הגאון הקדוש רבי דוד הלוי זצ"ל, הטורי זהב - כ"ו שבט תכ"ז
- דער ידען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
- Location: willy
- x 459
הגאון הקדוש רבי דוד הלוי זצ"ל, הטורי זהב - כ"ו שבט תכ"ז
היינט פאלט די יארצייט פון הגאון הקדוש המפורסם רבי דוד ב"ר שמואל הלוי זצ"ל, באקאנט אלס דער "טורי זהב".
- דער ידען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 118
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
- Location: willy
- x 459
Re: הגאון הקדוש רבי דוד הלוי זצ"ל "טורי זהב" - כ"ו שבט
דער טורי זהב איז געבוירן געווארן בערך אין יאר שמ"ו, צו זיין פאטער ר' שמואל הלוי זצ"ל.
ר' שמואל הלוי דער טאטע פונעם טורי זהב איז געווען פון די חשוב'ע מענטשן אין לודמיר, ס'איז מקויים געווארן ביי אים תורה וגדולה במקום אחד. ער איז געווען א איידעם ביי ר' יצחק ב"ר בצלאל וואס איז געווען רב אין שטאט לודמיר.
דער טורי זהב איז געווען אן איידעם ביים הייליגען ב"ח רבינו יואל סירקיס בעל הבית חדש (ב"ח).
ער איז נסתלק געווארן כ"ו שבט תכ"ז ומנו"כ בלבוב

- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 735
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2311
Re: הגאון הקדוש רבי דוד הלוי זצ"ל "טורי זהב" - כ"ו שבט
מ'דערציילט א מעשה אז דער הייליגער טורי זהב איז אלץ בחור געגעאנגען לערנען אין דעם עיר מלאה ספרים וסופרים - קראקא. דארט אין קראקא איז ער איינגעשטאנען ביי א דארפסמאן, וואס האט פארמאגט א פארעם.
איינמאל האט זיך געמאכט א שאלה אויף אן עוף און דער דארפסמאן איז געגאנגען צום רב - דעם הייליגען ב"ח. ער האט גענומען דעם שטיקל פלייש און איינגעוויקעלט מיט א שטיקל פאפיר וואס איז פונקט געווען צו דער האנט.
ווען ער האט געברענגט די שאלה צו הייליגען ב"ח, האט דער ב"ח באמערקט אז חידושי תורה איז געשריבן אויף די פאפירן. ער דאס אנגעהויבן צו ליינען/לערנען און באלד געזען אז דאס נישט קיין חידושי תורה פון א קטלי קני, נאר אן ערענסטע יודע ספר.
דער ב"ח גיט א פרעג דעם דארפס איד, ווער האט דאס געשריבן? ווייזענדיג אויפן שטיקל פאפיר. זאגט דער דארפס איד: כ'האב עפעס א בחור אן אורח וואס שרייעט מיר טאג און נעכט אריין אין די אויערן און ער שרייבט אן אלע פאפירן.
זאגט אים דעם הייליגער ב"ח: ברענג מיר נאר דעם בחור וואס שרייעט. ער האט אים אריבערגעברענגט און דער הייליגער ב"ח האט פארבעטן דעם בחור - דער שפעטערדיגער טורי זהב, ער זאל קומען לערנען צו אים אין ישיבה און לימים האט ער אים גענומען פאר אן איידעם. זי"ע