מארגן דאנערשטאג י"ג אדר פאלט אויס די יארצייט פון הגה"ק רבי שלמה זלמן ב"ר יצחק זי"ע, (איצקוביץ), בעל תולדות אדם, מווילנא,
הנקרא ר' זעלמעלע וולאזשינער
ער איז געבוירן אין שטאט וולאזשין, כ"ז סיון בשנת תקט"ז צו זיין טאטן הצדיק הגביר הגה"ק רבי יצחק פרנס קהילות וולאזשין זי"ע,
בן הגה"ק רבי חיים וואלאזשינער זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת רבקה ע"ה,
בת הגה"ק רבי ישראל הכהן ראפפורט אב"ד פינסק ולבוב זי"ע,
בן הגה"ק רבי שמחה הכהן ראפאפארט מלובלין, ולבוב זי"ע,
דער גאון איז געווען דער יונגערע ברודער פון די גאוני עולם הגה"ק רבי שמחה מוולאזשין זי"ע, און הגה"ק רבי חיים מוולאזשין זי"ע,
ער איז געווען א גאון הגאונים א עילוי עצום בתורה און א בקי בש"ס בבלי ירושלמי ספרא ספרי ותוספתא בעל פה, אויך אין אנדערע ספרים איז ער שוין יונגעהייט געווען א בקי נפלא, אויך איז ער געווען א גאון בתורת הנסתר בתקוני זוהר, ער איז געווען מפורסם מיט א זיין געוואלדיגע חכמה און פיקחות, ער האט אייביג געהאט א ווארט פון די תורה צו ענטפערן אויף יעדע שאלה מען האט אים געפרעגט, זיינע רבי דער הייליגער גר"א מווילנא זי"ע און אויך אנדערע גדולי הדור, האבן מעיד געווען אז ער איז געווען א יחיד בדורו אין גדלות ובקיאות התורה,
דערציילט מען אז די מאמע די צדקת האט שוין דעם קינד אויס געלערנט ביי די איין יאר אלט צו מאכן א ברכה, און לפלא האט דער קינד נישט אריין גענומען פון דאן א עסן אן מאכן די ריכטיגע ברכה, ביי די צווי יאר אלט האט אים שוין די טאטע געשיקט לערנען ביי א מלמד, דער מלמד האט מיטן קינד דאן אנגעהויבן לערנען די אלף בית, און לפלא האט ער דאס זייער שנעל תופס געווען, און פון דאן האט דער קינד כסדר גע'חזר'ט די אלף בית בעל פה, אפילו ליגענדיג אין בעט ביים שלאפן גיין האט ער דאס אויך גע'חזר'ט,
יענע צייט איז אינעם שטוב פונעם גאון איינמאל איין געשטאנען הגה"ק רבי אביגדור מראזאנאי זי"ע, האט ער דאן געזען ווי עס ליגט דעם ספר אלף בית אינעם בעטל פונעם קליינעם קינד זלמן, האט דער גאון מוחה געווען און געפרעגט די עלטערן צו ס'איז אויס געהאלטן צו לייגען דעם הייליגען ספר אינעם בעטל פון א קינד,
אבער לפלא איז דער קינד דאן אויף געשטאנען און זיך גענומען חזר'ן די אלף בית, דער גאון איז ממש ארויס פון התפעלות ווי דער קליין קינד לערנט די אלף בית כזקן ורגיל, האט דער גאון דאן געזאגט בזה"ל, "איך בין בטוח אז דער קינד וועט נאך זיין לאות ולמופת בישראל און וועט אויס וואקסן א גדול בישראל און א איש קדוש מאוד",
ביי די 6 יאר אלט איז שוין דער גאון געווען א בקי אין גאנץ ששה סדרי משנה און אויך אין תורה שבכתב די חמשה חומשי תורה, אויך האט ער דאן שוין געלערנט אסאך געהויבענע ספרים ווי דעם ספר מגיני ארץ, און ספר אשלי רברבי, גדולי הדור האבן שוין דאן באוואונדערט זיין גדלות וחריפות בתורה און זיין טיפע פארשטאנט אין אלע מקצועות התורה, עס ווערט דערציילט אז דער קינד האט כסדר אוועק געגעבן דאס עסן וואס זיין מאמע האט אים צו געגרייט פארן טאג, נאר כדי ער זאל באקומען א ספר וואס ער האט זייער געוואלט האבן, אזוי גרויס איז שוין דאן געווען זיין אהבת התורה,
ביי די 8 יאר אלט האט דער גאון געהאט שגיר בפיו א שיינע פאר מסכת בעל פה מיטן לשון, ער איז שוין דאן געווען מפורסם אלס א גאון ועילוי עצום בתורה, גרויסע גאונים בדורו האבן שוין דאן זיך מפלפל געווען בתורה מיט דעם יונגען גאון, און אלע האבן מעיד געווען אז דא וואקסט א גאון בתורה און א גדול בישראל וואס וועט נאך באלייכטן די אויגן פון אידישע קינדער,
ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת גיטא ע"ה,
בת הגה"ק רבי יחיאל מיכל פעסלעס מנכבדי ווילנא זי"ע,
ווערט דערציילט אויף די רעבעצין פון דעם גאון מוולאזשין זי"ע, אז זי איז געווען א צדקת און א אשה צנועה מאוד, אפילו זי איז דאך געקומען פון א גביר'ישע שטוב, האט זי אבער מקדיש געווען איר גאנצע לעבן נאר פאר תורה, זי האט דעם גאון באדינט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט, זי האט פאר זיך גארנישט געבויכט, נאר די איינציגסטע מטרה אירע איז געווען, אז דער מאן זאל קענען עוסק זיין בתורה יומם ולילה אן קיין שטער,
דערציילט מען אז שבת קודש ווען דער גאון איז אויף געווען די גאנצע נאכט לערנענדיג לאור הנר, האט דער גאון נישט געוואלט לערנען ביי די ליכט אליין, וויבאלד חז"ל זאגן דאך "שלא יקרא אדם לאור הנר בשבת", איז די רעבעצין אויף געווען די גאנצע נאכט און געזעצן נעבן איר גרויסע מאן, אלעס כדי ער זאל נישט דארפן מפסיק זיין קיין רגע פון לערנען די הייליגע תורה,
דער גאון זייענדיג א תלמיד מובהק פונעם הייליגען גר"א מווילנא זי"ע, האט ער נאך די חתונה ווייטער געלערנט ביי זיין גרויסן רבין דער הייליגער גר"א זי"ע, ער האט דאן ווייטער עוסק געווען בתורה יומם ולילה ממש מיט א געוואלדיגע התמדה,
ביי די 24 יאר אלט איז דער גאון געווען מפורסם אלס בקי בכל הש"ס בבלי וירושלמי ספרא וספרי תוספתא מדרשים ורמב"ם וטור בעל פה, אויך איז דער גאון שוין דאן געווען באוויסט אלס גאון און בקי בתורת הנסתר מיט א געוואלדיגע בקיאות נפלא, און ווי באקאנט האט זיין גרויסע רבי גאר אסאך מפליא געווען דעם גדלות און חריפות בתורה פון דעם תלמיד חביב, דער גר"א האט זיך אמאל אויס געדריקט אויפן תלמיד בזה"ל, "שהוא הפלא ופלא, ועליו אמר הכתוב, עם תורתי בלבם", ווייל דער גאון האט געקענט אלעס בעל פה מיטן לשון ממש,
זיין גרויסע ברודער הגה"ק רבי חיים מוולאזשין זי"ע האט זיך אמאל אויס געדריקט אויפן ברודער בזה"ל, "מיין ברודער רבי זלמן קען כל התורה כולה בעל פה, אזוי ווי יעדע איד קען דעם מזמור אשרי יושבי ביתך וואס מען זאגט דריי מאל א טאג אויף אויסענווענדיג, ווייל דער גאון האט יעדע מסכת פון ש"ס גע'חזר'ט איבער הונדערט מאל,
דער גאון וקדוש איז געווען מפורסם אלס א גרויסע עניו און האט באמת נישט געהאלטן פון זיך גארישט, און דאס איז געווען זייעדניג פון די גרעסטע גאונים בדורו, ער האט כסדר געארבעט אויפן מידות האמת, ער האט כסדר געזאגט אז אויב וואלט ער אפ געוואויגען וואס ער קען און וואס ער קען נישט, וואלט דאס וואס ער קען נישט איבער געוואויגען, ווען דער גאון האט געהערט אז מען רימט אים אויס, האט ער פון דעם געהאט גרויס צער און עגמת נפש אז עס האט ממש אויס געזען ווי מען האט דעם גאון אן געגאסן מיט אש גופרית ממש,
ער האט דעם הלכה פון שולחן ערוך כסדר געהאלטן פאר די אויגן, ער האט זיך קיינמאל נישט צוריק געהאלטן פון מעורר זיין סיי ווער אפילו א גדול בישראל ווען עס איז געקומען אויף איינהאלטן דעם הלכה, און יעדער איד האט געוויסט און מקבל געווען פון דעם גאון זיינע ווערטער, ווייל דער גאון איז געווען באוויסט אז אלעס וואס ער האט געטון אין לעבן איז געווען ריין לשם שמים, ער האט זיין גאנץ לעבן זייער אבאכט געגעבן ח"ו נישט צו פוגע זיין אינעם כבוד פון א אנדערן איד, ער האט מקפיד געווען נישט צו גיין אויפן וועג ווי אלע מענטשן גייען, וויבאלד ער האט געהאט א פחד און יראה פון שמירת עיניים, און אויף דעם געהעריגע וועג קען דורך גיין א פרוי,
דער גאון האט אין זיין לעבן כמעט נישט גערעדט חוץ פון דברי תורה, ער האט מקדיש געווען זיין גאנץ לעבן פאר תורה ועבודת השם, ער איז געווען ממש כאחד הראשונים וכמלאך ד' צבקות, ער האט געהאט א מנהג, אז א דבר חול ווי למשל עסן און טרינקען אדער סיי וואס איז געווען בגדר דברי חול, האט דער גאון נישט געבעטן בפה מלא, נאר ער האט דאס מרמז געווען בלשון דברי תורה,
ווי למשל ווען ער האט געברויכט עסן האט ער געזאגט דעם לשון "ויהי האדם לנפש חי', נשמה שנתתי בך החיי" און פון דעם האבן שוין די שטוב מענטשו געוויסט אז מען ברויך ברענגען עסן, פאר טרינקען האט ער געזאגט דעם מאמר חז"ל "אכל ולא שתה" האט מען געוויסט צו ברענגען טרינקען, ווען דער גאון האט געזאגט "והנה טוב מאוד זו שינה" האט מען געוויסט אז ער וויל זיך צולייגן,
ווערט דערציילט אז דער גאון פלעגט שלאפן ביינאכט דאס ביסל וואס ער האט זיך שוין יא צו געלייגט, מיט צו געדעקטע הענט, כדי ער זאל נישט בטעות צו רירען אין די מקומות המכוסים, און ווען ער איז אויף געשטאנען האט ער זיך נישט געברויכט וואשן די האנט, ווייל יעדע רגע פונעם טאג איז געווען ביי דעם גאון אויס גערעכנט פאר תורה, און ער האט דאס וואשן גערעכנט אלס ביטול תורה ממש,
ער האט איבער געלאזט זיינע טיפע געהויבענע חידושים וואס זענען געדריקט געווארן אינעם ספר תולדות אדם,
דעם טאג פון זיין הסתלקות, זענען זיינע תלמידים געקומען מבקר חולה זיין דעם רבין, ער איז שוין דאן געווען גאר שוואך, אבער לפלא ווען די תלמידים זענען אריין געקומען איז דער צדיק וקדוש געלעגן אין בעט מיט א תהלים אין האנט און געזאגט תהלים בקול יפה ונעים, ווען מען האט געבעטן דעם גאון אז ער זאל זיך נישט איבער שטרענגען זיינע כוחות מיטן זאגן תהילים, האט דער צדיק געזאגט, עס שטייט דאך אין גמרא (שבת פ"ג) זאת התורה אדם כי ימות באוהל, אמר רבי יונתן, אל ימנע אדם מדברי תורה אפילו בשעת מיתה, ווער ווייסט אם לא לעת הזאת הגעתי,
דאן האט דער גאון וקדוש געזאגט, חז"ל זאגן דאך (כתובות קי"א א) שליש בישיבה, שליש בעמידה, שליש בהליכה, דאן האט דער גאון געבעטן מען זאל אים ברענגען א בענקל און מען זאל מאכן זיכער אז דער בעל הבית פונעם בענקל גיבט רשות דאס צו ניצן, דער גאון האט זיך אויף געזעצט פון בעט און זיך אראפ געזעצט אויפן בענקל, דאן האט זיך דער גאון אויף געשטעלט און געגאנגען ד' אמות כדי הליכה, אלעס כדי צו מקיים זיין דברי חז"ל, דאן האט זיך דער גאון צוריק געלייגט אין בעט ויצאתה נשמתו הטהורה,
נסתלק לגנזי מרומים ביי 33 יאר אלט, י"ג אדר בשנת תקמ"ח, ומנחתו כבוד איז אין ביה"ח אין שטאט ווילנא,
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
הגה"ק רבי שלמה זלמן ב"ר יצחק איצקוביץ זי"ע, בעל תולדות אדם מווילנא - י"ג אדר תקמ"ח
Re: הגה"ק רבי שלמה זלמן ב"ר יצחק זי"ע, (איצקוביץ), בעל תולדות אדם, מווילנא, - י"ג אדר
עס האט דערציילט הגה"ק רבי נח ליפשיץ מווילנא זי"ע וואס איז אויך געווען א תלמיד פונעם הייליגען גר"א מווילנא זי"ע, איינמאל האט די רבי דער הייליגער גר"א געבעטן פון אים ר' נח אז ער זאל אים ברענגען א גמרא מסכת נזיר, ווייל דער גאון האט דאן געוואלט עפעס נאך קוקען, איז דאן געזעצן דארט דער תלמיד הגאון העילוי נפלא רבי זלמן מוולאזשין זי"ע, און ער האט אזוי מסיח לפי תומו אפ געזאגט דעם גאנצן שטיקל גמרא און נישט אויס געלאזט אפילו איין ווארט, זיין רבי דער הייליגער גר"א האט דאס גאר שטארק באוואונדערט און געזאגט בזה"ל, "בני, עליך אומר הכתוב (ישעיהו נ"א ז,) עם תורתי בלבם",
אין ספר דברי שלום ואמת ווערט געברענגט, איינמאל איז הגה"ק בעל שאגת אריה זי"ע געווען אין שטוב פון רבי יצחק זי"ע דער טאטע פון די צוויי גאונים פון וולאזשין, האט ער דאן געהערט ווי די צוויי גאונים רבי חיים זי"ע זייענדיג 14 יאר אלט און רבי שלמה זלמן זי"ע נאך זייענדיג 6 יאר אלט, האט דער ברודער רבי חיים געפרעגט פון זיין ברודער רבי שלמה זלמן,
ווי אזוי קען זיין אז ביי כלל ישראל איז דא אידן וואס זענען נישט אזוי ערליך און זענען נישט קיין בני תורה, די עלטערן פון כלל ישראל זענען דאך געווען די אבות הקדושים אברהם יצחק און יעקב וואס זענען געווען דריי דורות פון צדיקים כשרים יסודי העולם, וואלט דאך לויט ווי די גמרא זאגט (בבא מציעא פ"ה ע"א) התורה מחזרת על אכסניא שלה, וואלט דאך די תורה געברויכט אריבער גיין צו זייערע קינדער און אייניקלעך,
האט דער יונגער גאון ועילוי עצום רבי שלמה זלמן נאך זייענדיג נאר 6 יאר אלט געענטפערט, די גמרא זאגט נישט אז בהכרך וועט די תורה אריבער גיין צו די דורות, נאר די גמרא זאגט, אז פון יעצט און ווייטער וועט די תורה מחזר זיין צו די שטוב פון די דורות נאכדעם, אבער מען ברויך דאס מקבל זיין אויך און מען ברויך זיך אויף דעם אויך פלאגן און זיך אריין לייגן אין די תורה, און נאר אזוי קען מען מקבל זיין תורה און זוכה זיין צו דעם,
און דער יונגער גאון האט צו געלייגט א משל אויך, ווען א אורח קומט צו אן אכסניא און מען נעמט אים שיין אויף, דאן וועט דער אורח קומען נאכאמאל צו דעם זעלבן אכסניא, אבער אויב קומט דער אורח צוריק צו דעם אכסניא און מען נעמט אים נישט אויף מיטן ריכטיגן וועג, וועט דער אורח מער נישט צוריק קומען נאכאמאל,
דאס זעלבע איז מיט די תורה, אויב די עלטערן זענען געווען ערליך און בעלי תורה, וועט די תורה אויך קומען צו די קינדער און אייניקלעך, אבער אויב די קינדער און אייניקלעך וועלן נישט מקבל זיין די תורה אזוי ווי עס ברויך צו זיין, וועט די תורה נישט ביי זיי בלייבן,
דער ברודער הגה"ק רבי חיים מוולאזשין זי"ע האט דערציילט, אז ווען דער ברודער רבי זלמן זי"ע איז געווען 4 יאר אלט, האט דער טאטע געמאכט א גרויסע סעודה ווען דער עלסטער זון הגה"ק רבי שמחה זי"ע וואס איז שוין דאן געווען 19 יא אלט, האט מיט גרויס עמילות געענדיגט גאנץ ששה סדרי משנה, און גאנץ משניות איז געווען ביים ברודער שגיר בפיו,
ווען דער ברודער זלמן האט געזען דעם גרויסן סעודה וואס מען גרייט, האט ער געפרעגט די עלטערן, וואס איז די גרויסע שמחה אז מען מאכט יעצט אזא גרויסע סעודה, האט דער טאטע געזאגט פארן קינד, היינט איז ביי אונז א גרויסע שמחה, ווייל דער ברודער שמחה האט געענדיגט גאנץ ששה סדרי משנה און ער קען דאס אלעס בעל פה, און דער טאטע האט צו געלייגט בזה"ל, "מי יתן והיה, שאזכה לראות אותך במדרגה הלזו, הנני מוכן לשוש עליך ולהתעלס בכפלים",
האט דער קינד געזאגט פארן טאטן, טאטע שטארק דיך, און זאלסט וויסן אויב דער באשעפער וועט מיר געבן אריכת ימים ושנים, וועל איך אי"ה קענען אסאך ספרים בעל פה, נאך אסאך מער ווי די טוסט האפן, און דער קינד האט געוויזן אויפן משניות וואס איז געלעגן אויפן טיש און געזאגט, מיין ברודער קען דעם קליינעם ספר, אבער איך וועל אי"ה קענען יעדן ספר מקטן ועד גדול,
דער טאטע ווען ער האט דאס געהערט, האט ממש געשיינט פאר שמחה, און ער האט דאן געזאגט, "הבן יקיר לי, אמן כן יעשו ד' עמך כאשר דברת ועיני אביך ואמך רואות", האט דער קינד מיט זיין גרויס חכמה געזאגט פארן טאטן, פארוואס וואונדערסט די דיך אזוי, דאס גאנצע תורה האב איך שוין געקענט בעפאר איך בין אראפ געקומען אויף די וועלט, נאר דער מלאך האט מיר געגעבן א שנעלקע אויף מויל און ער האט מיר געמאכט איך זאל דאס פארגעסן, אבער יעצט האט מיר דער באשעפער געגעבן ב"ה א גוטן זכרון, און מיטן באשעפער'ס הילף וועל איך דאס אלעס צוריק געדענקען,

דער גרויסער גאון רבי זלמן מוולאזשין זי"ע האט געהאט א מנהג, יעדן טאג בעפאר ער האט געגעסן ארוחת הבוקר, האט דער גאון דורך געלערנט הלכות נטילות ידיים, הלכות בציעת הפת, והלכות הסעודה, און דאס איז געווען חק ולא יעבור ביי דעם גאון עצום,
איין שבת קודש ביינאכט סוף ימיו ווען דער גאון איז שוין געווען ליידער שוואך, האט דער ברודער רבי חיים מוולאזשין זי"ע געזען ווי דער ברודער שפאצירט ארום אין שטוב און זעצט זיך נישט צום טיש, האט דער ברודער געפרעגט פון זיין גרויסן ברודער, אויב ער האט אפשר נאכנישט משלים געווען אלע שעורים פונעם טאג, און אפשר וועגן דעם וויל ער נאכנישט עסן די סעודה,
האט דער גאון רבי זלמן געזאגט פארן ברודער רבי חיים, אז ער האט א מנהג צו לערנען די אלע הלכות יעדן טאג בעפאר ער עסט, אבער יעצט זייענדיג אזוי שוואך שפירט ער אז ער האט שוין נישט די כוחות, וויל ער בעטן אויב די ברודער קען אים מתיר נדר זיין אויף דעם מנהג, דער ברודער רבי חיים זי"ע האט גענומען נאך צוויי גדולים און גאונים בתורה, אבער גאר שווער האבן זיי געברויכט ארבעטן ביז דער גאון רבי זלמן איז געווען זיכער אז מען האט דעם התרת נדרים געמאכט לויט די הלכה מיט אלע הידורים,
הגה"ק רבי חיים כהן הנקרא ר' חיים פאקראייער זי"ע האט דערציילט, אז דער גאון איז געווען אזוי שקוע בתורה און נישט מפסיק געווען קיין איין רגע פון תורה, דערפאר יעדעס מאל ווען ער איז געגאנגען אין בית המרחץ, האט דער גאון מיט גענומען ספעציעל א האנטיך וואס איז געווען קאלירט, און דער גאון האט זיך פארטראכט אינעם קאליר פונעם האנטיך און געציילט וויפיל עס איז דא פון יעדן קאליר, און דאס אלעס האט ער געטון, כדי ער זאל ח"ו נישט נכשל ווערן צו טראכטן פון דברי תורה אינעם מרחץ,
אויך ווי באקאנט האט דער גאון ממש נישט גערעדט קיין דברים בטלים און אפילו סתם דברי חול האט מען קיינמאל נישט געהערט פונעם גאון, אבער ער האט גע'פסק'נט, אז אין בית המרחץ ווי מען טאר דאך נישט רעדן קיין דברי תורה, קומט דאך אויס אז דאס וואס חז"ל זאגן "ודברת בם" בם ולא דברים בטלים, איז נאר חל אויף א פלאץ ווי מען קען רעדן דברי תורה, אבער אין בית המרחץ טאר מען דאך נישט רעדן קיין דברי תורה, און דערפאר האט דער גאון דערציילט אין בית המרחץ סיפורים נפלאים, אבער אזוי ווי ער האט ארויס געטרעטן פונעם בית המרחץ, איז דער גאון ממש געווארן ווי א שטומער מענטש און מער נישט גערעדט קיין ווארט חוץ דברי תורה,
איינע פון די גדולים בדורו האט אמאל געפערגט דעם גאון, חז"ל זאגן (חגיגה ט ב) אינו דומה שונה פרקו מאה פעמים, לשונה פרקו מאה ואחד, אז עס איז נישט דאס זעלבע חשובות ווען מען לערנט עפעס 100 מאל, ווי מען לערנט דאס 101 מאל, און חז"ל זאגן אז דאס איז א סגולה צו געדענקען דאס לערנען, האט דער גדול געפרעגט דעם גאון רבי זלמן, וואס איז מיטן לערנען מער ווי 101 מאל, האט דער גאון געזאגט, לערנען 101 מאל א גמרא איז א מסוגל צו געדענקען דאס לערנען, אבער צו באקומען אהבת התורה איז נישט דא קיין שיעור וויפיל מאל מען ברויך לערנען א גמרא, און אויב וואלט איך געהאט צייט וואלט איך יעדע גמרא גע'חזר'ט פאר א גאנצע יאר צייט,
הגה"ק רבי יעקב כהנא מווילנא זי"ע האט דערציילט, איינמאל איז דער גאון דורך אין ביהמ"ד און געהערט ווי א תלמיד זיינער רעדט עפעס און עס האט זיך געדאכט פארן גאון אז דער תלמיד רעדט ח"ו שיחת חולין, האט אים דער גאון מוכיח געווען אז א איד טאר נישט רעדן קיין דברי חולין,
דער תלמיד האט זיך גלייך פאר ענטפערט פארן רבין, אז ער איז יעצט עוסק אין א דבר מצווה און פון דעם האט ער יעצט גערעדט און נישט פון סתם דברי חולין, גלייך אויפן פלאץ האט דער גאון איבער געבעטן דעם תלמיד און געבעטן אז דער תלמיד זאל אים זאגן בפה מלא אז ער איז אים מוחל,
און דאן האט דער גאון געבענטשט דעם תלמיד מיט ברכת כהנים, ווייל חז"ל זאגן דאך (ברכות ל"א א') אמר רבי אליעזר, ויען עלי ויאמר לכי לשלום, מכאן לחושד את חבירו בדבר שאין בו, שצריך לפייסו, ולא עוד אלא שצריך לברכו, שנאמר ואלקי ישראל יתן את שאלתך", דאס איז געווען די גדלות בתורה פון דעם גרויסן גאון,
איינמאל איז דער גאון רבי זלמן זי"ע געווען צוזאמען מיט זיין גרויסע ברודער רבי חיים מוולאזשין זי"ע אויפן וועג, די צוויי זענען געגאנגען צו א גאסט הויז כדי דארט איבער צו שלאפן, אבער דער בעל הבית פונעם גאסט הויז האט זיי ביידע גאר שטארק באזידעלט און אנגעשריגן און האט זיי בשום אופן נישט געלאזט דארט איינשטיין,
אויפן וועג ארויס האט רבי חיים מוולאזשין זי"ע געזען ווי דער ברודער רבי זלמן וויינט ביטערלעך מיט טרערן ממש, האט אים זיין ברודער רבי חיים געפרעגט, ברודער פארוואס וויינסטו, אפשר האבן די ווערטער פונעם בעל הבית פונעם גאסט הויז דיר וויי געטון, פארוואס מאכסטו דיך בכלל וויסענדיג מיט וואס ער האט דיר געזאגט, האט דער גאון רבי זלמן געזאגט, ח"ו נישט אויף דעם וויין איך, נאר ווען דער גאסט געבער האט אונז פארשעמט, האב איך ביי מיר געשפירט א קליין ביסל הארץ ווייטאג, און דערפאר וויין איך, אז איך בין נאכנישט אן געקומען צום מדרגה פון "הנעלבין ואינם עולבין",

- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: הגה"ק רבי שלמה זלמן ב"ר יצחק איצקוביץ זי"ע, בעל תולדות אדם מווילנא - י"ג אדר תקמ"ח
האב איך געזען שרייבן אז רבי זעלמעלע'ס יארצייט איז ט' אדר