הגה"ק רבי שלמה זלמן ב"ר יצחק איצקוביץ זי"ע, בעל תולדות אדם מווילנא - י"ג אדר תקמ"ח
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:14 pm
מארגן דאנערשטאג י"ג אדר פאלט אויס די יארצייט פון הגה"ק רבי שלמה זלמן ב"ר יצחק זי"ע, (איצקוביץ), בעל תולדות אדם, מווילנא,
הנקרא ר' זעלמעלע וולאזשינער
ער איז געבוירן אין שטאט וולאזשין, כ"ז סיון בשנת תקט"ז צו זיין טאטן הצדיק הגביר הגה"ק רבי יצחק פרנס קהילות וולאזשין זי"ע,
בן הגה"ק רבי חיים וואלאזשינער זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת רבקה ע"ה,
בת הגה"ק רבי ישראל הכהן ראפפורט אב"ד פינסק ולבוב זי"ע,
בן הגה"ק רבי שמחה הכהן ראפאפארט מלובלין, ולבוב זי"ע,
דער גאון איז געווען דער יונגערע ברודער פון די גאוני עולם הגה"ק רבי שמחה מוולאזשין זי"ע, און הגה"ק רבי חיים מוולאזשין זי"ע,
ער איז געווען א גאון הגאונים א עילוי עצום בתורה און א בקי בש"ס בבלי ירושלמי ספרא ספרי ותוספתא בעל פה, אויך אין אנדערע ספרים איז ער שוין יונגעהייט געווען א בקי נפלא, אויך איז ער געווען א גאון בתורת הנסתר בתקוני זוהר, ער איז געווען מפורסם מיט א זיין געוואלדיגע חכמה און פיקחות, ער האט אייביג געהאט א ווארט פון די תורה צו ענטפערן אויף יעדע שאלה מען האט אים געפרעגט, זיינע רבי דער הייליגער גר"א מווילנא זי"ע און אויך אנדערע גדולי הדור, האבן מעיד געווען אז ער איז געווען א יחיד בדורו אין גדלות ובקיאות התורה,
דערציילט מען אז די מאמע די צדקת האט שוין דעם קינד אויס געלערנט ביי די איין יאר אלט צו מאכן א ברכה, און לפלא האט דער קינד נישט אריין גענומען פון דאן א עסן אן מאכן די ריכטיגע ברכה, ביי די צווי יאר אלט האט אים שוין די טאטע געשיקט לערנען ביי א מלמד, דער מלמד האט מיטן קינד דאן אנגעהויבן לערנען די אלף בית, און לפלא האט ער דאס זייער שנעל תופס געווען, און פון דאן האט דער קינד כסדר גע'חזר'ט די אלף בית בעל פה, אפילו ליגענדיג אין בעט ביים שלאפן גיין האט ער דאס אויך גע'חזר'ט,
יענע צייט איז אינעם שטוב פונעם גאון איינמאל איין געשטאנען הגה"ק רבי אביגדור מראזאנאי זי"ע, האט ער דאן געזען ווי עס ליגט דעם ספר אלף בית אינעם בעטל פונעם קליינעם קינד זלמן, האט דער גאון מוחה געווען און געפרעגט די עלטערן צו ס'איז אויס געהאלטן צו לייגען דעם הייליגען ספר אינעם בעטל פון א קינד,
אבער לפלא איז דער קינד דאן אויף געשטאנען און זיך גענומען חזר'ן די אלף בית, דער גאון איז ממש ארויס פון התפעלות ווי דער קליין קינד לערנט די אלף בית כזקן ורגיל, האט דער גאון דאן געזאגט בזה"ל, "איך בין בטוח אז דער קינד וועט נאך זיין לאות ולמופת בישראל און וועט אויס וואקסן א גדול בישראל און א איש קדוש מאוד",
ביי די 6 יאר אלט איז שוין דער גאון געווען א בקי אין גאנץ ששה סדרי משנה און אויך אין תורה שבכתב די חמשה חומשי תורה, אויך האט ער דאן שוין געלערנט אסאך געהויבענע ספרים ווי דעם ספר מגיני ארץ, און ספר אשלי רברבי, גדולי הדור האבן שוין דאן באוואונדערט זיין גדלות וחריפות בתורה און זיין טיפע פארשטאנט אין אלע מקצועות התורה, עס ווערט דערציילט אז דער קינד האט כסדר אוועק געגעבן דאס עסן וואס זיין מאמע האט אים צו געגרייט פארן טאג, נאר כדי ער זאל באקומען א ספר וואס ער האט זייער געוואלט האבן, אזוי גרויס איז שוין דאן געווען זיין אהבת התורה,
ביי די 8 יאר אלט האט דער גאון געהאט שגיר בפיו א שיינע פאר מסכת בעל פה מיטן לשון, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א גאון ועילוי עצום בתורה, גרויסע גאונים בדורו האבן שוין דאן זיך מפלפל געווען בתורה מיט דעם יונגען גאון, און אלע האבן מעיד געווען אז דא וואקסט א גאון בתורה און א גדול בישראל וואס וועט נאך באלייכטן די אויגן פון אידישע קינדער,
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת גיטא ע"ה,
בת הגה"ק רבי יחיאל מיכל פעסלעס מנכבדי ווילנא זי"ע,
ווערט דערציילט אויף די רעבעצין פון דעם גאון מוולאזשין זי"ע, אז זי איז געווען א צדקת און א אשה צנועה מאוד, אפילו זי איז דאך געקומען פון א גביר'ישע שטוב, האט זי אבער מקדיש געווען איר גאנצע לעבן נאר פאר תורה, זי האט דעם גאון באדינט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, זי האט פאר זיך גארנישט געבויכט, נאר די איינציגסטע מטרה אירע איז געווען, אז דער מאן זאל קענען עוסק זיין בתורה יומם ולילה אן קיין שטער,
דערציילט מען אז שבת קודש ווען דער גאון איז אויף געווען די גאנצע נאכט לערנענדיג לאור הנר, האט דער גאון נישט געוואלט לערנען ביי די ליכט אליין, וויבאלד חז"ל זאגן דאך "שלא יקרא אדם לאור הנר בשבת", איז די רעבעצין אויף געווען די גאנצע נאכט און געזעצן נעבן איר גרויסע מאן, אלעס כדי ער זאל נישט דארפן מפסיק זיין קיין רגע פון לערנען די הייליגע תורה,
דער גאון זייענדיג א תלמיד מובהק פונעם הייליגען גר"א מווילנא זי"ע, האט ער נאך די חתונה ווייטער געלערנט ביי זיין גרויסן רבין דער הייליגער גר"א זי"ע, ער האט דאן ווייטער עוסק געווען בתורה יומם ולילה ממש מיט א געוואלדיגע התמדה,
ביי די 24 יאר אלט איז דער גאון געווען מפורסם אלס בקי בכל הש"ס בבלי וירושלמי ספרא וספרי תוספתא מדרשים ורמב"ם וטור בעל פה, אויך איז דער גאון שוין דאן געווען באוויסט אלס גאון און בקי בתורת הנסתר מיט א געוואלדיגע בקיאות נפלא, און ווי באקאנט האט זיין גרויסע רבי גאר אסאך מפליא געווען דעם גדלות און חריפות בתורה פון דעם תלמיד חביב, דער גר"א האט זיך אמאל אויס געדריקט אויפן תלמיד בזה"ל, "שהוא הפלא ופלא, ועליו אמר הכתוב, עם תורתי בלבם", ווייל דער גאון האט געקענט אלעס בעל פה מיטן לשון ממש,
זיין גרויסע ברודער הגה"ק רבי חיים מוולאזשין זי"ע האט זיך אמאל אויס געדריקט אויפן ברודער בזה"ל, "מיין ברודער רבי זלמן קען כל התורה כולה בעל פה, אזוי ווי יעדע איד קען דעם מזמור אשרי יושבי ביתך וואס מען זאגט דריי מאל א טאג אויף אויסענווענדיג, ווייל דער גאון האט יעדע מסכת פון ש"ס גע'חזר'ט איבער הונדערט מאל,
דער גאון וקדוש איז געווען מפורסם אלס א גרויסע עניו און האט באמת נישט געהאלטן פון זיך גארישט, און דאס איז געווען זייעדניג פון די גרעסטע גאונים בדורו, ער האט כסדר געארבעט אויפן מידות האמת, ער האט כסדר געזאגט אז אויב וואלט ער אפ געוואויגען וואס ער קען און וואס ער קען נישט, וואלט דאס וואס ער קען נישט איבער געוואויגען, ווען דער גאון האט געהערט אז מען רימט אים אויס, האט ער פון דעם געהאט גרויס צער און עגמת נפש אז עס האט ממש אויס געזען ווי מען האט דעם גאון אן געגאסן מיט אש גופרית ממש,
ער האט דעם הלכה פון שולחן ערוך כסדר געהאלטן פאר די אויגן, ער האט זיך קיינמאל נישט צוריק געהאלטן פון מעורר זיין סיי ווער אפילו א גדול בישראל ווען עס איז געקומען אויף איינהאלטן דעם הלכה, און יעדער איד האט געוויסט און מקבל געווען פון דעם גאון זיינע ווערטער, ווייל דער גאון איז געווען באוויסט אז אלעס וואס ער האט געטון אין לעבן איז געווען ריין לשם שמים, ער האט זיין גאנץ לעבן זייער אבאכט געגעבן ח"ו נישט צו פוגע זיין אינעם כבוד פון א אנדערן איד, ער האט מקפיד געווען נישט צו גיין אויפן וועג ווי אלע מענטשן גייען, וויבאלד ער האט געהאט א פחד און יראה פון שמירת עיניים, און אויף דעם געהעריגע וועג קען דורך גיין א פרוי,
דער גאון האט אין זיין לעבן כמעט נישט גערעדט חוץ פון דברי תורה, ער האט מקדיש געווען זיין גאנץ לעבן פאר תורה ועבודת השם, ער איז געווען ממש כאחד הראשונים וכמלאך ד' צבקות, ער האט געהאט א מנהג, אז א דבר חול ווי למשל עסן און טרינקען אדער סיי וואס איז געווען בגדר דברי חול, האט דער גאון נישט געבעטן בפה מלא, נאר ער האט דאס מרמז געווען בלשון דברי תורה,
ווי למשל ווען ער האט געברויכט עסן האט ער געזאגט דעם לשון "ויהי האדם לנפש חי', נשמה שנתתי בך החיי" און פון דעם האבן שוין די שטוב מענטשו געוויסט אז מען ברויך ברענגען עסן, פאר טרינקען האט ער געזאגט דעם מאמר חז"ל "אכל ולא שתה" האט מען געוויסט צו ברענגען טרינקען, ווען דער גאון האט געזאגט "והנה טוב מאוד זו שינה" האט מען געוויסט אז ער וויל זיך צולייגן,
ווערט דערציילט אז דער גאון פלעגט שלאפן ביינאכט דאס ביסל וואס ער האט זיך שוין יא צו געלייגט, מיט צו געדעקטע הענט, כדי ער זאל נישט בטעות צו רירען אין די מקומות המכוסים, און ווען ער איז אויף געשטאנען האט ער זיך נישט געברויכט וואשן די האנט, ווייל יעדע רגע פונעם טאג איז געווען ביי דעם גאון אויס גערעכנט פאר תורה, און ער האט דאס וואשן גערעכנט אלס ביטול תורה ממש,
ער האט איבער געלאזט זיינע טיפע געהויבענע חידושים וואס זענען געדריקט געווארן אינעם ספר תולדות אדם,
דעם טאג פון זיין הסתלקות, זענען זיינע תלמידים געקומען מבקר חולה זיין דעם רבין, ער איז שוין דאן געווען גאר שוואך, אבער לפלא ווען די תלמידים זענען אריין געקומען איז דער צדיק וקדוש געלעגן אין בעט מיט א תהלים אין האנט און געזאגט תהלים בקול יפה ונעים, ווען מען האט געבעטן דעם גאון אז ער זאל זיך נישט איבער שטרענגען זיינע כוחות מיטן זאגן תהילים, האט דער צדיק געזאגט, עס שטייט דאך אין גמרא (שבת פ"ג) זאת התורה אדם כי ימות באוהל, אמר רבי יונתן, אל ימנע אדם מדברי תורה אפילו בשעת מיתה, ווער ווייסט אם לא לעת הזאת הגעתי,
דאן האט דער גאון וקדוש געזאגט, חז"ל זאגן דאך (כתובות קי"א א) שליש בישיבה, שליש בעמידה, שליש בהליכה, דאן האט דער גאון געבעטן מען זאל אים ברענגען א בענקל און מען זאל מאכן זיכער אז דער בעל הבית פונעם בענקל גיבט רשות דאס צו ניצן, דער גאון האט זיך אויף געזעצט פון בעט און זיך אראפ געזעצט אויפן בענקל, דאן האט זיך דער גאון אויף געשטעלט און געגאנגען ד' אמות כדי הליכה, אלעס כדי צו מקיים זיין דברי חז"ל, דאן האט זיך דער גאון צוריק געלייגט אין בעט ויצאתה נשמתו הטהורה,
נסתלק לגנזי מרומים ביי 33 יאר אלט, י"ג אדר בשנת תקמ"ח, ומנחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט ווילנא,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.