הרה"ק רבי יוסף ברוך מניישטאדט זצ"ל, דער גוטער איד - י' אדר א' תרכ"ז

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 459

הרה"ק רבי יוסף ברוך מניישטאדט זצ"ל, דער גוטער איד - י' אדר א' תרכ"ז

פאוסט דורך דער ידען »

היינט פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי יוסף ברוך מניישטאט זצ"ל, באקאנט אלס "דער גוטער יוד".

ער איז געבוירן אין יאר תקנ"ב אלס בכור צו זיין פאטער הרה"ק המפורסם רבי קלומינוס קלמן זצ"ל, באקאנט אויף שי נאמען פון זיין ספר דער הייליגער "מאור ושמש".

ער איז געווען מפורסם פאר א קדוש וטהור, און פאר א געוואלדיגע ענוותן.

ער איז געפארן צו אסאך צדיקים, ובפרט צום הייליגען חוזה פון לובלין זי"ע,

מען האט אים גערופען "דער גוטער יוד", ווייל כשמו כן הוא..

ער איז נזתלק י' אדר א' תרכ"ז

זי"ע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: הרה"ק רבי יוסף ברוך מניישטאט זצ"ל - "דער גוטער יוד" - י' אדר א'

פאוסט דורך מירון »

דער טשאקעווער רב האט דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון א איד וואס דערציילט אז זיין זיידע און באבע [וואס פאר קיין שום איד נישט געוואונטשן] געווען חשוכי בנים ר"ל.

איז דער זיידע און באבע זענען געגעאנגען מזכיר זיין ביים הייליגן צאנזער רב און די באבע האט זייער איינגעריסן אז זיי ווילן האבן זרע של קיימא. דער צאנזער רב האט גע'עצט די באבע אז זי זאל קומען יעדן טאג יעדן אינדערפרי זיך מזכיר זיין, זי האט טאקע אזוי געטוען, אבער זי איז נישט געהאלפן געווארן.

איינמאל האט די באבע געהאט א שטיקל סכסוך מיט א שכנה און די שכנה האט זיך געגעבן א רוף אן: "אפילו דו וועסט גיין נאך 10 יאר זיך מזכיר זיין ביים צאנזער רב וועסטו אויך קיין קינדער נישט האבן". בצר לה איז שנעל אריבעגעלאפן צום צאנזער רב און איבעדערציילט וואס איר שכנה האט געזאגט.

דער צאנזער רב האט געהייסן אריינרופן דער גוטער יוד וואס האט זיך דעמאלס געפונען אין צאנז. דער צאנזער רב האט אים איבעדערציילט דריי מאל די גאצע מעשה מיט די סכסוך מיט די שכנה.

די באבע איז אהיימגעקומען און געזאגט פאר איר מאן - די זיידע, זעט אויס אז מיר קענען נאר ישועה ביי דעם גוטער יוד פון ניישטאטדט, די זיידע האט אבער קיין חשק נישט געהאט, וויל ער איז געווען א פייערדיגער צאנזער חסיד און ער נישט געוואלט געבן א קוויטל פאר א צווייטן רבין, אבער די באבע האט אים זייער דערקוטשעט, איז דער זיידע געפארן צום גוטער יוד און דער גוטער יוד האט אים געגעבן א קמיע און למזל טוב איז געבוירן געווארן ביי זיי א בן זכר.

לימים האט מען געעפענט דעם קוויטל און ס'איז געשטאנען "יוסף ברוך בן מלכה ראטיל" און גארנישט מער. זי"ע
שרייב פאוסט