מילי דברכות - ברכת על נטילת ידים

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1893
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5245

מילי דברכות - ברכת על נטילת ידים

פאוסט דורך נקודות טובות »

חכמינו ז''ל האבן מתקן געווען אז א מענטש זאל זיך וואשן די הענט יעדן אינדערפרי פאר שחרית, און אויף דעם זאגן א ברכה אזוי ווי ביי אנדערע ברכת המצוות וואס אין דעם פאל איז דאס על נטילת ידים.

די גמרא חולין קו. ברענגט א סמך מן התורה לנטילת ידים, עס שטייט אין פסוק (ויקרא ט''ו י''א), וידיו לא שטף במים, הא שטף טהור.
די גמרא זאגט (שבת סב:) כל המזלזל בנטילת ידים סוף בא לידי עניות, זאגט דער אבודרהם א רמז דערצו, אז על נטילת ידים איז ר''ת עני.

די ראשונים געבן אן דריי טעמים פארוואס חכמינו ז''ל האבן מתקן געווען די תקנה.

א) א מענטש קען זיך נישט אפהיטען בשעת ער שלאפט אז ער זאל נישט לייגן די הענט און צורירן במקומות וואס אויב מען רירט צו דערצו דארף מען אפוואשען די הענט. האבן חז''ל מתקן געווען אז פאר מען גייט דאווענען שחרית, זאל מען זיך אפגיסען כדי צו זיין ריין אנדערש ווי ביי תפילת מנחה וערבית. (רא''ש)

ב) חז''ל האבן אנגעקוקט א מענטש ווען ער שטייט אויף אינדערפרי כאילו ער איז פון פריש באשאפען געווארן, אזוי ווי די פסוק זאגט חדשים לבקרים רבה אמונתך. און דערפאר האבן טאקע חז''ל מתקן געווען צו זאגן די ברכות השחר יעדן אינדערפרי אלץ חדשים לבקרים. און פונקט ווי א כהן דארף זיך רייניגען פונעם כיור יעדן אינדערפרי פארן טוהן די עבודה, דארף מען זיך וואשען די הענט פאר די ברכות השחר. (רשב''א)

ג) ווען א מענטש שלאפט און די נשמה גייט ארויס פון זיין גוף, גייט אויף אים ארויף א טומאה אזוי ווי אויף א מת. און ווען ער שטייט אויף בלייבט נאך איבער דער טומאה אויף די האנט, און פארדעם דארף מען זיך וואשען די הענט. (זוהר)

דאס וואס מיר גיסען היינט אפ נעגל וואסער, און אזוי אויך די הארבקייט דערפון, לדוגמאנישט גיין קיין ד' אמות בלי נטילה וכדו', איז פארשטייט זיך אלץ דער דריטער טעם, ווייל לויט די ערשטע צוויי טעמים איז דאס נאר א תנאי אין תפילת שחרית. אבער דאס אז עס דארף זיין פון א כלי, און אויך אז עס דארף זיין כח גברא, האט נישט מיט דעם זוהר, נאר אפילו לויט די אנדערע טעמים דארף מען אויך.



נוסח הברכה.
די חכמים האבן מתקן געווען דעם לשון ''נטילת'' ידים, שרייבן עטליכע ראשונים, אז דאס איז וויבאלד בלשון חז''ל ווערט א כלי וואס מען גיסט זיך אפ דערמיט אנגערופען בלשון ''נטלא'' און אזוי ווי די הלכה איז אז נטילת ידים מוז זיין דוקא פון א כלי, דערפאר האבן זיי מתקן געווען דער לשון הברכה, ''נטילת'' על שם דער כלי ''נטלא''. (רא''ש, רבינו ירוחם, ועוד)

אנדערע ראשונים שרייבען אז די לשון נטילה האבן חז''ל מתקן געווען וויבאלד די גמרא זאגט אז ווען מען וואשט זיך די הענט דארף מען אויפהייבען די הענט נאכדעם, כדי אז די טמא'נע וואסער זאל נישט צוריק מטמא זיין די הענט. דעריבער האבן חז''ל מתקן געווען דער לשון נטילה, וואס אין אראמיש איז דאס טייטשט אויפהייבען. אזוי ווי מיר זאגן ביי ובא לציון, ונטלתני רוחא. (ספר חסידים, ועוד)

אין שלחן ערוך שטייט, אז אויב איינער האט נישט קיין וואסער זיך צו וואשען די הענט, זאל ער אפווישען די הענט אין א שטיין וכדו' און מאכן א ברכה על נקיון ידים, על לשון הפסוק, ארחץ בנקיון כפי. (ר''י בן יקר שרייבט אז אויב טובל'ט מען די הענט אין טייך, זאל מען זאגן, על טבילת ידים)

דער רוקח ברענגט, אז די פסוק, (תהילים קל''ד) שאו ידכם קודש וברכו את ד', מיטן פסוק, (שם כ''ו) ארחץ בנקיון כפי ואסבבה את מזבחך ד'. פארמאגען אינאיינעם דרייצען ווערטער, און צוליב דעם האבן חז''ל מתקן די ברכה על נטילת ידים זאל מיט דרייצען ווערטער.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט