קומענדיגע וואך זונטאג פאלט די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם רבי משה לייב מסאסוב זי"ע, ברייט באקאנט אלס דער הייליגער רבי ר' משה לייב זי"ע.
ער איז געבוירן בערך אין יאר תק"ה, צו זיין טאטע הגאון רבי יעקב מבראד זי"ע.
רבי ר' משה לייב איז געווען א תלמיד מובהק פון דער הייליגער רבי ר' שמעלקא זי"ע, און ער איז געווען פון זיינע גרויסע תלמידים ביי אים אין ישיבה.
יעדע קליינע יונגעל ווייסט אז רבי ר' משה לייב האט זיך מוסר נפש געווען פאר פדיון שבויים למעלה מדרך הטבע ממש!!
ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגע שמחה, מיט שמחה וריקודים.
ער איז נסתלק ד' שבט, תקס"ז, ער איז אלט געווען צוויי און זעכציג יאר זי"ע..
ער האט איבערגעלאזט זיין זוהן די מ"מ הרה"ק רבי שמעלקא פון סאסוב זי"ע, און זיין איידעם הרה"ק רבי דוד'ל פון זאבליטוב זי"ע (בן הרה"ק מהרמ"מ מקאסוב בעל אהבת שלום זי"ע),
הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע - ד' שבט תקס"ז
Re: הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע - ד' שבט תקס"ז
זיינע תורות זענען געדרוקט אינעם ספר חידושי הרמ"ל דארט איז דא חידושים על הש"ס און תורות על התורה.
ס'איז ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין אייניקל ר' נחמיה'לע שפירא הי"ד מ'סאסוב/סטריזוב מיט הגהות.
ס'איז ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין אייניקל ר' נחמיה'לע שפירא הי"ד מ'סאסוב/סטריזוב מיט הגהות.