עשירים האבן פראטעקציע

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך נקודות טובות »

אויף צוויי אידן דריי דעות איז געווען די נושא די וואך ''פראטעקציע''. איך האב נישט אויסגעהערט דעם שמועס. אבער איך וועל אייך פארציילן א מעשה וואס בדידי הוה עובדא.

אכט חדשים צוריק, פונקט זעקס חדשים נאך מיין חתונה, האב איך מיך געפאקט פעק אינאיינעם מיט מיין ווייב און געפארען קיין ארץ ישראל מיט'ן פלאן צו וויילען דארט צוויי וואכען. מנהג ישראל תורה הוא און אויף אידיש רופט מען עס HONEYMOON.

איך קום אן אין עירפארט איך עפען דעם טראנק איך נעם ארויס מיינע רענצלעך ווען איך זעה ווי עס שטעלט זיך אפ א גרויסע SUV אין פארענט פון מיר, און עס שפאצירט ארויס פון דעם דעם אלעמען באקאנטען עושר רודף צדקה וחסד הרב ר' אברהם (נישט בראך). מיר גייען אינאיינעם אריין אין בילדינג, מיר פרינטען ארויס די טיקעטס, און יא איך זעה ער פארט אויף אויף א''י, און מיט מיין UNITED flight נאך אויך.

איינער פון די איינגעשטעלטע שטעלט מיך אפ און בעט מיר צו זעהן מיין טיקעט. זי שיקט מיר צו די ליין אויף די לינקע זייט אריינצוטשעקן מיינע פעקלעך. איך שטעל מיך אהין, איך שאץ אז בערך 22 מענטשען שטייען פארענט פון מיר. און אזוי קוקענדיג זעה איך ווי ר' אברהם שטייט ביי אן אנדערע דעסק, און ער איז נעקסט אויף די ליין. ותרגז בטני! איז דאס יושר? איך האב נישט געוויסט אז די סיסטעם איז אזוי קאראפטעד אז אפי' דא אין עירפארט האט די הנהלת המוסדות אויך א מיינונג. איך פארשטיי אז ער געבט אסאך געלט פאר די מוסדות, אבער אין עירפארט קומט אים אויך כבוד פאר דעם?? רשעים!! (שפעטער זאגט מיר איינער אז פירסט און ביזנעס האבן אן אנדערע טשעק אין דעסק)

נאכן ווארטען א never ending צוואנציג מינוט, טשעק איך אריין מיינע רענצלעך און איך מאך מיין וועג צו די TSA screening. מיינע פיס טוהן מיר וויי, קיין לופט צו אטעמען איז נישטא. מיינע באטלעך וואסער וואס איך האב מיטגענומען לייג איך אין גארבידזש אויפן באפעל פון איינער פון די שלעכטע פארשוינען. איך פראביר צו זעהן אויב איך קען ערגעץ זעהן ר' אברהם, אבער ניין ער איז נישט צום געפינען. (נאכדעם האב איך אויסגעפונען אז ס'איז דא א סירוועס וואס הייסט TSA PRE)

גייט אריבער 15 מינוט, און איך בין נאך די סקרינינג און איך הויב אן מאכן מיין וועג צו מיין געיט. איך טרעף מיין געיט און איך זעץ מיך אראפ ווארטען פאר נאך א האלבע שעה ביז מען קען אנהויבען בארדען, און מיינע אויגען הויבען ווידער אן זיכען ר' אברהם, אבער אן ערפאלג. וואו איז ער? פרעג איך צו מיר אליינס. (שפעטער הער איך אז ס'איז דא א זאך וואס הייסט א lounge)

WELCOME TO NITED FLIGHT 87גרופע 1 קען אנהויבען בארדען הער איך אויסרופען! מיטאמאל זעה איך ווי ר' אברהם איז דא, און ער גייט גלייך צום שורה און גייט ארויף אויפן פלעין. איך שטעל מיך אויך אין די ליין, און ווען איך געב איבער מיין טיקעט שיקט ער מיר שיינערהייט צוריק זאגענדיג אז איך בין גרופע 5 און איך זאל ביטע ווארטען געדולדיג ביז מען רופט אויס מיין גרופע.

איך ווער פיל מיט כעס אויף די גאנצע סיסטעם פון מיין בית המדרש, זיכער האט די גבאי אריינגערופען דא אין עירפארט און געמאכט זיכער אז מען איז מכבד ר' אברהם אויפן שענסטען פארנעם וויל ער האט יעצט געגעבן א האלב יליאן דאלער איבער צו מאכן די מקוה.
ווייל ער האט געלט קומט זיך אים מער?? רשעים!!

ענדליך רופט מען אויס גרופע 5 איך שטעל מיך אין די ליין, און נאך צען מינוט זעה איך מיך אויף די פליגער. עס איז דאס ערשטע מאל איך פלי, און איך ווייס נישט וואס צו ערווארטען איינער פון די חברה דארט ווייזען מיר צו וואו מיין סיעט איז, איך עפען דעם אויבערשטען קאמפארטמענט צו אריינלייגען מיינע הענט באגאדזשען, אאפפסס.... ס'איז פיל! די נעקטע אויך, אה, קעגן איבער איז נאך דא אביסעל פלאץ. איך הייב אן מאכן דעם רוביקס קיוב און עס געלונגט מיר צו מאכן פלאץ פאר מיין גרעסערע באגאדזש, און די קלענערע שטיפ איך אונטער די סיעט און איך זעץ מיך אראפ.

ווי אזוי די סיעט זעהט אויס דארף איך נישט מסביר זיין, די מאגאזינען וואס ליגן פארנט פון מיר קלעבן זיך צו צו מיינע קניען נאכדעם וואס צוויי וואכען צוריק האט א אינגעל אויף דעם אויסגעשפיגען זיין קענדי, און די שטאב האט נישט געזעהן פאר וויכטיג צו לייגען א נייע.

איך פראביר אויס אויב מען קען אראפ לייגען די סיעט אזוי ווי אויף מאנסי טרעיל'ס, און יא איך זעה טאקע אז עס ווערט געריקט מיט אן אינטש. איך טראכט צו מיר אז ווען חז''ל ווייסען ווען פון עראפלאנען וואלטען זיי זיכער מחייב געווען יעדן צו נוצען דאס פאר א היסב בעט אים פסח, אזא חירות איז נישט צו באשרייבען....

די סטוערד גייט ארום טיילן קליינע עירפונס וואס אין היסטאריע האט זיך נאכנישט געמאכט אז ביידע אויערען זאלן ארבעטען. נאר אדער די רעכטע אדער די לינקע.

מיין גאנצע סיעט הויבט אן טרייסלען. איך דריי מיך ארום זעה איך אז דער וואס זיצט הונטער מיר איז בייז אויף זיין סקרין וואס כאפט נישט אויף וועלכע מאווי ער ווייל יעצט זעהן, און ער האקט יעדע אפציע דריי מאל ביז די אזוי גערופענע טאשט סקרין שפירט עס.

די עראפלאן פארט ארויף, און די רייזע הויבט זיך אן... די שכן וואס זיצט ביים פענסטער דארף ארויסגיין! יעצט דארף איך מאכן א גאנצע פאזעל כדי צו ארויסזעהן דעם שכן. איך האב הערשט יעצט ארויסגענומען מיין טונע סענדוויטש, און פונקט גייען די סטוערדס ארום אויסטיילען די זייער וויכטיגע disinfecting wipes. גיי פארשטיי פארוואס מיין שכן דארף פונקט יעצט ארויסגיין....

ס'איז א שאד איבערצוגיין די קאשמארן וואס איז איך בין אריבער, ווייל ווער עס איז שוין אמאל געפארן ווייסט פונקט וואס איך מיין. און ווער נישט וועט קיין הסברים נישט העלפן!

מיין נאכטמאל קומט אן, איך עפען מיין קליינע סילבער פעיפער און די רייז וואס ליגט אין דעם נעמט זיך אטעמען הויעך אויפן קול, איך בייג מיר צו מיינע אויערען זאגט ער מיר יישר כח פארן עפענען, איך האב שוין קיין פרישע לופט נישט געהאט פאר גאנצע 18 חדשים. און די זעלבע איז מיט די רויעל וואס ווען איך געב עס א קוועטש צוברעקעלט זיך עס. און ווער רעדט נאך פון די מארגערין...

איין רגע! וואו איז ר' אברהם?? איך שטעל מיך אויף און איך הויב אים אן זוכען, איך קוק און קוק איך טרעף אים נישט! קען נישט זיין, איך האב אים קלאר געזעהן ארויפגיין אויפן פליגער! איך זעה א ווייסע פירהענג איך ריק עס אוועק, און עס אנפלעקט זיך פאר מיר א נייע וועלט! גרויסע באקוועמע פאטעלן, גרויסע סעודות כיד המלך, באקוועם, גוטע עירפונס, ברייט פלאץ פאר די רענצלעך, געשמאק..... און יא, ר' אברהם ליגט אויסגעצויגען אויף איינער פון די פאטעלן! די אויגען זענען מיר כמעט ארויסגעפאלען! א מין חוצפה דאס! א מין דאבעל סטענדערט!!

נאך א 10 שעה רייזע הערט זיך די פרייליכע אויסריף WELCOME TO ISRAEL. איך כאפ אלע מיינע פעק אין זעק, און איך שטיי די ערשטע ביים טיר, און איך ווארט עס זאל זיך עפענען. אבער ניין, קודם גייט פירסט קלעסס! איך זעה ר' אברהם גייט אראפ, און א גוי מיט א סייןAbraham נעמט איבער זיין רענצעל, און טראגט דאס פאר אים. (שפעטער זאגט מיר ר' אברהם אז ס'איז דא א סירוועס וואס הייסט VIP)

איך קלער צו מיך עד כאן! איך גיי ארויף צום דריטען שטאק פונעם עירפארט, און איך שפאציר אריין צו די אפעסיס פון UNITED איך גיי דא איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן וואס גייט פאר!

דער סופערווייזער נעמט מיך אריין צו אים אין אפיס, און איך עפען א מויל פיל מיט טענות אויף זייער קאראפטירטע סיסטעם. ער הערט מיך אויס פאר צען מינוט, ער ראגירט נישט. ווען איך ענדיג שרייען הויבט ער אן מיר ערקלערן.

איר ווייסט וויפיל עס קאסט אפ פאר UNITED אז א FLIGHT זאל פליען פון נוי יארק קיין תל אביב? צוויי פיילאטען, אכט סטוערדס, 36,000 גאללען געס, אינספעקשענס, קלינינג, עירפארט טשארדזשעס, מעקעניקס, וכו' וכו'. איר ווייסט אז די טויזענטער וואס איר האט באצאלט פארן טיקעט איז נישט ווערד די עקספנעס? ווען מיר זאלן ווען בעטן טויזענט דאלער פון יעדען קענען מיר היינט שפארען די ביזנעס! מיר זענען נישט קיין אידישע קאמפעני וואס קען זאגן אז מיר טוהן עס נאר צופרידען צושטעלן דעם עולם, א איד פארלירט געלט. אבער א גוי דארף מאכן געלט!

צוליב דעם האבן זיך אלע עירליינס צוזאמען געזעצט צו קלערן א מהלך ווי זאוי מיר קענען יא מאכן געלט און עס איז געבליבען צוויי מהלכים.
1) מיר גייען העכערן די פרייז פון א טיקעט צו צוויי און א האלב טויזענט דאלער א טיקעט.
2) מיר בלייבען מיט די ביז איצטיגע טויזענט דאלער פער טיקעט, אבער מיר גייען מאכן אן ענגע צאל זיצען וואס יצאו עינך ווען דו וועסט עס זעהן, און פארדעם וועט מען בעטן זעקס-זיבען-אכט-ניין-צען טויזענט דאלער!
און כולם פה אחד אז מיר נעמן אן די צווייטע מהלך!

געב איך אים א פרעג, איר האלט אז ס'איז יושר? איך קויף א טיקעט מיט מיין אפגעשפארטע טויזענטער, עס האט מיר גענומען דריי חדשים אוועקצולייגען דאס געלט, און די עושר סווייפט אראפ 10 טויזענט דאלער ווי גארנישט. דאס איז נישט קיין ישרות! אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכוין לבו, מיין טויזענטער איז מער ווערד ווי זיין 10 טויזענט!

אקעי זאגט ער מיר, איר זענט מסכים צו נעמען די ערשטע אפציע? אלע טיקעטס גייען קאסטען צוויי און אהאלב טויזענט דאלער און איר באקומט די זעלבע סירוועס? מיין ענטעפר איז ניין, איך קען מיך דאס נישט ערלויבען! זאגט ער מיר, ליסטען מיר זענען א ריזיגע קאמפעני מיט א בודזשעט פון 50 ביליאן דאלער א יאר, און ווי לאנג דער עושר איז מסכים זיך צו לאזען קאסטען מער אז מיר זאלן קענען דעקן די בודזשעט, וועלן מיר טוהן וואס מיר קענען אים צופרידען צו שטעלן. און אזוי ווי די קענסט נאר צאלען דעם טויזענטער, וועסטו טאקע זיצען אין אקאנעמי, מיט אלע אירע חסרונות, און ער וועט צאלן 10,000 דאלער, ויצאו עניך!

דעם נעקסטען טאג טרעף איך ר' אברהם אין ביהמ''ד און איך פארצייל אים איבער מיין מיטינג מיט UNITED. ער פרעגט מיר וואס האבן זיי געזאגט. זאג איך אים אז ער האט גערעדט צו מיר אויף ענגליש, און איך וועל אייך עס איבערזאגען אויף אידיש.

דאס וואס מען מען שרייבט אויף דיר רודף צדקה וחסד, תורה וגדולה במקום אחד, וכדו'. איז די פירסט קלעס וואס איר באקומט ווייל איר זענט גרייט צו צאלן דערפאר. איך בין נישט ווייניגער ווי אייך, נאר מיין מקוה געלט, שכר לימוד, דינער געלט, מעמבערשיפ אינאיינעם קומט אויס צו 30,000 דאלער א יאר. און איר קויפט אין די צייט אפ א שם הבנין, א קאווע שטיבעל, א לאנטשרום, חתונה זייל, וכדו'. און ממילא קומט זיך אייך טאקע מער. איי ובלבד שכוין לבו לשמים? די הנהלת המוסד דארף דעקן א בודזשעט!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 140

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך בן מלך »

עעענננדליך איינער רעדט צום זאך! געענדיגט מיט די קנאה און שנאה צו די עשירים
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך שמייכלדיג »

זייער שיין! ערדיש גערעדט.

אליבא דאמת, אויף יענע וועלט קען זיין די אפגעשפארטע הונדערטער פונעם ארעמאן אסאך חשוב'ער פונעם עושר'ס מיליאן.

ער באקומט נישט גארנישט מער, די נאמען מיט די טיטלען אויף די וועלט איז דאך נארישקייטן.

עליונים למטה ותחתונים למעלה!

ונפש כי תקריב!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2015
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4892

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פופציגער »

זייער זייער שטארק!!! גאר שטארק!!

מיין סלאגאן וואס איך נוץ אסאך לויטעט:

פראטעקציע איז נישט קארופציע, און קארופציע איז נישט קיין סקאנדאל.
ביידע זענען טייל פון די בריאה און מען דארף זיך אויסלערנען לעבן דערמיט.

דאס איז נישט נאר ביים נגיד וואס איז מנדב בנינים, נאר ביי יעדע סארט פראטעקציע.
פראטעקציע איז נישט קיין קארופציע! ווען איך האב א סערוויס וואס אסאך דארפן און איך האב ווייניג דערפון, און איך געב פאר מיין זון ערשט, איז עס ווייל מיין זון האט פראטעקציע. קלאר אזוי. אבער ס'נישט קיין פראבלעם! דאס הייסט נישט קארופציע! דאס איז העכסט נארמאל, און ס'נישט מער ווי ערווארטעט אז א טאטע, חבר, שכן, וכו', זאל סערווירן זיינע נאנטע און באקאנטע ווען ער האט די מעגליכקייט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2015
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4892

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פופציגער »

אגב, @נקודות טובות ס'מיר א שאק אז ביסט נאך קוים א שנה ראשונה אינגערמאן...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
א געזונטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 69
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:47 pm
x 43

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך א געזונטער »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:00 pm אגב, @נקודות טובות ס'מיר א שאק אז ביסט נאך קוים א שנה ראשונה אינגערמאן...
גא"מ
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3097
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4084

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך וואוילער »

גוט גוט!!

א ריזיגע חלק פון אונזער פראבלעם פון לעבן סטאנדארט - אז יעדער מאכט נאך דעם עושר - קומט דאך פון נישט פארשטיין די נקודה.

ר' איד...
פאר איינעם גיבט דער אייבערשטער געזונט און פאר'ן צווייטן רח"ל נישט.
פאר איינעם גוטע קינדער, און דער צווייטער מוטשעט זיך.
איינער האט הרחבת הדעת, און זיין חבר נישט.
אברהם האט געלט און שמעון נישט.

אבער ווען ס'קומט צו געלט טראכט מען אז מ'קען זיך אריינשטיפן אין יענע קאטעגאריע, ווייל מ'קען דרייען, מ'קען בארגן, פיין און וואויל ביז דו טרעפסט ר' אברהם וואס פאקט דיך איין אז דו קענסט שוין נישט.
אדער רעדט מען זיך איין א געלט ליגט דאך אין מיינע הענט (ח"ו), כ'דארף נאר אביסל מער טוהן, אפאר סגולות, נוצן קאפ, און כ'קען אויך.

טראכט...
וויפיהל גוטס האסטו וואס ר' אברהם קען נישט קויפן מיט זיין געלט!
און סתם אזוי, וויפיהל גוטס האסטו וואס קאסט נישט קיין געלט!
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2015
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4892

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פופציגער »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:06 pm
טראכט...
וויפיהל גוטס האסטו וואס ר' אברהם קען נישט קויפן מיט זיין געלט!
און סתם אזוי, וויפיהל גוטס האסטו וואס קאסט נישט קיין געלט!
פאריגע וואך איז געווען דא אין קרית יואל א "פרנסה סאמיט", וואו איך האב זיך באטייליגט און געהערט א שיינע פאר שטארקע נקודות און געשמאקע מאטאוואציע.

צווישן אנדערע האט מאיר מרדכי בערקאוויטש גערעדט פון דער סארט שפראך ווען מ'רעדט פון עשירים, און אלעמאל וועלן אריינקומען די סארט אנזעצערס און "בארואיגן" דעם שמועס מיט אזעלכע "נו שוין... מיינסט ס'גייט אים אזוי גוט?... ווייסט זיין טאכטער איז פאריגע וואך אהיימגעקומען?.. יעדער האצעך זיין פעקל..."
און דער ציבור אטעמט אפ...

האט מאיר מרדכי גוט געפרעגט "זאג, דו ווערסט יעצט אן עושר ווייל זיין טאכטער איז אהיימגעקומען?!"

אנשטאט זיך "בארואיגן" אז יענעם גייט גארנישט אזוי גוט, "בארואיג זיך" אז יענעם גייט יא גוט, און ס'מעג...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3097
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4084

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך וואוילער »

יא יא, דעס איז מיין צווייטע שורה.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:00 pm פראטעקציע איז נישט קארופציע
לענ"ד ווענט זיך וועלכע פראטעקציע

פראטעקציע צוצושטעלן בעסערע סערוויסעס, א שיינע טיש ביים דינער וכו' די אלע מיני זאכן וואס נקודות רעדט, איז אויסגעהאלטן,

פראטעקציע אוועקצושטופן א צווייטן, נישט.

און וואס טוט זיך מיט רעזערווירן זאכן פאר עשירים, למשל גוטע חלקים פון די פלייש, ווען א ארימאן קומט אריין זאגט מען ס'איז נישט דא, ווען דער עושר קומט איז דא א טרעילער לאוד, דאס גייט אריין בגדר צושטעלן? דער ארימאן איז גרייט צו באצאלן די געהעריגע פרייז און ער איז דא געווען פריער.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2015
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4892

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פופציגער »

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:29 pm

רייט, אבער מ'טוט עס פאר א סיבה...

איך ווייס ס'נישט די גראדע וועג וויאזוי ס'וואלט געדארפט זיין, אבער קיין "קארופציע" איז עס נישט. אין פאקט איז עס טייל פון די בריאה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:32 pm

פאלט דיר נישט ביי אז אפשר איז קארופציע א טייל פון אונזער עולם השקר?...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2015
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4892

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פופציגער »

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:34 pm

אויך. אבער נישט "דאס" איז קארופציע.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2015
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4892

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פופציגער »

אייגענטליך, ביסט אפשר יא גערעכט.

אין אזא פאל ווי ווען מלייגט אוועק פלייש וכו' פאר "די פיפל" בשעת ווען דער פשוטער אינגערמאן צאלט די זעלבע פרייז איז עס א פארברעך.

אבער אזא סארט זאך ווי אז עס איז געווארן עוועילעבל אפאר סלאטס פאר א געוויסע סערוויס, און דער וואס איז ממונה דערויף געבט עס פאר זיין זון ערשט, האלט איך איז העכסט פארשטענדליך. הגם ס'וואלט נישט אזוי געדארפט זיין...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:53 pm זייער שיין! ערדיש גערעדט.

אליבא דאמת, אויף יענע וועלט קען זיין די אפגעשפארטע הונדערטער פונעם ארעמאן אסאך חשוב'ער פונעם עושר'ס מיליאן.

ער באקומט נישט גארנישט מער, די נאמען מיט די טיטלען אויף די וועלט איז דאך נארישקייטן.

עליונים למטה ותחתונים למעלה!

ונפש כי תקריב!
עס איז דא די כלל פון כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו. לאו דוקא אז פאר דיר איז שווערער ארויסצונעמען דעם הונדערטער ווי פאר דעם עושר דעם מיליאן. דו קענסט מיט דעם הונדערטער גארנישט טוהן חוץ פון צאלן דיין גראסערי ארדער. משא''כ ביי דעם עושר דרייעט זיך שוין אין קאפ זיין נעקסטען בילדינג, און דאס געבט ער אוועק פארן אויבערשטען. מען קען זעהן גרויסע עשירים וואס זענען ווערד צענליגע מיליאנען דאללארען, אבער ער קען בשום אופן זיך נישט עפענען דאס הארץ.

אזוי צו אזוי לאזן מיר דאס פארן בוחן כליות ולב, און מיר טוהן וואס איז דאס ריכטיגע פאר אונז צו טוהן. צו אפשאצען און באהאנדלען פונקטלעך, איז דא א ממונה אויף דעם כמו שנאמר היצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:12 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:06 pm
טראכט...
וויפיהל גוטס האסטו וואס ר' אברהם קען נישט קויפן מיט זיין געלט!
און סתם אזוי, וויפיהל גוטס האסטו וואס קאסט נישט קיין געלט!
פאריגע וואך איז געווען דא אין קרית יואל א "פרנסה סאמיט", וואו איך האב זיך באטייליגט און געהערט א שיינע פאר שטארקע נקודות און געשמאקע מאטאוואציע.

צווישן אנדערע האט מאיר מרדכי בערקאוויטש גערעדט פון דער סארט שפראך ווען מ'רעדט פון עשירים, און אלעמאל וועלן אריינקומען די סארט אנזעצערס און "בארואיגן" דעם שמועס מיט אזעלכע "נו שוין... מיינסט ס'גייט אים אזוי גוט?... ווייסט זיין טאכטער איז פאריגע וואך אהיימגעקומען?.. יעדער האצעך זיין פעקל..."
און דער ציבור אטעמט אפ...

האט מאיר מרדכי גוט געפרעגט "זאג, דו ווערסט יעצט אן עושר ווייל זיין טאכטער איז אהיימגעקומען?!"

אנשטאט זיך "בארואיגן" אז יענעם גייט גארנישט אזוי גוט, "בארואיג זיך" אז יענעם גייט יא גוט, און ס'מעג...
איך בין אמאל געשטאנען און געשמועסט מיט א איד אין ביהמ''ד, האט אדורך שפאצירט א באקאנטער נגיד דארטן וואס האט זיך שטארק געמיטשעט מיט'ן געזונט. זאגט מיר מיין חבר, זאלסט וויסען אז דו ביסט ווערד מער ווי יענעם. ווייל יענער מיט זיין גאנצע געלט קען ער נישט קויפן זיין געזונט, און דו האסט עס בחינם.

האב איך אים געזאגט, עס איז אמת יעדע ווארט וואס איר זאגט, און איך דאנק טאקע דעם אויבערשטען אויף דעם, אבער איין טעות האט איר. איך זיך בכלל נישט צו זיין ווערד מער ווי יענעם, איך בין אקעי מיט דעם אז יענער איז ווערד מיט א @פופציגער מיליאן מער ווי מיר! איך בעט דעם אויבערשטען אז יענער זאל האבן א רפואה שלמה, און בלייבען מיט זיין פופציג מיליאן דאללער!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך שמייכלדיג »

ס'דא א ווארט, עשי"ר איז ר"ת עינים, שינים, ידים, רגלים. אז מ'איז געזונט מיטן גוף איז מען א עשיר, דאס קען מען פאר די וועלט'ס געלט נישט קויפן ..
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך נקודות טובות »

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 4:52 pm ס'דא א ווארט, עשי"ר איז ר"ת עינים, שינים, ידים, רגלים. אז מ'איז געזונט מיטן גוף איז מען א עשיר, דאס קען מען פאר די וועלט'ס געלט נישט קויפן ..
א שיינע נוטריקון, אבער די פשוטע טיישט פון עושר איז איינער וואס האט געלט אין באנק.
המקדש אשה על מנת שאני עשיר אין אומרים כרבי אלעזר בן חרסום וכרבי אלעזר בן עזריה אלא כל שבני עירו מכבדים אותו מפני עושרו. שטייט נישט אויב ער איז געזונט. און אויך נישט אויב ער איז @שמח בחלקו.

מען דארף פארגינען יענעם ווען ער האט באמת מער פון דיר. נישט זיך טרייסטען אז די ביסט געזונגט און ער נישט.

דער הייליגער חינוך איז מבאר אין פרשת ואתחנן די חילוק פון לא תחמוד וואס שטייט אין די עשרת הדברות פרשת יתרו, ביז לא תתאוה וואס שטייט אין ואתחנן. וז''ל.
אל תתמה לומר ואיך יהיה בידו של אדם, למנוע לבבו מהתאוות אל אוצר כל כלי חמדה שיראה ברשות חבירו, והוא מכולם ריק וריקם. ואיך תביא התורה מניעה במה שאי אפשר לו לאדם לעמוד עליו. שזה הדבר אינו כן, ולא יאמרו אותו זולתי הטפשים הרעים והחטאים בנפשותם. כי האמנם, ביד האדם למנע עצמו ומחשבותיו ותאוותיו מכל מה שירצה, וברשותו ובדעתו להרחיק ולקרב חפצו בכל הדברים כרצונו, ולבו מסור בידו על כל אשר יחפץ יטנו והשם אשר לפניו כל תעלומות חופש כל חדרי בטן רואה כליות ולב אין אחת קטנה או גדולה טובה או רעה מכל מחשבות האדם נעלמת ממנו ולא נסתרת מנגד עיניו. ישיב נקם לעוברי רצונו בלבבם, ונוצר חסד לאלפים לאוהביו המפנים לעבודתו מחשבותם. שאין טוב לאדם כמו המחשבה הטובה והזכה, כי היא ראשית כל המעשים וסופן, וזהו לפי הדומה, ענין לב טוב ששבחו חכמים במסכת אבות (פ"ב מ"ט). והראיה שאלו שני הלאוין שזכרנו חלוקים בענינם ונחשבין לשנים מה שאמרו במכלתא לא תחמד בית רעך, ולהלן הוא אומר ולא תתאוה לחיב על התאוה בפני עצמה ועל החמוד בפני עצמו ושם נאמר מנין שאם נתאוה, סופו לחמד? תלמוד לומר לא תתאוה ולא תחמוד מנין שאם חמד אדם, סופו לגזל? תלמוד לומר (מיכה ב ב) וחמדו שדות וגזלו.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 258

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פשוטער איד »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:00 pm אגב, @נקודות טובות ס'מיר א שאק אז ביסט נאך קוים א שנה ראשונה אינגערמאן...
אבער וויאזוי קאסט אים שוין 30:000 שכ"ל?
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 258

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פשוטער איד »

שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:53 pm זייער שיין! ערדיש גערעדט.

אליבא דאמת, אויף יענע וועלט קען זיין די אפגעשפארטע הונדערטער פונעם ארעמאן אסאך חשוב'ער פושכל?
ושר'ס מיליאן.

ער באקומט נישט גארנישט מער, די נאמען מיט די טיטלען אויף די וועלט איז דאך נארישקייטן.

עליונים למטה ותחתונים למעלה!

ונפש כי תקריב!
לגבי צדקה, וויבאלד אין מציאות באקומט דער ארימאן מער פונעם עושר איז די מצוה און שכר גרעסער
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2015
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4892

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פופציגער »

פשוטער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 5:21 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:00 pm אגב, @נקודות טובות ס'מיר א שאק אז ביסט נאך קוים א שנה ראשונה אינגערמאן...
אבער וויאזוי קאסט אים שוין 30:000 שכ"ל?
דו זעסט נישט וויפיל ער לערנט אלץ צאם?...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך פרייליך »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:00 pm אגב, @נקודות טובות ס'מיר א שאק אז ביסט נאך קוים א שנה ראשונה אינגערמאן...
מהיכי תיתי ער איז?
סך הכל האט ער א גיטן פעדער און דיר געמאכט גלייבן זיין ווערסיע, ער קען שוין זיין א בן חמישים.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 3:47 pm אייגענטליך, ביסט אפשר יא גערעכט.

אין אזא פאל ווי ווען מלייגט אוועק פלייש וכו' פאר "די פיפל" בשעת ווען דער פשוטער אינגערמאן צאלט די זעלבע פרייז איז עס א פארברעך.

אבער אזא סארט זאך ווי אז עס איז געווארן עוועילעבל אפאר סלאטס פאר א געוויסע סערוויס, און דער וואס איז ממונה דערויף געבט עס פאר זיין זון ערשט, האלט איך איז העכסט פארשטענדליך. הגם ס'וואלט נישט אזוי געדארפט זיין...
נישט נאר איז עס נישט קיין פארברעך, נאר אויב וואלט ער עס נישט געטוהן וואלט עס אולי געווען אן עולה מצד דער מוכר!
ווען דו האסט א קלייענט וואס קויפט ביי דיר פלייש פאר צוואנציג טויזענט דאללער א יאר, דארפסטו אים אינזין האבן און געבן פראטעקציע מער ווי דער וואס קויפט פאר צען טויזענט א יאר. איך קוק עס אן אלץ א דבר פשוט, און פון די אל''ף בי''ת פון סערוויס.

ס'איז נישט פשט אז ער איז פון די ''פיפל'', נאר למעשה קויפט ער ביי מיר מער ווי דער געווענליכער קאסטעמער און איך וויל אים צופרידען שטעלן. ווי אזוי וועט אויסקוקען ווען דער שנה ראשונה אינגערמאן וואס קויפט פאר טויזענט דאללער א יאר גייט ארויס מיט א פראדוקט וואס איז LOW IN STOCK און פארן עושר וואס קויפט פאר צוואנציג מאל מער איז מער נישטא?

קען זיין אז ווען מען רעדט ממש פון צדק ויושר איז עס נישט גלייך, איך ווייס נישט מען קען באמת טראכטען. אבער פארשטענדליך איז עס!

דעם גרויסער קאסטעמער געבסטו אויך FREE דעליווערי אפי' עס ווייניגער ווי די מינומעם פארלאנגט. און אויב באצאלט ער נישט אמאל אין צייט לאזטו אים אויך אויפשרייבען אפי' אויב פאר א געווענליכער קאסטעמער וואלט איר עס שוין נישט געטוהן. טובת הנאה ממון!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך שמייכלדיג »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 5:07 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 4:52 pm ס'דא א ווארט, עשי"ר איז ר"ת עינים, שינים, ידים, רגלים. אז מ'איז געזונט מיטן גוף איז מען א עשיר, דאס קען מען פאר די וועלט'ס געלט נישט קויפן ..
א שיינע נוטריקון, אבער די פשוטע טיישט פון עושר איז איינער וואס האט געלט אין באנק.
המקדש אשה על מנת שאני עשיר אין אומרים כרבי אלעזר בן חרסום וכרבי אלעזר בן עזריה אלא כל שבני עירו מכבדים אותו מפני עושרו. שטייט נישט אויב ער איז געזונט. און אויך נישט אויב ער איז @שמח בחלקו.

מען דארף פארגינען יענעם ווען ער האט באמת מער פון דיר. נישט זיך טרייסטען אז די ביסט געזונגט און ער נישט.

דער הייליגער חינוך איז מבאר אין פרשת ואתחנן די חילוק פון לא תחמוד וואס שטייט אין די עשרת הדברות פרשת יתרו, ביז לא תתאוה וואס שטייט אין ואתחנן. וז''ל.
אל תתמה לומר ואיך יהיה בידו של אדם, למנוע לבבו מהתאוות אל אוצר כל כלי חמדה שיראה ברשות חבירו, והוא מכולם ריק וריקם. ואיך תביא התורה מניעה במה שאי אפשר לו לאדם לעמוד עליו. שזה הדבר אינו כן, ולא יאמרו אותו זולתי הטפשים הרעים והחטאים בנפשותם. כי האמנם, ביד האדם למנע עצמו ומחשבותיו ותאוותיו מכל מה שירצה, וברשותו ובדעתו להרחיק ולקרב חפצו בכל הדברים כרצונו, ולבו מסור בידו על כל אשר יחפץ יטנו והשם אשר לפניו כל תעלומות חופש כל חדרי בטן רואה כליות ולב אין אחת קטנה או גדולה טובה או רעה מכל מחשבות האדם נעלמת ממנו ולא נסתרת מנגד עיניו. ישיב נקם לעוברי רצונו בלבבם, ונוצר חסד לאלפים לאוהביו המפנים לעבודתו מחשבותם. שאין טוב לאדם כמו המחשבה הטובה והזכה, כי היא ראשית כל המעשים וסופן, וזהו לפי הדומה, ענין לב טוב ששבחו חכמים במסכת אבות (פ"ב מ"ט). והראיה שאלו שני הלאוין שזכרנו חלוקים בענינם ונחשבין לשנים מה שאמרו במכלתא לא תחמד בית רעך, ולהלן הוא אומר ולא תתאוה לחיב על התאוה בפני עצמה ועל החמוד בפני עצמו ושם נאמר מנין שאם נתאוה, סופו לחמד? תלמוד לומר לא תתאוה ולא תחמוד מנין שאם חמד אדם, סופו לגזל? תלמוד לומר (מיכה ב ב) וחמדו שדות וגזלו.
גראדע געהערט לעצטנס א ווארט פון הרה"ק ר' יאנקעלע מפשעווארסק (לגבי ברכת צדיק) אז די פשוטע פשט פון 'גביר' מיינט גוטע קינדער...

לשון בני אדם מיינט אוודאי געלט, און ווען איינער זאגט על מנת קוקט מען לשון בני אדם, און אין לישנא דקרא מיינט אויך עשירות געלט, אבער אליבא דאמת יש עושר שמור לבעליו לרעתו, ואין מלוין לו לאדם בכסף, אבער גוטע קינדער איז א פארמעגן וואס מ'קען נישט קויפן וה"ה לגעזונט, איז דאס אמת'ע עשירות

איך פארשטיי וואס דו זאגסט, איך האב עס נאר צוגעברענגט וויבאלד מען האט גערעדט פון דעם.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: עשירים האבן פראטעקציע

פאוסט דורך שמייכלדיג »

פשוטער איד האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 5:22 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:53 pm זייער שיין! ערדיש גערעדט.

אליבא דאמת, אויף יענע וועלט קען זיין די אפגעשפארטע הונדערטער פונעם ארעמאן אסאך חשוב'ער פונעם עושר'ס מיליאן.

ער באקומט נישט גארנישט מער, די נאמען מיט די טיטלען אויף די וועלט איז דאך נארישקייטן.

עליונים למטה ותחתונים למעלה!

ונפש כי תקריב!
לגבי צדקה, וויבאלד אין מציאות באקומט דער ארימאן מער פונעם עושר איז די מצוה און שכר גרעסער
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו מיינסט צו זאגן

אויב דו מיינסט צו זאגן אז דער עושר געט מער צדקה, אה"נ אויב פראצענטואל גיבט ער מער קען זיין אז ער איז חשוב'ער, און ווי @נקודות האט געשריבן דער יודע תעלומות איז מבחין, אבער אויב געט ער נישט לפי ממונו וועט ער נענש ווערן, וצא ולמד וואס איז געשען מיט נקדימון בן גריון מיט זיין פארמעגן און צו וואסערע עניות זיין טאכטער איז אנגעקומען ווייל ער האט נישט געגעבן גענוג לפי עשרו.
שרייב פאוסט