עם מיכאל חי!
געפאוסט: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:50 pm
בס״ד
וואס טוט זיך? שוין לאנג נישט פארברענגט.
לאמיר אנהייבן דעם ארטיקל מיט א שיינער משל, און פון דארט וועט מען עס פירן ווייטער צום הויפט פונקט וואס האט באוואויגן מיין לויזער און פוילער מאיאסטעט צו כאפן דאס פעדער אין האנט אריין, און פירקלען די דאזיגע שורות אויף וועלכן איר וועט ווארשיינליך שווענדן די קומענדיגע פינף מינוט – געוואנדן אין ווי שנעל איר ליינט.
די גאנצע שטאט האט געשטינקען פון מיכאל׳ס מערכה מיט זיין צווייטער קוזין ירוחם פישל. אנגעהויבן האט זיך עס ווען ירוחם פישל האט זיך אנגעהויבן בעטן ביי אים אז זינט ער האט זיך צוטיילט, האט ער נישט וואו צו וואוינען, און מיכאל – ברוב רחמיו וחסדיו האט אים אריינגענומען.
יעצט וואס איז די געשיכטע באמת?
דער הויז אין וועלכן מיכאל וואוינט האט בעצם געהערט צום לייטזעליגער שווער, וועלכער איז אוועק מיט נישט לאנג פריער, און האט פארשריבן דעם היים פאר מיכאל׳ן און זיין רעבעצין. אבער היות מיכאל האט זיך געשפירט עטוואס אומבאקוועם מיט דעם פאקט אז נאר ער האט געקריגן בעלות אויף דעם הויז, האט ירוחם פישל דער אביוזער אנגעהויבן רייטן דערויף.
ס׳האט נישט לאנג געדויערט ביז ווען ירוחם פישל האט זיך עמטליך אנגעהויבן קוואטירן ביי אים אינדערהיים, און האט אנגעפאנגען איינטיילן ביי מיכאל׳ן אין שטוב וויאזוי עס זאל זיך פירן, מיכאל האט זיך געבעטן ביי אים ברחמים ״הער אויף, איך קען נישט אזוי ווייטער אנגיין. כ׳וועל דיר מוזן פארשיקן פון דא״ האט ער געוויינט. ירוחם פישל מיט זיין קראנקער כאראקטער, האט אבער דווקא הנאה געהאט צו זען מיכאל׳ן אין א פארלוירענער מצב.
מיכאל האט איין טאג באשלאסן אראפצוברענגען א בויער ביי זיך אין שטוב. ער האט אויסגעשטעלט א קלארע בלו-פרינט איבער דעם בעיסמענט, און האט גערופן ירוחם פישל קוקן וויאזוי עס גייט אויסקוקן זיין נייער אפארטמענט ביי מיכאל אין קעלער.
ירוחם פישל איז געקומען, צופליקט דאס צעטל און געגאנגען ווייטער. ״איך בין נישט מסכים דערצו״ האט ער אנגעהויבן גילט טריפירן זיין שוואגער ״איך בין דיין שוואגער, און איך וויל דא וואוינען אינאיינעם מיט דיר״. ער האט נישט געשפארט קיין קראקאדיל טרערן, און האט זאגאר אנגעהויבן רודפ׳ן מיכאל׳ן פערזענליך.
יעדעס מאל וואס מיכאל האט באשלאסן אז ער וועט פרובירן ארויסרוקן ירוחם פישל׳ען מיט שיינעם, האט זיך עס אויסגעלאזט מיט דעם אז ער האט געווארפן טעלערס, דערשראקן די ווייב און קינדער, און געדראעט אז ער וועט חלילה טון מעשים אשר לא יעשו אויב וועט מען אים ווייטער בעטן ארויסצוגיין פונעם דיינונג רום.
אזוי האט עס זיך דערקייקלט צו ווייטערדיגע שטאפלען, ביז ווען יענקל אינאיינעם מיט זיין רעבעצין האבן באשלאסן אז ס׳איז געקומען דער צייט צו צייגן פאר ירוחם פישל׳ען דעם טיר, אבער פון די דרויסנדיגע זייט.
מיכאל האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו פארציילן פאר יעדן איינעם וואס דא איז פארגעקומען. אים איז פונקט גענוג געווען דער פאקט אז יעדער ווייסט אז ירוחם פישל ברויך זיך ממילא טרעפן וואו צו וואוינען, און קיינער קען אים נישט באצווינגען אים ווייטער צו האלטן נאך אזעלכע ענדלאזע דערקוטשערייען.
פארקערט, אויב עפעס זאלן די אנדערע שוואגערס אים ארייננעמען. אלעס האט א שיעור.
ירוחם פישל האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות, און האט שטארק געקושט די מזוזה פון די צווייטע זייט. נישט האבנדיג וואו זיך צו קוואטירן האט ער זיך געזעצט אין ביהמ״ד, און געשאלטן א גאנצן טאג אויף מיכאל׳ן וואס האט אים ׳קאלטבלוטיג ארויסגעווארפן פון שטוב׳.
פארשטייט זיך אז ער האט נישט פאר וויכטיג געשפירט צו דערציילן וויפיל מאל מיכאל האט אים געאפערט אז ער וויל דייקא יא מיט אים וואוינען, נאר נישט אויפן זעלבן שטאק.
מיכאל האט געוואוסט אז יעדער אין שול קען אים, און ס׳איז אים נישט אנגעגאנגען די בכיות פון ירוחם פישל׳ען. פארקערט, ווען ער פלעגט אים טרעפן אויפן וועג אין מקוה פלעגט ער אים אלס אריינווארפן אפאר דאלאר, ער פלעגט אים ברענגען עסן פון שטוב, און האט זיך געהאלטן אין איין אינטערסירן איבער ווער עס האט א ליידיגע דירה אים אריינצונעמען.
און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר יארן לאנג.
מיכאל קומט אין שול, גיבט עסן פארן הונגעריגער ירוחם פישל, און דאן וויינט ירוחם פישל מיט טרערן פארן ציבור אז מיכאל באקריוודעט אים. ערגעצוואו האט ער בכלל אנגעהויבן שרייען אז דער שווער האט אים גאר איבערגעלאזט דאס הויז, און אז מיכאל איז א גנב.
ער איז אריבערגעלאפן צום בית דין מיט דעם חידוש, די דיינים האבן אים אבער ארויסגעקאפעט פון דארט האבנדיג דאקומענטן וועלכע האבן קלאר געצייגט אז דער שווער האט מוריש געווען דאס דירה פאר מיכאל׳ן. זיי האבן אים געזאגט אז ער דארף שלום מאכן מיטן מציאות, און אזוי ארום וועט אים גרינגער ווערן.
אבער נאך אזוי לאנג וואס ירוחם פישל איז געזעצן אויפן ווינקל נעבן די מקוה און אריינגעשריגן אין די אויערן פון אלע פארבייגייער, האבן די נייע איינוואוינער אין געגנט אנגעהויבן קלערן אז אפשר גאר איז די מעשה טאקע נישט אזוי פשוט, און האבן זיך אנגעהויבן אינטערסירן ביי מיכאל׳ן איבער וואס פונקטליך איז די פרשה.
מיכאל האט אלס געפאכעט מיטן צוואה פון שווער, און אזוי אויך האט ער אריינגערופן מענטשן צו זיך אין שטוב, און געצייגט די קעטשאפ פלעקן אויף אלע ווענט וואס ירוחם פישל האט געמאכט, ווען ער האט אים נאך געלאזט וואוינען ביי אים אין שטוב ״און דאס איז נאך די גוטע זאכן״ האט מיכאל געזאגט.
איין טאג האט ירוחם פישל גענומען א שטאפל ווייטער.
אין דער שטילקייט פון דער נאכט האט ער געכאפט א לאפעטע, און פשוט אנגעהויבן אונטערגראבן די פאנדומענטן פון דעם שווער׳ס הויז. מיכאל האט זיך ערוועקט פון די גערודער, און ער איז געווען ערשיטערט צו טרעפן ירוחם פישל׳ען פארוויינט מיטן שאוול. ״דו האסט מיר באגנב׳עט!״ האט ער געשריגן.
מיכאל האט אזוי רחמנות געהאט, אז ער האט נישט גערופן קיין פאליציי, ער האט אים בלויז פארשיקט מיט א ווארענונג אז ער זאל זיך נישט וואגן צו אומקערן.
אבער נאכדעם וואס ירוחם פישל האט איבערגעטון דאס זעלביגער שטות, האט מיכאל באשלאסן אז גענוג איז גענוג, און ער איז געגאנגען צום דיין אין שטוב און פארציילט אז ער וויל גיין צו די פאליציי און ארויסנעמען א ריסטרעינינג ארדער אויף דעם צורודערטן שוואגער זיינער וועלכע דערקוטשעט אים די יארן.
״ביטע טו דאס נישט״ האט דער דיין געבעטן ״קומענדיגע מאל, רוף מיר אריבער, איך וועל שוין עפעס מיט ענק אויסארבעטן, אזוי אז איר ביידע וועט זיין צופרידן״.
וואס האט דער דיין געאאפערט וואונדערט איר זיך? דער דיין האט געזאגט פאר מיכאל׳ן אז ער זאל מאכן א פלאן וויאזוי ער וועט יא ערלויבן פאר ירוחם פישל׳ען זיך צו דרייען אין זיין שטוב, און אין אויסטויש וועט דער דיין נעמען אויף זיך אז ער וועט צאלן א געוויסן סכום פאר מיכאל׳ן חודש׳ליך ״למען השלום, וועל איך אלעס טון!״ האט דער דיין אויסגעפירט.
אזוי איז טאקע געווען. דעם קומענדיגער מאל וואס מיכאל האט זיך ערוועקט פון די גראבערייען פון ירוחם פישל מיט זיין לאפעטע, האט ער אריינגערופן ירוחם פישל׳ען צו זיך אין שטוב, געמאכט א הייסער טיי, און געזאגט:
״קוק אהער. איך קען מיט דיר נישט דא וואוינען. איך קען אבער יא מאכן אז דו זאלסט זיך האבן דיין אייגענער שטאק. דו וועסט אבער דארפן זייער אכטונג געבן, איך וועל דיר אין אנהויב געבן בלויז איין צימער. אויב וועסטו עס האלטן ריין, וועל איך דיר געבן נאך און נאך צימערן, ביז ווען דו וועסט קענען האבן דיין אייגענער שטאק!״.
ירוחם פישל האט זיך דערצו צוגעכאפט.
מ׳איז אריבער צום דיין אין שטוב, מיכאל האט געצייגט די פלענער, ירוחם פישל האט אריבערגעברענגט זיינע פעקלעך פון נעבן די מקוה, און האט זיך אריינגעצויגן אין זיין צימער, וואס וועט עווענטואל פארוואנדלט ווערן אין זיין אייגענער שטאק.
די שטאט האט גערעש׳ט. ״האסט געהערט? מיכאל האט צוריקגענומען ירוחם פישל צו זיך אהיים!״ האבן די גאסיפ טרעגער געוואוסט צו פארציילן. אנדערע לצים האבן אנגעהויבן זאגן אז פילייכט איז מיכאל גארנישט אזוי אומשולדיג, און טאקע דערפאר קומט ער אזוי אנטקעגן ירוחם פישל.
מיכאל האט זיך אבער נישט געקימערט, ער האט באשלאסן אז ער וועט זיך ניטאמאל פארענטפערן פאר די לצים וועלכע לאכן פון אזעלכע נארישע וויצן. ער האט נאר פאקוסירט אויפן הבטחה וואס דער דיין האט אים געגעבן, וואס צוליב דעם האט זיך אים געלוינט צו האלטן דעם צורודערטן שוואגער ביי זיך אין שטוב, און אים נאך פארטיילן צימערן.
אבער זעט אויס אז ירוחם פישל׳ס אהבה צום לאפעטע איז געגאנגען צו ווייט, און האבנדיג שוין זיין אייגענער צימער פאר אפאר חדשים, האט ער ווידעראמאל אנגעהויבן גראבן. דאסמאל דירעקט אריין אין שלאפצימער פון מיכאל׳ן.
מיכאל איז געווארן אין כעס, ער איז ארויסגעשפרינגען מיטן נאכטהעמד און גרויסער שלאף קאפל, און אזוי בארפיסיג געלאפן צום רב אין שטוב ״ירוחם פישל!״ האט ער געקעקעצט פאר כעס, פאכענדיג מיטן אצבע ״שוין ארויס פון מיין הויז! אבער זאפארט!״ האט ער געשריגן.
דער דיין האט אנגעקוקט מיכאל׳ן מיט א שמייכל. ״נעבעך, ער איז דאך אזוי צובראכן״ האט ער געזאגט ״ביטע גיב אים נאך א שאנס. אפשר וויל ער גאר אז דו זאלסט אים פשוט שוין געבן דעם צווייטן צימער. ער ווייסט נאר נישט וויאזוי מען רעדט שיין״ האט דער דיין פרובירט חמס׳נען.
״גיב אים נאך א צימער, שריי אים אן אז דאס איז בתנאי אז ער לאזט דיר צורו. גלייב מיר ער וועט נישט פרובירן נאכאמאל דיר צו פייניגן. קומענדיגע מאל ער טוט סיי וואס, קום איך פערזענליך אראפ, און איך שליידער אים אראפ דיינע טרעפ, פאלג מיר מיכאל!״
מיכאל האט געוואוסט אז צוריק גייט א קאזע. איינמאל ער האט שוין אפיציעל געגעבן דעם צימער פאר ירוחם פישל׳ען און די גאנצע שטאט ווייסט שוין, וועט ער שוין בדרך הטבע נישט קענען צוריקבאקומען בעלות דערויף. נו שוין, זאל זיין, ער וועט אים געבן נאך א צימער, און שלום על מיכאל.
דעם קומענדיגן פרימארגן ביים דיין אין שטוב, האט ירוחם פישל באקומען נאך א צימער. נישט סתם א צימער, נאר דער שענסטער צימער אין שטוב, מיט א הערליכער פאנאראמישער אויסקוק צום טייכל הינטער זיין הויז. דארט וואלט ירוחם פישל געקענט זיצן און ליינען, לערנען, און געניסן פון לעבן.
קיינער וואלט ניטאמאל געדענקט אז דאס איז דער נעבעכדיגער מטורף וואס איז געזעצן און געוויינט פאר יארן נעבן דעם מקוה, ווען נישט ירוחם פישל האט פשוט אנגעהויבן צו פייניגן – פונעם נייעם צימער!
יעדע נאכט פלעגט ער ארויסווארפן ראגעלעך און עסן איבערבלייבענישן פון צימער, דירעקט אויף די הערליך נארוואס גערייניגטע פאדלאגע פון מיכאל׳ס הויז. אויב דאס איז נישט גענוג, האט ער נאך אנגעצינדן הויכע גרויליגע מוזיק וואס האט געשאדט די אויערן פון מיכאל מיט זיין הויזגעזונט, אזש ער איז שיעור אראפ פון זינען.
איין טאג האט מיכאל געפלאצט. ער איז אריבער צום דיין, אויפגעפראלט דעם טיר און געזאגט: ״איך זרק׳ע אים היינט ארויס פון מיין הויז! גענוג איז גענוג! וויפיל איך גיב אים איז נישט גענוג. איך האב די פולע רעכטן אויף דעם הויז, איך קום אים נישט גארנישט! ער זאל פשוט גיין און זיך דערטרונקען אין מקוה. ס׳גייט מיר נישט אן וואס מיט אים וועט זיין! מיין ווייב און קינדער וויינען, איך גיי משוגע, גענוג געווען, דיין! א-י-ך ק-ע-ן נ-י-ש-ט מ-ע-ר-!״
דער דיין האט געביסן זיין פעדער און געשמייכלט: ״מיכאל״ האט ער געזאגט ״ליידער דארף איך דיר מבשר זיין די בשורה לא טובה, אז די שטאט האלט שוין היינט קלאר אז דו האסט געגנב׳עט דאס הויז פון ירוחם פישל. דער פאקט אז איך האב דיר געהייסן אים געבן א צימער - וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט - האט אים למעשה געגעבן לעגיטימאציע. אויב שליידערסטו אים ארויס אויף די גאס גייסטו האבן פראטעסטן אינדרויסן פון דיין שטוב״.
מיכאל האט געוואלט צורייסן דעם דיין, אבער דער דיין האט אים געזאגט ״קוק אהער. איך אנערקען אז דאס איז געווען א גרויסער טעות, אבער מיר זענען דאך קלוגע מענטשן. לאמיר פרובירן אויפקומען מיט עפעס שעפעריש, אנשטאט זיך יעצט אנהייבן מיט די גאנצע קהילה וואס וועט שרייען אז דו גיבסט מיר שוחד, און אז בעצם ביסטו דער גנב.״
דער דיין האט ארויסגענומען א צעטל און אפגעשריבן א נומער. ״רוף אן דעם איד, בעט אים צו איבערבויען די ווענט אין וועלכן מיכאל געפינט זיך. איך וועל עס שוין באצאלן. מאך זיכער אז עס איז געבויעט גענוג שטארק אז ער זאל נישט קענען גראבן דארונטער, און אויך אז ער זאל נישט קענען ארויסווארפן זיינע גרויליגע שיריים פון דארט.״
מיכאל איז אהיים, און האט טאקע אויפגעבויעט א נייער וואנט ארום דעם צימער. ער האט דארט פשוט פארהאקט די לעכער, און זיכער געמאכט אז ירוחם פישל זאל גארנישט פון דארט קענען ארויסווארפן, און זיכער נישט אונטערגראבן.
דער וואנט האט נישט געשמעקט פאר ירוחם פישל׳ען, און ער האט באשלאסן אז ער וועט דאס פרובירן צו אויסקרויזן. ער האט פרובירט אן ערפאלג, ביז ער האט יא געהאט ערפאלג.
דאן האט ער גענומען א שטאפל ווייטער, און האט רעגלמעסיג אנגעהויבן ארויסווארפן שוועבלעך וואס האבן געדראעט פשוט אונטערצוצינדן דאס גאנצער הויז – מיט אים אינעווייניג. ער איז אבער געווען אזוי דערביטערט און איינגערעדט אז מיכאל האט אים אוועגענומען דאס הויז, אז ער איז שוין איינגעגאנגען דערויף.
מיכאל האט שוין נישט געהאט קיין כח צו גיין צום דיין יעדעס מאל ירוחם פישל האט געווארפן שוועבלעך, האט ער פשוט געשטעלט דארט א ריזיגער שטיק זילבער פאפיר, וואס האט באוויזן צו פארלעשן ניינציג פראצענט פון די שוועבלעך וואס ירוחם פישל האט ארויסגעווארפן פון הינטער די טיר.
עטוואס שפעטער האט מיכאל באמערקט אז די גרויסע גראבע טיר וואס ער האט דארט געלייגט, האט גרויסע לעכער ביים שוועל פון אויבן, און טאקע פון דארט פליט דאס מערסטע ברענעדיגע שוועבלעך. מיכאל האט פשוט געוואלט אז ירוחם פישל זאל אויפהערן האבן שוועבלעך, אבער ער האט שטענדיג געטראפן וועגן איבערצוקלוגן, און ס׳האט אים נישט געפעלט קיין שוועבלעך.
נישט ווייניג מאל האט מיכאל געליטן דעמעדזשעס, טיילמאל האבן זיך זיינע קינדער אפילו אפגעבריט פון די שוועבלעך וואס דער צודרייטער פעטער ירוחם פישל האט געווארפן, זיי האבן זיך אבער ווי צוגעוואוינט דערצו, און ניטאמאל גערעדט דערוועגן.
און אזוי האט מיכאל געליטן און געשוויגן, גענומען דאס געלט פונעם דיין בלית ברירה, און נישט געקענט ווארטן אויפן טאג וואס ירוחם פישל זאל פשוט אימיגרירן פון זיין הויז, און זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. ס׳האט אבער נישט אויסגעזען אזוי נאנט דער טאג, און מיכאל האט אנגעהויבן זיך מייאש זיין.
אבער אין יענעם פרייטאג צונאכטס האט זיך אלעס מיטאמאל געטוישט.
אין דער צייט וואס מיכאל מיט זיין פאמיליע זענען געווען פארזינקען אין א טיפער שלאף, איז ירוחם פישל שטילערהייט ארויסגעקראכן פון צימער בדרך לא דרך, ער האט אראפגעריסן דעם שטיק זילבער פאפיר וואס מיכאל האט געשטעלט אין זיין דעפענס, ער האט אונטערגעצינדן דעם הויז, אויפגעוועקט די דערשראקענע קינדער, זיי אריינגעשלעפט אין זיין צימער, און זיך דארט איינגעשפארט מיט זיי.
די סירענעס פון די פייערלעשער האבן אויפגעעוועקט די גאנצע שטאט, און עס איז געווען דער געשפרעך פון טאג דאס אז ירוחם פישל האט אונטערגעצינדן מיכאל׳ס הויז און פארכאפט זיינע קינדער.
מיכאל איז געלאפן אן א קאפ צום רב ״דיינע עצות אחיתופל האבן מיר געפירט צו דעם סיטואציע!״ האט ער געשריגן אויפן דיין ווי א מחוצף ״אויך מיר א רב! יעצט קום ראטעווע מיר!״
ווי נאר א טאג איז אדורך האט מיכאל געכאפט זיין בראך. אויך מיכל דער שוויין, און ירחמיאל דער לשון הרע טרעגער האבן זיך צוגעשטעלט צו ירוחם פישל׳ען, און האבן אים געשאנקען חיזוק אויף זיינע ברוטאלע אקטן. נישט נאר דאס, נאר זיי האבן אויך אנגעהויבן אריינשיסן שוועבלעך צו מיכאל אין שטוב, סתם אונטערצוהייצן דעם מצב.
ווען דער דיין האט געזען אז דאס איז ערנסטע מעשיות, האט ער שנעל אריבערגעשיקט זיין גבאי מיט די גרויסע פויסטן אז ער זאל באשיצן דעם הויז פון מיכאל. אין די זעלבע צייט האט מיכאל געשטויסן דעם וואנט פון ירוחם פישל, און פרובירט שרייען צו זיינע קינדער אז זיי זאלן ארויסקומען.
זיי האבן אים אבער נישט געקענט הערן, און ער האט זיך ארומגעדרייט אן א קאפ, נישט וויסנדיג וואס צו טון.
און דאן האט אים דער דיין אנגערופן און געבעטן אז אפשר זאל ער שוין איינמאל פאר אלעמאל מוותר זיין, און געבן דעם גאנצן שטאק פאר ירוחם פישל, בתנאי אז ער וועט אים צוריקגעבן זיינע קינדער, און אויפהערן ווארפן שוועבלעך.
מיכאל האט זיך אויפגערעגט און געזאגט: ״חשוב׳ער דיין. איך פרוביר לעבן ווי א נארמאלער מענטש. איך האב שוין צופיל געגעבן פאר ירוחם פישל׳ען. אייערע עצות זענען גארבידזש. איך וועל זיך מוזן זען אליינס אן עצה צו געבן. איין זאך בעט איך יא, ביטע שיק מיר ווייטער דאס געלט וואס דו האסט מיר צוגעזאגט, און איך וועל זיכער מאכן אז ירוחם פישל זעלבסט ווערט נישט פיזיש געטשעפעט פון מיינע זעלבסטשוץ אקטן וואס איך וועל דורכפירן.״
דער דיין האט פארשטאנען די דילעמא, און האט איינגענומען א שטילשווייגעניש. ער האט למעשה געענטפערט פאר מיכאל׳ן אז ער איז גרייט, אבער ער מוז כאטש אריינשיקן עפעס עסן פאר ירוחם פישל׳ען.
״דער באנדיט פארברענט דאך מיין הויז יעדע נאכט! זאל איך אים נאך געבן עסן?״ האט מיכאל פראטעסטירט – ״דו ווילסט געלט? טו וואס איך הייס דיר״ האט דער דיין באפוילן, ממש קאלטבלוטיג.
–
מיינע טענות זענען נישט געוואנדן צום דיין, ער האט געמאכט גרויסע טעותים אויף מיכאל׳ס חשבון, און ער זוכט ארויסצוקומען ריין.
מיינע טענות זענען זיכער נישט אויף מיכאל. ער האט פרובירט זיין בעסטע. קען זיין ער וואלט געדארפט נוצן אן אנדערן דיין, אבער ער איז זיכער אומשולדיג.
מיינע טענות זענען אויך נישט אפילו אזוי שטארק אויף ירוחם פישל׳ען, ער האט זיך פשוט איבערצייגט אז דאס איז די בעסטע וועג צו איבערנעמען דעם הויז.
מיינע הויפט טענות זענען אויף די וואס קענען נישט די נושא, און האבן זיך געשטעלט אויף ירוחם פישל׳ס זייט, בעפארן קענען די היסטאריע פון דעם הויז.