עס איז א גרויסער מדובר אין די ראשונים, פארוואס די ברכה פון אלקי נשמה הייבט זיך נישט אן מיט קיין ברוך אזוי ווי א געווענליכע ברכה.
איך וועל אין דעם נישט מאריך זיין. אבער א טייל פון די ראשונים לערנען אז דאס איז צוליב דעם ווואס אלקי נשמה איז א ברכה הסמוכה לחברתה דהיינו צו די ברכה פון אשר יצר. וואס די כלל איז דאך אז א ברכה הסמוכה לחברתה איז מען נישט פותח בברוך.
אינטערעסאנט איז דאס וואס דער גר''א זאגט, אז דער סיבה פארוואס דאס איז א ברכה הסמוכה לחברתה איז וויבאלד אלקי נשמה איז א ברכה אויף די נשמה, פונקט ווי אשר יצר איז אויפן גוף.
מקור הברכה.
דער מקור הברכה איז פון די גמרא (ברכות ס:) כי מתער אומר אלקי נשמה, אז ווען א מענטש וועקט זיך אויף זאל ער זאגן דער ברכה פון אלקי נשמה.
דער רמב''ם שרייבט אז מען רעדט דא נאר ווען א מענטש וועקט זיך אויף בסוף שנתו ווען ער פלאנט שוין סיי ווי אויפצושטיין. ווייל פון דער לשון הגמ' וואלט געקענט משמע זיין אז ווען אימער מען וועקט זיך אויף, אפי' אויב עס איז נאך אינמיטן די נאכט, און ער וויל נאך צוריק גיין שלאפען דארף מען אויך זאגן די ברכה.
די טעם פארוואס חכמינו ז''ל האבן מתקן געווען דעם ברכה איז, וויבאלד מיר ווייסען אז די נשמה פון א מענטש גייט ארויס ווען מען גייט שלאפן, און מען באקומט דאס צוריק ביים אויפשטיין, ממילא מאכט מען יעדן טאג נאכאמאל א ברכה אויף די נשמה.
דער ראב''ן לייגט צו, דאס וואס שטייט אין מדרש (בראשית י''ד ט'), אז דער נשמה פון א מענטש גייט טאקע ארויס פון אים ווען ער שלאפט, אבער דאך האלט עס דער אויבערשטען צוריק אז עס זאל נישט ארויסגיין פון אים אינגאנצען, ווייל אז יא וועט ער דאך שטארבען ווייל ער וועט מער נישט קענען אטעמען, און אויף דעם דאנקען מיר. און פאר דעם זאגן מיר אויך נשמה שנתת בי, ע''ש על כל נשימה ונשימה תהלל קה.
אין סידור השל''ה זאגט ער די סיבה, וויבאלד געווענליך ווען א מענטש וועט באהאלטן א פקדון ביי א צווייטען, וועט ער עס נישט צוריק באקומען אין זעלבען צושטאנד, נאר ער באקומט דאס אביסעל פארשטויבט אדער אפגעניצט. משא''כ דער אויבערשטער נישט נאר וואס ער האלט דער נשמה גאנץ, נאר ער געבט עס צוריק פריש אויגעוואשן ווי ניי, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק חדשים לבקרים.
אין פיוט אודה לקל, זאגט מען דארט:הנאמן בפקדונו יחזרנה לו כרצונו, איש לא גוע בעונו ויהי ערב ויהי בוקר. פשט דערפון איז, אז אפי' אויב א מענטש קומט ארויף מלא עבירות, דאך געבט אים דער אויבערשטער צוריק זיין נשמה, און האט נאכאמאל א זכיה אראפ צוקומען אויף דער וועלט.
ווי דערמאנט ביי מודה אני האט ר' נטרונאי גאון מתקן געווען אז מען זאל נישט זאגן די ברכות על סדר הגמ', נאר מען זאל אלעס זאגן אויף איין מאל, ווען מען איז גרייט צו רעדן צום אויבערשטען. און דערפאר איז אנגענומען צו זאגן די נוסח מודה אני מסדר היום תיכף ווען מען שטייט אויף, אנשטאט די ברכה פון אלקי נשמה.
(די ברכה רופט מען אלקי נשמה, און דערפאר שרייב איך עס אויך אזוי. אבער דער אבודרהם שרייבט שוין אז מען זאל מאכן א שטיקעל הפסק צווישען די צוויי ווערטער עס זאל נישט זיך נישט הערן ווי מען זאגט אלקי-נשמה. און ווי אויך זענען דא געוויסע ראשונים וואס זענען גורס אלקי ''ה''נשמה)
נשמה שנתת בי טהורה היא.
עס זענען דא אפאר דעות וואס איז פשט ''טהורה''.
א) ווייל די נשמה איז ממקום טהור גזורה. (ראב''ן, ר''י בן יקר, אבודרהם, ועוד)
ב) די נשמה פון א מענטש איז הייליג, עס איז נישט מקבל טומאה. (רוקח)
ג) טהרה מיינט אז עס איז העכער פונעם גוף. (רבינו מנוח)
אין די גמרא שטייט נישט טהורה ''היא'', און זענען דא פילע וואס שרייבן דאס נישט צו זאגן. אין סידור ר' שבתי (סופר) און אזוי אויך דער חיד''א זענען מסביר דער סיבה, וויבאלד ווער קען דען זאגן אז דער נשמה וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן איז נאכאלץ טהורה...
למעשה איז דאס איז א לשון וואס ר' נטרונאי גאון האט צוגעלייגט און אזוי האבן אנגענומען אסאך ראשונים, און אזוי פירן מיר זיך היינט.
אתה בראתה, אתה יצרתה, אתה נפחתה בי.
די דריי לשונות גייען ארויף אויף די דריי שטאפלען פון די יצירת אדם הראשון, ''ויברא'' אלקים את האדם, ''וייצר'' ד' אלקים את האדם, ''ויפח'' באפיו נשמת חיים. (רוקח, אבודרהם)
די מהרש''א צוטיילט דאס ווי פאלגענד.
אתה בראתה, נפש הטבעית, ויברא אלקים את האדם.
אתה יצרת, רוח החיוני, וייצר ד' אלקים את האדם.
אתה נפחתה בי, נשמה השכלית, ויפח באפיו נשמת חיים.
ואתה משמרה בקרבי.
דער אויבערשטער היט אויף די נשמה אז עס זאל נישט ארויסגיין פון א מענטש עד עת קיצו. דער יעב''ץ אין סידור איז מסביר, אז וויבאלד די נשמה איז משתוקק אגאנצען צייט צו זיין מקור העליון, מוז דער אויבערשטער אפהיטען יעדע רגע אז דער נשמה זאל זיך האלטן אינעם גוף הגשמי. (כעין הרמ''א בפירוש ומפליא לעשות בברכת אשר יצר)
ואתה עתיד ליטלה ממנו, ולהחזירה בי לעתיד לבוא.
וויבאלד מיר זעהען אז דער אויבערשטער געבט אונז צוריק די נשמה יעדן אידערפרי, ווערט אונזער אמונה אין תחיית המתים געשטארקט, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק חדשים לבקרים רבה אמונתך. פשט איז, אז פון דעם וואס דו געבסט אונז צוריק די נשמה יעדן אינדערפרי, ווערט אונזער אמונה אין תחיית המתים אויך געשטארקט (איכה רבה). און דערפאר דעמאנען מיר דוקא ביי די ברכה, תחיית המתים (רוקח).
כל זמן שהנשמה בקרבי, מודה אני לפניך.
דא קומען מיר אן צו די יסוד הברכה, מודה אני לפניך, און ביז אהער איז נאר געווען אן הקדמה צו מודה אני.
מודה אני איז אויף דעם וואס דו האסט אונז צוריק געגעבן די נשמה. (ראב''ן)
מיר זאגן כל זמן שהנשמה בקרבי, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, לא המתים יהללו קה און ממילא איז דוקא כל זמן שהנשמה בקרבי. (אבודרהם)
רבינו מנוח זאגט, אז מודה אני דאנקען מיר נישט אויף דאס וואס דער אויבערשטער האט יעצט צוריק געגעבן די נשמה, נאר דוקא אויף תחיית המתים. און דאס איז אז מיר זענען מער ווי בהמות, און מיר גייען נישט לאיבוד לאחר מאה ועשרים און אונזער לעבן האט א באדייט. און מיר זאגן כל זמן שהנשמה בקרבי, אז מיר ווייסען אז אפי' יעצט ווען מיר לעבן איז אויך דער תכלית נאר אויף תחיית המתים און די תכלית איז נישט אויף יעצט.
המחזיר נשמות לפגרים מתים.
די פשטות הלשון איז ווייל ווען מען שלאפט איז מען דומה למת. אבער לויט וואס מיר האבן געברענגט פון רבינו מנוח, אז מיר דאנקען בעיקר אויף תחיית המתים. ענדיגען מיר טאקע צו המחזיר נשמות לפגרים מתים. וואס לויט אים איז פשוט פשט פגרים מתים.
מילי דברכות - ברכת אלקי נשמה
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1718
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4345