מיט א בליק אויף צוריק

פאעזיע, גראמען, און קונסטווערק
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שטייענדיג נאכן געבורט פון מיין לעכטיגע טאכטערל למז"ט, האב איך זיך איין נאכט אראפגעזעצט און אריינגעקלערט אין די גרויסע חסדים פונעם בוכ"ע, אחוץ די מתנה וואס ער האט מיר יעצט געשענקט, נאר בכלל וויאזוי ער האט מיר באגלייט פון מיין ערשטע טאג אויף די וועלט, האלוקים הרועה אותי מעודי, און א כוואליע פון הרגשים האט מיר באנומען,
איך האב געשפירט ווי איך וויל עס ערגעץ אויסגעבן, האב איך זיך געזעצט שרייבן אין גראמען, אנהויבן שרייבן, האט מיין פענע זיך גענומען לויפן מיט שורה'לעך און געדאנקעלעך, ווען איך האב געטראכט עס ארויפצולייגן דא האב איך געזען אז ס'איז צו לאנג צו לייגן אויפאיינמאל,
האב איך באשלאסן עס צו צוטיילן אין און ארויפלייגן יעדע שטיקל עקסטער לויט וויפיל צייט איך וועל האבן צו טייפן

*וזאת למודעי* אז איך בין א מתחיל אין דעם פעלד, ס'איז אייגענטליך די ערשטע מאל וואס איך שרייב גראמען לענגער ווי פינף שורות, און איך וועל זיך זייער פרייען צו הערן די ציבור'ס הערות און קאמענטארן מיט וואס איך קען זיך פארבעסערן


"מזל טוב" שרייט ער אויס, א שמחה גרויס, א נשמה'לע א נייע

א בן זכר אראפגעברענגט, פון גאט געשענקט, פריידט זיך די חבריא

אויפן טאג דער אכטער, א ברית מאכט ער, אזוי שיין און הייליג

אויף אים דעם אות ברית, מיט דעם ער איז, פונעם עם ישראל א חלק

די מאמע מיט גליק, אויף אים איר בליק, הער צו שעפעלע מיינס

א צדיק'ל זיין, אונזער וועג נאכגיין, אנהאלטן די אידישע גלאנץ

א טרערל עס רינט, דרוקט צו דאס קינד, אזוי לויטער און ריין

מיין איינציגע שטרעבן, ווי א איד זאלסטו לעבן, און דער מלאך ענטפערט-אמן
---
די צייט גאלאפירט, אין חדר אים מ'פירט, איינגעוויקלט אינעם טלית

אינגאנצן נישט קלאר, וואס גייט דא פאר, פרעגט ער שאלות

טאטי טוט ערקלערן, מ'גייט דיר אפשערן, איבערלאזן שיינע פיאות

מיט א קאפעלע פון סאמעט, טראגן צום מלמד, זאגן א-ב מיט חיות

ווען דו וועסט פארזוכן, פון דעם האניג קוכן, זאלסטו וויסן און געדענקען

אז די כלל איז, תורה מער פון אלעס, טוט אמת'ע גליק שענקען

אין לערנען זיך פלייסן, ברענגען נחת אין די מאסן, אזוי אונז דערפרייען

דאס קינד מיט תמימות, הערט דברות חמימות, און צוזאמען אין חדר זיי גייען
---
די יארן זיי לויפן, א גמרא ער טוט שוין קויפן, לערנען פונקט ווי די גרויסע

די מאמע אים באגלייט, ביים שוועל זי שטייט, שעפשעט מיט טרערן הייסע

א תלמיד חכם ווערן, קענען די פארהערן, פארשטיין שורה נאך שורה

חברים נישט גוטע, אויף אים נישט קיין שליטה, טאטע גיב אים א שמירה

וואקסן א ירא שמים, מיט גוטע מידות באניי אים, אלעמאל בלייבן ערליך

צום פושקע גייט צו, אלקא דמאיר ענני, מיטן מטבע עס גייען די טרערלעך
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אלעס גלאנצט מיט פרישקייט, א נייע באדייט, א 'גרויסע בחור' איז ער

אין ישיבה אריין מיט אן ערנסקייט, פון לערנען גארנישט שטערן-סגייט, נישטא קיין קלער

ברציפות לאנגע שעה'ן, אויסוואקסן די קומענדיגע גאון, דאס איז זיין ציהל

שור שנגח את הפרה, קנייטשט די שטערן מיט א סברה, נישטא קיין בעסערע געפיל
---
די חשק הייבט אן וועפן, די חברים טוען שלעפן, לאמיר גיין "טשילן"

דער יצר ארבעט שווער, אראפגעשלעפט מער און מער, פארלוירן די גאנצע ווילן

עליות און ירידות ביינעזאם, שפירט ווי ער פאלט צוזאם, " פון מארגן" ער זאגט זיך צו

דראפעט אויף גראדע ווענט, צום בורא הייבט די הענט, "באשעפער"-עפעס שוין טוה

די וועלט אזוי טונקל, נסיונות אין יעדע ווינקל, "ראטעווע"-פאר איך פאל

מיט פרישע כוחות באגיסן, א נייע חשק אריינפליסן, באגיס מיר מיט פרישע טל
---
א התחדשות טרעפט, צום גמרא זיך באהעפט, גענדיגט מיט די שגעון

אלע מגי"ש שאקן, בלעטער טוט ער האקן, מיט א צמאון

א נייע מענטש ער-איז, א בחור לשם ולתפארת, אלע קלאר זעהן

קוקט נישט אויף צוריק, בויעט א נייע בריק, וואס איז געווען איז געווען
---
די געים ענדיגט זיך קיינמאל, געווינסט אים איינמאל, ער האט א פרישע שפיל

א פאטש דערלאנגסט אים, זייעט אן א פרישע פראבלעם, דער זקן וכסיל

יעדע געווינס, א פרישע קונץ, אבער שבע יפול

הייב זיך אויף, גיי צוריק ארויף, די סוף וועט זיין וואויל
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1935
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4615

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין! הערליך!

ביסט זיכער ס'דאס ערשטע מאל דו שרייבסט אזאנס?.. קוקט אינגאנצן נישט אויס...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3059
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3975

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך וואוילער »

זייער זייער גוט!
סיי די מהלך פון די גראמען, סיי גוט אראפגעלייגט די תוכן!

ווארט מיר אויף די נעקסטע שטיקל.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אדורכגעשוויצט די יארן, אויפגעבויעט דעם כשרון, נאך שטערקער ווי פריער

איין נאכט א בשורה, ווערסט א חתן כשורה, פון שמחה זיין הארץ פלאצט שיעור

ס'איז שמחה וששון, געווארן א חתן, אין א מזל'דיגע שעה

לעבעדיג אין היכל, יעדער מיט א שמייכל, א אידיש הויז שאפט זיך דא

עס הייבט זיך אן גלייך, הכנות אסאך, מ'דארף א וועלט אניאגן

א תנאים א ווארט, א היימישע טארט, וואלט געפאסט צו טראגן

מיט גרויסע כוונות, מ'קויפט די מתנות, מ'וועלט און מ'קלויבט

מ'קאלט אין א רייע, הערן יעדעמס דעה, פון איבער די גלאוב

יעדע יו"ט עקסטער, צום לעוול די נעקסטער, די טאש שוין אויסגעליידיגט

א "פאום" טיפזיניג, אזוי איז דאך דער מנהג, די מחותנים נישט ווערן באליידיגט

א שטריימל מיט שפיצן, ס'גארנישט קיין וויצן, דערגרייכט שוין דעם דאך

א בעקיטשע וואס גלאנצט, לויט וויאזוי מ'טאנצט, דאס איז היינט די זאך

א עקסטערע מסכתא, מיט טענות גערעכטע, "פארוואס עסטו אזוי פיל"

וואקן לאנגע מיילן, די איבריגע פונט אפפאלן, מיטן סקעיל געמאכט א דיעל

א מחותנת'טע קלייד, דער מחותן שרייעט, כסף מנלן

נאר נישט געזארגט, געדרייט און געבארגט, ווער האט גערעדט פון באצאלן

די הויז שווימט, מ'גייט און מ'קומט, אויף די קינדער עס פאלט שווער

די טאשן צולעכערט, אינטרעסט געהעכערט, אבי מ'זאגט אז א כלה קאסט מער...
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 831

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

זייער שיין מאכסט א פיינע ארבעט!
איך וועל אייך באפייפען
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א חשבון הנפש ער מאכט, אויף צוריק ער טראכט, פארטרויערט און פאראומערט

זיך געלאזט פארפירן, די נשמה פארשמירן, זיך נישט געקימערט

מיט בושה קרעכצט, זיין הארץ לעכצט, א תשובה כראוי וכיאות

ער בעהט אלע טעג, טאטע ווייז מיר דעם וועג, הראיני נפלאות

וטהר לבנו, ותוציא כאור משפטינו, אין דעם טאג אזוי גורל'דיג

די יום החופה אזוי הויעך, אזא געוואלדיגע כח, יחודים אזוי מורא'דיג

א פעסטע קבלה, א פרישע התחלה, פון דא און ווייטער

א פונקטליכע פלאן, אויסניצן דעם זמן, פארשרייבט ער
---
מיט פארכט אדורכגענומען, אין די אויגן עס שווימען, די טרערן

זיך מקדש ומטהר, עפענען יעדע שער, די בעסטע זאל אנגעשריבן ווערן

ער טוט פאסטן און וויינען, מיין הארץ טו ליינען, זעה מיינע בכיות

נאר גוטע השפעות, שרייב אן בוודאות, כי לך לבד עינינו תליות

ווי יו"כ ביי נעילה, זעט אויס זיין תפילה, ווי דער כה"ג אין קודש הקדשים

די הארץ ווי פעדער לייכט, די טריט צום חופה מאכט, אפגעמעקט יעדן אשם

די אלטע צייטן פארביי, הייבט אן פון ניי, א יום החופה אדורכגעגאנגען

גענדיגט מיט די נסיונות, מוחל געווען די עוונות, אונטער די חופה שטאנגען

מ'זינגט הארציגע נגינה, אויף אים עס רוהט די שכינה, מ'קען עס אנטאפן

"מ'שטייט שוין ביים חופה", פלאצט אויס אין א כליפע, קען קוים די אטעם כאפן

בנים ובני בנים, לאורך ימים ושנים, אויסבעטן ביים קל חי

ערליכע דורות, נאכגיין די מסורת, זען נחת פון זיי

א געזונט לעבן, זאלסטו אונז געבן, נישט וויסן פון קיין צרות

א לעבן פון רוחניות, דבוקים בך להיות, דאס מיין מטרה-איז

"הרי את מקודשת לי", דאס רינגל צום פינגער לייגט צו, כדת משה וישראל

זיבן ברכות מ'מאכט, א גלאז ער צוקראכט, "מזל טוב" שרייעט דער קהל

"עוד ישמע בערי יהודה", א געהויבענע רקידה, אז די ווענט טאנצן מיט

מ'לויבט אויף די חסדים, פון אלע צדדים, טאטע דו ביסט דאך אזוי גוט

קרובים און ידידים, אין די לוסטיגע ריקודים, ביז אין די נאכט אריין

די עקסטאז אויפן העכסטן פארנעם, א טאנץ מיטן גאנצן ברען, ווי וואסער עס גיסט זיך וויין

אין די שפעטע שעות פון נאכט, צום קלימאקס מ'דערגרייכט, "אשת חיל" מ'זינגט שוין

די חתונה מ'איז מסיים, לשנה הבאה בירושלים,- אהיים צום נייעם וואוין
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3059
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3975

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך וואוילער »

הערליכע גראמען!
גוטע תוכן!
קלאר ארויסגעברענגט!!
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

לכבוד מיין 1000'טע פאוסט האב איך געפלאנט צו ארויסלייגן אן ארטיקל צו סעלעברירן, א זאך וואס איז מיר נישט געלונגען. (ס'ווארעמט זיך אין דרעפט, איין טאג...) אנשטאט האב איך באשלאסן צו ענדיגן דעם שיר.

אינאיינוועגס וועט די דברי תודה אויך דינען אלס א שכח פארן טאטע אין הימל פארן צושטעלן אזא ריינע און אויסגעהאלטענע פלאטפארמע ווי אידטיש, וואו מען קען פארברענגען אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן אן דארפן קאמפראמיזירן אויף אידישקייט.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

Re: מיט א בליק אויף צוריק - ענדע (מיין 1000'טע פאוסט!)

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

א יאר איז פארביי, א מזל טוב געשריי, הילכט אינעם דירה

נתמלא הבית אור, א פרישע דור, געשריבן א פרישע שורה

א נשמה אראפגעבראכט, א שהחיינו ער מאכט, מיט א שטימע געשטיקט

קוים עס גלייבט זיך, די אויגן הייבט זיך, צום הימל ער קוקט
---
עד הנה, קיין ווערטער נישטא, לך להודות

איך דאנק דיר טאטע, בהאי שתא, מלא תודות

די הארץ עס ברענט, ווען איך וואלט געקענט, עפעס צוריקגעבן

דיינס איז דאך אלעס, מיין גאנצע בעלות, יעדע זאך אין מיין לעבן

מה אשיב, וועט קיינמאל זיין גענוג, אויף די געשאנקען

כל תגמולוהי, כי טוב הלא הוא, נו לאמיר אים אלע דאנקען
---
לאמיר געבן א קלער, ער גיבט דאך אן אויפהער, מי חכם וישמר אלה

אונזער פליכט אזוי הויעך - איז, אים לויבן מיט אלע כוחות, ס'איז א חיוב ממילא

על כל צעד ושעל, ער גיבט אונז השפעות ווייל, ער איז דאך דער מקור החסדים

ער האלט אונז אויף זיין שויס, ער טראגט אונז פאראויס, היט אונז פון אלע פחדים

אוודאי געדענקען דארף מען דאך, אויפן עתיד בעטן נאך, כה יתן וכה יוסיף

טאטע איך דאנק דיר אן א סוף, אויף אלעם מיום הוולדי עד עכשיו!
-הכותב.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 353
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 582

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך וואלף »

WOW הערליך מלא רגש און געפיל, לויפט דורך אזוי געניט א לעבן פון קליינווייז ביז גרויס, די גראמען פאסן הערליך און געשמאק, מלא טעם!

לגבי די אויסשטעל פון די שורות מיין איך אז ס'איז שענער און מ'זעהט בעסער ארויס דעם גראם ווען מ'לייגט עס כזה:

"מזל טוב" שרייט ער אויס,
א שמחה גרויס,
א נשמה'לע א נייע


א בן זכר אראפגעברענגט,
פון גאט געשענקט,
פריידט זיך די חבריא


אויפן טאג דער אכטער,
א ברית מאכט ער,
אזוי שיין און הייליג

און אוודאי א הארציגן מזל טוב! מיט אסאך אידיש נחת שטענדיג!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואלף האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 11:28 pm WOW הערליך מלא רגש און געפיל, לויפט דורך אזוי געניט א לעבן פון קליינווייז ביז גרויס, די גראמען פאסן הערליך און געשמאק, מלא טעם!

לגבי די אויסשטעל פון די שורות מיין איך אז ס'איז שענער און מ'זעהט בעסער ארויס דעם גראם ווען מ'לייגט עס כזה:

"מזל טוב" שרייט ער אויס,
א שמחה גרויס,
א נשמה'לע א נייע


א בן זכר אראפגעברענגט,
פון גאט געשענקט,
פריידט זיך די חבריא


אויפן טאג דער אכטער,
א ברית מאכט ער,
אזוי שיין און הייליג

און אוודאי א הארציגן מזל טוב! מיט אסאך אידיש נחת שטענדיג!
שכח שכח! אי"ה ביי דיר אויף שמחות!

לגבי די אויסשטעל, איך האב עס טאקע געטראכט צו מאכן אזוי ווי דו זאגסט, אבער ס'וואלט אויסגעקומען צו לאנג צו אראפסקראלן די גאנצע.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1935
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4615

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך פופציגער »

מזל טוב מזל טוב!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3100
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 7778

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

.
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2016
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2111

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך אנדערער »

מזל טוב. אסאך נחת
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4853
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8072

Re: מיט א בליק אויף צוריק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW דער שאינו האט ספעציעלע טאלאנט אויך. שטארק שטארק! שטארק ערליך! ערליך שטארק!

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 6:14 pm לכבוד מיין 1000'טע פאוסט האב איך געפלאנט צו ארויסלייגן אן ארטיקל צו סעלעברירן, א זאך וואס איז מיר נישט געלונגען. (ס'ווארעמט זיך אין דרעפט, איין טאג...) אנשטאט האב איך באשלאסן צו ענדיגן דעם שיר.

אינאיינוועגס וועט די דברי תודה אויך דינען אלס א שכח פארן טאטע אין הימל פארן צושטעלן אזא ריינע און אויסגעהאלטענע פלאטפארמע ווי אידטיש, וואו מען קען פארברענגען אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן אן דארפן קאמפראמיזירן אויף אידישקייט.
היינט איז אויך א טאג...
שרייב פאוסט