הגה"ק ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא, בעל דברי יחזקאל - ו' טבת תרנ"ט

אונזער היסטאריע
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

הגה"ק ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא, בעל דברי יחזקאל - ו' טבת תרנ"ט

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ו' טבת איז דער יארצייט פון הרה"ק רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם זצ"ל ער האט מחבר געוועהן דער ספר דברי יחזקאל דער צדיק איז געוועהן באוויסט אלץ דער שינאווא רב, דער שינאווא רב, איז געבוירן צו זיין הייליגן טאטע, דער צאנז'ע רב דער הייליגע דברי חיים, און פולין אין דער שטאט טרניגראד אין יאר תקע"ה.

דער שינאווא רב, פלעג פארן צו אסאך צדיקים ווי רבי צבי הירש מרימנוב, הרה"ק מהר"ש מבעלזא, הרה"ק מראפשיץ, הסב"ק רבי ישכר בער מראדשיץ, הרה"ק רבי מאיר מפרימעשלאן, און נאך אסאך צדיקים.

דער שינאווא רב, איז אמאהל געזעצען מיט זיין הייליגען טאטען דער דברי חיים און פארברענגט מיט דברי תורה און מיט הייליגע שמוסען. אינמיטן איז אריין געקומען א איד וואס איז געוועהן א מלמד אין צאנז, האט אים דער דברי חיים געפרעגט: "ווען מאכסטו חתונה דיין טאכטער"? "איך וויס נישט"! האט ער געענטפערט. "פארוואס ווייסטו נישט"? "איך האב נאך נישט קיין געלט צו קויפן א טלית און א שטריימל פארן חתן! (ער האט געוואלט ווייזן פארן רבי'ן אז ער האט נישט קיין געלט אז דער רבי זאל אים ארויס העלפן) האט זיך דער שינאווא רב אנגערופען: "טאטע איך האב נעכטן אליינס געזעהן ווי ער האט שוין געקויפט א טלית און א שטריימל", דער מלמד איז שטארק פארשעמט געווארען און איז ארויסגעלאפן פון שטוב, ווי דער הייליגע דברי חיים האט געזעהן אז דער מלמד האט זיך שטארק פארשעמט, האט ער זיך אנגעכאפט די בארד אין געשריגען: "וויי איז מיר אז מיין קינד האט פארשעמט א איד, אפשר האט ער גענומען דער טלית און שטריימל אויף בארג און ער דארף נאך צאלן געלט דערפאר, אדער אפשר דארף זיין ווייב א קלייד און ער שעמט זיך צו זאגען, פארדעם האט ער געזאגט אז ער דארף א טלית און א שטריימל, וואס האסטו געטוהן פארשעמט א איד? ווי אזוי וועסטו קענען אפגעבען א דין וחשבון פארן בית דין של מעלה"?

ווי דער שינאווא רב האט געהערט די ווערטער איז ער שנעל ארויס געלאפען איבערצובעטן דער מלמד, ער האט אים געטראפן אויפ'ן גאס און אים פראבירט איבערצובעטען, אבער דער מלמד האט אים בשום אופן נישט געוואלט מוחל זיין. ער האט געזאגט: "איך וויל גיין מיט אייך צום דין תורה ביים רבי'ן".

ביידע זענען אריין צום הייליגען דברי חיים און דארט האט דער שינאווא רב אים נאכאמאהל פראבירט איבערבעטן, דער דברי חיים האט זיך אבער אנגערופן צום מלמד: "דו זאלסט נישט מוחל זיין פארן שינאווא רב ביז ער וועט דיר צוזאגען צו באצאלן דעם טלית, דעם שטריימל און אלע הוצאות פאר דעם חתונה ביז די לעצטע פרוטה". ווען דער שינאווא רב האט זיך דאס מקבל געוועהן האט דער דברי חיים געהייסען פאר'ן מלמד ער זאל אים מוחל זיין.

דער שינאווא רב, איז נסתלק געווארן ו' טבת תרנ"ט לפ"ק און מ'האט אים טאקע קובר געווען אין שינאווא זי"ע ועכ"י.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: הגה"ק ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא - בעל דברי יחזקאל - ו' טבת תרנ"ט

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

כ"ק אדמו"ר מבאבוב בעל קדושת ציון זצ"ל פלעגט זאגן עס זענען דא וואס זאגען אז דאס גרויסקייט פון שינאווער רב איז געוועהן אין תורה: עס זענען דא וואס זאגען אז זיין גרויסקייט איז באשטאנען אין דעם וואס ער האט באוויזען גרויסע מופתים, איך האלט אז זיין אמת'ע גרויסקייט זעהט מען פון דעם פאלגענדען ענין:

א פשוט'ער דארפס יוד איז אמאהל געוועהן שטארק פארזארגט זעענדיג אז זיין קו וויל נישט געבן קיין מילך, איז ער געפארן קיין שינאווע בעטין דעם שינאווער רב ער זאל אים בענטשען אז די קוה זאל געבין מילך.

דער איד איז אנגעקומען צום שינאווער רב אינמיטען דאווענען און ער האט זיך אראפגעזעצט און געווארט אריינצוגיין צום רבי'ן, ווען דער שינאווער רב האט זיך געשטעלט דאוונען די הויכע שמונה עשרה און ער האט געגעבען א געשריי הקל הגדול הגיבור ו-ה-נ-ו-ר-א מיט גרויס התרגשות הנפש האט דאס געשריי אויפגעציטערט דעם דארפס איד און עס האט זיך אנגגעצונדען אין זיין הארץ א פלאם פון קדושה אויך נאכ'ן דאווענען ווען דער שינאווער רב האט טועם געוועהן , האט דער איד צוגעקוקט ווי דער צדיק עסט מיט כוונה און מיט דביקות בבחינת צדיק אוכל לשובע נפשו און דערנאך בענטשט ער מיט התלהבות און מיט גרויסע קולות, עס האט זיך דערוועקט אין דעם איד אן אהבה צום אויבערשטען און ער האט אינגאצנען פארגעסען פון זיין קו און זיין הויז געזונד און ער איז פארבליבן צוויי וואכען אין שינאווע כדי מקבל צו זיין א דרך אין עבודת השם.,

ווען זיין משפחה האט געזעהן אז ער קומט נישט אהיים זענען זיי געפארען קיין שינאווע און זיי האבען אים געטראפען אין בית המדרש וואו ער איז געזצען און געזאגט תהלים מיט א ברען פרעגן זיי אים פארוואס קומסטו נישט א היים און וואס איז געווארען מיט די ברכה פאר די קו, ענטפערט ער איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט, איין זאך ווייס איך יא אז איך בלייב דא כדי צו דינען דעם היילגען באשעפער,

זיין משפחה האט געמיינט אז ער איז ל"ע נישט ביים פולן דעת, און זענען אריינגעגאנגען צום שינאווער רב און אים דערציילט אז דער פאטער איז אראפ פון דעת און דארף א רפואה , האט דער שינאווער רב אים אריינגערופען און האט אים ערקלערט אז עס איז א מצוה מפרנס צו זיין די משפחה דעריבער זאל ער א היימפארן און מפרנס זיין די משפחה או ער קען קומען אמאהל אויף א שבת אדער א יום טוב , דער איד האט געפאלגט ער איז א היים געפארען און געדינט דעם באשעפער , ער איז געשטיגען אין עבודת ה' און חסידות און ער איז געווארען א גרויסע עובד השם. אט אין דעם איז באשטאנען דעם שינאווער רב'ס גרויסקייט.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: הגה"ק ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא - בעל דברי יחזקאל - ו' טבת תרנ"ט

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

א איד איז געקומען צום שינאווער רב, און האט מזכיר געווען אז זיין זון מוז שטיין צום מיליטער, און ער דארף גרויס סייעתא דשמיא אז מ'זאל אים נישט נעמען אלס זעלנער.

דער שינאווער רב האט אים אנגעוואונטשן א ישועה. דערנאך זאגט ער אים, אז אויפ'ן וועג אהיימפארנדיק זאל ער קויפן ציגארן, און ער זאל נעכטיגן אין א געוויסן גאסטהויז. (דער שינאווער רב האט אים געזאגט גענוי וואו דאס געפינט זיך פארשטייט זיך, אז דער איד האט אלץ אויסגעפאלגט. ער איז אנגעקומען אין דער קרעטשמע, און האט דארט געדונגען א שטוב.

ביינאכט קלאפט ביי אים אן דער אידישער אייגנטימער פון גאסטהויז, מיט א בקשה ער האט דערציילט, אז עס זיינען אנגעקומען חשוב'ע עלעגאנטע פערזאנען, צווישן זיי א דאקטאר, א גרויסער גענעראל, און א מאיאר, זיי האבן זיך אנגעשיכור'ט, און אצינד פארלאנגען זיי פון אים ציגארן, און אויב ער וועט נישט דערפילן זייער פארלאנג, קענען זיי אים חלילה שלאגן. האט ער געפרעגט דעם גאסט צי ער האט ביי זיך ציגארן. דער איד האט אים געענטפערט אז יא, און ער האט אים געגעבן עטליכע ציגארן.

מיט א האלבער שעה שפעטער, קלאפט ווידער אן דער בעל הבית און בעט נאך א פאר ציגארן. האט דער איד אים צוגעגעבן נאך ציגארן.

גייט דורך נאך א שטיק צייט, און דער פארשוין קלאפט נאכאמאל אן, און בעט ווידער ציגארן. איז דאן דעם איד איינגעפאלן, אז אפשר ליגט זיין ישועה אין די ציגארן וואס ער טיילט. איז ער אראפ געגאנגען אין זאל וואו די גויים האבן געשיכור'ט, און ער האט מיט העפלעכקייט געגעבן יעדן פון די גויים א ציגאר. די גויים האבן אים זעהר געדאנקט, ערקלערנדיק אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט גערייכערט קיין ציגארן מיט אזא געשמאקן טעם, און זיי האבן מיט דורשט אויסגערייכערט אויך די ציגארן. דערנאך האט ער זיך צעשמועסט מיט זיי, און ער איז געוואר געווארן אז דער דאקטאר און דער גענעראל זיינען די יעניקע פאר וועמען די יוגנט דארף שטיין צום מיליטער דא אין דער געגנט.

דער איד האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און האט ביי זיי געבעטן צו באפרייען זיין זון פון מיליטער דינסט, און אלס אנערקענונג פאר די געשמאקע ציגארן, האבן זיי אים צוליב געטוהן.

אזוי האט דער שינאווער רב מיט'ן כוח פון רוח הקודש, און דורכ'ן אריינגעבן א געשמאק אין ציגארן, געשענקט א איד א ישועה.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 888
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1525

Re: הגה"ק ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא - בעל דברי יחזקאל - ו' טבת תרנ"ט

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

אין שטאט דעעש האט געוואוינט א יוד וואס האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער האט דער דעעשער רבי הגה"ק ר"ר משה'לי זצ"ל אים געהייסען פארן צום שינאווער רב דער איז אנגעקומען קיין שינאווע און האט געוואלט אריינגיין מיט א קוויטל, אבער דער שינאווער רב האט דאסמאל נישט אויפגגענומען קיין מענטשען ער האט פרובירט צו פועל'ן ביי די גבאים אבער זיי האבען נישט נאכגעגעבן. ענדליך 2 א זייגער ביינאכט האט דער שינאווער רב פוצלונג באפוילען דעם גבאי אריינצולאזען דעם דעעשער איד , דער שינאווער רב האט אים געבענטשט מיט א קינד אוןה אט אים געגעבןע א טאבאק פושקע פון מיט טאבאק און האט אים געזאגט א העלפט פון דעם טאבאק זאלסטו אויסטיילען ביים ברית פון קינד, א פערטיל בי דער בר מצוה .און דאס איבריגע ביי די חתונה פון דעם קינד, צום יאר האט דער איד געויברען א קינד און ער האט אויסגעפאלגט די רייד פון שינאווער רב זי"ע.
שרייב פאוסט