בלאט 1 פון 2
איז עסן מצות איבער'ן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:17 pm
דורך נקודות טובות
איינער זאגט מיר שבת, אז אויף די דרענזער שמעלצער שמועס אויף קול מבשר איז געווען א מדובר איבער עסן פסח'דיגע מצות איבער'ן יאר.
איך וועל מודה זיין אז איך האב נישט געהערט דעם שמועס, ממילא פארשטיי איך נישט פונקטלעך די צדדים. און אדרבה, אויב איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שמועס קען מיר זאגן בערך וויפיל אריין אין די שמועס זיי רעדן פון דעם, וואלט איך הנאה געהאט עס אויסצוהערן.
די טענה ווי יענער לייגט עס מיר אראפ איז געווען בערך, אז מצות איז א מאכל מצוה, און דאס עסט מען נישט סתם לשם תאווה איבער'ן יאר.
אני בעניי בדעתי הקלושה פארשטיי נישט וואס די חברה ווילן. איז ראמעין לעטאס, אדער חריין אויך א פראבלעם צו עסן א גאנץ יאר וויבאלד דאס איז די מצוה פון מרור? ווען די תורה האט געהייסען עסן מצה אדער מרור מיינט נישט אז די מאכל איז געווארן מוקצה א גאנץ יאר! פונקט ווי וואסער ווערט נישט אסור צו טרינקען וויבאלד עס איז דא חיוב פון מים אחרונים! און ברויט אויך נישט, ווייל שבת איז א מצוה זיך צו וואשען!
פסח איז מצות הייליג, און א גאנץ יאר איז עס א מאכל פונקט ווי טאמעטעס!
איז דא איינער וואס פארשטייט אז דאס איז א פראבלעם?
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:25 pm
דורך וואוילער
כ'פארשטיי... אז ס'דא מענטשן וואס האבן ליב שערוריה'ס
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:26 pm
דורך וואוילער
אמאהל פלעגן דאך די קנעכט און ארימע דאס עסן.
היינט איז דאך אויך דא די חמץ'דיגע, דאס הייסט אז ס'איז געמאכט פאר א גאנץ יאר, און מאי שנא די מצה וואס איז נישט נחמץ?
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: זונטאג יאנואר 28, 2024 5:22 pm
דורך שמח
איך ווייס נישט בנוגע מצות, אבער מאכלי שבת איז זיכער געווען אן ענין נישט צו עסן אינמיטן די וואך.
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:24 am
דורך בערל דער פייפער
צ”ק איך ווייס נישט פון קיין פראבלעם, אדער קויפן פרישע מצות במשך ווינטער נעמט אוועק די געפיל לדעתי
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:35 am
דורך וואוילער
א זייטיגע פראבלעם... עס קאסט טייער.
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:22 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:35 am
א זייטיגע פראבלעם... עס קאסט טייער.
אין מאכט די מאנגל פאר פסח
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:56 am
דורך יום טוב
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:24 am
צ”ק איך ווייס נישט פון קיין פראבלעם, אדער קויפן פרישע מצות במשך ווינטער נעמט אוועק די געפיל לדעתי
גא"מ
קיין עולה איז נישט פארהאן מיט עסן אינמיטן יאר , עס איז א געפיל זאך אז סזאל בלייבן די פרישקייט און טעם מצה פאר די מצוה
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:58 am
דורך וואוילער
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:22 am
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:35 am
א זייטיגע פראבלעם... עס קאסט טייער.
אין מאכט די מאנגל פאר פסח
ש'טא קיין מאנגעל.
כ'האב מיטגעהאלטן עטליכע מאל וואס מ'האט געשריגן אז ס'דא א מאנגל, און ביהיינד די סינס איז געוועהן איבעריג!
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:11 pm
דורך שבת קודש
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 28, 2024 1:17 pm
איינער זאגט מיר שבת, אז אויף די דרענזער שמעלצער שמועס אויף קול מבשר איז געווען א מדובר איבער עסן פסח'דיגע מצות איבער'ן יאר.
איך וועל מודה זיין אז איך האב נישט געהערט דעם שמועס, ממילא פארשטיי איך נישט פונקטלעך די צדדים. און אדרבה, אויב איינער וואס האט יא אויסגעהערט די שמועס קען מיר זאגן בערך וויפיל אריין אין די שמועס זיי רעדן פון דעם, וואלט איך הנאה געהאט עס אויסצוהערן.
די טענה ווי יענער לייגט עס מיר אראפ איז געווען בערך, אז מצות איז א מאכל מצוה, און דאס עסט מען נישט סתם לשם תאווה איבער'ן יאר.
אני בעניי בדעתי הקלושה פארשטיי נישט וואס די חברה ווילן. איז ראמעין לעטאס, אדער חריין אויך א פראבלעם צו עסן א גאנץ יאר וויבאלד דאס איז די מצוה פון מרור? ווען די תורה האט געהייסען עסן מצה אדער מרור מיינט נישט אז די מאכל איז געווארן מוקצה א גאנץ יאר! פונקט ווי וואסער ווערט נישט אסור צו טרינקען וויבאלד עס איז דא חיוב פון מים אחרונים! און ברויט אויך נישט, ווייל שבת איז א מצוה זיך צו וואשען!
פסח איז מצות הייליג, און א גאנץ יאר איז עס א מאכל פונקט ווי טאמעטעס!
איז דא איינער וואס פארשטייט אז דאס איז א פראבלעם?
קיינער זאגט נישט אז ס'איז אסור ע''פ הלכה אבער יעדער פארשטייט אז ס'נעמט אוועק די הרגש פון אכילת מצה וואס איז בזמן הזה די איינציסעטע מצוה פון אכילה מדאורייתא
שמעתי אז ר' יודל ראזענבערג ע''ה מנהל האופה פון סאטמאר האט געקאסט די מצה און עס אויסגעשפיגן נישט וועלענדיג עס עסן
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:26 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:11 pm
שמעתי אז ר' יודל ראזענבערג ע''ה מנהל האופה פון סאטמאר האט געקאסט די מצה און עס אויסגעשפיגן נישט וועלענדיג עס עסן
מי יעמוד בסוד קדושים!
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 12:45 pm

אויף דעם האבן זיך די פוסקים געזארגט און דערפאר עסן מיר נישט קיין מצות פון ראש חודש ניסן.
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:38 pm
דורך הר ההר
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:22 am
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:35 am
א זייטיגע פראבלעם... עס קאסט טייער.
אין מאכט די מאנגל פאר פסח
קיינער גנב'עט נישט ארויס פון מצה בעקעריי קיין מצות. זיי פארקויפן דאס אויפציעל און אויב איז דא א מאנגעל זאלן זיי אויפהערן פארקויפען. א אינגערמאן וואס קויפט מצות אינמיטען יאר דארף נישט טראכטען אז ער מאכט א מאנגעל.
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:43 pm
דורך אנדערער
הר ההר האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:38 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:22 am
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:35 am
א זייטיגע פראבלעם... עס קאסט טייער.
אין מאכט די מאנגל פאר פסח
קיינער גנב'עט נישט ארויס פון מצה בעקעריי קיין מצות. זיי פארקויפן דאס אויפציעל און אויב איז דא א מאנגעל זאלן זיי אויפהערן פארקויפען. א אינגערמאן וואס קויפט מצות אינמיטען יאר דארף נישט טראכטען אז ער מאכט א מאנגעל.
אמת
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:05 pm
דורך שבת קודש
נעקסט גייט לכאורה זיין אז מען גייט עסן אין די סוכה אונטער די סכך א גאנץ יאר ווען ס'איז א שיינע וועטער
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:03 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:05 pm
נעקסט גייט לכאורה זיין אז מען גייט עסן אין די סוכה אונטער די סכך א גאנץ יאר ווען ס'איז א שיינע וועטער

Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:08 pm
דורך כ'קעניש דיסיידן
צ/ק
א פראבלעם פארן מאגן...
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:26 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:08 pm
צ/ק
א פראבלעם פארן מאגן...
די פראבלעם איז אז די מצה לייגט זיך אויף די ברייט פון די מאגן.
און די פראבלעם פארוואס מ'עסט עס נישט איבערן יאר איז וויבאלד אונז האבן נישט די "קניידלעך" פון אחרון של פסח צו דורך לעכערען די מצות און צוליב פיקח נפש טאר מען עס נישט איינשטעלן און עסן מצות איבערעס יאר נאר פסח...
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:31 pm
דורך דעת קדשי
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:05 pm
נעקסט גייט לכאורה זיין אז מען גייט עסן אין די סוכה אונטער די סכך א גאנץ יאר ווען ס'איז א שיינע וועטער
מעג מען עסן א גאנץ יאר אדער נאר ג' אייר?
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:24 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
דעת קדשי האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:31 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:05 pm
נעקסט גייט לכאורה זיין אז מען גייט עסן אין די סוכה אונטער די סכך א גאנץ יאר ווען ס'איז א שיינע וועטער
מעג מען עסן א גאנץ יאר אדער נאר ג' אייר?
מ'גרייט זיך א גאנץ יאר צו ג' אייר...
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:28 pm
דורך אנעקדאט
גראדע האבן דרעז"ש געברענגט א רעקארדינג כ'מיין פון באבובער דיין ווי ער זאגט אז ס'איז נישט קיין ריכטיגע זאך.
אבער לאמיר אייך מסביר זיין,
קיינער האלט נישט - ווי ווייט איך פארשטיי - אז מען זאל קיינמאל נישט עסן מצה אין לויף פון יאר, שוין אפגערעדט אז די שיריים פלעגט מען עסן און זייער אסאך פלעצער אין די ימי הספירה, שבועות, וכדו'.
אבער דאס וואס איז געווארן אז מען קויפט וועכנטליך, אדער אפילו נאר יעדע שיינע שבת (מברכים, ר"ח, חנוכה, בא, שירה, קבלת התורה, ד' פרשיות, און ווען נישט?) א שאכטל מצות איז אביסל איבערגעטריבן.
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:20 am
דורך טובי' שרייבער
אנעקדאט האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 5:28 pm
גראדע האבן דרעז"ש געברענגט א רעקארדינג כ'מיין פון באבובער דיין ווי ער זאגט אז ס'איז נישט קיין ריכטיגע זאך.
אבער לאמיר אייך מסביר זיין,
קיינער האלט נישט - ווי ווייט איך פארשטיי - אז מען זאל קיינמאל נישט עסן מצה אין לויף פון יאר, שוין אפגערעדט אז די שיריים פלעגט מען עסן און זייער אסאך פלעצער אין די ימי הספירה, שבועות, וכדו'.
אבער דאס וואס איז געווארן אז מען קויפט וועכנטליך, אדער אפילו נאר יעדע שיינע שבת (מברכים, ר"ח, חנוכה, בא, שירה, קבלת התורה, ד' פרשיות, און ווען נישט?) א שאכטל מצות איז אביסל איבערגעטריבן.
וואס עפעס?! אויב איינער האט עס ליב זאל ער זיך מחיה זיין דערמיט... ווער לאזט אים נישט?!..
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:34 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אין מיין הגדה שטייט "שבכל הלילות אנו אוכלין חמץ ומצה"
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 9:53 pm
דורך וואוילער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:34 pm
אין מיין הגדה שטייט "שבכל הלילות אנו אוכלין חמץ ומצה"
פיינע ראי'
Re: איז עסן מצות איבערן יאר א פראבלעם?
געפאוסט: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:29 pm
דורך הר ההר
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:05 pm
נעקסט גייט לכאורה זיין אז מען גייט עסן אין די סוכה אונטער די סכך א גאנץ יאר ווען ס'איז א שיינע וועטער
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ביי געוויסע חסידים עסט מען נישט אין די סוכה שמיני עצרת.