צו דיר מיין געטרייע חבר, בערל ני"ו!
היות איך ווייס אז די ביסט נישט אויף אידטיש, ערלויב איך מיר דיר צו שרייבן דיע ארטיקל.
די ביסט איינס פון מיינע בעסטע חברים ב"ה. ביסט געקומען וואוינען דא אין לאנדאן 2 חדשים נאך מיר, אונז זענען ביידע געשמאקע מענטשען (אזוי האף איך....) און אונז קומען זיך ב"ה זייער גוט אויס צוזאמען.
אונז האבן מער ווייניגער ביידע ליב די זעלבע סארט זאכן, סאו, האבן מיר ב"ה אנגעקניפט גאנץ א גוטע קשר. איך האב ליב גראמען, די האסט ליב. איך האב ליב מיוזיק, און די נאכמער. די האסט ליב גוטע ווערטלעך, און אויך אוודאי.
איינע פון אונזער וועגן וויאזוי מיר קאמיוניקירן גאר אסאך, איז דורך טעקסט. טויזנטער טעקסט'ס זענען געשריבן געווארן צווישן אונז אין די לעצטע 1,5 יאר, טויזנטער. און רוב זענען טאקע ווערטלעך און פארשידענע גראמען וכו'.
איינער פון אונזערע פראבלעמן איז, אז אויף טעקסט קענען מיר נישט שרייבן א גראד ווארט. אלעס איז קרום, אלעס איז ווערטלעך, אלעס איז אינטערעסאנט. שוין, כל זמן מ'האט הנאה, איז אלעס פיין.
אבער, אבער, ביז היינט. היינט האט זיך עס געענדיקט.
היינט מיטאג נאכך שיקן מיר א טעקסט צו איך קען קומען צו די חברה מארגען, וואס די פירסט אזוי שיין יעדע צווייטע וואך, און די ביסט זיך ממש מוסר נפש פאר דעם, שיקסטו מיר אזא טעקסט:
"איך האב גענומען א דראסטישע שריט, לכבוד שבת טהרנו וואס עס געווען די וואך. איך האב גענומען מיין 'ניק-אימעיל' (כ'וועל פארשטייטס זיך נישט שרייבן דא וויאזוי די האסט געהייסן דארט) וואס איך האב דארט 20 טשעט'ס מינומים (און איך ווייס זייער גוט אז די ביסט עקטיוו דארט אויף יעדע איינס מיטן פילסטן קראפ און הומאר) און עס פשוט אויסגעמעקט, ווען אויף מיין נארמאלע אימעיל האב איך גארנישט דארט"
דיע ווערטער, פשוט און גראד.
איך בין גאר שטארק נתפעל געווארן פון אזא שריט, בערל. איך ווייס דא יא ווי שווער ס'איז, און ווי שטארק ס'דיר אינטערעסאנט (און פאר מיר אויך...) און נעמען אזא איממיל פון שעות פון פארברענגען און אינטערטעימענט - און אויסמעקן - איז א ריזיגע זאך!! א מורא'דיע זאך!!
דא הייבטס זיך עס אן.
איך האב מחליט געווען אז איך גיי דיר געבן גאר א שטארקע קאמפלימענט מיט חיזוק, און דיר ווייזן אז איך בין דיר מורא'דיג מעריך.
איך ווייס אויך - אז די האסט נאכנישט ביזדערווייל קינדער, אי"ה בקרוב. (און אפילו ס'נאר 1,5 יאר פון דיין חתונה, אבער די עולם האט שוין יא קינדער, דיינע חברים האבן שוין יא, ווייס איך אז די ווילסט שוין גאר שטארק האבן א קינד - מער פון דעם קען איך נישט שרייבן, אבער איך ווייס דאך יא וואס טוט זיך אביסל מער טיפער אינעווייניג, 'בעהיינד די סינס' - ווי מ'רופט עס).
האב איך געטראכט אז יעצט איז געקומען די צייט דיר צו געבן חיזוק אויף דעם. האב איך צוריקגעשריבן אזוי:
"wow wow wow wow wow wow wow
איך האב פשוט נישט קיין ווערטער!
איך האב אסאך זיך צו לערנען פון דיר!
כל הכבוד!
ביסט ריזיג! ביסט א גיבור! ביסט א ירא ד'!
איין טריט פארן באשעפער - טוט אויף גרויסע זאכן!
בקרב וועט מען זוכה זיין צו הערן בשורות טובות! איך בין זיכער!
wow wow wow wow wow wow wow"
עד כאן. און כ'מיין בערל, אז ס'גאר א שיינע בריוו און חיזוק, און איך האב עס באמת געמיינט פון טיפן הארצן. איך האב מיר טאקע וואס צו לערנען פון דיר. ביסט באמת א גיבור.
צו מיין באדויערן, האסטו עס עפעס נישט אנגענומען. האסט געמיינט איך מאך א ווערטל (כדרכנו). האסט געמיינט אז איך ליצעווע. האסט געמיינט אז בין דא צו חוזק מאכן.
האסט מיר צוריקגעשריבן (נאך 2 אנדערע טעקסטן וואס קומען נישט דא אריין)
"דארפסט נישט מקנא זיין.... קענסט אויך אפהאקן...."
האסט צוריסן מיין הארץ. אבער כ'האב פארשטאנען אז די האסט נישט געכאפטאז כ'מיין א ווערטל.
האב איך דיר צוריקגעשריבן.
"כ'האב עס באמת געמיינט, איך האב מחליט געווען דיר צו געבן א פעסטע קאמפלימענט, ווייל איך ווייס ווי שווער ס'דיר געווען. און.... האסט פשוט חוזק געמאכט פון מיר.... דאר כאטש "ש'כח" זאג כאטש "אמן"."
האסט מיר צוריקגעשריב די צוויי ווערטער:
"אמן. ש'כח"
מיט די גאנצע קאלטקייט.
פרעג איך דיר נאכאמאל:
"פארוואס ווילסטו נישט פארשטיין אז כ'מיין עס אמת'דיג, און איך קוק דיר באמת ארויף"?!
שרייבסטו מיר צוריק:
'איך האב געוואסט אז אויב איך וועל ווארטן ביז מארגען איבערמארגען וועט שוין די התעוררות אויסוועפן, בין איך גלייך געגאנגען מוצאי שבת, און עס אויסגעמעקט."
שרייבסטו ווייטער "אבער דארפסט זיך באמת נישט אזוי שטארק אויפעסן פון קנאה, גיי יעצט און מעק אויס דיין 'יש משהו' אימייל, און דיינע טשעט'ס וואס די האסט אויף דיין פשוט'ע אימעיל"
דא האט זיך די שמועס געענעדיגט.
ווייל איך האב דיר געבלאקט דיין נאמבער.
ווייל איך בין באליידיגט.
האסט מיר צוריסן.
איך בין באמת געווען ערענסט, איך האב דיר מסביר געוון שיינערהייט אז איך בין זייער ערנסט און איך קוק דיר ארויף.
פארוואס? פארוואס? פארוואס חוזק'סטו אפ פון מיין קאמפלימענט??? ווי קומט אריין צו איך בין מקנא צו נישט?!?
פארוואס טוסטו דעיס צו מיר?!?!
פארוואס טשעפעסטו מיר?
בערל, פארוואס??
איך בין טאקע נישט די מענטש וואס ווערט שנעל באליידיגט, אבער דא בין איך זייער געווארן צובראכן, און ס'האט מיר פשוט צוריסן מיין הארץ. ס'רינט מיר א טרער.
פארוואס האסטו עס געטון צו מיר??
פארוואס מאכסטו מיר אוועק??
בערל, פארוואס????
איך האב דיר ענדליך געגעבן א ווארעמע ברכה, א געשמאקע קאמפלימענט און אמת'ע הערכה. ווייל ס'קומט זיך דיר טאקע.
איז, פארוואס?
דיין חבר
(-)
נ.ב.
איך ווייס אז ביינאכט אין ביהמ"ד גייסטו לאכן צו מיר מיט די גאנצע שמחה, אז ס'געווען לאכעדיג וכו'..... אבער איך האב עס אנגענומען ערענסט. האסט מיר באמת וויי-געטון. נישט ווייל האסט מיר געשטאכן אז איך בין דיר מקנא. קען זיין איך בין דיר געווען מקנא גלייך נאך ווען איך האב געליינט דיין ערשטע טעקסט. אבער נישט יעצט. בערל, מ'מען אננעמן א קאמפלימענט אויך - און זיכער פון א גוטע חבר.
קען זיין אז די בסי טנישט צוגעוואינט צו הערן קעמפלימענטן און די האסט נישט געוואוסט וויאזוי צו הענדלען דיע זאך. אפשר.
בערל, פארוואס??
בערל, פארוואס??
כ'מיין אז די גרינגסטע צו רופן די סייט איז אי-טיש, עלעקטראנישע טישל... (אזויווי איי-וועלט)
- בערל דער פייפער
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 944
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1290
Re: בערל, פארוואס??
שיין אפגעשריבן דיינע געפילן,
ברענגט דרך אגב ארויס די נייע מציאות ווי אזוי די הלוך ילך גייט מיט טעקסט.
ברענגט דרך אגב ארויס די נייע מציאות ווי אזוי די הלוך ילך גייט מיט טעקסט.
Re: בערל, פארוואס??
זייער הארציג!
עפעס א פילינג האב איך אז זיין מעסעדז אז ער האט פארמאכט זיין אימעיל איז געוועהן א רמיזה'דיגע מעסעדז פאר דיר, און ער פארשטייט נישט פארוואס דו האסט עס נישט געכאפט.
עפעס א פילינג האב איך אז זיין מעסעדז אז ער האט פארמאכט זיין אימעיל איז געוועהן א רמיזה'דיגע מעסעדז פאר דיר, און ער פארשטייט נישט פארוואס דו האסט עס נישט געכאפט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
Re: בערל, פארוואס??
@יש משהו געווען דא אן ארטיקל איבער נעמען קאמפלימענטס, נישט יעדער ווייסט וויאזוי מעסט דאס...
דיין אונטערשריפט געפעלט מיר גראדע....
דיין אונטערשריפט געפעלט מיר גראדע....
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: בערל, פארוואס??
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
Re: בערל, פארוואס??
אה, יעצט נאכן ליינען געוואלט צו לינקן אהין, זע איך דו האסט עס שוין געברענגט.שמח האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 9:46 pmדא ווערט געברענגט די ארטיקל
viewtopic.php?p=13268#p13268
@יש משהו איך קען גוט דעם געפיל... מיין ארטיקל הנ"ל איז געקומען נאך בערך אזאנס...
פארפאלן, נישט יעדער קען עסן קאמפלימענטס, אבער עסן דאס געזונט דארפסטו זיכער נישט פאר דעם.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל