הגאון המפורסם רבי שמואל העליר זצ"ל, רבה של צפת - כ"ב טבת תרמ"ד
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 3:07 pm
מארגן כ"ב טבת פאלט די יארצייט פון הגאון המפורסם רבי שמואל העליר זצ"ל, ער איז געבוירן צו זיין טאטע רבי ישראל, בשנת תק"ס.
(דוכט זיך רבי ישראל'ס טאטע איז געווען די בעל תוקע ביים הייליגען חוזה מלובלין).
רבי שמואל האט געהאט די געוואלדיגע זכיה אז די הייליגער חוזה האט אים געלייגט תפילין ביי זיין בר מצוה.
שנת תקע"ז איז ער ארויף מיט זיין טאטע קיין ארץ ישראל, ער איז געווארן א מקורב ביים הייליגען בת עין זצ"ל, נאכן פטירה פונעם בת עין איז ער געווארן די רבי פון צפת, די איש על העדה אין צפת.
ער איז נסתלק כ"ב טבת תרמ"ד - ומנו"כ אין צפת
זי"ע