בלאט 1 פון 2

עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:50 am
דורך בערל דער פייפער
היי יאר תשפ”ד און אזוי אויך קומענדיגע יאר קומט אויס עשרה בטבת פרייטאג, און אויב וועט משיח נאך ליידער נישט דא זיין וועט מען פאסטן פרייטאג, וואס עס קומט נישט אויס ביי קיין איין אנדערע תענית.

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:51 am
דורך בערל דער פייפער
וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן די זיכרונות פון די עולם,

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:49 am
דורך וואוילער
אינטערעסאנט אז דער עולם געדענקט עס פון בערך 10 יאר צוריק, אבער אז 3 יאר צוריק איז אזוי געווען האט רוב עולם פארגעסן... #קאראנא

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:17 pm
דורך בערל דער פייפער
IMG_1012.jpeg
IMG_1012.jpeg (177.6 KiB) געזען געווארן 962 מאל

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:45 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:50 am היי יאר תשפ”ד און אזוי אויך קומענדיגע יאר קומט אויס עשרה בטבת פרייטאג, און אויב וועט משיח נאך ליידער נישט דא זיין וועט מען פאסטן פרייטאג, וואס עס קומט נישט אויס ביי קיין איין אנדערע תענית.
איין חילוק, אז דעי יאר איז עס פרייטאג ויגש און נעקסטע יאר איז עס פרייטאג ויחי

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:27 pm
דורך ווער
unnamed (54).jpg
unnamed (54).jpg (152.7 KiB) געזען געווארן 880 מאל

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:33 pm
דורך בערל דער פייפער
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:45 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:50 am היי יאר תשפ”ד און אזוי אויך קומענדיגע יאר קומט אויס עשרה בטבת פרייטאג, און אויב וועט משיח נאך ליידער נישט דא זיין וועט מען פאסטן פרייטאג, וואס עס קומט נישט אויס ביי קיין איין אנדערע תענית.
איין חילוק, אז דעי יאר איז עס פרייטאג ויגש און נעקסטע יאר איז עס פרייטאג ויחי
אין 2024 גייט נישט זיין קיין עשרה בטבת

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:44 pm
דורך לאקאלער רב
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:17 pm IMG_1012.jpeg
איך גלייך זייער די גראדקייט פון סעיף ג' "זאלן די וואך זאגן אב הרחמים", נישט מ'קען מקיל זיין, נישט אויב מען וויל מעג מען, נאר שארף "מ'זאל.."

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:56 pm
דורך פשוטער איד
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:44 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:17 pm IMG_1012.jpeg
איך גלייך זייער די גראדקייט פון סעיף ג' "זאלן די וואך זאגן אב הרחמים", נישט מ'קען מקיל זיין, נישט אויב מען וויל מעג מען, נאר שארף "מ'זאל.."
אוודאי
פאסטן שב"ק איז אסור ע"פ הלכה

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:06 pm
דורך נקודות טובות
אגב, איז דא מקור צו דעם וואס שטייט אופן צעטיל והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה? בין המצרים ממילא, אבער עשרה בטבת?

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:09 pm
דורך דער תהלים איד
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:06 pm אגב, איז דא מקור צו דעם וואס שטייט אופן צעטיל והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה? בין המצרים ממילא, אבער עשרה בטבת?
דאס ערשטע מאל איך זע אזא נוסח אויף י' בטבת.

אויב עפעס, זאל שטיין "והיום הזה יתהפך"..

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:11 pm
דורך לאקאלער רב
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:56 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:44 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:17 pm IMG_1012.jpeg
איך גלייך זייער די גראדקייט פון סעיף ג' "זאלן די וואך זאגן אב הרחמים", נישט מ'קען מקיל זיין, נישט אויב מען וויל מעג מען, נאר שארף "מ'זאל.."
אוודאי
פאסטן שב"ק איז אסור ע"פ הלכה
כ'האב נישט געטראכט אז עס געפאסט ווען מען האלט זיך איין פאר נאך א שעה, אבער קען זיין.

אבער איינער וואס וויל דוקא קען מען דאווענען אין א נאנטע שוהל ביי 60 אדער אפי זאגן קר"ש ביי ר"ת, און דאווענען - זינגען שלום עליכם א טראפ שנעל, און מען קען מאכן קידוש פאר 6סע.

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:11 pm
דורך דעת קדשי
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:09 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:06 pm אגב, איז דא מקור צו דעם וואס שטייט אופן צעטיל והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה? בין המצרים ממילא, אבער עשרה בטבת?
דאס ערשטע מאל איך זע אזא נוסח אויף י' בטבת.

אויב עפעס, זאל שטיין "והיום הזה יתהפך"..
כולל אויך ח' ט' י' טבת

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:31 pm
דורך פרייליך
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:09 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:06 pm אגב, איז דא מקור צו דעם וואס שטייט אופן צעטיל והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה? בין המצרים ממילא, אבער עשרה בטבת?
דאס ערשטע מאל איך זע אזא נוסח אויף י' בטבת.

אויב עפעס, זאל שטיין "והיום הזה יתהפך"..
אין פסוק שטייט
צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִׂירִי יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ

די אלע טעג קען מען עס שרייבן
הימים האלו גייט ארויף אויף די צומות הנ"ל

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:35 pm
דורך וואוילער
זייער אינטערעסאנט אז די פסק לאזט טרינקען א קאווע נאך קידוש, און ס'הייסט נישט אין איין סעודה מיט פליישיגס.

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:27 pm
דורך נקודות טובות
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:11 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:56 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:44 pm

איך גלייך זייער די גראדקייט פון סעיף ג' "זאלן די וואך זאגן אב הרחמים", נישט מ'קען מקיל זיין, נישט אויב מען וויל מעג מען, נאר שארף "מ'זאל.."
אוודאי
פאסטן שב"ק איז אסור ע"פ הלכה
כ'האב נישט געטראכט אז עס געפאסט ווען מען האלט זיך איין פאר נאך א שעה, אבער קען זיין.

אבער איינער וואס וויל דוקא קען מען דאווענען אין א נאנטע שוהל ביי 60 אדער אפי זאגן קר"ש ביי ר"ת, און דאווענען - זינגען שלום עליכם א טראפ שנעל, און מען קען מאכן קידוש פאר 6סע.
די פראבלעם איז אריינגיין בשבת כשהוא מעונה, עס איז מחלוקת אין שלחן ערוך סימן רמ''ט. חוץ מזה איז דא אן אנדערע פראבלעם פון תענית לשעות וואס איז מבואר אין רפ''ח.

אגב, קוק אריין דא די גאנצע ענין פון נישט קידוש מאכן צווישען זעקס און זיבען.

מען דארף באמת קענען טרעפען א היתר צו ווארטן אויף זיבן, בפשטות איז די קפידא נישט עוקר קיין הלכה. בפרט ווען די עיקר קפידא איז באמת צו מאכן פאר זעקס, און נישט נאך זעקס.

אגב כמדומה, איז די קפידא נישט געווען אמאל ביי די המון עם, נאר ביי רבי'ס וכדו'. די המון עם האט נישט געוויסט פון די זאכן...

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:29 pm
דורך נקודות טובות
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:35 pm זייער אינטערעסאנט אז די פסק לאזט טרינקען א קאווע נאך קידוש, און ס'הייסט נישט אין איין סעודה מיט פליישיגס.
מען דארף דאך מאכן א בורא נפשות נאכדעם, איז עס בעל כרחך צוויי סעודות.

די שאלה איז נאר ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קידוש במקום סעודה...

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:58 pm
דורך פרייזן
unnamed (56).jpg
unnamed (56).jpg (235.33 KiB) געזען געווארן 681 מאל

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 8:52 am
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:29 pm די שאלה איז נאר ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קידוש במקום סעודה...
וואס איז די פראבלעם?

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:41 am
דורך דאנק
בית הוראה דבני יואל האט אויך ארויסגעגעבן הוראת

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:13 am
דורך לאקאלער רב
דאנק האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:41 am בית הוראה דבני יואל האט אויך ארויסגעגעבן הוראת
נו, קרינא דאיגרתא וכו', אהער דערמיט...

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:33 pm
דורך דאנק
לאקאלער רב האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:13 am
דאנק האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:41 am בית הוראה דבני יואל האט אויך ארויסגעגעבן הוראת
נו, קרינא דאיגרתא וכו', אהער דערמיט...
איך האב עס נאר געזען אין ביהמ"ד

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:55 pm
דורך וואוילער
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 8:52 am
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:29 pm די שאלה איז נאר ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קידוש במקום סעודה...
וואס איז די פראבלעם?
אויב הייסט עס נישט איין סעודה מיט'ן קידוש, וויאזוי איז מען יוצא קידוש במקום סעודה.

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 9:42 pm
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 8:55 pm
אנדערער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 8:52 am
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:29 pm די שאלה איז נאר ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קידוש במקום סעודה...
וואס איז די פראבלעם?
אויב הייסט עס נישט איין סעודה מיט'ן קידוש, וויאזוי איז מען יוצא קידוש במקום סעודה.
במקום מוז זיין די זעלבע סעודה? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט

Re: עשרה בטבת קומט אויס פרייטאג

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:44 am
דורך וואוילער
לכאורה יא.
פארדעם מאכט מען נישט על הגפן אויף די וויין פון קידוש.