עם מיכאל חי!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 187

עם מיכאל חי!

פאוסט דורך טישטוך »

בס״ד

וואס טוט זיך? שוין לאנג נישט פארברענגט.

לאמיר אנהייבן דעם ארטיקל מיט א שיינער משל, און פון דארט וועט מען עס פירן ווייטער צום הויפט פונקט וואס האט באוואויגן מיין לויזער און פוילער מאיאסטעט צו כאפן דאס פעדער אין האנט אריין, און פירקלען די דאזיגע שורות אויף וועלכן איר וועט ווארשיינליך שווענדן די קומענדיגע פינף מינוט – געוואנדן אין ווי שנעל איר ליינט.

די גאנצע שטאט האט געשטינקען פון מיכאל׳ס מערכה מיט זיין צווייטער קוזין ירוחם פישל. אנגעהויבן האט זיך עס ווען ירוחם פישל האט זיך אנגעהויבן בעטן ביי אים אז זינט ער האט זיך צוטיילט, האט ער נישט וואו צו וואוינען, און מיכאל – ברוב רחמיו וחסדיו האט אים אריינגענומען.

יעצט וואס איז די געשיכטע באמת?

דער הויז אין וועלכן מיכאל וואוינט האט בעצם געהערט צום לייטזעליגער שווער, וועלכער איז אוועק מיט נישט לאנג פריער, און האט פארשריבן דעם היים פאר מיכאל׳ן און זיין רעבעצין. אבער היות מיכאל האט זיך געשפירט עטוואס אומבאקוועם מיט דעם פאקט אז נאר ער האט געקריגן בעלות אויף דעם הויז, האט ירוחם פישל דער אביוזער אנגעהויבן רייטן דערויף.

ס׳האט נישט לאנג געדויערט ביז ווען ירוחם פישל האט זיך עמטליך אנגעהויבן קוואטירן ביי אים אינדערהיים, און האט אנגעפאנגען איינטיילן ביי מיכאל׳ן אין שטוב וויאזוי עס זאל זיך פירן, מיכאל האט זיך געבעטן ביי אים ברחמים ״הער אויף, איך קען נישט אזוי ווייטער אנגיין. כ׳וועל דיר מוזן פארשיקן פון דא״ האט ער געוויינט. ירוחם פישל מיט זיין קראנקער כאראקטער, האט אבער דווקא הנאה געהאט צו זען מיכאל׳ן אין א פארלוירענער מצב.

מיכאל האט איין טאג באשלאסן אראפצוברענגען א בויער ביי זיך אין שטוב. ער האט אויסגעשטעלט א קלארע בלו-פרינט איבער דעם בעיסמענט, און האט גערופן ירוחם פישל קוקן וויאזוי עס גייט אויסקוקן זיין נייער אפארטמענט ביי מיכאל אין קעלער.

ירוחם פישל איז געקומען, צופליקט דאס צעטל און געגאנגען ווייטער. ״איך בין נישט מסכים דערצו״ האט ער אנגעהויבן גילט טריפירן זיין שוואגער ״איך בין דיין שוואגער, און איך וויל דא וואוינען אינאיינעם מיט דיר״. ער האט נישט געשפארט קיין קראקאדיל טרערן, און האט זאגאר אנגעהויבן רודפ׳ן מיכאל׳ן פערזענליך.

יעדעס מאל וואס מיכאל האט באשלאסן אז ער וועט פרובירן ארויסרוקן ירוחם פישל׳ען מיט שיינעם, האט זיך עס אויסגעלאזט מיט דעם אז ער האט געווארפן טעלערס, דערשראקן די ווייב און קינדער, און געדראעט אז ער וועט חלילה טון מעשים אשר לא יעשו אויב וועט מען אים ווייטער בעטן ארויסצוגיין פונעם דיינונג רום.

אזוי האט עס זיך דערקייקלט צו ווייטערדיגע שטאפלען, ביז ווען יענקל אינאיינעם מיט זיין רעבעצין האבן באשלאסן אז ס׳איז געקומען דער צייט צו צייגן פאר ירוחם פישל׳ען דעם טיר, אבער פון די דרויסנדיגע זייט.

מיכאל האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו פארציילן פאר יעדן איינעם וואס דא איז פארגעקומען. אים איז פונקט גענוג געווען דער פאקט אז יעדער ווייסט אז ירוחם פישל ברויך זיך ממילא טרעפן וואו צו וואוינען, און קיינער קען אים נישט באצווינגען אים ווייטער צו האלטן נאך אזעלכע ענדלאזע דערקוטשערייען.

פארקערט, אויב עפעס זאלן די אנדערע שוואגערס אים ארייננעמען. אלעס האט א שיעור.

ירוחם פישל האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות, און האט שטארק געקושט די מזוזה פון די צווייטע זייט. נישט האבנדיג וואו זיך צו קוואטירן האט ער זיך געזעצט אין ביהמ״ד, און געשאלטן א גאנצן טאג אויף מיכאל׳ן וואס האט אים ׳קאלטבלוטיג ארויסגעווארפן פון שטוב׳.

פארשטייט זיך אז ער האט נישט פאר וויכטיג געשפירט צו דערציילן וויפיל מאל מיכאל האט אים געאפערט אז ער וויל דייקא יא מיט אים וואוינען, נאר נישט אויפן זעלבן שטאק.

מיכאל האט געוואוסט אז יעדער אין שול קען אים, און ס׳איז אים נישט אנגעגאנגען די בכיות פון ירוחם פישל׳ען. פארקערט, ווען ער פלעגט אים טרעפן אויפן וועג אין מקוה פלעגט ער אים אלס אריינווארפן אפאר דאלאר, ער פלעגט אים ברענגען עסן פון שטוב, און האט זיך געהאלטן אין איין אינטערסירן איבער ווער עס האט א ליידיגע דירה אים אריינצונעמען.

און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר יארן לאנג.

מיכאל קומט אין שול, גיבט עסן פארן הונגעריגער ירוחם פישל, און דאן וויינט ירוחם פישל מיט טרערן פארן ציבור אז מיכאל באקריוודעט אים. ערגעצוואו האט ער בכלל אנגעהויבן שרייען אז דער שווער האט אים גאר איבערגעלאזט דאס הויז, און אז מיכאל איז א גנב.

ער איז אריבערגעלאפן צום בית דין מיט דעם חידוש, די דיינים האבן אים אבער ארויסגעקאפעט פון דארט האבנדיג דאקומענטן וועלכע האבן קלאר געצייגט אז דער שווער האט מוריש געווען דאס דירה פאר מיכאל׳ן. זיי האבן אים געזאגט אז ער דארף שלום מאכן מיטן מציאות, און אזוי ארום וועט אים גרינגער ווערן.

אבער נאך אזוי לאנג וואס ירוחם פישל איז געזעצן אויפן ווינקל נעבן די מקוה און אריינגעשריגן אין די אויערן פון אלע פארבייגייער, האבן די נייע איינוואוינער אין געגנט אנגעהויבן קלערן אז אפשר גאר איז די מעשה טאקע נישט אזוי פשוט, און האבן זיך אנגעהויבן אינטערסירן ביי מיכאל׳ן איבער וואס פונקטליך איז די פרשה.

מיכאל האט אלס געפאכעט מיטן צוואה פון שווער, און אזוי אויך האט ער אריינגערופן מענטשן צו זיך אין שטוב, און געצייגט די קעטשאפ פלעקן אויף אלע ווענט וואס ירוחם פישל האט געמאכט, ווען ער האט אים נאך געלאזט וואוינען ביי אים אין שטוב ״און דאס איז נאך די גוטע זאכן״ האט מיכאל געזאגט.

איין טאג האט ירוחם פישל גענומען א שטאפל ווייטער.

אין דער שטילקייט פון דער נאכט האט ער געכאפט א לאפעטע, און פשוט אנגעהויבן אונטערגראבן די פאנדומענטן פון דעם שווער׳ס הויז. מיכאל האט זיך ערוועקט פון די גערודער, און ער איז געווען ערשיטערט צו טרעפן ירוחם פישל׳ען פארוויינט מיטן שאוול. ״דו האסט מיר באגנב׳עט!״ האט ער געשריגן.

מיכאל האט אזוי רחמנות געהאט, אז ער האט נישט גערופן קיין פאליציי, ער האט אים בלויז פארשיקט מיט א ווארענונג אז ער זאל זיך נישט וואגן צו אומקערן.

אבער נאכדעם וואס ירוחם פישל האט איבערגעטון דאס זעלביגער שטות, האט מיכאל באשלאסן אז גענוג איז גענוג, און ער איז געגאנגען צום דיין אין שטוב און פארציילט אז ער וויל גיין צו די פאליציי און ארויסנעמען א ריסטרעינינג ארדער אויף דעם צורודערטן שוואגער זיינער וועלכע דערקוטשעט אים די יארן.

״ביטע טו דאס נישט״ האט דער דיין געבעטן ״קומענדיגע מאל, רוף מיר אריבער, איך וועל שוין עפעס מיט ענק אויסארבעטן, אזוי אז איר ביידע וועט זיין צופרידן״.

וואס האט דער דיין געאאפערט וואונדערט איר זיך? דער דיין האט געזאגט פאר מיכאל׳ן אז ער זאל מאכן א פלאן וויאזוי ער וועט יא ערלויבן פאר ירוחם פישל׳ען זיך צו דרייען אין זיין שטוב, און אין אויסטויש וועט דער דיין נעמען אויף זיך אז ער וועט צאלן א געוויסן סכום פאר מיכאל׳ן חודש׳ליך ״למען השלום, וועל איך אלעס טון!״ האט דער דיין אויסגעפירט.

אזוי איז טאקע געווען. דעם קומענדיגער מאל וואס מיכאל האט זיך ערוועקט פון די גראבערייען פון ירוחם פישל מיט זיין לאפעטע, האט ער אריינגערופן ירוחם פישל׳ען צו זיך אין שטוב, געמאכט א הייסער טיי, און געזאגט:

״קוק אהער. איך קען מיט דיר נישט דא וואוינען. איך קען אבער יא מאכן אז דו זאלסט זיך האבן דיין אייגענער שטאק. דו וועסט אבער דארפן זייער אכטונג געבן, איך וועל דיר אין אנהויב געבן בלויז איין צימער. אויב וועסטו עס האלטן ריין, וועל איך דיר געבן נאך און נאך צימערן, ביז ווען דו וועסט קענען האבן דיין אייגענער שטאק!״.

ירוחם פישל האט זיך דערצו צוגעכאפט.

מ׳איז אריבער צום דיין אין שטוב, מיכאל האט געצייגט די פלענער, ירוחם פישל האט אריבערגעברענגט זיינע פעקלעך פון נעבן די מקוה, און האט זיך אריינגעצויגן אין זיין צימער, וואס וועט עווענטואל פארוואנדלט ווערן אין זיין אייגענער שטאק.

די שטאט האט גערעש׳ט. ״האסט געהערט? מיכאל האט צוריקגענומען ירוחם פישל צו זיך אהיים!״ האבן די גאסיפ טרעגער געוואוסט צו פארציילן. אנדערע לצים האבן אנגעהויבן זאגן אז פילייכט איז מיכאל גארנישט אזוי אומשולדיג, און טאקע דערפאר קומט ער אזוי אנטקעגן ירוחם פישל.

מיכאל האט זיך אבער נישט געקימערט, ער האט באשלאסן אז ער וועט זיך ניטאמאל פארענטפערן פאר די לצים וועלכע לאכן פון אזעלכע נארישע וויצן. ער האט נאר פאקוסירט אויפן הבטחה וואס דער דיין האט אים געגעבן, וואס צוליב דעם האט זיך אים געלוינט צו האלטן דעם צורודערטן שוואגער ביי זיך אין שטוב, און אים נאך פארטיילן צימערן.

אבער זעט אויס אז ירוחם פישל׳ס אהבה צום לאפעטע איז געגאנגען צו ווייט, און האבנדיג שוין זיין אייגענער צימער פאר אפאר חדשים, האט ער ווידעראמאל אנגעהויבן גראבן. דאסמאל דירעקט אריין אין שלאפצימער פון מיכאל׳ן.

מיכאל איז געווארן אין כעס, ער איז ארויסגעשפרינגען מיטן נאכטהעמד און גרויסער שלאף קאפל, און אזוי בארפיסיג געלאפן צום רב אין שטוב ״ירוחם פישל!״ האט ער געקעקעצט פאר כעס, פאכענדיג מיטן אצבע ״שוין ארויס פון מיין הויז! אבער זאפארט!״ האט ער געשריגן.

דער דיין האט אנגעקוקט מיכאל׳ן מיט א שמייכל. ״נעבעך, ער איז דאך אזוי צובראכן״ האט ער געזאגט ״ביטע גיב אים נאך א שאנס. אפשר וויל ער גאר אז דו זאלסט אים פשוט שוין געבן דעם צווייטן צימער. ער ווייסט נאר נישט וויאזוי מען רעדט שיין״ האט דער דיין פרובירט חמס׳נען.

״גיב אים נאך א צימער, שריי אים אן אז דאס איז בתנאי אז ער לאזט דיר צורו. גלייב מיר ער וועט נישט פרובירן נאכאמאל דיר צו פייניגן. קומענדיגע מאל ער טוט סיי וואס, קום איך פערזענליך אראפ, און איך שליידער אים אראפ דיינע טרעפ, פאלג מיר מיכאל!״

מיכאל האט געוואוסט אז צוריק גייט א קאזע. איינמאל ער האט שוין אפיציעל געגעבן דעם צימער פאר ירוחם פישל׳ען און די גאנצע שטאט ווייסט שוין, וועט ער שוין בדרך הטבע נישט קענען צוריקבאקומען בעלות דערויף. נו שוין, זאל זיין, ער וועט אים געבן נאך א צימער, און שלום על מיכאל.

דעם קומענדיגן פרימארגן ביים דיין אין שטוב, האט ירוחם פישל באקומען נאך א צימער. נישט סתם א צימער, נאר דער שענסטער צימער אין שטוב, מיט א הערליכער פאנאראמישער אויסקוק צום טייכל הינטער זיין הויז. דארט וואלט ירוחם פישל געקענט זיצן און ליינען, לערנען, און געניסן פון לעבן.

קיינער וואלט ניטאמאל געדענקט אז דאס איז דער נעבעכדיגער מטורף וואס איז געזעצן און געוויינט פאר יארן נעבן דעם מקוה, ווען נישט ירוחם פישל האט פשוט אנגעהויבן צו פייניגן – פונעם נייעם צימער!

יעדע נאכט פלעגט ער ארויסווארפן ראגעלעך און עסן איבערבלייבענישן פון צימער, דירעקט אויף די הערליך נארוואס גערייניגטע פאדלאגע פון מיכאל׳ס הויז. אויב דאס איז נישט גענוג, האט ער נאך אנגעצינדן הויכע גרויליגע מוזיק וואס האט געשאדט די אויערן פון מיכאל מיט זיין הויזגעזונט, אזש ער איז שיעור אראפ פון זינען.

איין טאג האט מיכאל געפלאצט. ער איז אריבער צום דיין, אויפגעפראלט דעם טיר און געזאגט: ״איך זרק׳ע אים היינט ארויס פון מיין הויז! גענוג איז גענוג! וויפיל איך גיב אים איז נישט גענוג. איך האב די פולע רעכטן אויף דעם הויז, איך קום אים נישט גארנישט! ער זאל פשוט גיין און זיך דערטרונקען אין מקוה. ס׳גייט מיר נישט אן וואס מיט אים וועט זיין! מיין ווייב און קינדער וויינען, איך גיי משוגע, גענוג געווען, דיין! א-י-ך ק-ע-ן נ-י-ש-ט מ-ע-ר-!״

דער דיין האט געביסן זיין פעדער און געשמייכלט: ״מיכאל״ האט ער געזאגט ״ליידער דארף איך דיר מבשר זיין די בשורה לא טובה, אז די שטאט האלט שוין היינט קלאר אז דו האסט געגנב׳עט דאס הויז פון ירוחם פישל. דער פאקט אז איך האב דיר געהייסן אים געבן א צימער - וואס האט זיך נישט אויסגעארבעט - האט אים למעשה געגעבן לעגיטימאציע. אויב שליידערסטו אים ארויס אויף די גאס גייסטו האבן פראטעסטן אינדרויסן פון דיין שטוב״.

מיכאל האט געוואלט צורייסן דעם דיין, אבער דער דיין האט אים געזאגט ״קוק אהער. איך אנערקען אז דאס איז געווען א גרויסער טעות, אבער מיר זענען דאך קלוגע מענטשן. לאמיר פרובירן אויפקומען מיט עפעס שעפעריש, אנשטאט זיך יעצט אנהייבן מיט די גאנצע קהילה וואס וועט שרייען אז דו גיבסט מיר שוחד, און אז בעצם ביסטו דער גנב.״

דער דיין האט ארויסגענומען א צעטל און אפגעשריבן א נומער. ״רוף אן דעם איד, בעט אים צו איבערבויען די ווענט אין וועלכן מיכאל געפינט זיך. איך וועל עס שוין באצאלן. מאך זיכער אז עס איז געבויעט גענוג שטארק אז ער זאל נישט קענען גראבן דארונטער, און אויך אז ער זאל נישט קענען ארויסווארפן זיינע גרויליגע שיריים פון דארט.״

מיכאל איז אהיים, און האט טאקע אויפגעבויעט א נייער וואנט ארום דעם צימער. ער האט דארט פשוט פארהאקט די לעכער, און זיכער געמאכט אז ירוחם פישל זאל גארנישט פון דארט קענען ארויסווארפן, און זיכער נישט אונטערגראבן.

דער וואנט האט נישט געשמעקט פאר ירוחם פישל׳ען, און ער האט באשלאסן אז ער וועט דאס פרובירן צו אויסקרויזן. ער האט פרובירט אן ערפאלג, ביז ער האט יא געהאט ערפאלג.

דאן האט ער גענומען א שטאפל ווייטער, און האט רעגלמעסיג אנגעהויבן ארויסווארפן שוועבלעך וואס האבן געדראעט פשוט אונטערצוצינדן דאס גאנצער הויז – מיט אים אינעווייניג. ער איז אבער געווען אזוי דערביטערט און איינגערעדט אז מיכאל האט אים אוועגענומען דאס הויז, אז ער איז שוין איינגעגאנגען דערויף.

מיכאל האט שוין נישט געהאט קיין כח צו גיין צום דיין יעדעס מאל ירוחם פישל האט געווארפן שוועבלעך, האט ער פשוט געשטעלט דארט א ריזיגער שטיק זילבער פאפיר, וואס האט באוויזן צו פארלעשן ניינציג פראצענט פון די שוועבלעך וואס ירוחם פישל האט ארויסגעווארפן פון הינטער די טיר.

עטוואס שפעטער האט מיכאל באמערקט אז די גרויסע גראבע טיר וואס ער האט דארט געלייגט, האט גרויסע לעכער ביים שוועל פון אויבן, און טאקע פון דארט פליט דאס מערסטע ברענעדיגע שוועבלעך. מיכאל האט פשוט געוואלט אז ירוחם פישל זאל אויפהערן האבן שוועבלעך, אבער ער האט שטענדיג געטראפן וועגן איבערצוקלוגן, און ס׳האט אים נישט געפעלט קיין שוועבלעך.

נישט ווייניג מאל האט מיכאל געליטן דעמעדזשעס, טיילמאל האבן זיך זיינע קינדער אפילו אפגעבריט פון די שוועבלעך וואס דער צודרייטער פעטער ירוחם פישל האט געווארפן, זיי האבן זיך אבער ווי צוגעוואוינט דערצו, און ניטאמאל גערעדט דערוועגן.

און אזוי האט מיכאל געליטן און געשוויגן, גענומען דאס געלט פונעם דיין בלית ברירה, און נישט געקענט ווארטן אויפן טאג וואס ירוחם פישל זאל פשוט אימיגרירן פון זיין הויז, און זיך גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. ס׳האט אבער נישט אויסגעזען אזוי נאנט דער טאג, און מיכאל האט אנגעהויבן זיך מייאש זיין.

אבער אין יענעם פרייטאג צונאכטס האט זיך אלעס מיטאמאל געטוישט.

אין דער צייט וואס מיכאל מיט זיין פאמיליע זענען געווען פארזינקען אין א טיפער שלאף, איז ירוחם פישל שטילערהייט ארויסגעקראכן פון צימער בדרך לא דרך, ער האט אראפגעריסן דעם שטיק זילבער פאפיר וואס מיכאל האט געשטעלט אין זיין דעפענס, ער האט אונטערגעצינדן דעם הויז, אויפגעוועקט די דערשראקענע קינדער, זיי אריינגעשלעפט אין זיין צימער, און זיך דארט איינגעשפארט מיט זיי.

די סירענעס פון די פייערלעשער האבן אויפגעעוועקט די גאנצע שטאט, און עס איז געווען דער געשפרעך פון טאג דאס אז ירוחם פישל האט אונטערגעצינדן מיכאל׳ס הויז און פארכאפט זיינע קינדער.

מיכאל איז געלאפן אן א קאפ צום רב ״דיינע עצות אחיתופל האבן מיר געפירט צו דעם סיטואציע!״ האט ער געשריגן אויפן דיין ווי א מחוצף ״אויך מיר א רב! יעצט קום ראטעווע מיר!״

ווי נאר א טאג איז אדורך האט מיכאל געכאפט זיין בראך. אויך מיכל דער שוויין, און ירחמיאל דער לשון הרע טרעגער האבן זיך צוגעשטעלט צו ירוחם פישל׳ען, און האבן אים געשאנקען חיזוק אויף זיינע ברוטאלע אקטן. נישט נאר דאס, נאר זיי האבן אויך אנגעהויבן אריינשיסן שוועבלעך צו מיכאל אין שטוב, סתם אונטערצוהייצן דעם מצב.

ווען דער דיין האט געזען אז דאס איז ערנסטע מעשיות, האט ער שנעל אריבערגעשיקט זיין גבאי מיט די גרויסע פויסטן אז ער זאל באשיצן דעם הויז פון מיכאל. אין די זעלבע צייט האט מיכאל געשטויסן דעם וואנט פון ירוחם פישל, און פרובירט שרייען צו זיינע קינדער אז זיי זאלן ארויסקומען.

זיי האבן אים אבער נישט געקענט הערן, און ער האט זיך ארומגעדרייט אן א קאפ, נישט וויסנדיג וואס צו טון.

און דאן האט אים דער דיין אנגערופן און געבעטן אז אפשר זאל ער שוין איינמאל פאר אלעמאל מוותר זיין, און געבן דעם גאנצן שטאק פאר ירוחם פישל, בתנאי אז ער וועט אים צוריקגעבן זיינע קינדער, און אויפהערן ווארפן שוועבלעך.

מיכאל האט זיך אויפגערעגט און געזאגט: ״חשוב׳ער דיין. איך פרוביר לעבן ווי א נארמאלער מענטש. איך האב שוין צופיל געגעבן פאר ירוחם פישל׳ען. אייערע עצות זענען גארבידזש. איך וועל זיך מוזן זען אליינס אן עצה צו געבן. איין זאך בעט איך יא, ביטע שיק מיר ווייטער דאס געלט וואס דו האסט מיר צוגעזאגט, און איך וועל זיכער מאכן אז ירוחם פישל זעלבסט ווערט נישט פיזיש געטשעפעט פון מיינע זעלבסטשוץ אקטן וואס איך וועל דורכפירן.״

דער דיין האט פארשטאנען די דילעמא, און האט איינגענומען א שטילשווייגעניש. ער האט למעשה געענטפערט פאר מיכאל׳ן אז ער איז גרייט, אבער ער מוז כאטש אריינשיקן עפעס עסן פאר ירוחם פישל׳ען.

״דער באנדיט פארברענט דאך מיין הויז יעדע נאכט! זאל איך אים נאך געבן עסן?״ האט מיכאל פראטעסטירט – ״דו ווילסט געלט? טו וואס איך הייס דיר״ האט דער דיין באפוילן, ממש קאלטבלוטיג.

מיינע טענות זענען נישט געוואנדן צום דיין, ער האט געמאכט גרויסע טעותים אויף מיכאל׳ס חשבון, און ער זוכט ארויסצוקומען ריין.

מיינע טענות זענען זיכער נישט אויף מיכאל. ער האט פרובירט זיין בעסטע. קען זיין ער וואלט געדארפט נוצן אן אנדערן דיין, אבער ער איז זיכער אומשולדיג.

מיינע טענות זענען אויך נישט אפילו אזוי שטארק אויף ירוחם פישל׳ען, ער האט זיך פשוט איבערצייגט אז דאס איז די בעסטע וועג צו איבערנעמען דעם הויז.

מיינע הויפט טענות זענען אויף די וואס קענען נישט די נושא, און האבן זיך געשטעלט אויף ירוחם פישל׳ס זייט, בעפארן קענען די היסטאריע פון דעם הויז.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7480

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך פופציגער »

וואוףףף...

טישטוך! טישטוך אריגינעל!

אייזן גוט. גוט געשילדערט. און נאך בעסער - נישט אויסגעפירט מיט'ן נמשל... 🤪
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 945
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1290

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

טישטוך האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 4:50 pm בס״ד

וואס טוט זיך? שוין לאנג נישט פארברענגט.
שלום עליכם וועלקאם
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 790

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך מאטאווירט »

לייק פארן ווערטער שפיל פון עם מיכאל חי... מיר גענומען א מינוט צו כאפן...

אבער טישטוך טייערער, כבודך במקומך מונח, דער ארטיקל קוקט אויס ווי עס צילט אזוי פון אן אונטערטירל צו בארעכטיגן דאס וואס ביי אונז איז אומבארעכטיגט, און פארווישן עוולות דורכן לעגיטימיזירן אומרעכטן מיט א שיינעם משל וואס איז לאו דוקא דומה צום נמשל.

איך פיל אז דו האסט דירעקט נישט געשריבן די נמשל, ווייל דו ווייסט אויך אז ס’נישט דומה, און אז ס’וועט זיין זייער קאנטרעווערסיאל.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 187

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך טישטוך »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:42 pm
אייזן גוט. גוט געשילדערט. און נאך בעסער - נישט אויסגעפירט מיט'ן נמשל... 🤪
דער נמשל איז פאר יעדן צו אריינטראכטן און ציען מסקנות.

דער הויפט ציל איז אז מענטשן זאלן פארשטיין דעם קאנסעפט, און פארט נישט טוישן דעם תורה׳דיגן בליק זייערער.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 187

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך טישטוך »

מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 11:38 pm
איך פיל אז דו האסט דירעקט נישט געשריבן די נמשל, ווייל דו ווייסט אויך אז ס’נישט דומה, און אז ס’וועט זיין זייער קאנטרעווערסיאל.
ס׳איז יא דומה, אבער נאר פון א היסטארישער שטאנדפונקט וק״ל.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5987
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13090

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW.... טישטוך ווי א טישטוך... קלאר ווי אלע קלארע, און זאפטיגער פון זאפטיג.

אבל דא עקא, ידידי הרב טישטוך, איך קען א מעשה, נישט א משל נאר א נמשל, וואס גייט נעבעך היבש אנדערש.

מיכאל איז געווען אין עגיפטן, א קנעכט ווי אלע שווארצע. נעבעך, ממש א רחמנות געווען. מעשה שהי' כך הי' אז דער עגיפטישער מלך האט איין טאג באשלאסן אים צו באפרייען. מיכאל האט שוין דאן געהאט א ריזן פאמיליע, טויגליכע חברה, מיט ריזן סיעתא דשמיא... און, זיי האבן איינגענומען שטחים אין די כנען אומגעגנט, אויסגעהרג'עט אלע אויפשטענדלער, און ב"ה געקומען למנוחה.

יארן זענען פאריבער, משפחת מיכאל איז גרויס געווארן, אבער זיי האבן זיך אנגעהויבן טיילן ווען איין חלק איז געווען טריי צו זייער זיידע מיכאל'ן און איין טייל האט עגטראפן נייע וועגן, מער ענליך צו די מצרישע מענטאליטעט פון וואו מיכאל איז געקומען. דאס האט געברענגט אז די שכנים פון ארום האבן מצליח געווען און פארטריבן גאנץ משפחת מיכאל פון דארטן. נישט נאר דאס, נאר מיט די צייט איז דארט געווארן א פארשפרייטונג פון ירוחם פישל'ס... יא יא די שווערע חברה האבן זיך דארט באזעצט.

איין טאג, ווען משפחת מיכאל איז אריבער שווערע צייטן, האבן די העווי חברה אינערהאלב די משפחה, גערופן די מיכאליסטן, אינאיינעם באשלאסן: "לאמיר מאכן די צרות אזוי ביטער אז די גאנצע משפחה זאל זיך מוזן פאראייניגן און צוריקגיין קיין כנען און פארטרייבן אלע ירוחם פישלעך". וכך הוה, די צרות פון די מיכאליסטן זענען געווען פחדים נוראים, אזש די משפחה איז געווארן כמעט ווי פאראייניגיט אז ס'נישטא קיין ברירה נאר אננעמען די מהלך פון די מיכאליסטן. "זהו, מ'גייט צוריק". געוויסע קלוגע מענטשן אינערהאלב די משפחה, אבער מער אויטענטישע, גערופן די אלטרא-מיכאלס, האבן געזאגט "לאמיר נישט מאכן דעם טעות, ס'איז פול מיט ירוחם פישלעך דארט, ס'וועט אונז קאסטן אן אייביגע ענדלאזע טשעלענדזש מיט מלחמות און טויטע". אבער דער מצב איז געווען אזוי צושטויסן אז די מיכאליסטן האבן געהאט אלעמענס סימפאטיע, און זיי האבן אנגעהויבן אקציעס מיט די ירוחם פישלעך, ביז ס'איז געווארן זייערס. משפחת מיכאל איז געווען שטארק דאנקבאר פאר די מיכאליסטן, ענדליך איז געקומען מנוחה.

נאך עטליכע יאר האט זיך אנגעהויבן שווערע מלחמות, אבער, די מיכאליסטן זענען געווען גוט אהערגעשטעלט, און האבן געהא גרויסע סוקסעסן, אזוי אז משפחת מיכאל האט נאכאלס געשפירט אז אקעי, די אולטרא-מיכאלס - וואס האבן גע'טענה'ט אז גיין צו ירוחם פישלס געגנט מאכן א "גונב מן הגנב" גייט זיין א מיסטעיק - זענען אפשר אביסל גערעכט געווען, ס'איז טאקע סכנה'דיג, אבער שוין קוק אהער, כל התחלות קשות... ס'וועט אריבערגיין, די ירוחם פישלעך וועלן מוזן איינרוען, מ'וועט אויסהארגענען די העווי חברה פון זיי, די ירוחמיסטן, און ס'וועט זיין ותשקט הארץ ארבעים שנה.

70 יאר זענען פאריבער, און פון די ירוחמיסטן איז אויסגעוואקסן ירוחמיסטן, יריחיסטן, חעמיסטן, פישיסטן, שיליסטן, און חאמאפישעליסטן, און איסלאמארעחימיסטן, און אייסישעליסטן, ועוד ועוד ועוד, און, העפען טו בי אז יעדע פאר יאר וואקסט ארויס א פרישע מלחמה, מ'מאכט שטיל איין גרופע און ס'וואקסט ארויס א צווייטע, מ'מאכט שלום מיט איין שכן, און ס'וועקן זיך אויף 3 ערגערע.

די אולטרא-מיכאליסטן האבן ערווארטעט אז אזא צייט וועט שוין גאנץ משפחת מיכאל איינזען אז די מיכאליסטן האבן זיי געפירט אין באד אריין. ווי גרויס איז זייער ווייטאג און וואונדער, ווען א ריזן טייל פון משפחת מיכאל איז געבליבן שטעקן ביי די דיטעילס, וועכע חלק וואלט יא געדארפט ארבעטן, ווער איז שולדיג אז ס'ארבעט נישט, וואס וואלטן די פיכאליסטן געדארפט טון בעסער, שארפער אדער ווייכער, אא"וו.

העלא?! מיכאל!!! וועקט אייך אויף!!! די אולטרא-מיכאל'ס זענען גערעכט געווען, ס'איז צייט עס צו אנערקענען!!!

איי "נו וואס זאל איך יעצט טון? כמיין... ס'איז דאך שוין וואס ס'איז?...",אאה, גערעכט! אבער מעגסט נאך אלס איינזען אז די מיכאליסטן האבן דיר געפירט אין באד אריין, און אז ס'איז נישטא קיין לעזונג. ס'איז נישטא. נישט רעכטס און נישט לינקס. לייג אראפ די געווער און לאז די מיכאליסטן טון וואס זיי ווילן נאר, ווייל די תוצאות זענען נעבעך פארגעשריבן עד ביאת המשיח.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 736
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1217

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך ווירקליך »

אקעי... דאס איז פיינע ווארע... טישטוך מיט זיין מיכאל, און תהלים איד מיט זיין מיכאל...

אגב, @דער תהלים איד , שוין לאנג געהערט דעם צונאמען "מיכאליסטן"... נישט געוואוסט פון וואו ס'קומט...

אין אן ערנסטן מינע. @טישטוך טייערער, איר זענט זייער רעספעקטירט, אבער, ביטע האלט אייך צו די אידטיש פארשריפטן, און מאכט זיכער אייער שריפט גייט נישט אריבער די גרעניץ ליניעס.
מיט'ן פולן רעספעקט צו אייך, איידער איר נעמט דעם שמועס ווייטער, נעמט אין באטראכט אז מיר וועלן שטיין אויף די אידטיש סטאנדארטן אזוי שטייף ווי ירוחם פישל שטייט אויף זיין צימער.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 187

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך טישטוך »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:19 pm
לאמיר שפינען די מעשה ווייטער, אבער קודם צוריקגיין אפאר טריט:

ירוחם פישל מיט זיינע ווייטאגן קענען מיר לייגן אויף א זייט, מיר דארפן קוקן וואס ירוחם פישל׳ס אידעאלאגיע איז געווען.

מיט איבער טויזענט יאר בעפאר די געשיכטע פון די הויז פונעם שווער, האט געלעבט דער עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידע פון ירוחם פישל דער פארווייטאגטער מיט די ברענעדיגע שוועבלעך, און אויך דער עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידע פון מיכאל׳ן.

דער זיידע ירוחם פישל דער ערשטער, איז געווען א בעל דמיון עצום, און ער האט באשלאסן אז ער וויל אז די גאנצע שטאט זאל איינזען אז ער איז דער קלוגסטער און דער הייליגסטער מאן אויף דער וועלט, און אים אויפנעמען אלס רב פון שטאט.

וואס האט ער געטון? ער איז געגאנגען צום שוואגער דער זיידע מיכאל, זיך אנגעטראגן צו זיין דער גבאי זיינער, און איינמאל אינמיטן נאכט האט ער זיך אריינגעכאפט אין זיידן מיכאל׳ס ביורא, ער האט נאכקאפירט אלע זיינע כתבים, און אנגעהויבן ארומלויפן אין שטאט פארקויפן אז דער רבש״ע האט אים באשאנקען מיט א געוואלדיגער טאלאנט פון שרייבן תורה אויף העכערע שטאפלען, און דערפאר קומט אים צו ווערן רב אויף די גאנצע שטאט.

ער האט א נאמען געגעבן פאר די כתבים ״מקרא ירוחם״ און האט זיך ארומגעדרייט איבער די שטאט דערמיט, און כסדר געהאלטן אין איין צובאקומען חסידים וואס האבן באוואונדערט זיינע גייסטישע קרעפטן און הויכע השגות.

ער האט ממש אויסגעליידיגט דעם ביהמ״ד פון די קריסטעטשינער הויף, און ער האט געדראעט אנצוקומען אויך צו מיכאל.

זייער אסאך זענען געפאלן פאר אים, און האבן אנגעהויבן ווערן זיינע געשוואוירענע חסידים.

ווען ירוחם פישל איז אנגעקומען צו מיכאל׳ן און האט אים אנגעהויבן באצווינגען אז ער מוז אויך האלטן אז ער דארף זיין רב, פאכענדיג מיט די געגנב׳עטע כתבים, האט אים מיכאל ארויסגעקאפעט פון שטוב מיט א שפיי און פארקנאקט פון דער צווייטער זייט.

ירוחם פישל האט זיך אראפגעקייקלט די טרעפ, און גלייכצייטיג געשוואוירן נקמה, און זינט דאן דערקלערט א לעבנסלענגליכע מלחמה לדורות אין מיכאל, און אין אלע זיינע דורות.

אנגעהויבן האט ער מיט ריזיגע שחיטות אין וועלכן ער מיט די שטאטסלייט וועלכע האבן אים אויפגענומען אלס רב, האבן אויסגעקוילעט מיכאל׳ס קינדער און אייניקלעך, געשאכטן און געפלינדערט, און פארשעמט די בנות מיכאל אויף א מיאוס׳ער פארנעם. דאס ארגסטע איז נאך געווען ווען ירוחם פישל האט מיט א שווערד גערצח׳עט מיכאל׳ס א זון, און גענומען זיין טאכטער צופיה׳לע פאר א ווייב.

ס׳איז נעבעך כמעט גארנישט געבליבן פון מיכאל און זיינע קינדער נאך די כסדר׳דיגע שחיטות וואס ירוחם פישל דער מערדער האט דורכגעפירט.

ירוחם פישל האט געלאזט וויסן, אז אלע זיינע נאכפאלגער זאלן אייביג וויסן אז ווער עס גלייבט נישט אינעם ״מקרא ירוחם״ זאל פארניכטעט ווערן. באזונדער האט ער געלאזט וויסן אז היות די קינדער פון מיכאל האבן אים באליידיגט, האבן זיי נישט קיין זכות קיום. ״די קינדער פון די מאלפעס און די שוויינען״ האט ער זיי גערופן ״קיינמאל זאלן זיי נישט האבן קיין מנוחה״.

נאך וואס ירוחם פישל איז געשטארבן האט מען פארשטייט זיך באשולדיגט די קינדער פון מיכאל אין אים פארסמ׳ען, און דער גורל איז פארשניטן געווארן.

ס׳איז געווארן א ווילדער פאליטיק אינערהאלב די ״מקרא ירוחם״ קהילה איבער ווער עס איז דער ממלא מקום, אבער אלע האבן געוואוסט אז דער רצון פונעם זיידן ירוחם פישל דער ערשטער איז שטענדיג געווען צו מארדן די קינדער פון מיכאל. עד עולם.

---

אריבער איז טויזענט יאר, און לאנגע דורות פון מאמינים אין ירוחם פישל האבן זיך געוועבט. און דאן האט עקספלאדירט די געשיכטע איבערן הויז, און ירוחם פישל איז מיטאמאל פארוואנדלט געווארן אין דער רחמנות.

אבער די אלע אנדערע גרופעס פון ירוחמיסטן, יריחיסטן, חעמיסטן, פישיסטן, שיליסטן, און חאמאפישעליסטן, און איסלאמארעחימיסטן, און אייסישעליסטן, האבן איין מטרה: להשמיד ולהרוג ולאבד את כל בני מיכאל מעל האדמה.

די מעשה פון די הויז איז נאר א חלק פון א לאנגיעריגע בלוטיגע היסטאריע. ס׳וואלט גארנישט אנדערש געווען ווען מיכאל וואלט נישט איבערגענומען דעם הויז.
אוועיטער
טישטוך
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 3:49 pm
x 187

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך טישטוך »

ווירקליך האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 4:12 pm אקעי... דאס איז פיינע ווארע... טישטוך מיט זיין מיכאל, און תהלים איד מיט זיין מיכאל...

אגב, @דער תהלים איד , שוין לאנג געהערט דעם צונאמען "מיכאליסטן"... נישט געוואוסט פון וואו ס'קומט...

אין אן ערנסטן מינע. @טישטוך טייערער, איר זענט זייער רעספעקטירט, אבער, ביטע האלט אייך צו די אידטיש פארשריפטן, און מאכט זיכער אייער שריפט גייט נישט אריבער די גרעניץ ליניעס.
מיט'ן פולן רעספעקט צו אייך, איידער איר נעמט דעם שמועס ווייטער, נעמט אין באטראכט אז מיר וועלן שטיין אויף די אידטיש סטאנדארטן אזוי שטייף ווי ירוחם פישל שטייט אויף זיין צימער.
אקצעפטירט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7480

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך פופציגער »

טישטוך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 8:10 am
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 1:19 pm
לאמיר שפינען די מעשה ווייטער, אבער קודם צוריקגיין אפאר טריט:

ירוחם פישל מיט זיינע ווייטאגן קענען מיר לייגן אויף א זייט, מיר דארפן קוקן וואס ירוחם פישל׳ס אידעאלאגיע איז געווען.

מיט איבער טויזענט יאר בעפאר די געשיכטע פון די הויז פונעם שווער, האט געלעבט דער עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידע פון ירוחם פישל דער פארווייטאגטער מיט די ברענעדיגע שוועבלעך, און אויך דער עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידע פון מיכאל׳ן.

דער זיידע ירוחם פישל דער ערשטער, איז געווען א בעל דמיון עצום, און ער האט באשלאסן אז ער וויל אז די גאנצע שטאט זאל איינזען אז ער איז דער קלוגסטער און דער הייליגסטער מאן אויף דער וועלט, און אים אויפנעמען אלס רב פון שטאט.

וואס האט ער געטון? ער איז געגאנגען צום שוואגער דער זיידע מיכאל, זיך אנגעטראגן צו זיין דער גבאי זיינער, און איינמאל אינמיטן נאכט האט ער זיך אריינגעכאפט אין זיידן מיכאל׳ס ביורא, ער האט נאכקאפירט אלע זיינע כתבים, און אנגעהויבן ארומלויפן אין שטאט פארקויפן אז דער רבש״ע האט אים באשאנקען מיט א געוואלדיגער טאלאנט פון שרייבן תורה אויף העכערע שטאפלען, און דערפאר קומט אים צו ווערן רב אויף די גאנצע שטאט.

ער האט א נאמען געגעבן פאר די כתבים ״מקרא ירוחם״ און האט זיך ארומגעדרייט איבער די שטאט דערמיט, און כסדר געהאלטן אין איין צובאקומען חסידים וואס האבן באוואונדערט זיינע גייסטישע קרעפטן און הויכע השגות.

ער האט ממש אויסגעליידיגט דעם ביהמ״ד פון די קריסטעטשינער הויף, און ער האט געדראעט אנצוקומען אויך צו מיכאל.

זייער אסאך זענען געפאלן פאר אים, און האבן אנגעהויבן ווערן זיינע געשוואוירענע חסידים.

ווען ירוחם פישל איז אנגעקומען צו מיכאל׳ן און האט אים אנגעהויבן באצווינגען אז ער מוז אויך האלטן אז ער דארף זיין רב, פאכענדיג מיט די געגנב׳עטע כתבים, האט אים מיכאל ארויסגעקאפעט פון שטוב מיט א שפיי און פארקנאקט פון דער צווייטער זייט.

ירוחם פישל האט זיך אראפגעקייקלט די טרעפ, און גלייכצייטיג געשוואוירן נקמה, און זינט דאן דערקלערט א לעבנסלענגליכע מלחמה לדורות אין מיכאל, און אין אלע זיינע דורות.

אנגעהויבן האט ער מיט ריזיגע שחיטות אין וועלכן ער מיט די שטאטסלייט וועלכע האבן אים אויפגענומען אלס רב, האבן אויסגעקוילעט מיכאל׳ס קינדער און אייניקלעך, געשאכטן און געפלינדערט, און פארשעמט די בנות מיכאל אויף א מיאוס׳ער פארנעם. דאס ארגסטע איז נאך געווען ווען ירוחם פישל האט מיט א שווערד גערצח׳עט מיכאל׳ס א זון, און גענומען זיין טאכטער צופיה׳לע פאר א ווייב.

ס׳איז נעבעך כמעט גארנישט געבליבן פון מיכאל און זיינע קינדער נאך די כסדר׳דיגע שחיטות וואס ירוחם פישל דער מערדער האט דורכגעפירט.

ירוחם פישל האט געלאזט וויסן, אז אלע זיינע נאכפאלגער זאלן אייביג וויסן אז ווער עס גלייבט נישט אינעם ״מקרא ירוחם״ זאל פארניכטעט ווערן. באזונדער האט ער געלאזט וויסן אז היות די קינדער פון מיכאל האבן אים באליידיגט, האבן זיי נישט קיין זכות קיום. ״די קינדער פון די מאלפעס און די שוויינען״ האט ער זיי גערופן ״קיינמאל זאלן זיי נישט האבן קיין מנוחה״.

נאך וואס ירוחם פישל איז געשטארבן האט מען פארשטייט זיך באשולדיגט די קינדער פון מיכאל אין אים פארסמ׳ען, און דער גורל איז פארשניטן געווארן.

ס׳איז געווארן א ווילדער פאליטיק אינערהאלב די ״מקרא ירוחם״ קהילה איבער ווער עס איז דער ממלא מקום, אבער אלע האבן געוואוסט אז דער רצון פונעם זיידן ירוחם פישל דער ערשטער איז שטענדיג געווען צו מארדן די קינדער פון מיכאל. עד עולם.

---

אריבער איז טויזענט יאר, און לאנגע דורות פון מאמינים אין ירוחם פישל האבן זיך געוועבט. און דאן האט עקספלאדירט די געשיכטע איבערן הויז, און ירוחם פישל איז מיטאמאל פארוואנדלט געווארן אין דער רחמנות.

אבער די אלע אנדערע גרופעס פון ירוחמיסטן, יריחיסטן, חעמיסטן, פישיסטן, שיליסטן, און חאמאפישעליסטן, און איסלאמארעחימיסטן, און אייסישעליסטן, האבן איין מטרה: להשמיד ולהרוג ולאבד את כל בני מיכאל מעל האדמה.

די מעשה פון די הויז איז נאר א חלק פון א לאנגיעריגע בלוטיגע היסטאריע. ס׳וואלט גארנישט אנדערש געווען ווען מיכאל וואלט נישט איבערגענומען דעם הויז.
🍿🥤

רעדי...

דער אשכול שיינט צו זיין גאר אינטערסאנט צו פאלאוען... זעמיר גרייט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2940

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך אנדערער »

פרטים פון די מעשה איז אביסל משובש.
1) די הויז באלאנגט נאך פאר דעם לייטזיליגן שווער ווייל ער לעבט נאך
2) ער האט געמאכט אז ירוחם פישל זאל יעצט האבן די הויז
3) ער האט אנגעזאגט פאר מיכאל נישט צו טשעפענען ירוחם פישל און ח"ו אויב יא די שרעקליכע אני מתיר
4) ועוד
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 623

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך הר ההר »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:45 am פרטים פון די מעשה איז אביסל משובש.

דו האסט פארפעלט די פוינט דא.
@טישטוך דריקט אויס פארדריס אויף אויף די וואס מישען זיך אריין אן צו קענען די פאקטען. ער זאגט קלאר אז זיינע טענות זענען נישט אויף ירוחם פישל. און מיט די ערשטע דריי טענות האסטו גארנישט פארענטפערט. (מיט די פערדע לכאורה יא...)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7480

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך פופציגער »

הר ההר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:02 am
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:45 am פרטים פון די מעשה איז אביסל משובש.
1) די הויז באלאנגט נאך פאר דעם לייטזיליגן שווער ווייל ער לעבט נאך
2) ער האט געמאכט אז ירוחם פישל זאל יעצט האבן די הויז
3) ער האט אנגעזאגט פאר מיכאל נישט צו טשעפענען ירוחם פישל און ח"ו אויב יא די שרעקליכע אני מתיר
4) ועוד
דו האסט פארפעלט די פוינט דא.
@טישטוך דריקט אויס פארדריס אויף אויף די וואס מישען זיך אריין אן צו קענען די פאקטען. ער זאגט קלאר אז זיינע טענות זענען נישט אויף ירוחם פישל. און מיט די ערשטע דריי טענות האסטו גארנישט פארענטפערט. (מיט די פערדע לכאורה יא...)
זיכער. טישטוך האט טענות אויף די וואס דענען נישט היסטאריע פון דעם הויז... קומט @אנדערער און זאגט אים, טישטוך לעבן, היסטאריע פונעם הויז מאכט אויס, וואר? גוט, זע ווי דו האסטיך טועה געווען מיט די היסטאריע, און דער גאנצער געשיכטע באקומט אנאנדערע צורה
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 623

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך הר ההר »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:05 am
הר ההר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:02 am
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:45 am פרטים פון די מעשה איז אביסל משובש.
1) די הויז באלאנגט נאך פאר דעם לייטזיליגן שווער ווייל ער לעבט נאך
2) ער האט געמאכט אז ירוחם פישל זאל יעצט האבן די הויז
3) ער האט אנגעזאגט פאר מיכאל נישט צו טשעפענען ירוחם פישל און ח"ו אויב יא די שרעקליכע אני מתיר
4) ועוד
דו האסט פארפעלט די פוינט דא.
@טישטוך דריקט אויס פארדריס אויף אויף די וואס מישען זיך אריין אן צו קענען די פאקטען. ער זאגט קלאר אז זיינע טענות זענען נישט אויף ירוחם פישל. און מיט די ערשטע דריי טענות האסטו גארנישט פארענטפערט. (מיט די פערדע לכאורה יא...)
זיכער. טישטוך האט טענות אויף די וואס דענען נישט היסטאריע פון דעם הויז... קומט @אנדערער און זאגט אים, טישטוך לעבן, היסטאריע פונעם הויז מאכט אויס, וואר? גוט, זע ווי דו האסטיך טועה געווען מיט די היסטאריע, און דער גאנצער געשיכטע באקומט אנאנדערע צורה
אויף דעם האט דאך שוין סאטמאר רב געזאגט, אין תורה לגוים. דאס גייט ביידע וועגן!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2586
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2940

Re: עם מיכאל חי!

פאוסט דורך אנדערער »

הר ההר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:06 am
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:05 am
הר ההר האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:02 am

דו האסט פארפעלט די פוינט דא.
@טישטוך דריקט אויס פארדריס אויף אויף די וואס מישען זיך אריין אן צו קענען די פאקטען. ער זאגט קלאר אז זיינע טענות זענען נישט אויף ירוחם פישל. און מיט די ערשטע דריי טענות האסטו גארנישט פארענטפערט. (מיט די פערדע לכאורה יא...)
זיכער. טישטוך האט טענות אויף די וואס דענען נישט היסטאריע פון דעם הויז... קומט @אנדערער און זאגט אים, טישטוך לעבן, היסטאריע פונעם הויז מאכט אויס, וואר? גוט, זע ווי דו האסטיך טועה געווען מיט די היסטאריע, און דער גאנצער געשיכטע באקומט אנאנדערע צורה
אויף דעם האט דאך שוין סאטמאר רב געזאגט, אין תורה לגוים. דאס גייט ביידע וועגן!
ווער איז דער לייטזעליגער שווער וואס האט געגעבן דאס הויז פאר מיכאל?
שרייב פאוסט