ווי גרויס די ביהמ''ד אויף בעדפארד ווי מ'האט געדאוונט ביז יאר תשכ''ט איז געווען וויפיל זיץ פלעצער ס'האט געהאט?
לויט די בילדער קוקט עס אויס ווי א קליינע בית מדרש'ל, סאטמאר אין די כ' יארן איז שוין געווען גוט גרויס מיט הונדרערטע בחורים אין די ישיבה
וויאזוי האט זיך דער עולם אריינגעשטופט דארטן אפילו בדוחק?
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
איר זענט זיכער אז עס איז געווען אן עקסטערע מנין פאר די בחורים? איך פרעג ווייל סאטמאר רבי שליט"א דערציילט אז מען האט געוואלט מאכן אן עקסטערע מנין פאר די בחורים און דער רבי האט געזאגט אז ווי די בחורים וועלן דאווענען דארט וויל ער אויך דאווענעןבן חיים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:19 amלכאו' פארדעם איז געווען א עקסטערע מנין שבת אויבן און ישיבה פאר די בחוריםשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:48 pm איך בין שוין לאנג נייגריג ווי גרויס די ביהמ''ד אויף בעדפארד ווי מ'האט געדאוונט ביז יאר תשכ''ט איז געווען וויפיל זיץ פלעצער ס'האט געהאט?
לויט די בילדער קוקט עס אויס ווי א קליינע בית מדרש'ל, סאטמאר אין די כ' יארן איז שוין געווען גוט גרויס מיט הונדרערטע בחורים אין די ישיבה
וויאזוי האט זיך דער עולם אריינגעשטופט דארטן אפילו בדוחק?
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
איך רעד פון ימים נוראים ווי יעדער האט געדאוונעט אין ביהמ''דבן חיים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:19 amלכאו' פארדעם איז געווען א עקסטערע מנין שבת אויבן און ישיבה פאר די בחוריםשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:48 pm איך בין שוין לאנג נייגריג ווי גרויס די ביהמ''ד אויף בעדפארד ווי מ'האט געדאוונט ביז יאר תשכ''ט איז געווען וויפיל זיץ פלעצער ס'האט געהאט?
לויט די בילדער קוקט עס אויס ווי א קליינע בית מדרש'ל, סאטמאר אין די כ' יארן איז שוין געווען גוט גרויס מיט הונדרערטע בחורים אין די ישיבה
וויאזוי האט זיך דער עולם אריינגעשטופט דארטן אפילו בדוחק?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: היסטאריע פון דער סאטמארער קהילה אין אמעריקע
קיינמאל נישט געווען א עקסטרע מנין, געווען א גאלערי וואס איז געווען בעיקר פאר בחורים
אויך איז געווען א שטוב פארענט פון רבינ'ס עמוד ווי מענטשן זענן געזיצן
איך פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי אבער אזוי איז געווען
אויך איז געווען א שטוב פארענט פון רבינ'ס עמוד ווי מענטשן זענן געזיצן
איך פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי אבער אזוי איז געווען
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
ס'איז געווען א עקסטערע מנין, טאקע נישט פאר די בחורים נאר פאר די בעלי בתים וואס האבן נישט געוואלט אויסווארטן דעם רבי'נס שפעטע דאווענען, כ'מיין מ'האט זיך געשטעלט 9 אזייגער.יום טוב האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:54 amאיר זענט זיכער אז עס איז געווען אן עקסטערע מנין פאר די בחורים? איך פרעג ווייל סאטמאר רבי שליט"א דערציילט אז מען האט געוואלט מאכן אן עקסטערע מנין פאר די בחורים און דער רבי האט געזאגט אז ווי די בחורים וועלן דאווענען דארט וויל ער אויך דאווענעןבן חיים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:19 amלכאו' פארדעם איז געווען א עקסטערע מנין שבת אויבן און ישיבה פאר די בחוריםשבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:48 pm איך בין שוין לאנג נייגריג ווי גרויס די ביהמ''ד אויף בעדפארד ווי מ'האט געדאוונט ביז יאר תשכ''ט איז געווען וויפיל זיץ פלעצער ס'האט געהאט?
לויט די בילדער קוקט עס אויס ווי א קליינע בית מדרש'ל, סאטמאר אין די כ' יארן איז שוין געווען גוט גרויס מיט הונדרערטע בחורים אין די ישיבה
וויאזוי האט זיך דער עולם אריינגעשטופט דארטן אפילו בדוחק?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
די רבי פלעגט זאגן די "בני עליה" (די מנין איז געווען אויפן צוויטן שטאק) ווילן נישט דאווענען מיט מירצווייטער האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 8:56 amס'איז געווען א עקסטערע מנין, טאקע נישט פאר די בחורים נאר פאר די בעלי בתים וואס האבן נישט געוואלט אויסווארטן דעם רבי'נס שפעטע דאווענען, כ'מיין מ'האט זיך געשטעלט 9 אזייגער.
Re: היסטאריע פון דער סאטמארער קהילה אין אמעריקע
במשך די יארן זענען געווען עטליכע פלעצער ווי ס'האט געהייסען אז מ'גייט עפענען א שטעטל וואס איז למעשה דורכגעפאלן ביי איינס מיין איך אז האט מען שוין געגעבן דיפאזטס
ווייסט איינער ווי זענען געווען די פלעצער? פארוואס איז עס דורכגעפאלן?
ווייסט איינער ווי זענען געווען די פלעצער? פארוואס איז עס דורכגעפאלן?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 384
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
- x 277
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
וויפיל קענסטו...?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 214
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:40 pm
- Location: קר"י
- x 184
Re: היסטאריע פון דער סאטמארער קהילה אין אמעריקע
פאלגענד איז וואס איינער האט געשריבן איבער די נושא (איבער 10 יאר צירוק)
איינער האט געוואלט וויסן פאר וועם האט בעלאנגט די פראפערטי אויף וואס קרית יואל געפונט זיך היינט בעפאר קרית יואל.
איז איידער איך וועל צוקומען צו דעם לאמיך אביסעלע היסטאריע דערציילן...
מאנרא איז ארויפגעקומען אויפן טיש נאכן דורכפאלן אין:
סטעטן איילענד (די געגענט האט געהייסן 'ארדען הייטס') ווי מ'האט שוין אראפגעלייגט 850 טויזענט דאלער דיפאזיט פאר 190 עיקער, ס'איז געווען זייער ביליג דעמאלטס צוליב די ווערעזאנא ברידזש איז נאכנישט געשטאנען, און מ'האט געדארפט פארן מיט א שיף צו ברוקלין. אבער נאכדעם איז די פרייז זייער ארויף ווען די ברידזש איז שוין געשטאנען.
פרענקלין, ניו דזשערסי, זייער שנעל אראפ פון טיש.
דאווער, ניו דזשערסי (בערך 45 מייל פונעם לינקאלן טאנעל) און דעס איז שוין געווען באריכטעט אין די פעפערס. בערך 400 מענטשן האבן שוין געגעבן בערך 700 דאלער פאר א דירה דארט. דארט איז עס געגאנגן שלאפן ווען די לויער פונעם מוכר איז געווען א פרייע איד וואס האט למעשה געארבייט קעגן די סאטמארע און די עיקר פראבלעם איז געווען ווער ס'דארף צושטעלן די ראודס און סוער וכו'. למעשה האט קהל צוריקגעגעבן כמעט די גאנצע געלט פאר יעדעם און מ'בלייבט אין וויליאמסבורג..
קאנארסי איז אויך שנעל אראפגעגאנגן פון טיש ווייל מ'האט כמעט נישט געקענט קויפן קיין שטחים, נאר געווען פערטיגע זעקס שטאקיגע בילדינגס.
מאונט קיסקא (נעבן נייטרא) אויך זיך נישט אויסגעארבייט
יארקטאון הייטס, האט זיך שוין ווייטער עפעס געריקט אבער געווארן אויס ביים סטראוק פונעם רבי'ן ז"ל תשכ"ח.
קאנגרעס לעיק, האט מען שוין געגעבן א דיפאזיט, דארט האט זיך אנגעהויבן א העפטיגע מערכה פון די שכינים צו פייטן און זיי האבן געשטימט אז די געגענט זאל בלייבן פוסט.
וואשינגטאן וויל (לעבן מאנרא, געהייסן 'לעיק ענד באנגעלא קאלאני') דארט איז שוין געווען 150 דירות/באנגעלאוס, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבייט זעהענדיג אז מ'וועט צופיל געלט דארפן אריינלייגן
און פון דארט איז מען אנגעקומען קיין:
מאנרא, די לאטס האבן באלאנגט פאר דריי דאקטערס און לויערס, ר' חיים הערש ליימזידער איז אנגעקומען דערצו דורך א בראקער מיט די נאמען 'איגאר'
ס'האט געהאט א מעלה אז די טאון אף מאנרא איז געווען אינד'ערד און געווען אין גרויסע חובות. אויך האט אוועקגעקוקט אויף די ווייטקייט צוליב וואס ס'איז דעמאלטס באקאנט געווארן אז די ניובערג עירפארט גייט זיך פארברייטערן און מ'גייט בויען א טרעין פון מאנהעטן צו מאנרא וואס די וועג וועט נעמען שנעל.
ווער האט עס אפגעקויפט?
ר' לייביש לעפקאוויטש ז"ל, ראה"ק ומנהל המוסדות סאטמאר, וראש העיר דקר"י האט אינטערגעשריבן די מקח.
אפגעקויפט האט מען עס אין צוויי פאזעס, די גרויסע חלק האט מען אפגעקויפט פאר בערך 750 טויזענט דאלער. און נאך א קלענערע שטח פאר בערך 50 טויזענט. (דרך אגב, די פיפציג טויזענט האט געדארפט זיין קעש וואס שפעטער ווען די מוכרים זענען עפעס געוואר געווארן אז די קויפערס זענען עשירים האבן זיי געוואלט ארויפגיין מיט די פרייז און די גאנצע מקח איז שיעור געווארן אויס, און מ'וואלט ווען פארלוירן די 50 אלפים ווייל קיין שטר איז דערויף נישט געווען) מ'האט קודם אפגעקויפט די לאט וואס איז באקאנט אלס סעקשאן איינס.
צוליב דעם וואס אין די פריערדיגע פראיעקטן איז מען דורכגעפאלן איז דעס געווען א טאפ סיקרעט! ווי איינער האט געשריבן ״יא אמת. ר׳ חיים הערש ליימזידער האט געבויט די ערשע הייזער (המכונה "גארדען הייזער) ער איז ארום געגאנגען פארשטעלט ווי א גוי מיט א הינט. ר׳ לייבוש לעפקאוויטש ע״ה פלעגט שיקן זיין שוואגער א מאדערענר יוד אן בארד און פיאות צו מיטינגען מיט די טאון זיי זאלן נישט וויסן אז מען האנדעלט מיט יודן״
מ'האט איינגעשפאנט ר' ישעי' (אסקער) פישער, א שוואגער מיט ר' לייביש'ן, וואס איז נישט געגאנגן אנגעטוען ווי א חסיד, ער האט זיך געטראפן מיט די באהערדע אלץ דער אייגענטומער פון מען-וואד קאנסטראקשען, און אנגעהויבן צו ארבייטן מיט די לאקאלע רעגירונג צו באקומען די אפראוועלס. אינצווישן האט ער אריינגעדרייט ר' חיים הערש ליימזידער אז ער איז זיין רעכטע האנט אין ביזנעס און מיט אים זאל מען האנדלן,
ר' חיים הערש און ר' משה'לע גליק (ער האט אויך געסיינט אויפן 1.75 מיליאן קאנסטראקשען לאון מיט ר' לייביש און ר' הערש אלימלך ווערצבערגער) האבן געקויפט נאך שטחים (וואס איז באקאנט אלס סעקשאן 3 און 4) און עס תיכף פארקויפט פאר קהל פאר קאסט פרייז. שפעטער ווען אלעס איז שוין געווען מער ווייניגער אפראווט האבן מענטשן געוואלט קויפן נאך לאטס האט מען דעמאלטס אויסגערופן אין די בתי מדרשים (אויך די רבי האט אריינגערופן א איד) אז קיינער זאל נישט קויפן ווייל די פרייזן וועלן נאר ארויפגיין. און דעמאלטס האט מען נאך געפאלגט... מאן-וואד האט דעמאלטס פארקויפט פאר 18 טויזענט דאלער א לאט פאר א פריוואטע הויז.
ר' חיים הערש האט זיך יעדעס מאל געמוזט פארשטעלן אז מ'זאל נישט וויסן אז די חרדים קומען אהער, און מ'האט אויך געבעטן דעם עולם נישט ארויסצופארן קוקן ס'פלאץ. כ"א כסלו תשל"ד האט ר' לייביש אפיציעל געבראכן די נייעס אז אלעס איז שוין כמעט פערטיג!
ווער איז משה מאנראוער
אזוי ר' חיים הערש איז געווען פארנומען מיטן בויען, האט מען געוואלט אויפנעמען א מענטש וואס זאל זיין אן-טאפ פון די געלט, האט מען געלאזט רופן צום רבי'ן ר' שלמה מעכל ראזנער, ר' שלמה מעכל האט זיך אינטערגענומען ס'ארבייט און אריינגענומען ר' משה פריעדמאן (באקאנט אלס משה מאנרא)
מאן-וואד האומס האט געטוישט נאמען צו "מאן-פילד האומס". מאן-פיעלד האט פארקויפט א פיר רומיגע דירה פאר 28 טויזענט דאלער (9 טויזענט דיפאזיט) און א פינף רומיגע דירה פאר 32 טויזענט (12,000 דיפאזיט). זיי האבן שפעטער געוואלט ארויפגיין מיט די דיפאזיט פרייזן און די רבי האט נישט געלאזט.
לאזט מיך נאך אביסעלע מער דערציילן...
די גרינדן די ווילעדזש איז א מסכת פאר זיך. נאכדעם וואס די טאון האט אויסגעטיילט צרות צרורות אויפן יעדן טריט און שריט, וואס מ'האט זיי געבעטן האבן זיי פרובירט אפצוווארפן, אפגערעדט פון טוישן געוויסע זאכן אין די הייזער, צו עפענען געשעפטן אין די בעיסמענטס.
קודם האט מען פרובירט צו מאכן פראפעגאנדע און מ'האט אויפגענומען א טייערע פאבליק רילעשאן'ס קאמפעני צו. פארשפרייטן אין די לאקאלע צייטונגן אז די חסידים זענען יא וואוילע מענטשן און געטריי צום לאנד וכו'. איז אויפגעקומען די עצה פון גרינדן אן אייגענע ווילידזש ווי מ'קען אליינס מאכן די זאונינג וכו'. פארשטייט זיך די טאון האט פרובירט צו פייטן. איינע פון זייערע עצות הרעים איז געווען אז מ'זאל צוזאמשטעלן די טאון אף מאנרא מיט די ווילידזש אף מאנרא (וואס דאס איז געווען א שלום מדין ומואב, נאך איבער הונדערט יאר וואס די צוויי זענען זיך נישט אויסגעקומען, ממילא קען קרית יואל נישט גרינדן א ווילידזש, ווייל א פון א טאון קען מען זיך אפטיילן און גרינדן א ווילידזש, אבער פון א ווילידזש צו א ווילידזש נישט. די אנעקסירן. למעשה איז מען געגאנגן אין קאורט פאר "דיסקרימינאציע" נאך מיטונגען מיט די טאון און געוויסע פירערס דארט האבן זיך זייער מיעוס אויסגעדריקט קעגן יודן איז די דיסקרימינאציע טענה שטערקער געווארן. און נאך גרויס פראטעקציע און פארבינדונגן מיט די אינסטאנצן איז די ווילידזש עפראווט געווארן אנפאנג ווינטער תשל"ז. דער דעמאלטסדיגער סעקרעטערי אף סטעיט ניו יארק, מאריא קאומא (שפעטער דער גאווערנער) האט עס באשטעטיגט אפאר וואכן שפעטער.
למעשה ווען מ'האט עס שוין געגרינדערט איז ר' לייביש געווארן מעיאר. און די טראסטי'ס זענען געווען ר' אליעזר וואלדמאן, ר' אליעזר ליימזידער, ר' ליפא בראך, און ר' גרשון פרץ וויינשטאק.
נאכדעם האט מען געשטעלט שבעה טובי העיר -וואס מ'האט געוואלט אז ע"פ הלכה זאל יעדער זיי מוזן פאלגן- ס'זענען געשטעלט געווארן, ר' לייביש, ר' יוסל אשכנזי - משב"ק, ר' עזריאל גליק - משב"ק, ר' סענד דייטש - ראה"ק ומנהל המוסדות, ר' שלמה מעכל, און ר' משה פריעדמאן. אלס די זיבעטער האט מען געוואלט אז די רבי זאל זיין, נאר הגה"צ ר' יחזקאל ראטה, קארלסבורגע רב, דעמאלטס דומ"ץ סאטמאר ב"פ האט געזאגט פארן רבי'ן אז אויב ער שטעלט קען ער נישט זיין. און מ'האט געשטעלט ר' שלמה זלמן סאנדער.
זימער תשל"ד האט זיך די רבי ארויסגעצויגן קיין קרית יואל אין די דירה פון משפחת שלעזינגער שיחי'
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
אמת, אבער געווען א יונג בחורל ווען דער טאטע האט געמופט אויף ב"פ, (דעמאלס האט זך אויפגעהערט דאס גיין עסן שבת ביים פעטער) און ארום 16 יאר ביים סטראוק
ח"ו עלטער מאכט נישט איינעם מער, אבער האט מען שוין געהערט אמאל ער זאל נאכזאגן עפעס וואס ער האט אליין געהערט פון רבי'ן פרייואט אין א שמועס, און אוודאי וואס די רבים האט אים פערזענליך געזאגט?
Re: היסטאריע פון דער סאטמארער קהילה אין אמעריקע
איך וויל באדאנקען @איד פאר די שטיקעל היסטאריע. ביי די ווילעדזש קריגעריי האט דער רבי געהייסן קלאגן אין קארט פאר דיסקרימינעישן און זיי האבן זיך געבראכן
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
וועלכע יאר האט דער ברך משה געמופט קיין ב"פ ?פשוטער איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 3:22 pmאמת, אבער געווען א יונג בחורל ווען דער טאטע האט געמופט אויף ב"פ, (דעמאלס האט זך אויפגעהערט דאס גיין עסן שבת ביים פעטער) און ארום 16 יאר ביים סטראוקגעצל האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 11:40 amפשוטער איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 11:29 am
נאר איינער פון זיי קען עס געדענקען, דער צווייטער איז צו יונג צו געדענקען
כלל נישט ריכטיג, געבוירן י"ב
ח"ו עלטער מאכט נישט איינעם מער, אבער האט מען שוין געהערט אמאל ער זאל נאכזאגן עפעס וואס ער האט אליין געהערט פון רבי'ן פרייואט אין א שמועס, און אוודאי וואס די רבים האט אים פערזענליך געזאגט?
און גראדע דאס גיין צו קידוש שבת אינדערפרי ביים פעטער האט זיך שוין היבש פארדעם אויפגעהערט (ואכמ"ל ) ווי איך פארשטיי איז דאס נאר געווען די צוויי עלטסטע קינדער חיקי און יבלח"א דער רבי שליט"א, ווען דער רבי רעדט דערפון דערציילט ער איבער אים און די שוועסטער
חוץ מזה האט דער רבי שליט"א נאך די חתונה געוואינט אין וויליאמסבורג בצל רביה"ק בזמן וואס די אנדערע געשוויסטער זענען געווען אין ב"פ
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
נישט נאר קידוש, געגעסן דארט די שבת בייטאג סעודהיום טוב האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 4:05 pmוועלכע יאר האט דער ברך משה געמופט קיין ב"פ ?פשוטער איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 3:22 pmאמת, אבער געווען א יונג בחורל ווען דער טאטע האט געמופט אויף ב"פ, (דעמאלס האט זך אויפגעהערט דאס גיין עסן שבת ביים פעטער) און ארום 16 יאר ביים סטראוק
ח"ו עלטער מאכט נישט איינעם מער, אבער האט מען שוין געהערט אמאל ער זאל נאכזאגן עפעס וואס ער האט אליין געהערט פון רבי'ן פרייואט אין א שמועס, און אוודאי וואס די רבים האט אים פערזענליך געזאגט?
און גראדע דאס גיין צו קידוש שבץ אינדערפרי ביים פעטער האט זיך שוין היבש פארדעם אויפגעהערט (ואכמ"ל ) ווי איך פארשטיי איז דאס נאר געווען די צוויי עלטסטע קינדער חיקי און יבלח"א דער רבי שליט"א, ווען דער רבי רעדט דערפון דערציילט ער איבער אים און די שוועסטער
חוץ מזה האט דער רבי שליט"א נאך די חתונה געוואינט אין וויליאמסבורג בצל רביה"ק בזמן וואס די אנדערע געשוויסטער זענען געווען אין ב"פ
ער האט געמאפט בערך תשכ"ד
Re: היסטאריע פון די סאטמערע קהלה אין אמעריקא
לפי חשבון זה איז מהריי געווען 12 יאר דעמאלטספשוטער איד האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 4:33 pmנישט נאר קידוש, געגעסן דארט די שבת בייטאג סעודהיום טוב האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 4:05 pmוועלכע יאר האט דער ברך משה געמופט קיין ב"פ ?פשוטער איד האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 08, 2024 3:22 pm
אמת, אבער געווען א יונג בחורל ווען דער טאטע האט געמופט אויף ב"פ, (דעמאלס האט זך אויפגעהערט דאס גיין עסן שבת ביים פעטער) און ארום 16 יאר ביים סטראוק
ח"ו עלטער מאכט נישט איינעם מער, אבער האט מען שוין געהערט אמאל ער זאל נאכזאגן עפעס וואס ער האט אליין געהערט פון רבי'ן פרייואט אין א שמועס, און אוודאי וואס די רבים האט אים פערזענליך געזאגט?
און גראדע דאס גיין צו קידוש שבץ אינדערפרי ביים פעטער האט זיך שוין היבש פארדעם אויפגעהערט (ואכמ"ל ) ווי איך פארשטיי איז דאס נאר געווען די צוויי עלטסטע קינדער חיקי און יבלח"א דער רבי שליט"א, ווען דער רבי רעדט דערפון דערציילט ער איבער אים און די שוועסטער
חוץ מזה האט דער רבי שליט"א נאך די חתונה געוואינט אין וויליאמסבורג בצל רביה"ק בזמן וואס די אנדערע געשוויסטער זענען געווען אין ב"פ
ער האט געמאפט בערך תשכ"ד
Re: היסטאריע פון דער סאטמארער קהילה אין אמעריקע
פארוואס טאקע האט די ברך משה געמופט קיין בארא פארק?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: היסטאריע פון דער סאטמארער קהילה אין אמעריקע
וועמענס באגער איז דער אשכול? סתם נייגעריג.
ביטע פארעכטן דעם קעפל גראמאטיק
ביטע פארעכטן דעם קעפל גראמאטיק