בלאט 1 פון 1

מיין שכנ'ס לעכט צינדן - #גארדזשעס

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:22 pm
דורך העלדיש
וואוינען אין א אפארטמענט בילדינג האט גאר אסאך מעלות, איינע פון די שטערקסטע איז דאס אז מען קען מיטהאלטן די הערליכע חנוכה ליכט צינדן און די לידער פון די שכנים ארום און ארום...

ביי מיר האט די ברכה חל געווען אויף א מוראדיגע אופן. איך אסאך שכנים, אבער איין שכן איז עפעס 'ספעשל', זייער טאלאנטפול און א מחנך נפלא, דאס איז מיין עקספיריענס מיט אים; מיין שכן האט זיך נארוואס ביטערליך צעוויינט האלטנדיג אינמיטן עפעס אן לאנג פארצווייגטע הנרות הללו וואס זיין חבר האט אליינס פארפאסט, א שאד נאר אז איך האב דאס נישט פארפאסט, ס'שטעכט מיר נאך ביז יעצט... רוב פון די ניגון איז אוי יואי יואי'ס אביסל ווערטער און אסאך שפייאכץ... ער איז אזוי פארטיפט אז ער הערט ניטאמאל זיין קינד וועלכע שרייעט שוין טאטי פאר באלד א האלבע שעה.

אלע אנדערע שכנים האבן שוין גע'ענדיגט זינגען פאר א שעה צוריק אבער דעם הייליגן שכן האלט נאך בתחילת דרכו. א לענגערע פראגראם וועט נאכפאלגן.

מיין שכן מאנאווירט זיין שטימע ווי א פראפעסאר צווישן די ווילדע געשרייען פון זיינע קינדער וועלכע וואלטן שוין געדארפט שלאפן פון לאנג, אבער דא דארט ווערט ער אויך פארהאנקעט אביסל...

ענדליך האט ער געגעבן אביסל אויפמערקזאמקייט פאר זיינע קליינע שאף, ער הייבט אן צו זינגען די קינדערישע יוונים אויף טאון הונדערט, זיין דיקע שטימע מערט זיך ווי אויף הייוון און מיר נעמט דאס ארויס יעדער טראפ אפעטיט פון עסן. אפס, ער האט זיך אפגעשטעלט, ער האט באמערקט אז זיינע קינדער פאר וועמען ער זינגט די ניגון זענען שוין פון לאנג נישט דא, זיי שלאגן זיך שוין ווייטער. ער זינגט אבער ווייטער יונים מיט די גאנצע קנאק, זעט אויס אז ער אליין האט אויך ליב דעם ניגון. אינמיטן זינגען הער איך אים אויסשרייען מיט זיין בערישן שטומע; 'מאמי', זענען די לאטקעס שוין גרייט? איך האב איך געוואלט פרעגן אויב ווען די לאטקעס ווערן גרייט גייט ער אויפהערן צו בויערן מיינע אויערן. אויב יא טראג איך זאפארט אריבער מיינע צו אים...

פלוצלונג האט זיך א פארטייבנדע גערויש, שטיקער גלאז ווערן צופיצלט און מיין שכן שרייט העכער ווי אסאמא בין לאדין, ''מושי'' פארוואס קוקסטו נישט ווי דו גייסט?! הע? ברומט ער אויף זיין דריי יעריגע קינד וועלכע בוכה'ט פאר שרעק. פארוואס דרייסטו איבער טאטי'ס מנורה? הע? זיין כעס שטאפלען זענען געפארפול הויעך...

מושי האט געהאט פון וואס צו פארכטן, א פארציע פון מאכטפולע שלעק האט נאכגעפאלגט און ביז די רעבעצין האט נישט אינטעווינרט האט זיך די שלעק נישט אפגעשטעלט. איך קען שוין די חברה, מארגן וועט זיין ווייב נאך גייען פארציילן פאר אלע נעיבערס אז די שווארצע און בלויע צייכנס אויף דאס קינד קומט פון דעם וואס ער איז געפאלן... וואס נאך? ...

צען.. ניין.. אכט ...
מיין שכן האט באשלאסן אז ס'איז צייט אז די קינדער זאלן גייען שלאפן, ער באניצט זיך מיט טעראר מיטלען זיי צו דערשרעקן און אריינפאקן אין שלאף צימער... ווער ס'גייט נישט זיין אין בעט ווען ווי טאטי האלט ביי איינס גייט נישט באקומען חנוכה געלט... זיינע נארישע קינדער רעדן זיך נעבך איין אז דער וואס פאלגט טאטע גייט יא באקומען חנוכה געלט... א רחמנות...

איך וועל זיך דא אפשטעלן מחשש גילוי, אבער גלייבטס מיר, יותר ממה שקראנו לפניך כתוב כאן, ס'איז נאך דא גאר אסאך גוטע סחורה צו פארציילן, אפשר נאך וואס איך וועל מופן...
א ליכטיגע חנוכה

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:40 pm
דורך דער תהלים איד
:lol: :lol: איך גיב דיר רשות צו שרייבן מיין טאגבוך ווייטער. אפילו בעפאר'ן מופן.

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:45 pm
דורך כרוספדין
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:40 pm :lol: :lol: איך גיב דיר רשות צו שרייבן מיין טאגבוך ווייטער. אפילו בעפאר'ן מופן.
קיין וואו מופסטו? זאל מען כאטש וויסן וואו צו שיקן די מאווינג פרעזנט....

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 2:18 am
דורך מאטאווירט
גוט גוט!

שיק א פיצי ציפ פאר דיין שכן. די סארט מענטשן וואס זינגען בארבאריש הויך בשעת זיי קענען נישט זינגען בכלל, זענען די רעכטע פיצי- ציפעס פארדינער.

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:42 am
דורך טיפע טאשן
פיינע נייעס, דערמאנסט מיר פון אינזער שכן וואס צוגאב צו אלע מעלות פלעגט ער אנהויבן צינדן דוקא נאך 2 שעה נאכ'ן זמן

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:14 pm
דורך העלדיש
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:42 am פיינע נייעס, דערמאנסט מיר פון אינזער שכן וואס צוגאב צו אלע מעלות פלעגט ער אנהויבן צינדן דוקא נאך 2 שעה נאכ'ן זמן
איך האב מורא אז מיר זענען שכנים... :D

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:23 pm
דורך באשיינפערליך
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:42 am פיינע נייעס, דערמאנסט מיר פון אינזער שכן וואס צוגאב צו אלע מעלות פלעגט ער אנהויבן צינדן דוקא נאך 2 שעה נאכ'ן זמן
מיין שכן האט נאכנישט אנגעהויבן צינדן. סטעי טונד…

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:46 pm
דורך העלדיש
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:23 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:42 am פיינע נייעס, דערמאנסט מיר פון אינזער שכן וואס צוגאב צו אלע מעלות פלעגט ער אנהויבן צינדן דוקא נאך 2 שעה נאכ'ן זמן
מיין שכן האט נאכנישט אנגעהויבן צינדן. סטעי טונד…
נו, לאמיר הערן אביסל פון א אח לצרה :oops:

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:38 pm
דורך באשיינפערליך
העלדיש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:46 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:23 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:42 am פיינע נייעס, דערמאנסט מיר פון אינזער שכן וואס צוגאב צו אלע מעלות פלעגט ער אנהויבן צינדן דוקא נאך 2 שעה נאכ'ן זמן
מיין שכן האט נאכנישט אנגעהויבן צינדן. סטעי טונד…
נו, לאמיר הערן אביסל פון א אח לצרה :oops:
גראדע איז ער א וואוילער (חוץ וואס זיינע דעליווערי באקסעס פון פסח הויערן נאך אין די האללוועי…) אבער לשם יחוד הייבצעך אן יעדע נאכט בערך האלב אכט, ס׳איז מיר א חידוש וואס ער טוט ביז דאן.

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:37 pm
דורך העלדיש
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:38 pm
העלדיש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:46 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:23 pm

מיין שכן האט נאכנישט אנגעהויבן צינדן. סטעי טונד…
נו, לאמיר הערן אביסל פון א אח לצרה :oops:
גראדע איז ער א וואוילער (חוץ וואס זיינע דעליווערי באקסעס פון פסח הויערן נאך אין די האללוועי…) אבער לשם יחוד הייבצעך אן יעדע נאכט בערך האלב אכט, ס׳איז מיר א חידוש וואס ער טוט ביז דאן.
נייג צו אן אויער

Re: מיין שכנ'ס לעכט צינדן - #גארדזשעס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:38 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
:lol: :lol: :lol:
אונז האבן דעם זעלבן שכן?

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 12:33 am
דורך באשיינפערליך
העלדיש האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:37 pm
באשיינפערליך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:38 pm
העלדיש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:46 pm

נו, לאמיר הערן אביסל פון א אח לצרה :oops:
גראדע איז ער א וואוילער (חוץ וואס זיינע דעליווערי באקסעס פון פסח הויערן נאך אין די האללוועי…) אבער לשם יחוד הייבצעך אן יעדע נאכט בערך האלב אכט, ס׳איז מיר א חידוש וואס ער טוט ביז דאן.
נייג צו אן אויער
איך ברויך גארנישט נייגן… מיט א אנגעצינדענע וואקיום קלינער פלאס מוזיק הער איך קלאר יעדעס ווארט. דער איז א לייוו ספיקער…