רבי חיים יוסף דוד אזולאי - דער החיד"א איז געבוירן געווארן אין ירושלים עיה"ק בשנת תפ"ד צו זיין גרויסן טאטן רבי רפאל יצחק זרחיה הלוי - רב פון עדת הספרדים אין ירושלים (במאמר המוסגר, יענע יארן האבן כמעט נאר ספרדים געוואוינט אין ירושלים). ער איז געווען א זוהן פון הגאון ישעי' אזולאי בעל זרע יצחק בן הגה"ק רבי אברהם אזולאי רב אין חברון ובעל מחבר ספר חסד לאברהם.
דער החיד"א שרייבט אין ספר 'שם הגדולים' אז ביי די 19 יאר האט ער זיך מתחבר געווען צום גרויסן גאון וקדוש דער בעל אור החיים. ער שרייבט ברוב דארט ברוב ענוותנותו כהאי לישנא: ואני הצעיר זכיתי והייתי בישבתו הרמתה ועיני ראו גדולת תורתו עוקר הרי הרים וקדושתו הפלא ופלא. ולפי דורנו היה לב הרב מבעית בתלמוד והיה כמעין המתגבר. והן בעון הדור כמעט שכ"ב ובחדש תמוז תק"ג עלה לשמים בן מ"ז שנה זלה"ה.
דער חיד"א האט באלייכט די וועלט מיר זיין כח התורה והחכמה, ער האט ארויסגעגעבן 71 ספרים! היינט מיט א מכון מיט קאמפיאטערס און פרינטערס איז כמעט נישטא אזאנס. זייענדיג א שד"ר איז ארום געפארן אין די גאנצע וועלט ווי ער אליין פארצייכענט אין א באזונדערע ספר 'מעגל טוב'. אין יעדן פלאץ וואו ער איז אנגעקומען איז ער געווען ווי מעיין נובע און א לעבעדיגע מוסר ספר.
אויף דער עלטער האט ער איבעגעגעבן דעם שד"ר ארבעט פאר זיין זוהן רבי אברהם ז"ל און ער האט זיך באזעצט אין ליווארני, איטאליע. דארט אין האט פון גארנישט געוואלט וויסן - ווי א רבנות פאסטן אדער א ראש ישיבה, ער איז נאר געזעצן אין ביהמ"ד על התורה ועל העבודה כמעט רונדע דעם זייגער. די חכמי הדור פלעגן אבער קומען פרעגן גאר הארבע שאלות וואס זיי אליינס האבן זיך נישט געקענט אן עצה געבן.
ער איז נפטר געווארן ערב שב"ק זכור. זכותו הגדול יגן עלינו
החיד"א ז"ל - י"א אדר תקס"ו
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2359
Re: החיד"א ז"ל - י"א אדר תקס"ו
פרשת נשא שנת תשד"ם לפ"ק האט דער קלויזבורגער רב ז"ל, דערציילט ביי זיין חומש רש"י שיעור א מעשה מבהיל:
אין די עלטערע יארן איז א איש מכובד געקומען צום הייליגן חיד"א און געזאגט זיין ווייב האט זיך 'מסתיר' געווען מיט א פרעמדע מאן. זאגט אים דער חיד"א אז לפי דעתו איז ער זיך מחיוב צו גטן פון זיין ווייב תיכף ומיד. דער דארטיגער בית דין האט זיך געוואונדערט אויפן פסק פונעם חיד"א, ווייל די סתירה איז געווען אן קיין התראה און עדים.
די פרוי פון יענעם איש מכובד האט נישט געוואלט געבן קיין גט און דער חיד"א האט איר פרובירט צו משכנע זיין מיט ווייעכע רייד [ווי עס ווערט דערמאנט אין די גמרא] אז זי זאל זיך מודה זיין און געבן א גט. זי האט זיך אבער מתחצף געווען פארן חיד"א און גערעדט נישט שיין כלפי דעם חיד"א.
דער חיד"א האט זיך דערמאנט אז רבי דער אור החיים הקדוש האט אים געגעבן א כח פון 'קדושת כהן' און ער האט אנגעהויבן צו טראכטן פארוואס האט מיר מיין רבי דאס געגעבן? דער חיד"א האט דאן געבעטן אז זי זאל אים צוהערן ווי ער ליינט איין פרשה אין די תורה. דער חיד"א האט געליינט די פרשה פון "סוטה" מיט דעם ניגון און טעמים און דער חיד"א האט ביים סוף געגעבן א געשריי: ואת כי שטית וגו' יתן ה' בטנך צבה ואת יריכך נופלת וגו'. די פרוי האט נישט אויספיעט אוועקצוגיין פון דארט און סאיז מ'קוים געווארן כל הכתוב בקרא ר"ל.
פון אירע גרויסע געשרייען וואס זענען געהערט געווארן ווייט זענען מענטשן געקומען צולויפן און האבן צוגעזען מיט די אייגענע אויגן וואס דא האט פאסירט - ווי ס'שטייט אין פסוק ונוסרו כל הנשים ולא תעשינה כזמתכנה. אלע האבן דאן געזען אז זיינע פסקים זענען רעכטפארטיג און הייליג און ס'איז דאן נתקדש געווארן שם שמים ברבים. די שטאט מענטשן האבן געמאכט א זכר אויף יענעם פלאץ ווי ס'איז געשעהן די מעשה הנס למען ישמעו ויראו ולא יזידון עוד און ווי אויך אז צדיקים האבן א גרויסן כח צו באווייזן וואונדער.

-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 773
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
- x 2561
Re: החיד"א ז"ל - י"א אדר תקס"ו
מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:22 pm רבי חיים יוסף דוד אזולאי - דער החיד"א איז געבוירן געווארן אין ירושלים עיה"ק בשנת תפ"ד צו זיין גרויסן טאטן רבי רפאל יצחק זרחיה הלוי - רב פון עדת הספרדים אין ירושלים (במאמר המוסגר, יענע יארן האבן כמעט נאר ספרדים געוואוינט אין ירושלים). ער איז געווען א זוהן פון הגאון ישעי' אזולאי בעל זרע יצחק בן הגה"ק רבי אברהם אזולאי רב אין חברון ובעל מחבר ספר חסד לאברהם.
דער חיד"א'ס טאטע איז טאקע געווען א ספרדי, אבער זיין מאמע איז געווען א פול פלעדזשד אשכנזי אן אייניקל פונ'ם סמ"ע! אזוי שרייבט דער חיד"א אליינס אין מעגל טוב, אז זיין מאמע'ס טאטע ר' יוסף ביאליר איז ארויפגעקומען פון פוילן צוזאמען מיט די חבורה פון ר' יהודה חסיד פון שידלאווצע. (ר' יהודה אליינס איז נסתלק געווארן קורץ נאכ'ן אנקומען און זיין חבורה איז צופאלן, אבער די חובות וואס זיי האבן שוין געשאפן דורכ'ן אנבארגן פון אראבער פשוט צו קענען דורכלעבן די טאג האט גערום געווען אז די אראבער האבן גע'רודפ'ט יעדן אשכנזי'שן איד וואס איז געקומען קיין ירושלים. די געציילטע וואס האבן זיך יא באזעצט אין ירושלים אין יענע יארן (א שטייגער ווי ר' גרשון קיטוב'ער זי"ע) האבן זיך אנגעטון די ספרדי'שע לבוש כדי די אראבער זאלן זיי נישט רודפ'ן.) דער חיד"א דערציילט אויך איבער זיין מאמע'ס שוועסטער גיטל וואס האט געוואוינט אין דייטשלאנד און האט אים איבערגעגעבן פונקטליך זייער יחוס צום סמ"ע.