הגה"ק ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא, בעל דברי יחזקאל - ו' טבת תרנ"ט
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:02 am
ו' טבת איז דער יארצייט פון הרה"ק רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם זצ"ל ער האט מחבר געוועהן דער ספר דברי יחזקאל דער צדיק איז געוועהן באוויסט אלץ דער שינאווא רב, דער שינאווא רב, איז געבוירן צו זיין הייליגן טאטע, דער צאנז'ע רב דער הייליגע דברי חיים, און פולין אין דער שטאט טרניגראד אין יאר תקע"ה.
דער שינאווא רב, פלעג פארן צו אסאך צדיקים ווי רבי צבי הירש מרימנוב, הרה"ק מהר"ש מבעלזא, הרה"ק מראפשיץ, הסב"ק רבי ישכר בער מראדשיץ, הרה"ק רבי מאיר מפרימעשלאן, און נאך אסאך צדיקים.
דער שינאווא רב, איז אמאהל געזעצען מיט זיין הייליגען טאטען דער דברי חיים און פארברענגט מיט דברי תורה און מיט הייליגע שמוסען. אינמיטן איז אריין געקומען א איד וואס איז געוועהן א מלמד אין צאנז, האט אים דער דברי חיים געפרעגט: "ווען מאכסטו חתונה דיין טאכטער"? "איך וויס נישט"! האט ער געענטפערט. "פארוואס ווייסטו נישט"? "איך האב נאך נישט קיין געלט צו קויפן א טלית און א שטריימל פארן חתן! (ער האט געוואלט ווייזן פארן רבי'ן אז ער האט נישט קיין געלט אז דער רבי זאל אים ארויס העלפן) האט זיך דער שינאווא רב אנגערופען: "טאטע איך האב נעכטן אליינס געזעהן ווי ער האט שוין געקויפט א טלית און א שטריימל", דער מלמד איז שטארק פארשעמט געווארען און איז ארויסגעלאפן פון שטוב, ווי דער הייליגע דברי חיים האט געזעהן אז דער מלמד האט זיך שטארק פארשעמט, האט ער זיך אנגעכאפט די בארד אין געשריגען: "וויי איז מיר אז מיין קינד האט פארשעמט א איד, אפשר האט ער גענומען דער טלית און שטריימל אויף בארג און ער דארף נאך צאלן געלט דערפאר, אדער אפשר דארף זיין ווייב א קלייד און ער שעמט זיך צו זאגען, פארדעם האט ער געזאגט אז ער דארף א טלית און א שטריימל, וואס האסטו געטוהן פארשעמט א איד? ווי אזוי וועסטו קענען אפגעבען א דין וחשבון פארן בית דין של מעלה"?
ווי דער שינאווא רב האט געהערט די ווערטער איז ער שנעל ארויס געלאפען איבערצובעטן דער מלמד, ער האט אים געטראפן אויפ'ן גאס און אים פראבירט איבערצובעטען, אבער דער מלמד האט אים בשום אופן נישט געוואלט מוחל זיין. ער האט געזאגט: "איך וויל גיין מיט אייך צום דין תורה ביים רבי'ן".
ביידע זענען אריין צום הייליגען דברי חיים און דארט האט דער שינאווא רב אים נאכאמאהל פראבירט איבערבעטן, דער דברי חיים האט זיך אבער אנגערופן צום מלמד: "דו זאלסט נישט מוחל זיין פארן שינאווא רב ביז ער וועט דיר צוזאגען צו באצאלן דעם טלית, דעם שטריימל און אלע הוצאות פאר דעם חתונה ביז די לעצטע פרוטה". ווען דער שינאווא רב האט זיך דאס מקבל געוועהן האט דער דברי חיים געהייסען פאר'ן מלמד ער זאל אים מוחל זיין.
דער שינאווא רב, איז נסתלק געווארן ו' טבת תרנ"ט לפ"ק און מ'האט אים טאקע קובר געווען אין שינאווא זי"ע ועכ"י.