הרה"ק רבי ירחמיאל ישראל יצחק מאלכסנדר זי"ע, הישמח ישראל - כ"ט טבת תר"ע

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 463

הרה"ק רבי ירחמיאל ישראל יצחק מאלכסנדר זי"ע, הישמח ישראל - כ"ט טבת תר"ע

פאוסט דורך דער ידען »

די וואך מיטוואך כ"ט טבת פאלט די יארצייט פון הרה"ק דער הייליגער ישמח ישראל פון אלכסנדר זי"ע.
ער איז געבוירן שנת תרי"ג צו זיין טאטע האדמו"ר הזקן רבי יחיאל פון אלכסנדר זי"ע.
נאך זיין טאטע'ס פטירה אין יאר תרנ"ד האט מען אים געקרוינט אלס די רבי פון אלכסדר חסידות.
פון גאנץ פולין זענען טויזענטער חסידים זיך געקומען מסתופף זיין בצילו הקדוש.
ער"ח שבט תר"ע האט ער אוייסגעהויכט זיין הייליגע נשמה, ומנו"כ אין אלכסנדר

זי"ע
אוועיטער
יעקב דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 436

Re: הרה"ק רבי ירחמיאל ישראל יצחק מאלכסנדר זי"ע, הישמח ישראל - כ"ט טבת תר"ע

פאוסט דורך יעקב דוד »

געהייסן נאכן ר' איציקעל ווארקע.

זיין גרויסע פאטער געוועהן פון די אינגסטע אבער גרעסטע ביי ר' בונם מפרשיסחא.

אזא אור נישט געוועהן אזוי לאנג צוריק, איך האב נאך געקענט אידן מבני דורו.
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 428
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 953

Re: הרה"ק רבי ירחמיאל ישראל יצחק מאלכסנדר זי"ע, הישמח ישראל - כ"ט טבת תר"ע

פאוסט דורך דריידל »

ליידער נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. זיין ברידער, די בעל תפארת שמואל, האט איבערגענומען.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
אוועיטער
יעקב דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 120
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2025 11:20 pm
x 436

Re: הרה"ק רבי ירחמיאל ישראל יצחק מאלכסנדר זי"ע, הישמח ישראל - כ"ט טבת תר"ע

פאוסט דורך יעקב דוד »

ספר ישמח ישראל איז ווי א ראשון בחסידות, מקען עס לערנען פשוט און מען קען עס לערנען טיף סיי און נגלה צו פארשטיין א יעדעס ווארט ווי עס גייט און סיי ע"פ סוד.

כהאב געהערט אז סאיז געוועהן פאר יארן א שיעור מבני עלייה און ב.פ. פארגעלערנט אדורך הרה"צ ר' לייביש פריינד לרפו"ש, מגדולי תלמידי המשפיע ר' שמואל קרויס זצ"ל, סהאט גענימען אפאר שעה א יעדן שיעור אויף א קליינעם שטיקל ישמח ישראל.

איינער האט רעקארדירונגן?
שרייב פאוסט