דינסטאג י"ג שבט פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי מרדכי מלעכאוויטש זי"ע, ער איז געווען א תלמיד מובהק פון הרה"ק רבי שלמה פון קארלין זי"ע. אזוי אויך האט ער מקבל געווען תורה וחסידות פון הרה"ק רבי ברוך'ל ממעזבוז זי"ע.
ער איז געבוירן אין יאר תק"ב צו זיין טאטע רבי נח ז"ל, ער איז געווען א בן אחר בן פונעם גרויסן באקאנטן גאון און פוסק רבי מרדכי יפה בעל הלבושים זי"ע.
רבי מרדכי האט געפירט זיין הנהגה אין די שטאט "לעכאוויטש", וואס איז אין די געגענט פון קארלין, סלונים, קאברין, דאס איז אין בעלרוס (ווייס רוסלאנד). הערשט אין שנת תקנ"ב איז ר' מרדכי גרייט געווען מקבל צו זיין אויף זיך די עול הרבנות.
ער איז נסתלק געווארן לחיי עולם הבא י"ג שבט תק"ע, און זיין ממלא מקום איז געווארן זיין זוהן הרה"ק רבי נח זי"ע, וואס איז געבוירן געווארן שנת תקל"ד, און נאכן פטירה פון זיין זוהן רבי נח האט איבערגענומען די הנהגה, רבי מרדכי'ס הייליגען תלמיד, הרה"ק רבי משה'לע פון קאברין זי"ע.