רבי ארון לייב מפרימשלאן איז געווען א זוהן פון רבי מאיר הגדול פון פרימשלאן און די טאטע פון דעם באקאנטן מופת הדור רבי מאיר'ל פרימשלאנער ז"ל. רבי ארון לייב און זיין טאטע זענען געווען תלמידים פונעם הייליגן אור שבעת הימים דער בעל שם טוב הקדוש ז"ל. נאך די הסתלקות פונעם בעל שם איז געווארן א תלמיד פון רבי מיכלע זלאטשובער און דער הייליגער ר"ר אלימלך פון ליזענסק ז"ל.
ער האט אמאל געזאגט פאר ר"ר אלימלך פון ליזענסק אז אפילו צדיקי הדור זענען אלעמאל משתוקק צו זען אליה-ו הנביא - אשרי מי שראה פניו בחלום, וויל ער אבער אים דיקא נישט זען ווייל ס'נעמט אוועק פון די פרייע בחירה וואס הקב"ה האט געגעבן פארן א מענטש!
__
אמאל איז רבי ארון לייב געפארן קיין רימינוב צום הייליגן צדיק רבי מענדעלע פון רימינוב. עטליכע קילאמעטער פאר ער איז אריין אין שטאט האט ער געבעטן דעם בעל עגלה צו טוישן מיט אים פלעצער און רבי ארון לייב האט אנגעטוען דעם בעל עגלה'ס הוט און אויבער מאנטל און דער בעל עגלה האט זיך געזעצט אינעם וואגן מיט רבי ארון לייב'ס אויבער מאנטל און קאלפיק.
אנקומענדיג אין רימינוב האבן א גרופע חסידים און תלמידים פון רבי מענדעלע פון רימינוב אפגעווארט דעם וואגן אים צו מקבל פנים זיין, אבער זיי האבן אים נישט געקענט, זענען אלע זענען צוגעלאפן צום בעל עגלה אינעם וואגן צו געבן שלום [כאילו] פארן צדיק, חוץ רבי נפתלי צבי ראפשיצער ער צוגעלאפן צו רבי ארון לייב מיט די בעל עגלה הוט.
פרעגט רבי ארון לייב פון וואנעט ווייסט איר אז דאס בין איך?
האט אים דער ראפשיצער געענטפערט: איך האט געזען מיט וואס פאר א שפלות איר פירט דעם פערד האב איך געוויסט אז דאס מוז זיין א קדוש.
ומנחתו כבוד אין פרימשלאן יצ"ו. זכותו הגדול יגן עלינו
רבי ארון לייב מפרעמישלאן ז"ל - ב' אדר תקע"ג
Re: רבי ארון לייב מפרעמישלאן ז"ל - ב' אדר תקע"ג
ער איז געווען א איש אלקים וקדוש מאוד א בעל רוח הקודש, א גאון בתורת הנגלה והנסתר און א חריף עצום בתורה, און א עניו מאוד, ער איז געווען א גרויסע בעל צדקה, אוהב את המקום אוהב את הבריות ומקרבן למקום, ער איז געווען א בעל מדות נשגבות, מען פארציילט אז אויף יעדע מדה וואס ער האט געארבעט צו צוברעכען ביי זיך האט ער געפאסט 40 טאג, אויך איז ער געווען א גרויסע בעל מופת וואס הונדערטער אידן האבן ביי אים גע'פועל'ט ישועות חוץ לדרך הטבע, ער האט געהאט א מדריגה פון קענען זאגן אויף צדיקים בדורו וואסערע שורש נשמה זיי האבן,
נאך זייענדיג א קינד האט ער געזאגט אז דער בעש"ט הקדוש זי"ע האט די שורש נשמה פונעם אר"י הקדוש זי"ע, און די תלמיד הרה"ק המגיד ממעזריטש זי"ע, איז די שורש נשמה פון הרה"ק רבי חיים וויטאל זי"ע, און זיי זענען אראפ געקומען צוזאמען צו מתקן זיין אלע תיקונים און יחודים וואס די אר"י הקדוש און זיין תלמיד רבי חיים וויטאל האבן אראפ געברענגט אויף די וועלט,
ער האט זיין גאנץ לעבן געלעבט מיט א שרעקליכע דחקות, עס האט אינעם שטוב פונעם צדיק וקדוש געהערשט א הונגער, אבער מיט דעם אלעם האט ער בשום אופן נישט געוואלט נעמען פון אנדערע, אבער מיט דעם דחקות האט דער צדיק עוסק געווען אין צדקה וחסד אויף גאר א הויעכן פארנעם, ער האט זיך אליין געזארגט פאר די ארימעלייט אין שטאט און געמאכט זיכער אז זיי האבן אלעס וואס זיי ברויכן, ביים צדיק אין שטוב האט אייביג געהערשט א שמחה און מען האט אויפן צדיק אין זיינע קינדער קיינמאל נישט געזען קיין צער און צובראכענקייט,
ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע, וואס האט געזאגט אויפן תלמיד רבי ארון לייב זי"ע, אז ביי אים אין שטוב איז געווען דער רוח הקודש אפילו אויף די קליינע קינדער המוטלים בעריסותיהם,
אויך האט ער זיך אסאך מסתופף געווען ביי רוב צדיקים בדורו ובתוכם,
הרה"ק רבי אלימלך בעל נועם אלימלך מליזענסק זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
זיין רבי הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע האט געזאגט אויף זיין תלמיד רבי ארון לייב זי"ע אז ער איז דער משיח של דור,
המגיד מזלאטשוב זי"ע האט געזאגט אויף אים אז פונעם בית שני ביז דעם צדיק רבי ארון לייב מפרמישלאן זי"ע לא פסק מכל הדורות הרוח הקודש וגילוי אליהו ז"ל, אויך האט זיין רבי מעיד געווען אז ער האט געהאט די נשמה פון נדב ואביהו די קינדער פון אהרן הכהן ע"ה, צדיקים האבן מעיד געווען אז דער צדיק רבי ארון לייב זי"ע האט געקענט האבן גילוי אליהו ז"ל ווען ער האט געוואלט,
בשנת תקל"ג ווען זיין טאטע הרה"ק רבי מאיר הראשון מפרמישלאן זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען דעם זון הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע אויף גענומען בעל כרחו אלס ממלא מקום, דער צדיק האט באמת געהאלטן אז ער איז נישט ראוי לאותה איצטלא, ער האט כסדר גערעדט ביי די חסידים וואסערע בעל עבירה ער איז, און ער האט פרובירט אלע וועגן זיך ארויס צו דרייען, אבער צום סוף האט ער בלית ברירה איבער גענומען דאס רבנות, ער האט די גאנצע צייט געזאגט אז ער האפט אז די זכות אבות וועלן אים ביישטיין און ארויס העלפן מיטן פירן דאס רבנות,
זיין ברודער הרה"ק רבי דוד זי"ע איז דאן געווארן רב אין שטאט קאליש, און דער אנדערע ברודער הרה"ק רבי פסח זי"ע האט בשום אופן נישט געוואלט נעמען קיין רבנות, און ער איז טאקע געבליבן באהאלטן, אבער ער איז אויך געווען א קדוש וטהור און געדינט דעם באשעפער מיט א מסירת נפש ממש,
רוב צדיקים בדורו זענען געקומען צו אים ובתוכם,
הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע, בן הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
הרה"ק רבי לוי יצחק בעל הקדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל בעל אוהב ישראל מאפטא זי"ע,
הרה"ק רבי ישראל בעל עבודת ישראל המגיד מקוזניץ זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל צמח ד' לצבי מנדבורנא זי"ע,
הרה"ק רבי אברהם חיים בעל אורח לחיים מזלאטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע,
הרה"ק רבי אורי השרף מסטרעליסק זי"ע,
הרה"ק רבי מנחם מענדל בעל אהבת שלום מקאסוב זי"ע,
הרה"ק רבי יהודה צבי מסטרעטין זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הירש בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע,
הרה"ק רבי שלמה מדאלינא זי"ע,
הרה"ק רבי נפתלי צבי בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
הרה"ק רבי חיים בעל באר מים חיים מטשערנאוויץ זי"ע,
הרה"ק רבי צבי הזקן מדעלאטין זי"ע,
ער האט איבער געלאזט קינדער קדושים וטהורים,
הרה"ק רבי יצחק מקאליש זי"ע,
הרה"ק רבי מאיר השני מפרמישלאן זי"ע, ממלא מקום אביו בפרעמישלאן,
הרה"ק רבי בערט'שע מברעזאן זי"ע,
הרה"ק רבי מיכל מקאמארנא זי"ע,

ווי עס איז באקאנט האט ר' ארון לייב געלערנט יעדן טאג מיט אליהו הנביא ז"ל, און ער האט געזאגט אז ער האט מקבל געווען צוויי זאכן פון אליהו הנביא ז"ל,
א. אז ער זאל זיך פירן מיט אלע חומרות אחרון של פסח פונקט ווי גאנץ פסח חוץ פון טינקען די המוציא אין זאלץ,
ב. צו עסן אין די סוכה אויך שמיני עצרת פונקט ווי גאנץ סוכות.
ער האט אסאך פארארבעט זיין גאנץ לעבן צו ברענגען די גאולה שלימה, איינמאל לערנענדיג מיט אליהו הנביא ז"ל האט ער געבעטן אז ער זאל אים מגלה זיין די עת הגאולה, האט אליהו הנביא ז"ל געזאגט אז ער האט נישט קיין רשות דאס מגלה צו זיין, האט ער געזאגט פאר אליהו הנביא ז"ל אויב אזוי דאן וויל ער מער נישט לערנען מיט אים.
איז אליהו הנביא ז"ל געגאנגען צו הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע און זיך אפגערעדט אז רבי ארון לייב וויל מער נישט לערנען מיט אים, האט הרה"ק רבי אלימלך פארארבעט מעשים אז רבי ארון לייב זאל קומען צו אים, און האט אים געפרעגט פארוואס ער וויל נישט לערנען מיט אליהו הנביא, האט ער געזאגט דעם טעם, אז ער וויל אז ער זאל אים מגלה זיין די עת הגאולה, און דער נועם אלימלך זי"ע, האט מסכים געווען צו די טעם און אליהו הנביא האט אים מגלה געווען די עת הגאולה.
איינמאל איז דער צדיק רבי ארון לייב זי"ע געקומען צום שטאט לעמבערג צו הגה"ק רבי יעקב אורנשטיין בעל הישועות יעקב זי"ע און לכבוד דער רבין האט מען אנגעגרייט א שיינע סעודה, ווען מען האט געגעבן די זופ האט די רבי אריין געלייגט דעם לעפל און נישט געוואלט אנהייבן עסן און געהאלטן און איין איבער זאגן די פסוק (תהלים ק"ד) יֵצֵא אָדָם לְפָעֳלוֹ וְלַעֲבֹדָתוֹ עֲדֵי עָרֶב, קיינער האט נישט פארשטאנען די פשט, אבער קיינער האט נישט געגעסן בעפארן רבין אלץ דרך ארץ פארן גרויסן גאסט.
צווישן האט מען צו געגרייט דאס פלייש און עס איז נולד געווארן א שאלה מיט דעם עוף, האט מען דאס אריין געברענגט פאר די צוויי צדיקים און מען האט גע'פסק'נט אז עס איז אסור, האט שוין דער גאנצער עולם פארשטאנען וואס די רבי האט דא פארארבעט,
האט מען געפרעגט דעם רבין וואס איז פשט אינעם פסוק וואס ער האט געזאגט, האט ער געענטפערט אז דוד המלך ע"ה זאגט אין פסוק יֵצֵא אָדָם לְפָעֳלוֹ וואס דאס מיינט אז א איד דארף קודם ארבעטען אויף זיין שלימות המידות און טון פעולות טובות, און ווען א איד האט זיך שוין משלים געווען, דאן זאגט דער פסוק וְלַעֲבֹדָתוֹ עֲדֵי עָרֶב דארף א איד ארבעטען אויפן חבר וואס יעדע איד איז דאך א ערב אויף א אנדערן איד און ראטעווען א אנדערן איד פון א מכשול.
איינמאל איז הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע געקומען צו הרה"ק המגיד מזלוטשוב זי"ע און ער האט אים געטראפן אויף דער ערד בפישוט ידים ורגלים, האט ער געפרעגט פונעם מגיד וואס איז פשט, האט דער מגיד געזאגט אז עס איז דא א שווערע גזירה אויף כלל ישראל און ער פארארבעט מעשים צו מבטל זיין די גזירה,
האט הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע געזאגט פארן מגיד אז ער וועט אויך פארארבעטן מעשים און ער האט זיך אויך אראפגעלייט אויף דער ערד, נאך א שטיק צייט איז ער אויף געשטאנען און געזאגט אז די גזירה איז בטל אבער מען דארף נאך ערלעדיגען אביסל בזיונות וואס דורך דעם וועט די גזירה אינגאנצען בטל ווערן.
זענען די צוויי צדיקים ארויס אויפן וועג, זיי זענען אן געקומען צו א גאסט הויז און געבעטן אויב זיי קענען דארט איבער שלאפן, צופרי האבן זיי געדאווענט שחרית און די הייליגע מגיד כנהוג האט געדאווענט שחרית גאר שפעט, האט דער בעל אכסניה אנגעהויבן צו שרייען היתכן ער איז עובר אויף א הלכה פון שלחן ערוך, און זייער מבזה געווען דעם מגיד אן וויסן די גדלות און הייליגקייט פונעם גרויסן מגיד, ווען דער מגיד האט גענדיגט דאווענען האט רבי ארון לייב געזאגט פארן מגיד יעצט האט מען שוין געהאט בזיונות און די גזירה איז בטל געווארן,
ער האט אמאל געזאגט אז א איד וואס איז מפקפק אונעם עסן טשאלנט שבת קודש, האט דער צדיק רבי ארון לייב זי"ע געזאגט א שארפע לשון "אז מען דארף נאכקוקען אויב ער איז מזרע ישראל"!

ווען הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע איז געפארן חתונה מאכן זיין זון איז ער געפארן קודם צו זיין רבין הרה"ק רבי מענדל מרימנוב זי"ע פאר א ברכה, דער צדיק האט מרגיש געווען אז דער הייליגער רבי ארון לייב קומט, האט ער ארויס געשיקט זיינע תלמידים און בתוכם הרה"ק מראפשיץ זי"ע וואס איז געווען פון די גרויסע תלמדים פון רימנוב, אז זיי זאלן גיין מקבל פנים זיין דעם גרויסן גאסט.
ווען מען איז אנגעקומען נאנט צום שטאט האט רבי ארון לייב מרגיש געווען אז מען קומט אים מקבל פנים זיין און געבן כבוד, האט ער געבעטן דעם בעל עגלה זאל זיך טוישן מלבישים מיט אים כדי ווען מען איז מכבד זאל מען אים נישט מכבד זיין, ער האט זיך געזעצט אויפן פלאץ פונעם בעל עגלה און דער בעל עגלה איז אריין אינעם וואגן,
ווען מען איז אנגעקומען אין שטאט זענען די תלמידים קעגן געקומען און די ראפשיצער רב האט אריינגעשטעקט די האנט צו געבן שלום, אבער ער האט גלייך מרגיש געווען אז דאס איז נישט רבי ארון לייב און צוריק געצויגען די האנט און צו געגאנגען צום בעל עגלה און געגעבן א גרויסע שלום עליכם פאר רבי ארון לייב, און געזאגט די האסט פארגעסן אז גנבים קען מען נישט אפנארן, ווי באקאנט האט דער ראפשיצער רב אסאך עוסק געווען אין אויסנארן דעם שטן.
דערציילט מען אז ביים טאטן הרה"ק רבי מאיר הגדול מפרמישלאן זי"ע זענען געבוירן געווארן קינדער בעפאר זיין בכור רבי ארון לייב זי"ע, אבער יעדעס מאל עס איז אים געבוירן א קינד, האט דער צדיק א קוק געגעבן אויפן קינד און געזאגט בזה"ל, "נישט דיך האב איך געמיינט" און דאס קינד איז ל"ע גלייך נפטר געווארן,
ווען דער זון הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע איז געבוירן געווארן האט די מאמע באהאלטן דעם קינד כדי די טאטע זאל אים נישט זען, און יענע צייט איז דער בעש"ט הקדוש זי"ע געקומען צו זייער שטאט, און די מאמע האט זיך אויס גערעדט צום בעש"ט איר צער אויף וואס דער מאן טוט מיט די קינדער,
האט דער בעש"ט אויס געפויעלט ביי זיין תלמיד רבי מאיר זי"ע אז ער זאל דאס מער נישט טון און לאזן דעם קינד לעבן, און די טאטע האט צו געזאגט צו לאזן דעם קינד לעבן, אבער ווען דער טאטע האט נאכדעם געקוקט אויפן קינד האט ער געזאגט בזה"ל, "אסאך שענערס פון דיר האב איך אוועק געשיקט", און דאס איז שוין געווען זיין הייליגע זון דער קדוש וטהור רבי ארון לייב זי"ע,

הרה"ק רבי אליעזר מקאמארנא זי"ע זאגט בשם זיין הייליגען טאטע הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע אז דעם אוהל אין פרעמישלאן האט מען גערופען די "מערת המכפלה" ווייל דארט ליגען די 4 זוגות קדושים, הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע מיט די רעבעצין, הרה"ק רבי מאיר'ל זי"ע מיט די רעבעצין, און די צוויי טעכטער פון רבי מאיר'ל מיט די איידעמער,
ווי באקאנט האט דער צדיק זיין גאנץ לעבן געלעבט אין א שרעקליכע דחקות, אבער דער צדיק וקדוש האט זייער געוואלט מקיים זיין דעם מצוות לולב אתרוג מיט אלע הידורים, האט ער געבעטן פון זיין רעבעצין די צדקת, אז מען זאל יעדע וואך ווען מען באקומט די געהאלט, זאל מען אראפ נעמען א קליין חלק, און אזוי וועט מען האבן גענוג פאר א שיינעם אתרוג,
די רעבעצין האט מיט א מסירת נפש מקיים געווען וואס דער הייליגער מאן האט געבעטן, און זי האט יעדע וואך אוועק געלייגט א קליינעם חלק, אז דער מאן זאל האבן מיט וואס צו קויפן א שיינעם אתרוג, דער הייליגער צדיק האט געהאט פון דעם א נחת רוח און א גרויסע שמחה,
ווען עס איז געקומען די צייט מוצאי יום הקדוש, האט זיך דער צדיק רבי ארון לייב זי"ע ארויס געלאזט צום גרויסן שטאט לבוב כדי זיך צו איינהאנדלן א שיינעם אתרוג לכבוד סוכות, אבער אויפן וועג דורך פארנדיג דעם וואלד, האט דער צדיק געטראפן א איד וואס האט גאר שטארק געוויינט, ווען דער צדיק האט אים געפרעגט וואס האט פאסירט, האט דער איד דערציילט, אז ער איז א בעל עגלה וואס פון דעם ציט ער זיין פרנסה, אבער ליידער איז זיין פערד געשטארבן, און יעצט ווייסט ער נישט פון ווי ער גייט נעמען פרנסה צו אויס האלטן זיין משפחה,
דער צדיק רבי ארון לייב זי"ע האט נישט געטראכט קיין צוויי, נאר ער האט גלייך ארויס גענומען דאס גאנצע געלט וואס ער האט צוזאמען געקראצט דעם גאנצן יאר מיט א מסירת נפש, און ער האט דעם גאנצן געלט אוועק געגעבן פאר דעם איד אז ער זאל פון דעם קויפן א נייע פערד פאר זיין פרנסה, פארשטייט זיך אז דער איד האט געשיינט מיט שמחה און ער איז גלייך געלאפן קויפן א גוטן נייעם פערד,
אבער דער צדיק האט נישט געוויסט וואס ער זאל טון ווייטער, ווייל עס איז אים געבליבן צוויי מטבעות, אבער פון דעם קען מען דאך נישט קויפן א אתרוג הדר, דערפאר איז דער צדיק ארום געגאנגען אן מארק און געזיכט אן אתרוג וואס וועט זיין כשר לויט זיין דרגה, אבער ער האט גארנישט געטראפן, אזוי איז דער צדיק וקדוש ארום פאר אפאר טאג זיכענדיג א שיינעם אתרוג,
דעם לעצטן טאג ווען דער צדיק איז ארום אין דעם מארק, איז ארויס געקומען איינע פון די סוחרים, און זאגט פארן עולם, אז אזוי ווי עס איז שוין גאר שפעט צום יו"ט און די אלע וואס צאלן הויכע פרייזן פאר א אתרוג האבן שוין אלע געקויפט אן אתרוג, אבער עס איז אים געבליבן איין גאר שיינע אתרוג, האט ער געזאגט אז ער וועט מאכן א גורל אויפן אתרוג, און ווער עס וועט איין לייגן צוויי מטבעות וועט אריין גיין אינעם גורל, פארשטייט זיך אז דער צדיק וקדוש האט זיך אריין געלייגט אינעם גורל, און מן השמים האט מען געפירט אז דער צדיק וקדוש האט געוואנען דעם גורל, און געהאט א שיינעם מהודר'דיגן אתרוג לכבדו יו"ט,
אבער יעצט איז געווען די שאלה פארן צדיק ווי אזוי קומט מען אן צוריק קיין פרעמישלאן אויף יו"ט, וויבאלד דער צדיק האט דאך נישט געהאט קיין פרוטה מיט וואס צו דינגען א פערד אין וואגן אהיים צו פארן, אבער מיט זיין בטחון אינעם גרויסן באשעפער, איז דער צדיק וקדוש געגאנגען צום פלאץ ווי מען דינגט א פערד אין וואגן,
לפלא אזוי ווי ער קומט דארט אן טרעפט ער דעם זעלבן בעל עגלה וואס ער האט געגעבן די 50 גילדן בעפאר, און דער בעל עגלה זאגט פארן צדיק, דער גרויסער באשעפער האט געזען ווי שטארק איך וויל נישט צו קומען צו א מתנת בשר ודם, דעפראר אזוי ווי איר זענט אוועק, איז געשען א נס און דער אלטער פערד האט זיך אויף געשטעלט און צוריק לעבעדיג געווארן, און וועגן דעם האב איך נישט געברויכט קויפן א נייען פערד, דא האט איר די 50 גילדען וואס איר האט מיר געגעבן,
דאן האט דער צדיק רבי ארון לייב זי"ע פארשטאנען אז די גאנצע זאך איז נאר געווען א נסיון פאר אים צו זען אויב ער וועט מסכים זיין אוועק צו געבן זיין גאנצע געלט וואס ער האט אזוי שווער געארבעט די גאנצע יאר פארן אתרוג, און וויבאלד ער איז דעם נסיון ביי געשטאנען, האט ער זוכה געווען צו א הערליכע אתרוג א הדור שבהדור און נאך צוריק באקומען דאס גאנצע געלט, דערפאר ווען ער איז אהיים געקומען האט ער געהייסן מען זאל דאס געלט אויס ניצן פאר צדקה און ער האט לכבוד דעם איינגעלאדענט אסאך געסט צו זיך אין די סוכה און פון די געלט צו געשטעלט פיינע עסן פאר די אורחים,

אינעם ספר אספקלריה המאירה ווערט געברענגט, אז אפאר יאר נאכדעם וואס דער צדיק וקדוש רבי ארון לייב זי"ע האט איבער גענומען דאס רבנות אין פרעמישלאן, איז איין טאג אנגעקומען א ארימאן און געבעטן מען זאל אים אריין לאזן צום צדיק, די רעבעצין די צדקת האט אפ געזאגט דעם ארימאן, וויבאלד דער צדיק האט דאן געענדיגט זיין הייליגע עבודה און ער האט זיך אביסל צו געלייגט, אבער דער ארימאן האט זיך נישט געלאזט נאר זיך געבעטן אז מען זאל אים אריין לאזן,
בתוך הדברים האט זיך דער צדיק אויף געוועקט און הערט א גרידער, איז דער צדיק ארויס און פרעגט דעם ארימאן וואס ער וויל, האט זיך דער ארימאן מגלה געווען פארן צדיק און געזאגט, איך בין אליהו הנביא ז"ל און איך בין געקומען אלס א שליח פון הימל צו לערנען מיטן רבין סתרי תורה, דער צדיק רבי ארון לייב זי"ע האט געכאפט א ציטער הערענדיג ווער דאס איז, אבער ער האט גלייך געזאגט פאר אליהו הנביא ז"ל, אז באמת איז דאס טאקע א זכי', אבער ער וויל זייער אליין ארבעטן אויף זיין תורה און ער וויל זיך אליין פלאגן צו פארשטיין די סתרי תורה, און דערפאר זאגט ער זיך אפ פון לערנען מיט אליהו הנביא,
אליהו הנביא איז טאקע אוועק פונעם שטוב פונעם צדיק, אבער נישט אסאך נאכדעם איז די רעבעצין ליידער זייער קראנק געווארן, איז דער צדיק געפארן מזכיר זיין די רעבעצין ביי זיין רבין דער מגיד מזלוטשוב זי"ע, האט אים זיין רבי געהייסן פארן קיין ליזענסק צום הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט דער תלמיד רבי ארון לייב זי"ע זיך ארויס געלאזט קיין ליזענסק,
אבער אויפן וועג האט דער צדיק אריין געטראכט ביי זיך און מיט זיין גרויס עניוות געטראכט, מען זאגט דאך אויפן רבי אלימלך מליזענסק אז ווען ער קוקט נאר אן א איד זעט ער אלע עוונות און חטאים פון דעם מענטש, איז ווי אזוי קען איך צו אים קומען ווען איך בין אזוי פארשמירט מיט עבירות, דער צדיק וועט דאך דאס אלעס מרגיש זיין און איך שעם מיך פשוט צו גיין צום צדיק קיין ליזענסק,
אבער קיין סאך ברירות האט ער נישט געהאט וויבאלד די רעבעצין איז דאך געווען קראנק, אזוי ווי דער צדיק איז אריין געקומען צום רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, האט רבי אלימלך גלייך א שריי געגעבן "די האסט נישט מורא פון שפיכת דמים וואס די האסט גורם געווען", דער צדיק רבי ארון לייב האט זיך זייער דערשראקן פון די ווערטער, ער איז גלייך אנטלאפן פונעם שטוב פונעם רבי אלימלך זי"ע און ער האט זיך די גאנצע צייט באהאלטן, ווייל ער האט זיך ממש באמת געשעמט פונעם הייליגען רבי אלימלך זי"ע,
שבת קודש איז ער געקומען אין ביהמ"ד און זיך באהאלטן אינעם ווינקל פונעם ביהמ"ד, אבער דער רבי אלימלך האט גלייך מרגיש געווען אז ער איז דא און געזאגט, "עס איז דא א יונגערמאן דא וואס לאזט מיך נישט גיין דאווענען, און איך מיז דעם יונגערמאן טרעפן", דער צדיק רבי ארון לייב האט גלייך פארשטאנען אז די רבי מיינט דאך אים, ווייל ער איז דאך דער גרעסטער בעל עבירה אין די וועלט, און דאס שטערט דעם רבין פון דאווענען, איז רבי ארון לייב גלייך ארויס געלאפן פונעם ביהמ"ד,
אבער דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע איז דעם יונגערמאן נאכגעלאפן און אים אריין געברענגט אין ביהמ"ד און אים געזעצט נעבן זיך אויבן אן, אזוי האט ער מכבד געווען דעם צדיק די גאנצע שבת קודש ביי די סעודות, אבער ביי זיך האט דער צדיק רבי ארון לייב געהאלטן אז ער איז א בעל עבירה און נישט פארשטאנען פארוואס דער צדיק רבי אלימלך וויל אים אזוי שטארק האלטן נעבן זיך אין ביהמ"ד,
מוצאי שבת קודש איז דער צדיק רבי ארון לייב אריין צום רבי אלימלך און מזכיר געווען די רעבעצין, אבער קודם האט ער געפרעגט פונעם הייליגען רבי אלימלך וואס איז פשט פון דעם וואס די רבי האט געזאגט אז ער האט עובר געווען אויף שפיכת דמים, ווייל ער וויל דאס קודם מתקן זיין, האט דער רבי אלימלך געזאגט, וואס הייסט די ווייסט נישט אז די האסט פארשעמט אליהו הנביא ז"ל, ווייל די האסט דיך אפ געזאגט פון לערנען סתרי תורה מיט אים, און דאס איז אזוי ווי שפיכת דמים,
האט זיך רבי ארון לייב פאר ענטפערט פאר צדיק רבי אלימלך זי"ע, אז ער וויל דווקא נישט לערנען פון אליהו הנביא, נאר ער וויל זיך אליין מיטשענען צו לערנען די אלע סתרי תורה, האט רבי אלימלך געזאגט טאקע ווייל די האלטס זיך אזוי קליין, זאלסטו מקבל זיין די גזירה פון הימל און יא לערנען מיט אליהו הנביא סתרי תורה,
דאן האט דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע געגעבן א ברכה פארן צדיק, אז די רעבעצין וועט געזונט ווערן בקרוב, און ער וועט בקרוב געבענטשט ווערן מיט א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט מיט זיין תורה און קדושה, טאקע בשנת תק"מ איז ביים צדיק רבי ארון לייב זי"ע געבוירן געווארן זיין זון הרה"ק רבי מאיר מפרמישלאן זי"ע, וואס האט באלאכטן די אויגן פון אידישע קינדער מיט זיין תורה און אהבת ישראל און משפיע געווען פאר אידישע קינדער פרנסה און געזונט וכל טוב סלה,

א ענליכע מעשה דערציילט מען אויף הרה"ק ר' מרדכי מנעשכיז זי"ע און די אויספיר איז אז ער האט געזאגט, גאנץ כלל ישראל וועט שאקלען מיט ד' מינים און איך וועל שאקלען מיט א פערד...ניקל האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 12, 2024 12:51 am הרה"ק רבי אליעזר מקאמארנא זי"ע זאגט בשם זיין הייליגען טאטע הרה"ק רבי אייזיק'ל מקאמארנא זי"ע אז דעם אוהל אין פרעמישלאן האט מען גערופען די "מערת המכפלה" ווייל דארט ליגען די 4 זוגות קדושים, הרה"ק רבי ארון לייב זי"ע מיט די רעבעצין, הרה"ק רבי מאיר'ל זי"ע מיט די רעבעצין, און די צוויי טעכטער פון רבי מאיר'ל מיט די איידעמער,