בלאט 1 פון 2

מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:25 pm
דורך דער תהלים איד
היינט איז מיר אויסגעקומען אז כהאב געדארפט זיין אין די מיטלדטאון אומגעגנט, און וואו גייט מען פאר א שחרית? קיין בלומינגבורג, אין קרית יטב לב.

כ'בין דאס לעצטע מאל דארט געווען מסתמא אזא 7-8 יאר צוריק, כאפנדיג א מעריב אין א בעיסמענט וואס איז דעמאלס געווען "דער ביהמ"ד", וואס איז באשטאנען פון איין היכל.

אצינדער האמיר זיך שוין אנגעטראפן אין א געהעריגן בנין ביהמ"ד, א אונטערשטע שטאק מיט א מקוה און א היכל ביהמ"ד, און א אויבערשטע שטאק מיט מנינים שטיבלעך. אלעס פיין און געשמאק צוגעשטעלט. עטוואס שטעטעלע'דיג / קאנטרי'דיג, אבער טאקע דאס איז זיין חן. עפעס א גרויסער עקסטענשן בויט זיך יעצט צו דעם ביהמ"ד, כהאב נישט פארכאפט צו פרעגן דארט איינעם וואס דארט גייט זיין.

זיך אומקוקנדיג אויף אלעס וואס איז צוגעשטעלט, און זעענדיג ווי עס בויט זיך העעערליכע פרישע בנינים פאר דירות מיט א ברייטקייט, מיט גראז... מיט ביימער.... מיט לופט... איז מיר זאגאר געווארן אומפארשטענדליך וויאזוי איינער וואס געהערט צו די קהילה זאל צאלן דאס געלט פאר א דירה אין קרית יואל! איך וואלט אבסעלוטלי שוין גע'אוינט א דירה און געוואוינט דא אין בלומינגבורג.

הפנים, האמיר געהאט אפאר געשמאקע אויפפאסונגען, לאמיר עס דא מיטטיילן.

קודם, אט איז דער געשמאקער היכל הביהמ"ד וואו מען קען כאפן א געשמאקע לערן פאר'ן דאווענען מיט א ווארימע קאווע:
IMG_20231228_104114_123.jpg
IMG_20231228_104114_123.jpg (405.28 KiB) געזען געווארן 1154 מאל

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:27 pm
דורך דער תהלים איד
ביים כאפן א קאווע אינעם האלוועי, זע איך אז מ'דארף אכט געבן ביז וואו מען גייט מיט די קאווע... עד כאן העירוב! שטייט אויפ'ן שילד דא אינדרויסן.

כ'ווייס נישט צו ס'איז אן אמת'ער שילד (ס'דא א געיט ווייטער כמדומה) אדער ס'איז איבערגעבליבן א סיין האט עס איינער דא געלייגט...
IMG_20231228_104019_080.jpg
IMG_20231228_104019_080.jpg (384.4 KiB) געזען געווארן 1150 מאל

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:30 pm
דורך דער תהלים איד
גיימיר כאפן א הייסע מקוה!

דריי טאלער, זייער א פיינע פרייז.

אבער דער חודש פרייז 40 דאלער, דאס איז שוין היבש טייער, אבער כפארשטיי אז מיט ווייניגער תושבים מוז מען בעטן מער אז ס'זאל זיך קאווערן די הוצאות.
IMG_20231228_111222_506.jpg
IMG_20231228_111222_506.jpg (315.02 KiB) געזען געווארן 1147 מאל

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:33 pm
דורך דער תהלים איד
די מקוה איז געווען זייער פיין! די שויער איז גאר גוט. א הייסע בור האב איך נישט געטראפן... שוין איז גוט א ווארימע אויך. די אידן וואס גיין אלע טאג אין ווארימע זענען אויך אידן.

ביים ארויסקומען בינעך פון איין זאך שטארק נתפעל געווארן! דאס האב איך נאכנישט געזען ערגעץ אנדערש.

א סערוויס: דער מקוה איד שטעכלט צו קיוטיפ'ס אומזינסט!

אין קרית יואל וואלט זיך דאס אפשר געגרעניצט מיט מאדערנקייט און סושי? כ'ווייס נישט... דארף מען פרעגן דעם גבאי'ן דארט, אבער ס'איז באמת א שיינע סערוויס.


IMG_20231228_103940_984.jpg
IMG_20231228_103940_984.jpg (522.75 KiB) געזען געווארן 1145 מאל

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:36 pm
דורך דער תהלים איד
פון צווישן די פילע שטעטעלישקייטן וואס האבן מיר שטארק געפאלן, איז געווען דער האנט-געמאלענער צעטל.

עס האט מיר פשוט דערמאנט פון די אמאליגע "אפיעל" שילדן פארנט פון די מקוה וואו מען זאמלט איין נדבות פאר'ן היי וואכעדיגער אפיעל פאר די ארגענטינע מוסדות.


IMG_20231228_112236_248.jpg
IMG_20231228_112236_248.jpg (314.06 KiB) געזען געווארן 1145 מאל

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:37 pm
דורך דער תהלים איד
ליינענדיג די צעטלעך האב איך באגעגנט איין נישט-גוטע בשורה :x אז דער גמ"ח האט זיך פארמאכט.

אבער לויט ווי א מגיה שרייבט צו, איז דא האפענונג פאר א פרישע גמ"ח.

IMG_20231228_110426_447.jpg
IMG_20231228_110426_447.jpg (489.16 KiB) געזען געווארן 1143 מאל

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:42 pm
דורך דער תהלים איד
זעמיר ארויף אויפן אויבערשטן שטאק צו די מנינים.

באמת שיין געווען צו זען! א געהעריגע געווירבל בליעה"ר.

האמיר געכאפט א מנין, און זייענדיג שוין נאנט צו חצות היום האט זיך אנטוויקלט אזא שטיקל וויכוח צו מען זאל דאווענען הויכע שמו"ע, ווייל עס גייט שוין אויסקומען נאך חצות.

איין איד, מעגליך א העלישויער חסיד... האט ממש געשריגן אז דאס איז "ברכות לבטלה" און מען קען שוין בשו"א נישט מאכן קיין הויכע שמו"ע. בשו"א! ער האט זיך געהלאטן זייער זייער פעסט בעת אנדערע האבן נאכגעזאגט פון דיינים אז מען גייט נאך די שטילע שמו"ע און מען קען/דארף 'יא' דאווענען ווייטער הויכע שמו"ע.

הפנים, די זיסע חצות-סצענעס וואס מ'זעט אפט אין די שולן, היפן נישט איבער בלומינגבורג. מען פארפאסט דארט גארנישט. פארקערט, אפשר איז עס מיט א שמיץ אריבער...

כהאב באמערקט אז אויף דער ערד זענען אויסגעלייגט אייוועלעך. כפי הנראה איז נאכנישט דא געהעריגע סטיעם אינעם בנין.

IMG_20231228_123454_465.jpg
IMG_20231228_123454_465.jpg (415.09 KiB) געזען געווארן 1147 מאל

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:55 pm
דורך דער תהלים איד
א קושיא וואס איך האב שוין לאנג, אבער דארט איז עס מיר נאכמער שווער געווארן.

ס'איז דא אסאך אידן וואס דרייען זיך מיט פעך-שווארצע טליתים, און צושליסענע עטרות. איך פארשטיי זיי, ווייל ס'איז בעצם א שווערע לאסט און א שווערע הוצאה דאס קעיר נעמען פונעם טלית. ס'איז גרויסע געלטער, יא מען זינגט אז "א נייע איז ביליגער ווי צו קלינען", אבער דאן קומט צו די עטרה, קלינען און נייען, הקיצור ס'איז באמת א שווערע מעשה.

נאר איך פארשטיי נישט, וואס איז די סיבה פארוואס זיי קויפן נישט א טלית אן קיין עטרה? די פשוטע ווייסע ליינינג איז פיל פיל שענער ווי א צוקאלישטע עטרה! און אזוי קענסטו עס קלינען פאר אפאר גראשן פונקט ווי דיין רעקל.

ווייס איך נישט.

(כהאב אראפגענומען דאס בילד, מ'האט מיר מעורר געווען אז עס קען ווייטון יענעם אויב ער פאלט דא אריין און ער כאפט אז ס'איז זיינס. ייש"כ פארן אויפמערקן)

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:00 pm
דורך דער תהלים איד
דאס דאווענען האט זיך געענדיגט ב"ה בכי טוב. באמת א געשמאקע ווארימע דאווענען געווען.

דא ערווארט מיר א סורפרייז!

תיקון? מזונות? עה! פרישטאג!!

געהעריג, ס'איז צוגעשטעלט מיט א ברייטקייט. ברויט, דיפס, פישן, קרעקערס, פוטער, אראנדזש דזשוס, און וואס נישט.

אפגערעדט אז בשעת אזא לחיים פרישטאג קומען ארויף געשמאקע שמועסן... איינס דערפון איז געווען ווען מ'האט דן געווען וועגן עסן נאך חצות, צו ס'איז נאך יא פת שחרית צו נישט... ביז איינער פסק'נט דארט קלאר אפ אז ס'איז ריינע "התגרות באומות"!!!

מ'קוקט אים אזוי אן... און ער זאגט "יא, די גמרא זאגט קלאר אז ס'איז כזורק אבן לחאמאס!"...

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:09 pm
דורך דער תהלים איד
דאס זענען אלעס בלויז די אומגעווענליכע אויפפאסונגען, אבער ערנסט גערעדט, ווי געזאגט, ס'איז א שיין שטעטל!

כהאב שוין געהאט מחשבות זרות... אבער ניט עכט. נאר אזא העטעך פעטעך, וואלט איך געבוירן געווארן ביי וכו' :lol:

אבער איך שיהי' זעמיר נישט אויפ'ן וואסער, ווייל כזעה אז ווער עס וויל קען כאפן און גיין, קח ולך. 5 בעדרוםס.

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:44 pm
דורך יעקב פריינד
פשיהא אזא שיינע באזוך אין שטעטל! נאך אראפגעלייגט גאר גוט! ס'האט געקאסט א שמייכל.

קודם האסטו געהאט מזל אז היינט איז געווען צוגעשטעלט א פרישטאג...

די עירוב סיין איז אמת ווייל דארט גייט די געט פון די שטעטל ס'גאנץ נאנט (ס'געווען ווייטער מען האט עס ארויפגעריקט ווייל מען בויט די שוהל).

פאר א פיינע הייסע בור גייט מען 4 פארטאגס... אז דו ווילסט דאס אויך אינמיטן טאג גיי צו קערעסטירע ביהמד. דארט איז א הערליכע מקוה מיט צוויי בורות.

די חודש'ליכע קאסט פון מקוה איז $30 נאר פאר אורחים איז עס 40...

סטיעם ארבעט פיין אינעם בנין אבער אין יענע שטיבל נישט. מען האט יעצט געענדיגט גרעסער מאכן די שטיבלעך. נעקסט איז די מקוה.

דער טיי איז מנדב פאר א גאנץ יאר ר' יודא הערש מאנדל. און ער מיט זיין זיסקייט שרייבט ארויס דעים צעטל.

סאונד ווי ס'געווען א שיינע באזוך נעקסטע מאל וועסטו קומען אין איינע פון די הייזער, וועסטו שוין נישט וועלן זיך אוועקציען...

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:08 pm
דורך בערל דער פייפער
הערליך אראפגעלייגט, דארט געווען בערך א יאר צוריק האט זייער א זיסע שטעטל’דיגע חן.

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:16 pm
דורך מאטאווירט
זייער שיין באשריבן.

זעמיר אויך דארט געווען ארום א יאר צוריק, און אויסטערליש הנאה געהאט.

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:33 pm
דורך וואוילער
אה, דו ביסט געוועהן דער וואס האט זיך היינט ארום געדרייט מיט די (POM) טעלעפאון אין די הענט, מיינסט אז האסט עס געקענט באהאלטן?

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:34 pm
דורך וואסאפשט
וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:33 pm אה, דו ביסט געוועהן דער וואס האט זיך היינט ארום געדרייט מיט די (POM) טעלעפאון אין די הענט, מיינסט אז האסט עס געקענט באהאלטן?
נא אפשר ברענגסטו א בילד פונעם תהלים איד

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:39 pm
דורך בקי ביחוס
אין קיו-טיפס איז טאקע דא אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, מעגליך אז סאיז מאדערן אבער סאיז דא.

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:40 pm
דורך וואסאפשט
בקי ביחוס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:39 pm אין קיו-טיפס איז טאקע דא אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, מעגליך אז סאיז מאדערן אבער סאיז דא.
אין ביידע גרויסע איז דא
דאכט זיך מיר😊

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 9:50 am
דורך נייעס ליבהאבער
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:33 pm די מקוה איז געווען זייער פיין! די שויער איז גאר גוט. א הייסע בור האב איך נישט געטראפן... שוין איז גוט א ווארימע אויך. די אידן וואס גיין אלע טאג אין ווארימע זענען אויך אידן.

ביים ארויסקומען בינעך פון איין זאך שטארק נתפעל געווארן! דאס האב איך נאכנישט געזען ערגעץ אנדערש.

א סערוויס: דער מקוה איד שטעכלט צו קיוטיפ'ס אומזינסט!

אין קרית יואל וואלט זיך דאס אפשר געגרעניצט מיט מאדערנקייט און סושי? כ'ווייס נישט... דארף מען פרעגן דעם גבאי'ן דארט, אבער ס'איז באמת א שיינע סערוויס.



IMG_20231228_103940_984.jpg
אין קרית יואל איז דא קיוטיפ'ס יעדן טאג אינדרויסן פון מקווה בביהמ"ד הגדול מהר"א

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 10:51 am
דורך וואוילער

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 12:11 pm
דורך דער תהלים איד
בקי ביחוס האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:39 pm אין קיו-טיפס איז טאקע דא אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, מעגליך אז סאיז מאדערן אבער סאיז דא.
ערנסט? איך גלייב נישט... א בילד ביטע..

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:06 pm
דורך לך לך
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:33 pm די מקוה איז געווען זייער פיין! די שויער איז גאר גוט. א הייסע בור האב איך נישט געטראפן... שוין איז גוט א ווארימע אויך. די אידן וואס גיין אלע טאג אין ווארימע זענען אויך אידן.

ביים ארויסקומען בינעך פון איין זאך שטארק נתפעל געווארן! דאס האב איך נאכנישט געזען ערגעץ אנדערש.

א סערוויס: דער מקוה איד שטעכלט צו קיוטיפ'ס אומזינסט!

אין קרית יואל וואלט זיך דאס אפשר געגרעניצט מיט מאדערנקייט און סושי? כ'ווייס נישט... דארף מען פרעגן דעם גבאי'ן דארט, אבער ס'איז באמת א שיינע סערוויס.



IMG_20231228_103940_984.jpg
די ערשטער אין קרית יואל צוצושטעלן קיוטיפ'ס איז געווען היכל יצחק (ז"ל ר' יצחק שווארטץ אין אויך די היכל ליידער) נאך סאך פאר בית יושע.

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:10 pm
דורך לך לך
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:42 pm זעמיר ארויף אויפן אויבערשטן שטאק צו די מנינים.

באמת שיין געווען צו זען! א געהעריגע געווירבל בליעה"ר.

האמיר געכאפט א מנין, און זייענדיג שוין נאנט צו חצות היום האט זיך אנטוויקלט אזא שטיקל וויכוח צו מען זאל דאווענען הויכע שמו"ע, ווייל עס גייט שוין אויסקומען נאך חצות.

איין איד, מעגליך א העלישויער חסיד... האט ממש געשריגן אז דאס איז "ברכות לבטלה" און מען קען שוין בשו"א נישט מאכן קיין הויכע שמו"ע. בשו"א! ער האט זיך געהלאטן זייער זייער פעסט בעת אנדערע האבן נאכגעזאגט פון דיינים אז מען גייט נאך די שטילע שמו"ע און מען קען/דארף 'יא' דאווענען ווייטער הויכע שמו"ע.

הפנים, די זיסע חצות-סצענעס וואס מ'זעט אפט אין די שולן, היפן נישט איבער בלומינגבורג. מען פארפאסט דארט גארנישט. פארקערט, אפשר איז עס מיט א שמיץ אריבער...

כהאב באמערקט אז אויף דער ערד זענען אויסגעלייגט אייוועלעך. כפי הנראה איז נאכנישט דא געהעריגע סטיעם אינעם בנין.


IMG_20231228_123454_465.jpg
סטם אראפגעריסן א קהלה בישראל (איך בין אויך נישט קיין חסיד פון דארט) אויף א פאבליק פארום.

פאסט נישט פאר אידטיש

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:12 pm
דורך נפתלי
לך לך האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:42 pm זעמיר ארויף אויפן אויבערשטן שטאק צו די מנינים.

באמת שיין געווען צו זען! א געהעריגע געווירבל בליעה"ר.

האמיר געכאפט א מנין, און זייענדיג שוין נאנט צו חצות היום האט זיך אנטוויקלט אזא שטיקל וויכוח צו מען זאל דאווענען הויכע שמו"ע, ווייל עס גייט שוין אויסקומען נאך חצות.

איין איד, מעגליך א העלישויער חסיד... האט ממש געשריגן אז דאס איז "ברכות לבטלה" און מען קען שוין בשו"א נישט מאכן קיין הויכע שמו"ע. בשו"א! ער האט זיך געהלאטן זייער זייער פעסט בעת אנדערע האבן נאכגעזאגט פון דיינים אז מען גייט נאך די שטילע שמו"ע און מען קען/דארף 'יא' דאווענען ווייטער הויכע שמו"ע.

הפנים, די זיסע חצות-סצענעס וואס מ'זעט אפט אין די שולן, היפן נישט איבער בלומינגבורג. מען פארפאסט דארט גארנישט. פארקערט, אפשר איז עס מיט א שמיץ אריבער...

כהאב באמערקט אז אויף דער ערד זענען אויסגעלייגט אייוועלעך. כפי הנראה איז נאכנישט דא געהעריגע סטיעם אינעם בנין.


IMG_20231228_123454_465.jpg
סטם אראפגעריסן א קהלה בישראל (איך בין אויך נישט קיין חסיד פון דארט) אויף א פאבליק פארום.

פאסט נישט פאר אידטיש
פונקט פארקערט ער ברענגט ארויס די דרייסטקייט פון דעם איד
וואס איז דאס העלישויער?

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:18 pm
דורך לך לך
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:25 pm היינט איז מיר אויסגעקומען אז כהאב געדארפט זיין אין די מיטלדטאון אומגעגנט, און וואו גייט מען פאר א שחרית? קיין בלומינגבורג, אין קרית יטב לב.

כ'בין דאס לעצטע מאל דארט געווען מסתמא אזא 7-8 יאר צוריק, כאפנדיג א מעריב אין א בעיסמענט וואס איז דעמאלס געווען "דער ביהמ"ד", וואס איז באשטאנען פון איין היכל.

אצינדער האמיר זיך שוין אנגעטראפן אין א געהעריגן בנין ביהמ"ד, א אונטערשטע שטאק מיט א מקוה און א היכל ביהמ"ד, און א אויבערשטע שטאק מיט מנינים שטיבלעך. אלעס פיין און געשמאק צוגעשטעלט. עטוואס שטעטעלע'דיג / קאנטרי'דיג, אבער טאקע דאס איז זיין חן. עפעס א גרויסער עקסטענשן בויט זיך יעצט צו דעם ביהמ"ד, כהאב נישט פארכאפט צו פרעגן דארט איינעם וואס דארט גייט זיין.

זיך אומקוקנדיג אויף אלעס וואס איז צוגעשטעלט, און זעענדיג ווי עס בויט זיך העעערליכע פרישע בנינים פאר דירות מיט א ברייטקייט, מיט גראז... מיט ביימער.... מיט לופט... איז מיר זאגאר געווארן אומפארשטענדליך וויאזוי איינער וואס געהערט צו די קהילה זאל צאלן דאס געלט פאר א דירה אין קרית יואל! איך וואלט אבסעלוטלי שוין גע'אוינט א דירה און געוואוינט דא אין בלומינגבורג.

הפנים, האמיר געהאט אפאר געשמאקע אויפפאסונגען, לאמיר עס דא מיטטיילן.

קודם, אט איז דער געשמאקער היכל הביהמ"ד וואו מען קען כאפן א געשמאקע לערן פאר'ן דאווענען מיט א ווארימע קאווע:

IMG_20231228_104114_123.jpg
מען שטייט די לעצטערע יארן אין מען רייסט אראפ דעם שטעטל, מען לייגט כסדר בילדער פון העלישא שוהל, חלילה נישט שרייבן קרית יטב לב אין די צייטוגען (אין מען פארשטייט בכלל נישט פארוואס די אנדערע זייט וויל נישט רופן בלומינג גראוו שכונת רבינו תם) אפילו דא אויף אידיש שרייבסטו "מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג" אין ער פארשטייט נישט פארוואס מעמבערס פון מהרי"י ווילן נישט אהין מופן.

Re: מיין היינטיגע באזוך אין בלומינגבורג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:19 pm
דורך לך לך
נפתלי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 1:12 pm
► Show Spoiler
פונקט פארקערט ער ברענגט ארויס די דרייסטקייט פון דעם איד
וואס איז דאס העלישויער?
אז דו ווייסט נישט פארוואס ענטפערט בכלל