עשירים האבן פראטעקציע
געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:14 pm
אויף צוויי אידן דריי דעות איז געווען די נושא די וואך ''פראטעקציע''. איך האב נישט אויסגעהערט דעם שמועס. אבער איך וועל אייך פארציילן א מעשה וואס בדידי הוה עובדא.
אכט חדשים צוריק, פונקט זעקס חדשים נאך מיין חתונה, האב איך מיך געפאקט פעק אינאיינעם מיט מיין ווייב און געפארען קיין ארץ ישראל מיט'ן פלאן צו וויילען דארט צוויי וואכען. מנהג ישראל תורה הוא און אויף אידיש רופט מען עס HONEYMOON.
איך קום אן אין עירפארט איך עפען דעם טראנק איך נעם ארויס מיינע רענצלעך ווען איך זעה ווי עס שטעלט זיך אפ א גרויסע SUV אין פארענט פון מיר, און עס שפאצירט ארויס פון דעם דעם אלעמען באקאנטען עושר רודף צדקה וחסד הרב ר' אברהם (נישט בראך). מיר גייען אינאיינעם אריין אין בילדינג, מיר פרינטען ארויס די טיקעטס, און יא איך זעה ער פארט אויף אויף א''י, און מיט מיין UNITED flight נאך אויך.
איינער פון די איינגעשטעלטע שטעלט מיך אפ און בעט מיר צו זעהן מיין טיקעט. זי שיקט מיר צו די ליין אויף די לינקע זייט אריינצוטשעקן מיינע פעקלעך. איך שטעל מיך אהין, איך שאץ אז בערך 22 מענטשען שטייען פארענט פון מיר. און אזוי קוקענדיג זעה איך ווי ר' אברהם שטייט ביי אן אנדערע דעסק, און ער איז נעקסט אויף די ליין. ותרגז בטני! איז דאס יושר? איך האב נישט געוויסט אז די סיסטעם איז אזוי קאראפטעד אז אפי' דא אין עירפארט האט די הנהלת המוסדות אויך א מיינונג. איך פארשטיי אז ער געבט אסאך געלט פאר די מוסדות, אבער אין עירפארט קומט אים אויך כבוד פאר דעם?? רשעים!! (שפעטער זאגט מיר איינער אז פירסט און ביזנעס האבן אן אנדערע טשעק אין דעסק)
נאכן ווארטען א never ending צוואנציג מינוט, טשעק איך אריין מיינע רענצלעך און איך מאך מיין וועג צו די TSA screening. מיינע פיס טוהן מיר וויי, קיין לופט צו אטעמען איז נישטא. מיינע באטלעך וואסער וואס איך האב מיטגענומען לייג איך אין גארבידזש אויפן באפעל פון איינער פון די שלעכטע פארשוינען. איך פראביר צו זעהן אויב איך קען ערגעץ זעהן ר' אברהם, אבער ניין ער איז נישט צום געפינען. (נאכדעם האב איך אויסגעפונען אז ס'איז דא א סירוועס וואס הייסט TSA PRE)
גייט אריבער 15 מינוט, און איך בין נאך די סקרינינג און איך הויב אן מאכן מיין וועג צו מיין געיט. איך טרעף מיין געיט און איך זעץ מיך אראפ ווארטען פאר נאך א האלבע שעה ביז מען קען אנהויבען בארדען, און מיינע אויגען הויבען ווידער אן זיכען ר' אברהם, אבער אן ערפאלג. וואו איז ער? פרעג איך צו מיר אליינס. (שפעטער הער איך אז ס'איז דא א זאך וואס הייסט א lounge)
WELCOME TO NITED FLIGHT 87גרופע 1 קען אנהויבען בארדען הער איך אויסרופען! מיטאמאל זעה איך ווי ר' אברהם איז דא, און ער גייט גלייך צום שורה און גייט ארויף אויפן פלעין. איך שטעל מיך אויך אין די ליין, און ווען איך געב איבער מיין טיקעט שיקט ער מיר שיינערהייט צוריק זאגענדיג אז איך בין גרופע 5 און איך זאל ביטע ווארטען געדולדיג ביז מען רופט אויס מיין גרופע.
איך ווער פיל מיט כעס אויף די גאנצע סיסטעם פון מיין בית המדרש, זיכער האט די גבאי אריינגערופען דא אין עירפארט און געמאכט זיכער אז מען איז מכבד ר' אברהם אויפן שענסטען פארנעם וויל ער האט יעצט געגעבן א האלב יליאן דאלער איבער צו מאכן די מקוה.
ווייל ער האט געלט קומט זיך אים מער?? רשעים!!
ענדליך רופט מען אויס גרופע 5 איך שטעל מיך אין די ליין, און נאך צען מינוט זעה איך מיך אויף די פליגער. עס איז דאס ערשטע מאל איך פלי, און איך ווייס נישט וואס צו ערווארטען איינער פון די חברה דארט ווייזען מיר צו וואו מיין סיעט איז, איך עפען דעם אויבערשטען קאמפארטמענט צו אריינלייגען מיינע הענט באגאדזשען, אאפפסס.... ס'איז פיל! די נעקטע אויך, אה, קעגן איבער איז נאך דא אביסעל פלאץ. איך הייב אן מאכן דעם רוביקס קיוב און עס געלונגט מיר צו מאכן פלאץ פאר מיין גרעסערע באגאדזש, און די קלענערע שטיפ איך אונטער די סיעט און איך זעץ מיך אראפ.
ווי אזוי די סיעט זעהט אויס דארף איך נישט מסביר זיין, די מאגאזינען וואס ליגן פארנט פון מיר קלעבן זיך צו צו מיינע קניען נאכדעם וואס צוויי וואכען צוריק האט א אינגעל אויף דעם אויסגעשפיגען זיין קענדי, און די שטאב האט נישט געזעהן פאר וויכטיג צו לייגען א נייע.
איך פראביר אויס אויב מען קען אראפ לייגען די סיעט אזוי ווי אויף מאנסי טרעיל'ס, און יא איך זעה טאקע אז עס ווערט געריקט מיט אן אינטש. איך טראכט צו מיר אז ווען חז''ל ווייסען ווען פון עראפלאנען וואלטען זיי זיכער מחייב געווען יעדן צו נוצען דאס פאר א היסב בעט אים פסח, אזא חירות איז נישט צו באשרייבען....
די סטוערד גייט ארום טיילן קליינע עירפונס וואס אין היסטאריע האט זיך נאכנישט געמאכט אז ביידע אויערען זאלן ארבעטען. נאר אדער די רעכטע אדער די לינקע.
מיין גאנצע סיעט הויבט אן טרייסלען. איך דריי מיך ארום זעה איך אז דער וואס זיצט הונטער מיר איז בייז אויף זיין סקרין וואס כאפט נישט אויף וועלכע מאווי ער ווייל יעצט זעהן, און ער האקט יעדע אפציע דריי מאל ביז די אזוי גערופענע טאשט סקרין שפירט עס.
די עראפלאן פארט ארויף, און די רייזע הויבט זיך אן... די שכן וואס זיצט ביים פענסטער דארף ארויסגיין! יעצט דארף איך מאכן א גאנצע פאזעל כדי צו ארויסזעהן דעם שכן. איך האב הערשט יעצט ארויסגענומען מיין טונע סענדוויטש, און פונקט גייען די סטוערדס ארום אויסטיילען די זייער וויכטיגע disinfecting wipes. גיי פארשטיי פארוואס מיין שכן דארף פונקט יעצט ארויסגיין....
ס'איז א שאד איבערצוגיין די קאשמארן וואס איז איך בין אריבער, ווייל ווער עס איז שוין אמאל געפארן ווייסט פונקט וואס איך מיין. און ווער נישט וועט קיין הסברים נישט העלפן!
מיין נאכטמאל קומט אן, איך עפען מיין קליינע סילבער פעיפער און די רייז וואס ליגט אין דעם נעמט זיך אטעמען הויעך אויפן קול, איך בייג מיר צו מיינע אויערען זאגט ער מיר יישר כח פארן עפענען, איך האב שוין קיין פרישע לופט נישט געהאט פאר גאנצע 18 חדשים. און די זעלבע איז מיט די רויעל וואס ווען איך געב עס א קוועטש צוברעקעלט זיך עס. און ווער רעדט נאך פון די מארגערין...
איין רגע! וואו איז ר' אברהם?? איך שטעל מיך אויף און איך הויב אים אן זוכען, איך קוק און קוק איך טרעף אים נישט! קען נישט זיין, איך האב אים קלאר געזעהן ארויפגיין אויפן פליגער! איך זעה א ווייסע פירהענג איך ריק עס אוועק, און עס אנפלעקט זיך פאר מיר א נייע וועלט! גרויסע באקוועמע פאטעלן, גרויסע סעודות כיד המלך, באקוועם, גוטע עירפונס, ברייט פלאץ פאר די רענצלעך, געשמאק..... און יא, ר' אברהם ליגט אויסגעצויגען אויף איינער פון די פאטעלן! די אויגען זענען מיר כמעט ארויסגעפאלען! א מין חוצפה דאס! א מין דאבעל סטענדערט!!
נאך א 10 שעה רייזע הערט זיך די פרייליכע אויסריף WELCOME TO ISRAEL. איך כאפ אלע מיינע פעק אין זעק, און איך שטיי די ערשטע ביים טיר, און איך ווארט עס זאל זיך עפענען. אבער ניין, קודם גייט פירסט קלעסס! איך זעה ר' אברהם גייט אראפ, און א גוי מיט א סייןAbraham נעמט איבער זיין רענצעל, און טראגט דאס פאר אים. (שפעטער זאגט מיר ר' אברהם אז ס'איז דא א סירוועס וואס הייסט VIP)
איך קלער צו מיך עד כאן! איך גיי ארויף צום דריטען שטאק פונעם עירפארט, און איך שפאציר אריין צו די אפעסיס פון UNITED איך גיי דא איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן וואס גייט פאר!
דער סופערווייזער נעמט מיך אריין צו אים אין אפיס, און איך עפען א מויל פיל מיט טענות אויף זייער קאראפטירטע סיסטעם. ער הערט מיך אויס פאר צען מינוט, ער ראגירט נישט. ווען איך ענדיג שרייען הויבט ער אן מיר ערקלערן.
איר ווייסט וויפיל עס קאסט אפ פאר UNITED אז א FLIGHT זאל פליען פון נוי יארק קיין תל אביב? צוויי פיילאטען, אכט סטוערדס, 36,000 גאללען געס, אינספעקשענס, קלינינג, עירפארט טשארדזשעס, מעקעניקס, וכו' וכו'. איר ווייסט אז די טויזענטער וואס איר האט באצאלט פארן טיקעט איז נישט ווערד די עקספנעס? ווען מיר זאלן ווען בעטן טויזענט דאלער פון יעדען קענען מיר היינט שפארען די ביזנעס! מיר זענען נישט קיין אידישע קאמפעני וואס קען זאגן אז מיר טוהן עס נאר צופרידען צושטעלן דעם עולם, א איד פארלירט געלט. אבער א גוי דארף מאכן געלט!
צוליב דעם האבן זיך אלע עירליינס צוזאמען געזעצט צו קלערן א מהלך ווי זאוי מיר קענען יא מאכן געלט און עס איז געבליבען צוויי מהלכים.
1) מיר גייען העכערן די פרייז פון א טיקעט צו צוויי און א האלב טויזענט דאלער א טיקעט.
2) מיר בלייבען מיט די ביז איצטיגע טויזענט דאלער פער טיקעט, אבער מיר גייען מאכן אן ענגע צאל זיצען וואס יצאו עינך ווען דו וועסט עס זעהן, און פארדעם וועט מען בעטן זעקס-זיבען-אכט-ניין-צען טויזענט דאלער!
און כולם פה אחד אז מיר נעמן אן די צווייטע מהלך!
געב איך אים א פרעג, איר האלט אז ס'איז יושר? איך קויף א טיקעט מיט מיין אפגעשפארטע טויזענטער, עס האט מיר גענומען דריי חדשים אוועקצולייגען דאס געלט, און די עושר סווייפט אראפ 10 טויזענט דאלער ווי גארנישט. דאס איז נישט קיין ישרות! אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו, מיין טויזענטער איז מער ווערד ווי זיין 10 טויזענט!
אקעי זאגט ער מיר, איר זענט מסכים צו נעמען די ערשטע אפציע? אלע טיקעטס גייען קאסטען צוויי און אהאלב טויזענט דאלער און איר באקומט די זעלבע סירוועס? מיין ענטעפר איז ניין, איך קען מיך דאס נישט ערלויבען! זאגט ער מיר, ליסטען מיר זענען א ריזיגע קאמפעני מיט א בודזשעט פון 50 ביליאן דאלער א יאר, און ווי לאנג דער עושר איז מסכים זיך צו לאזען קאסטען מער אז מיר זאלן קענען דעקן די בודזשעט, וועלן מיר טוהן וואס מיר קענען אים צופרידען צו שטעלן. און אזוי ווי די קענסט נאר צאלען דעם טויזענטער, וועסטו טאקע זיצען אין אקאנעמי, מיט אלע אירע חסרונות, און ער וועט צאלן 10,000 דאלער, ויצאו עניך!
דעם נעקסטען טאג טרעף איך ר' אברהם אין ביהמ''ד און איך פארצייל אים איבער מיין מיטינג מיט UNITED. ער פרעגט מיר וואס האבן זיי געזאגט. זאג איך אים אז ער האט גערעדט צו מיר אויף ענגליש, און איך וועל אייך עס איבערזאגען אויף אידיש.
דאס וואס מען מען שרייבט אויף דיר רודף צדקה וחסד, תורה וגדולה במקום אחד, וכדו'. איז די פירסט קלעס וואס איר באקומט ווייל איר זענט גרייט צו צאלן דערפאר. איך בין נישט ווייניגער ווי אייך, נאר מיין מקוה געלט, שכר לימוד, דינער געלט, מעמבערשיפ אינאיינעם קומט אויס צו 30,000 דאלער א יאר. און איר קויפט אין די צייט אפ א שם הבנין, א קאווע שטיבעל, א לאנטשרום, חתונה זייל, וכדו'. און ממילא קומט זיך אייך טאקע מער. איי ובלבד שכוין לבו לשמים? די הנהלת המוסד דארף דעקן א בודזשעט!