אינעם דערנעבעדיגן טעמע פון 'דרך הלימוד עם תשב''ר' האט מען שוין אנגערירט די נושא פון דרך לימוד שיעור עיון מיט בחורים אין די ישיבות ווי מען האט היינט צוטאגס משנה געווען פון אמאל ווי כמעט איבעראל לערנט מען זייער ווייניג בכמות בדרך פלפול.
ווי באקאנט האט רביה''ק מסאטמאר איינגעפירט צו לערנען אין סאטמערע ישיבה גדולה שיעור עיון בערך 2 3 בלאט גמרא מיט תוספות, למעשה האט מען דאס היינט אינגאנצען געטוישט אנגעהויבען אין סאטמערע ישיבה אין קווינס דערנאך אויכעט אין ישיבה גדולה אין קרית יואל ווי מ'לערנט א קליין שטיקל גמרא מיט א שטארקע עיון.
אינטערסאנט צו וויסן די מעלות און חסרונות פון ביידע וועגן, לענ''ד איז די מהלך פון אמאל א בעסערע וועג איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט עס געטוישט.
דרך הלימוד מיט בחורים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2376
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7447
Re: דרך הלימוד מיט בחורים
עס קומט נישט דא אריין, אבער איך אלס נישט דער גרויסער מח האט קיין שיעור עיון קיינמאל נישט אפעלירט. לאז דעם מהרשא לעבן, לאז דעם מהר"ם גיין זיין וועג, וואס ווילסטו פון מיר???
ביז שיעור א' אין ישיבה גדולה איז געקומען א מגיד שיעור הרב דל שליט"א און געלערנט מיט א מהלך פון פשוט גמרא תוס' ראשונים צומאל ציטירט גדולי האחרונים אויף די גמרא, און מברר געווען די חילוקים צווישן איינער און דעם צווייטן ביז הלכה למעשה אין שולחן ערוך.
איך בין געוואר געווארן אז תוס' איז נישט קיין קוועטשער, נאר איינער וואס ברענגט די גמרא מער הלכה למעשה, מיט שיינע לייכטע אויסשמועסן (אוודאי איז דא גרינגער און שווערער, אבער עס איז נישט אזא בער ווי עס האט אויסגעקוקט אלע מיינע יארן ביז דאמאלס) דער ראש איז נישט קיין בוגי מען, און דער ריף איז נישט עפעס א היי וועקעבולערי ווארט...
אט דאס איז מיר געבליבן למעשה ווען היינט צוטאגס ארבעטנדיג טאג און נאכט, אבער גמרא פרוביר איך זייער שטארק צו לערנען מיט תוס' און מיט די ראשונים שפיר איך מיך ב"ה היימיש! זיי רעדן מיין שפראך! אנדערש ווי אלע מיינע בחורישע יארן ביז אט דעם מגי"ש.
מיין חלום ווען איך וועל האבן רואיג צייט איז צו דורכטון א סוגיא אויף דעם אופן מיט א קלארקייט, אה...! עולם הזה!

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2376
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7447
Re: דרך הלימוד מיט בחורים
עפעס א באקאנטער רב איז א מגי"ש אין ישיבה און לערנט פאר שיעור עיון, און ווי דער שטייגער, ער לערנט פאר טאג נאך טאג און דער עולם דרימלט און האלט נישט מיט, חוץ 3 בחורים... נישט מער ווי נארמאל...
איין טאג לערנט ער אזוי פאר און דער עולם דרימלט אויף כוחות ווען ער רופט זיך אן מיט א תמימות'דיגן פנים "איך זעה אז דער עולם האלט נישט מיט, מסתמא איז דאס נישט אינטערעסאנט, אפשר וועט דאס דער עולם יא אויסהערן" - דערביי נעמט ער ארויס אפאר מחניים ביכלעך פון טאש...
(געהערט פון די תלמידים)
איין טאג לערנט ער אזוי פאר און דער עולם דרימלט אויף כוחות ווען ער רופט זיך אן מיט א תמימות'דיגן פנים "איך זעה אז דער עולם האלט נישט מיט, מסתמא איז דאס נישט אינטערעסאנט, אפשר וועט דאס דער עולם יא אויסהערן" - דערביי נעמט ער ארויס אפאר מחניים ביכלעך פון טאש...
(געהערט פון די תלמידים)
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: דרך הלימוד מיט בחורים
די ריכטיגע וועג איז אז א בחור זאל ארויסקומען פון ישיבה קענענדיג אסאך מסכתות הש''ס
- dev
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 222
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2023 4:30 pm
- Location: Monsey
- x 279
Re: דרך הלימוד מיט בחורים
הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל האט מיר אמאל געזאגט,
"די סיבה פארוואס מ'זעהט היינט כמעט נישט קיין חבורות ביי בעלי בתים פון גמ' תוס', נאר גמ' רש"י, איז ווייל מאיז ממאס גמ' תוס' פון די בחורים"