מה טובו.
אין סידור רבי עמרם גאון זאגט ער אז איינער וואס קומט אריין אין בית הכנסת זאל זאגן די צוויי פסוקים מה טובו, און ואני ברוב חסדיך. דאס האט קיין שייכות מיט תפילה, נאר אלץ כבוד בית הכנסת. און אזוי אויך ווען מען גייט ארויס פון בית הכנסת זאל מען זאגען דעם פסוק, ד' נחני בצדקתך למען שוררי הישר לפני דרכך.
אזוי אויך שרייבט דער של''ה הק', אז די סיבה פארוואס מען איז מפסיק מיט די פסוקי מה טובו צווישען זיך וואשן די הענט, ביז'ן זאגן די ברכה על נטילת ידים. איז אלץ מורא מקדש. וז''ל, דודאי ראוי ונכון לכל אשר בשם ישראל יכונה בבואו לבית הכנסת שהוא מקדש מעט לקבל עליו מורא מקדש ולשבחו ולפארו. און אזוי שטייט אויך אין רבינו יונה ספר היראה, אז דער סיבה צו זאגן מה טובו איז אלץ מורא מקדש.
דער מהרי''ל אין סימן ק''נ (קס''א) לערנט פון דעם ארויס אז פסוקי שבח וריצוי מעג מען זאגן בעפאר ברכת התורה, (הגם להלכה איז דער רמ''א מחמיר)
דער מהרש''ל שרייבט סימן ס''ד אז ער האלט זיך אפ פון זאגן מה טובו, נאר ער הייבט אן ביים צווייטען פסוק ואני ברוב חסדיך די טעם זאגט ער ווייל מה טובו איז א קללה וואס בלעם האט געשאלטן די אידן, און ממילא איז עס נישט כדאי. און אזוי שטייט אויך אין עמדין סידור. דער מטה משה וואס איז געעוען א תלמיד פון מהרש''ל ברענגט אבער יא צו זאגן מה טובו. און עס איז אינטערעסאנט אז ער דערמאנט אפי' נישט דאס אז זיין רבי האט נישט געהאלטן דערפון. די אחרונים שפעטער פארענטפערען דער טענה פון מהרש''ל און שרייבן יא צו זאגן מה טובו.
ואני ברוב חסדך.
די מקור צו זאגן דער פסוק איז אין זוהר הק' פרשת ואתחנן דף רסה ע"א, און עס שטייט נישט דארט קיין טעם אויף דעם. אבער אויף א צווייטע פלאץ אין זוהר שטייט אז דער פסוק איז אנקעגען די אבות הק'.
(דאס איז א גאנצער מחלוקה צווישען די מקובלים פונקטלעך וועלכע ווארט איז קעגן וועלכער פון די אבות)
גאר אינטערעסאנט איז וואס שטייט אין ספר הפרדס פון רש''י, אז די פסוק האט מען מתקן געווען צו זאגן כדי דערמיט צו ציילן אויב עס איז דא מנין אין בית המדרש, אויף דעם שטייגער ווי מיר ציילן היינט הושיעה את עמך.
ד' אהבתי מעון ביתך.
דער פסוק האב איך נישט געטראפען איינער זאל שרייבען א טעם דערצו, אבער נראה לי לומר אז דאס קומט פון די גמרא מגילה, אביי פלעגט פון אנהויב לערנען אינדערהיים, ביז ער האט געזעהן דעם פסוק ד' אהבתי מעון ביתך.
ואני אשתחוה ואכרעה.
אויף דעם האב איך נישט געזעהן קיינעם רעדן, און ווי אויך איז גוט אנצומערקען, אז די פסוק איז אויפגעטוישט מלשון רבים ללשון יחיד, פון דאס וואס שטייט אין תהילים צ''ד.
דער של''ה שרייבט בשם דער מהרש''ל, אז ווען מען זאגט אשתחוה ואכרעה, זאל מען זיך ביקען ווייל אז נישט איז ער הוחזק כפרן, אזוי ווי ביי עלינו לשבח.
ואני תפלתי לך ד' עת רצון.
דאס קומט פון סידור רש''י, אבער ביסודו האט מען דאס מתקן געווען שבת ביי מנחה. אזוי ווי עס שטייט אין מדרש אז דוד המלך האט געזאגט פארן אויבערשטען, אלע גוים ווען זיי ענדיגען עסן און טרינקען ווערן זיי שיכור און הייבן אן זינגען סתם צולאזטערהייט. אבער מיר אידן קומען אין בית המדרש דאווענען. און פארדעם שרייבט דער טור אין הלכות יו''כ אז יום כיפור זאל מען דאס נישט זאגן ווייל מען פאסט ממילא קומט עס נישט אריין.
דערפאר שרייבט דער מהרש''ל נישט צו זאגן דעם פסוק יעדן אינדערפרי, וויבאלד דער תקנה דאס צו זאגן איז דוקא שבת ''נאכן עסן''.
לעניית דעתי קען מען זאגן אז די טעם פארוואס מיר זאגן דאס יא, איז פון אן אנדערע דרשות חז''ל און דאס איז וואס חז''ל דרש'ענען אין ברכות ח. פון דעם פסוק אז ווען איז אן עת רצון, דעמאלט ווען דער ציבור דאווענט.
בבית אלקים נהלך ברגש.
אין מגן אברהם ברענגט ער פון אר''י הק' צו זאגן דעם פסוק ווען מען קומט אריין אין בית המדרש, און אזוי שטייט אויך אין סידור ר' שבתי (מראשקוב)
עמוד התפילה - מה טובו אהלך יעקב
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 38
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:03 pm
- x 68
Re: עמוד התפילה - מה טובו אהלך יעקב
@נקודות טובות א גרויסען שכח
למעשה פארוואס ביקט מען זיך נישט ביי אשתחוה ואכרעה?
למעשה פארוואס ביקט מען זיך נישט ביי אשתחוה ואכרעה?