הרה"ק רבי אלעזר מנחם מענדל ב"ר משה בידערמאן זי"ע מלעלוב - ט"ז אדר תרמ"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

הרה"ק רבי אלעזר מנחם מענדל ב"ר משה בידערמאן זי"ע מלעלוב - ט"ז אדר תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

יארצייט זונטאג ט"ז אדר.

הרה"ק רבי אלעזר מנחם מענדל ב"ר משה זי"ע, (בידערמאן), מלעלוב ירושלים,

ער איז געבוירן אין שטאט לעלוב, בשנת תקפ"ז,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי משה בעל תפארת משה מלעלוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי דוד בעל מגדול דוד מלעלוב זי"ע,
בן הרה"ק רבי שלמה צבי זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת רבקה רחל ע"ה,
בת, הרה"ק רבי יעקב יצחק היהודי הקדוש מפשיסחא זי"ע,
בן הרה"ק רבי אשר מפשעדבורז זי"ע,
פון די גזע פון הגה"ק בעל טורי זהב זי"ע,

מען פארציילט אז בשעת דאס קינד איז געבוירן געווארן האט די טאטע הרה"ק רבי משה מלעלוב זי"ע איין געדרימעלט, און ווען ער האט זיך דערוועקט האט ער פארציילט אז דריי צדיקים זענען געקומען מעולם העליון און געבעטן אז ער זאל רופען דעם קינד נאך זיי,
הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע בן הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
וואס נאך די צוויי האט ער געגעבן זיין נאמען "אלעזר מנחם מענדל", די דריטע צדיק האט ער נישט געוואלט זאגן ווער עס איז געווען.

ער איז געווען א קדוש עליון א גאר הייליגען איד, ער האט געדינט דעם באשעפער מיט א מסירת נפש ממש, ער איז געווען מפורסם מיט הייליגען אויגן און א בעל רוח הקודש אמיתי נורא מאוד, ער האט זיך זיין גאנץ לעבן געפלאגט אויף תורה יומם ולילה ולא פסיק פומיה מגרסיה, ער איז געווען א בעל תפלה נפלא, זיין דאווענען איז געווען מיט א התעוררות נפלא און א געוואלדיגע מתיקות, וואס האט מעורר געווען לבבות ישראל צו תשובה ורבים השיב מעוון, ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת גדול און א גרויסע פועל ישועות בקרב הארץ, צדיקים האבן געזאגט אויף דעם צדיק, "אז אין הימל הערט מען די ווערטער פונעם צדיק מלעלוב", ער האט אויף זיך מקבל געווען גאר אסאך שווערע יסורים אלס א כפרה פאר כלל ישראל,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת פייגא מאטיל ע"ה,
בת הרה"ק רבי צבי הלוי הורוויץ זי"ע,
בן הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע,
ולמעלה בקודש ביז הרה"ק בעל השל"ה הקדוש זי"ע,

שוין פון אלס יונג קינד האט זיך שוין אנגעזען די סמנים אז דא וואקסט א גדול וקדוש בישראל, זיין גרויסע טאטע דער הייליגער צדיק רבי משה מלעלוב זי"ע האט גאר אסאך משפיע געווען אויף זיין הייליג קינד, גאר אסאך תורה און עבודת השם האט ער קונה געווען פון זיין טאטן, בשעת דאס קינד רבי אלעזר מנחם מענדל איז געבוירן געווארן, האט שוין דער טאטע מעיד געווען אז ער וועט זיין א צדיק וקדוש,

בשנת תר"י איז דער זון ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין הייליגען טאטן, און 72 טאג שפעטער כ"ט תשרי תרי"א, איז די טאטע נסתלק געווארן און מען האט דעם טאטן באערדיגט אויפן הר הזיתים, און דאן האט מען אויף גענומען דעם רבין אלס ממלא מקום פונעם טאטן אלס רבי מלעלוב,

מען פארציילט אז גלייך נאכן סתימת הגולל פונעם טאטן, האט די רבי געזאגט אז יעצט איז א עת רצון פאר ישועות און רפואות און מען קען אים געבן קוויטלעך, ווייל יעצט איז א גרויסע שמחה אין הימל, די חסידים האבן געמיינט אז די עת רצון איז ווייל די טאטע קומט יעצט אן אויפן עולם האמת,

האט די רבי געזאגט אז די שמחה איז ווייל די טאטע איז יעצט ארויף געקומען בשמי מעל און מען פרעגט דארט אויבן ווער עס איז די ממלא מקום פונעם טאטן, און ווען מען האט געזאגט אז איך בין דער ממלא מקום האט אויס געבראכן א געלעכטער, און ווען מען שמייכעלט אויבן אין הימל איז א עת רצון צו קענען פוילען ישועות.

ער איז דאן געווארן מפורסם אלס א בעל מופת עצום, און א בעל רוח הקודש, ער האט געהאט גאר הייליגע אויגן וואס האבן געזעהן גאר ווייט, ער האט אסאך יראת שמים אריין געלייגט אין זיינע תלמידים און חסידים, זיין עבודת התפלה איז געווען מיט א געוואלדיגע קדושה און ברען ער האט זיך ממש אוועק געגעבן פארן גרויסן באשעפער, ער איז געווען א זייער הארציגע און ווארעמע בעל תפילה וואס זיין עבודה ביים דאווענען האט אריין געדרינגען אין הארץ פון אלע וואס זענען געקומען דאווענען מיט אים.

ער האט זיך מיגע געווען בתורה און עבודה יומם ולילה, ער האט אויף זיך מקבל געווען אסאך יסורים אנשטאט אנדערע אידן, און ביי די תפילות יום הקדוש ביים זאגן די ווידוי אנשטאט זאגן "אבל לא על ידי יסורים" האט ער געזאגט "אפילו על ידי יסורים", סוף ימיו האט ער ליידער געליטן פון ווערים וואס זענען געקראכן אונטער זיין הויט, ווען מען האט דאס געוואלט פארטרייבן, האט דער צדיק געזאגט אז ער האט דאס געריפן, ווייל ער וויל מיט דעם אפ קומען פאר אנדערע אידישע קינדער,

נאך ווען ער איז געווען קליין האט מען שוין געזען אז דא וואקסט א הייליגע נשמה וואס וועט מקרב זיין טויזענטער אידן לאביהם שבשמים, זיין טאטע האט דעם קינד אפגעהיטען ווי די שווארץ אפעל פונעם אויג, ער איז נספרסם געווארן אלס א גרויסע עובד השם, טויזענטער חסידים זענען געקומען צו אים פאר ישועות און פאר הדרכה אין עבודת השם.

יארן נאכדעם וואס ער איז געווארן רבי האט ער פון גרויס עניוות געזאגט, אז עס איז נישט קיין וואונדער אז ער איז אויס געוואקסן אזוי הייליג, ווייל ער איז געווארן אויף געצויגען ביי אזא הייליגען טאטן, ווען ער וואלט ווען אויף געצויגען געווארן ביי א פשוטע טאטן וואלט ער קיינמאל נישט געווארן קיין רבי.

ער איז געווען בראש פון די ישוב החסידי אין ירושלים און ער האט מתקן געווען די לבוש הירושלמי "די געלע קאפטען" אויך האט ער מתקן געווען די הענג לייכטער'ס אין ביהמ"ד מיט די 26 נרות שמן, און דאס איז געווען משום מעשה שהיה.

הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע, איז געווען פאר א שטיק צייט אין ארץ ישראל, פלעגט ער דאן קומען זיך מסתופף זיין בצלו פון דעם צדיק וקדוש אויף שבת, איין שבת אויפדערנאכט האט ער געזעהן אז די ליכט ביים רבין ליגט אויפן טיש אן קיין אנדערע חפץ, האט ער געפרעגט אויב די טיש איז נישט קיין בסיס לדבר אסור, האט מען אים גענטפערט "אין שבות במקדש".

ווען רבי אלעזר מנחם מלעלוב זי"ע האט געהערט וואס הרה"ק משינאווא זי"ע האט געזאגט, האט ער געהייסן אז פון היינט און ווייטער זאל די ליכט מער נישט ליגען אויפן טיש נאר אין די הענג לייכטער און געהייסן מאכן 26 ליכט, און פון דאן און ווייטער האט מען אין לעלוב נאר אזוי געצינדען די ליכט אויף שבת קודש.

ער האט איבער געלאזט זיינע הייליגע קינדער,

הרה"ק רבי דוד צבי שלמה זי"ע, ממלא מקום אביו,
הרה"ק רבי ירחמיאל יוסף זי"ע,
הרה"ק רבי אלתר אברהם בצלאל מסוסנוביץ זי"ע.

ער האט יעדן מוצאי שבת קודש געהאט א מנהג צו עסן א גרויסע מלוה מלכה, בשנת תרמ"ג וואס איז געווען א פורים המשולש און ארץ ישראל, יענעם מוצאי שבת איז געווען מוצאי פורים האט מען געווארט אויפן רבין א לאנגע צייט אריין צו קומען צום מלוה מלכה טיש,

ווען ער איז אריין געקומען האט ער זיך געוואשן נטילת ידים, און געמאכט די ברכה על נטילת ידים און אריין אין א דביקות, ער האט זיך אן געגאסען א גלעזל וויין און געוואונטשען לחיים, און געזאגט יהי רצון שנזכה במהרה לביאת משיח צדקנו, און געזאגט שמע ישראל והשיב נשמתו ליוצרה.

נסתלק לגנזי מרומים מוצאי שבת קודש ט"ז אדר ב' מוצאי פורים תרמ"ג, ומנוחתו כבוד איז אויפן הר הזתים נעבן זיין טאטן זי"ע,

זכותו יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק רבי אלעזר מנחם מענדל ב"ר משה זי"ע, (בידערמאן), מלעלוב - ט"ז אדר

פאוסט דורך ניקל »

ער האט געהאט א מנהג צו דאווענען מעריב יעדע נאכט פאר שעות אויף שעות ביים כותל המערבי, און זיך נישט געזעצט עסן אן א גאסט וואס זאל עסן מיט אים, הונדערטער אידן זענען געקומען פאר ברכות און ישועות ביי אים.

איין שבת ביינאכט נאכן דאווענען ביים כותל אויפן וועג אהיים האבן א באנדע אראבער'ס זיך פארטשעפעט מיטן רבין און אנגעצינדען א פייער פונעם כותל ביז זיין שטוב אז ער זאל נישט קענען אהיים גיין, אבער ווי נאר די רבי מלעלוב איז ארויס פונעם כותל האט זיך די פייער אויס געלאשען און ער האט געקענט אהיים גיין בשלום.

איין נאכט ווען דער צדיק איז געגאנגען דאווענען מעריב ביים כותל, האט זיך דאן אראפ געלאזט א שטארקע רעגן, דער משמש רבי הערש איז אריין געלאפן זיך צו באשיצן פון די רעגן, אבער דער צדיק האט בכלל נישט געשפירט די רעגן, נאר ער האט ווייטער געדאווענט מיט א גרויסע דביקות,

פלוצלונג איז צו געקומען אן אראבער און אנגעהויבן שלאגן דעם צדיק מיט מכות רצח, דער גבאי האט נישט געוויסט וואס צו טון אבער ער האט מורא געהאט ארויס צו גיין, אבער לפלא איז דער צדיק געשטאנען אויף איין פלאץ און ווייטער מתפלל געווען כאילו גארנישט האט פאסירט, הערשט ווען ער האט געענדיגט דאווענען און אהיים געגאנגען האט דער משמש געזען ווי עס רינט בלוט פונעם גוף קדוש פונעם צדיק, אבער מרוב קדושתו האט ער דאס בכלל נישט געשפירט,

איינמאל האבן די בני בית און חסידים פונעם רבין מלעלוב געוואלט פארן קיין חברון צו די מערות המכפלה צו די אבות הקדושים, האט דער צדיק געזאגט, א שאד צו פארן ערב שבת קודש קיין חברון, ווייל די אבות הקדושים זענען ערב שבת קודש ביים כותל המערבי, אויך האט דער צדיק אמאל געזאגט, אז ארץ ישראל ווערט געריפן "ארץ כנען", ווייל די לשון כנען איז הכנעה, און נאר א איד וואס האלט זיך קליין קען וואוינען אין ארץ ישראל,

איין מאל איז א איד געקומען צו רבי אלעזר מנחם מענדל בעטן אז ער זאל מאכן די חאלאקע פאר זיין קינד, האט די רבי געבעטן פון דעם איד א גרויסע סכום געלט, דער איד האט טאקע געגעבן פארן רבין די גאנצע סכום און די רבי האט פארן קינד געמאכט די פיאות.

א שטיק צייט שפעטער איז דער קינד זייער קראנק געווארן און דער איד איז געקומען צום רבין בעטן אז די רבי זאל איינרייסן פארן קינד, ווען ער איז אנגעקומען און געקלאפט אויפן טיר, האט די רבי אים ארויס געשריגען פונעם פענסטער "קענסט אהיים גיין, ער וועט זיין געזונט, איך האב שוין געמאכט א פדיון פאר אים".

זיין זון הרה"ק רבי דוד צבי שלמה מלעלוב זי"ע, האט נאך זיין חתונה געוואוינט אין צפת נעבן זיין שווער הרה"ק רבי פנחס ממאגרוב זי"ע, און ער האט געפלאנט צו זיין ביים שווער אויף סוכות און ער האט אויף געשטעלט א סוכה.

אבער נענטער צו סוכות האט זיין טאטע אים געשיקט א בריוו אז ער זאל אויף סוכות קומען קיין ירושלים צו אים, די שווער האט זייער געוואלט אז דער איידעם זאל זיין ביי אים אויף סוכות, אבער וויבאלד דער מחותן האט זייער מפציר געווען האט ער געלאזט דעם איידעם פארן צום טאטן אויף ירושלים אויף סוכות.

נאך סוכות ווען די זון רבי דוד צבי שלמה איז אהיים געקומען האט ער געזען דעם נס, אז נעבן זיין סוכה איז געווען א גרויסע שטיינערנע וואנט וואס אינמיטן סוכות איז דאס צוזאמען געפאלן און פונעם סוכה איז גאר נישט געבליבן, דאן האט ער געזעהן די גדלות פונעם טאטן פארוואס ער האט אזוי מפציר געווען אז ער זאל קומען אויף יו"ט סוכות צו אים.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק רבי אלעזר מנחם מענדל ב"ר משה זי"ע, (בידערמאן), מלעלוב - ט"ז אדר תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

איין יאר פורים האט דער רבי געטרינקען וויין עד דלא ידע, נאכן טיש האט די משמש ר׳ צבי הירש געריש ע"ה אריין גענומען דעם רבין אין זיין שלאף צימער און אריינגעלייגט אין בעט, אבער ויהי לפלא אפאר מינוט שפעטער האט די משמש געזעהן דעם רבין זיצען ביי זיין טיש אינדרויסען און עוסק זיין אין תורה און עבודה און עס האט זיך בכלל נישט אנגעזעהן אז ער האט געטרינקען וויין בעפאר.

ווען די רבי האט געזעהן ווי דער משמש וואונדערט זיך האט ער געזאגט וואס איז דיין וואונדער, עס איז דא א יחוד וואס מיט דעם קען מען ארויס נעמען א מענטש פון שכרות, און נאר א איד וואס קען דעם יחוד מעג טרינקען וויין עד דלא ידע.

הרה"ח ר זיידיל בלטינשטר ז"ל א גרויסע חסיד פונעם רבין, איז ביי אים ליידער א קינד זייער קראנק געווארן, דער חסיד האט געזאגט אז מען זאל גיין צום רבין, אבער די ווייב האט געבעטן דעם מאן אז ער זאל לויפען צום דאקטאר,

ווען דער רבי זיידיל איז געווען אויפן וועג צום דאקטאר איז ער אריין צום רבין און פארציילט אז די בני בית האט געהייסן גיין צום דאקטאר, האט די רבי גענומען א שטיקל צוקער און געהייסן מען זאל דאס צו רייבען און ער זאל זאגן פארן ווייב אז דאס האט די דאקטאר געגעבן אז מען זאל דאס געבן פארן קינד, און כך הוה מען האט דאס געגעבן פארן קינד און דאס קינד איז געזונט געווארן.

עס פלעגט זיין א מנהג אז מען פלעגט קומען צום רבין בעפאר'ן חאלאקע אז די רבי זאל אנהייבן מיט די מצוה, איז געווען איין יאר וואס די רבי האט געהייסען אלע וואס זענען געקומען אז מען זאל געבן א גאר גרויסע סכום געלט פארן חאלאקע, פארציילט הר"ר דוד וויינגארטן מירושלים ז"ל אז יענעם יאר האט ליידער אויס געבראכן א שווערע מגיפה אויף קינדער, אבער קיין איינע פון די קינדער וואס די רבי האט געמאכט חאלאקע זענען נישט אנגעשטעקט געווארן פון די מגיפה,

ווען די רבי איז געווען 30 יאר אלט איז ער ליידער זייער קראנק געווארן און די דאקטורים האבן אויף געגעבען אויף אים, האט זיין מאמע די צדקת מרת רבקה רחל ע"ה געזאגט אז זי גיבט איבער 25 יאר פארן צדיק, און כך הוה נאך יענעם וואך איז די מאמע קראנק געווארן און נפטר געווארן און די רבי האט געלעבט נאך 25 יאר נאך דעם.

ביים צדיק וקדוש רבי אלעזר מענדל מלעלוב זי"ע איז געווען מרגלא בפומיה, אז ווען א איד ענדיגט מעיין זיין אין א ספר און שאקעלט דאס אויס פון די ברעקלעך א גאנץ יאר, איז ער מיט דעם מקיים דעם פסוק (דברים ט"ז ג') לְמַעַן תִּזְכֹּר אֶת יוֹם צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ,

איין יאר פסח איז א איד א חסיד פונעם צדיק געקומען מזכיר זיין, אז זיין ווייב איז ליידער קראנק געווארן און ער האט געבעטן דעם רבין אז ער זאל אויספויעלען א ישועה פאר זיין ווייב, האט די רבי געפרעגט דעם חסיד, האסטו מבער געווען אלע חמץ פון ביי דיר אין שטוב, האט דער חסיד געזאגט, אוודאי האב איך אלעס מבער געווען,

האט אים דער צדיק געזאגט, גיי באקוק יענעם און יענעם ספר וואס די האסט געלערנט אין דעם אמאל בשעת'ן עסן קוגעל, און דארט איז געבליבן אביסל ברעקלעך, דער איד האט געפאלגט און בודק געווען דעם ספר, און ער האט טאקע דארט געטראפן די ברעקלעך, כך הוה גלייך נאכדעם איז די ווייב געזונט געווארן,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12836
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29578

Re: הרה"ק רבי אלעזר מנחם מענדל ב"ר משה זי"ע, (בידערמאן), מלעלוב - ט"ז אדר תרמ"ג

פאוסט דורך ניקל »

אמאל האט דער צדיק מלעלוב זי"ע געזאגט, א צדיק איז נישט איינער וואס באווייזט מופתים, ווייל מופתים איז דאס קלענסטע זאך צו מאכן, נאר א צדיק איז, אז א חסיד שלאפט אויף זיין בעט ביינאכט הונדערטער מייל אוועק, און ח"ו דער חסיד רייסט זיך אפ פונעם שורש, און דער צדיק פארבינדט דעם איד צוריק צום שורש, און צופרי ווען דער איד שטייט אויף ווייסט ער בכלל נישט פון גארנישט, דאס הייסט א צדיק,

דער זון הרה"ק רבי דוד צבי שלמה זי"ע האט דערציילט, אז ווען ער איז געווען א קינד האט ער געלערנט ביי א מלמד וואס האט זיך נישט געציילט צווישן די חסידים, אבער דער מלמד איז געווען א תלמיד חכם און א געהויבענע איד, דער מלמד האט געהאט א מנהג, אז יעדן טאג בעפאר ער האט אנגעהויבן לערנען האט ער פאר א שטיק צייט ארויס געקוקט פונעם פענסטער אויפן הימל,

איינמאל האט דער טאטע הרה"ק רבי אלעזר מענדל זי"ע געפרעגט דעם מלמד פשט, האט דער מלמד געזאגט, אז יארן צוריק האט ער אמאל באקומען א ברכה פון הרה"ק מראדושיץ זי"ע, אז יעדן טאג בעפארן לערנען אז ער וועט ארויס קוקען פונעם פענסטער, וועט אים אריין קומען א הרהורי תשובה,

האט אים דער טאטע געפרעגט, אויב אזוי פארוואס בוסטו נישט קיין חסיד, האט דער איד אוועק געמאכט די אמונה אין א רבין, גלייך נאכדעם האט דער טאטע מיך ארויס גענומען פון דעם מלמד, ווייל א מלמד וואס האט נישט קיין אמונת חכמים און צדיקים, קען נישט לערנען מיט מיין קינד,

איינמאל איז א אייניקל פונעם צדיק וקדוש רבי אלעזר מענדל מלעלוב זי"ע געווען אין שטאט צאנז, און איינע פון די אייניקלעך פונעם צאנזער רב זי"ע האט דעם לעלובער אייניקעל ארויס געהאלפן מיטן צוזאם שטלען א שיינע סכום געלט, און דער צאנזער אייניקל האט מסביר געווען פארן לעלובער אייניקל פארוואס ער העלפט אים אזוי ארויס,

ווייל איין פסח אויפדערנאכט איז דער זיידע דער הייליגער דברי חיים זי"ע געווען אין א גרויסע דביקות פאר אפאר שעה, און דאן האט ער זיך אנגעריפן בזה"ל, "די יאר איז דער סדר ליל פסח ביים צדיק רבי אלעזר מנחם מענדל מלעלוב זי"ע אין ירושלים געווען גאר געהויבען, מער פון אלע יארן",

שפעטער האבן די חסידים פארשטאנען וואס דער דברי חיים זי"ע האט געזען, ווייל יענעם יאר האט א לעלובער חסיד געשיקט א גרויסע סכום געלט פארן צדיק מלעלוב, אז ער זאל קענען אפרעכטן דעם סדר מיט גרויס כבוד, אבער דער צדיק מלעלוב האט דאס גאנצע געלט פארטיילט פאר די עניים אין ירושלים, און דאס איז געווען דאס לעכטיגקייט וואס דער דברי חיים האט דאן געזען,

איינמאל האט דער צדיק רבי אלעזר מענדל מלעלוב זי"ע, געשיקט זיין משמש אז ער זאל אים איינקויפן טאביק און קאווע שטויב, דער משמש האט דאס געטון, דעם קומענדיגן טאג האט ער אריין געברענגט א קאווע פארן רבין, דערנאך האט דער צדיק געבעטן אז ער זאל אים אריין ברענגען דעם טאביק, דער צדיק שמעקט דעם טאביק און זאגט פארן משמש אז דאס שמעקט נישט ריכטיג ווי טאביק,

דאן האט דער משמש געזען זיין טעות, אז ער האט געמאכט דעם קאווע מיט טאביק שטויב, אבער דער צדיק וואס האט נישט נהנה געווען פון די וועלט, האט בכלל נישט געשפירט דעם טעם פונעם טאביק אינעם קאווע, נאר ווען ער האט פראבירט צו שמעקן דעם טאביק וואס דאס איז געווען אן עבודת הקדוש ביים צדיק, האט ער שוין דערשפירט אז עס שמעקט נישט ריכטיג.
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 459

Re: הרה"ק רבי אלעזר מנחם מענדל ב"ר משה זי"ע, (בידערמאן), מלעלוב - ט"ז אדר תרמ"ג

פאוסט דורך דער ידען »

די יארצייט איז ט"ז אדר ב'
שרייב פאוסט