חלק א'.
מקור לאמירת פרשת המן בכל יום.
דער ראב''ן הירחי שרייבט אין ספר המנהיג (הלכות שבת ס' מ''ד) בזה הלשון. בסוף יומא ירושלמי כל האומר פרשת המן בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא, ושאין מזונותיו נחסרין. און אזוי אויך אין ספר תשב''ץ קטן (רנ''ו) שרייבט דער רשב''ץ אן ענליכע לשון. ירושלמי כל האומר פרשת המן בכל יום, מובטח הוא שלא יתמעטו מזונותיו, ואני ערב.
מען קען זיך טועה זיין און טראכטן אז דער רשב''ץ זאגט אויף זיך ואני ערב. אבער ווען מען קוקט אריין אין די הגהות פון רבי משה מצוריך (מזמן הראשונים בערך זיבען הונדערט יאר צוריק) אויפן ספר סמ''ק (מצוה י''ב אות ע''ו) שרייבט ער בזה הלשון, בירושלמי יש כל האומר פרשת המן בכל יום מובטח לו שלא יחסרו ולא ימעטו לו מזונותיו. אמר רבי חלבון ואני ערב בדבר. פון דעם זעהן מיר אז די לשון ואני ערב איז די לשון וואס שטייט אין ירושלמי.
די פרישה ברענגט אויך די ירושלמי בשם זיין רבי דער מהרש''ל, און ער שרייבט אז די ירושלמי איז אין מסכת ברכות. למעשה אבער שרייבט דער ערוך השלחן אז אין אונזער ירושלמי האבן מיר נישט די מימרא נישט אין ברכות און נישט אין יומא. דער בעל תורה שלמה אין פרשת בשלח שרייבט אז עס איז יא דא אזא מימרא אין מדרש ארץ ישראל, אבער ער ברענגט עס נישט צו.
אזוי אויך אין פירוש רבינו בחיי על התורה אין פרשת בשלח (ט''ז ט''ז) שרייבט ער וקבלה ביד חכמים כי כל האומר פרשת המן בכל יום מובטח לו שלא יבא לעולם לידי חסרון מזונות.
טעם אמירתו בכל יום ואמירתו בכוונה.
דער טור און אזוי אויך דער מחבר אין סימן א' שרייבן וטוב לומר פרשת העקדה ופרשת המן. דער בית יוסף איז מסביר די טעם פון פרשת המן, כדי שיאמין שכל מזונותיו באין לו בהשגחה.
דער לבוש איז מסביר אז ביי די מן האט מען געקענט זעהן קלאר די השגחה ווען יעדער איינער האט באקומען פונקטלעך אן עומר לגלגולת. און דער משנה ברורה איז מסביר אז פון דעם זעהן מיר אז טוהן מיר השתדלות אויף פרנסה העלפט גארנישט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ביי די מן. ולא העדיף המרבה והממעיט לא החסיר.
דער תניא אין שלחן ערוך איז מסביר אז די השגחה איז געווען דאס וואס שטייט אין פסוק אז די מן איז געווען דבר יום ביומו. (פירש רש''י, צורך אכילת יום ילקטו ביומו ולא ילקטו היום לצורך מחר)
לויט דעם בית יוסף, וואס די גאנצע סיבה פון זאגן פרשת המן בכל יום איז כדי צו גלייבן אז דער אויבערשטער געבט פרנסה בהשגחה. שטייט אין של''ה פרק דרך החיים סוף מסכת חולין (ע''ב) שרייבט בשם ספר עמק הברכה בזה הלשון וטוב לכוין בכל זה בשעת קריאת כל פרשה ופרשה.
אזוי אויך שרייבט דער מגן אברהם בשם רבינו בחיי פרשת צו, שאין די באמירה, בביאור הפרשה ויכיר נפלאות ד'.
דער מחצית השקל איז שוין מעורר, אז רבינו בחיי רעדט נישט דארט אין פרשת צו פון פרשת המן. ער רעדט דארט בנוגע דאס וואס חז''ל זאגן כל העוסק בפרשת עולה כאילו הקריב עולה וגו', אז דאס איז געזאגט געווארן נאר אויב מען זאגט דאס מיט כוונה, און אזוי אויך כל האומר תהלה לדוד בכל יום מבטח לו שהוא בן עולם הבא, אז דאס איז נאר ווען ער איז מכוון די ווערטער. אויף דעם לייגט די מגן אברהם צו, אז די זעלבע זאך איז מיט פרשת המן וואס די עיקר דערפון איז כדי שיאמין שכל מזונותיו באין לו בהשגחה.
אין ספר סדר היום לייגט ער צו אז מען זאל זאגן פרשת המן מיט די טעמים, און דערנאך יתפלל ויתחנן שיזמין פרנסה לכל כלל עמו ישראל ופרנסתו ופרנסת בני ביתו בכללם בנחת ולא בצער בכבוד ולא בביזוי בהיתר ולא באיסור שיוכל לעבוד וללמוד תורתו בלי טרדה ומחשבה כמו שזימן לאבותינו מן במדבר בארץ ערבה וציה.
שנים מקרא ואחד תרגום.
אין ספר נוהג כצאן יוסף (דיני הנהגת כל יום ל''ד) ברענגט ער משם ספר הישר לרבינו תם שהאומר פרשת המן שנים מקרא ואחד תרגום מובטח לו שלא יחסרו מזונותיו. און אזוי אויך ברענגט דער מלבי''ם אין ארצות החיים (סימן נ''ט) בשם ספר הישר.
אזוי אויך אין ספר יש נוחלין אין הגהות השל''ה חלק אזהרות התפלה (סימן ט') שרייבט ער בזה הלשון. ומצאתי בדברי המקובלים שסגולת פרשת המן לומר שנים מקרא ואחד תרגום.
והייתם לי סגולה - לומר פרשת המן בכל יום
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1892
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5242
והייתם לי סגולה - לומר פרשת המן בכל יום
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: והייתם לי סגולה - לומר פרשת המן בכל יום
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס