דער גאון דער שדי חמד איז געבוירן געווארן אין יאר תקצ''ג צו זיין פאטער ר' אליהו רפאל מדיני. ביים ברית האט אים זיין טאטע געבען א נאמען חזקיה. די נאמען חיים האט מען אים הערשט צוגעלייגט אין יאר תרל''ח אלט זייענדיג 45 יאר נאכדעם וואס ער איז שטארק נישט געזונט געווארן.
חזקיה איז געווען אן עילוי מופלג ער האט געלערנט תורה ביי די חכם באשי, און ביי זיין חתונה האבן זיך באטייליגט כמעט אלע גדולי א''י.
שפעטער אין יאר תרי''ג ווען זיין טאטע איז אוועק, איז די עול הפרנסה געפאלן אויף אים. און נאכן זעהן אז ער איז נישט מצליח צו ברענגען גענוג פרנסה צו שפייזן זיך מיט די פרוי, און זיין מאמע מיט זיינע געשוויסטער האט ער זיך אריבער געצויגען קיין איסטאנבול טערקיי וואו ער האט געהאט רייכע קרובי משפחה.
אין איסטאנבול פלעגט ער פארלערנען א שיעור יעדע נאכט, און איינמאל איז א גביר פון די טערקישע קהילה אין קריימיע רוסלאנד/אוקריינא געווען אנוועזענד ביי זיין שיעור און עס איז אים זייער געפאלן, האט ער תיכף אנגעטראגען דאס רבנות אין קריימיע. און דער שדי חמד איז טאקע אריבער קיין קריימיע אין יאר תרכ''ז ווי ער איז אויפגענומען געווארן אלץ רב אין די טערקישע קהילה.
דער שדי חמד האט אסאך עוסק געווען אין די מצוה פון ישוב א''י, ער האט צוזאמען גענומען געלט און ארויפגעשיקט אויף א''י. זיין חיבה לא''י איז געווען אזוי שטארק אז ער שרייבט אז ווען ער האט פארלאזט א''י איז דאס געווען ביי אים כאילו ער האט עובר געווען אלע תרי''ג מצוות אויף איינמאל. און אזוי אויך האט ער אין זיין אסיפות דינים מערכת א' אנגעהויבן מיט א''י, הגם א''י איז נישט די ערשטע על סדר האל''ף בי''ת. און ער האט געזאגט אויף דעם אז א''י איז איבער אלעס. און דעריבער האט ער שטענדיג געוואלט צוריק ארויפגיין אויף א''י.
אין יאר תרנ''ט האט ער טאקע באשלאסען ביי זיך אז ער פארט ארויף קיין א''י, און כאטש וואס די בני הקהילה האבן זיך שטארק געבעטן ביי אים צו פארבלייבען דארט אין קריימיע איז ער געבליבען ביי זיינ'ס און ארויף קיין א''י.
אנקומענדיג קיין א''י האט מען אים אויפגענומען מיט גרויס שמחה און כבוד, און מען אים געוואלט אויפנעמען אלץ רב אין ירושלים. ער האט אבער נישט מסכים געווען צוליב די טירדות וואס דאס וועט אים ברענגען. און דאס וועט אים פארשווערן צו לערנען און צוענדיגען זיין ספר שדי חמד.
אין יאר תרס''א איז ער אריבער וואוינען קיין חברון, און ווען די רב פון חברון איז נפטר געווארן האט ער מסכים געווען צו איבערנעמען דאס רבנות, וויבאלד ס'איז געווען א קליין שטאט. און איז געווען דאטר רב פאר 4 יאר. דארט אין חברון פלעגט ער פארלערנען א שיעור אין ספר ילקוט מעם לועז יעדע נאכט פאר די ארבעטער.
אום כ''ד כסלו שנת תרס''ה האט זיך א פלאם פייער אין די עולם התורה פארלאשען ווען דער שדי חמד איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים. ער איז געקומען לקבורה אין חברון. ביי זיין לויה האבן זיך באטייליגט אידן מיט אראבער צוגלייך. און שפעטער ביינאכט האבן די אראבער געפענט זיין קבר און אראפגעשניטען שטיקלעך פון די תכריכין אלץ א סגולה.
אינמיטן זומער תרפ''ו צוועלעף יאר נאך זיין פטירה, האבן די אראבער אויפגעגראבען זיין קבר און האבן אים געוואלט באגראבען ביי איינער פון זייערע געבעט הייזער. זיי האבן אים אנגעהויבן ארויסנעמען, אבער משום איזה דבר האבן זיי זיך לבסוף צוריקגעהאלטן. אינדערפרי האבן די אידן געזעהן וואס האט פאסירט האבן זיי אים תיכף צוריק מקבר געווען און געשטעלט שומרים דארט יעדע נאכט. הרב משה בלוי האט פארציילט אז ער האט געזעהן דעם גוף אז ס'איז געווען פריש כביום הקבורה, און די תכריכין איז געווען שניי ווייס ממש ווי ניי.
זיין ספר שדי חמד איז באקאנט אלץ א מייסטער ווערק, און אנציקלופדיה וואס איז ממש נישט צו באגרייפן. ער האט מקדיש געווען כל ימיו צו מחבר זיין די ספרי השדי חמד, און ער האט צוזאמען גענומען דברי כל הראשונים ורוב ספרי האחרונים אויף אן אופן וואס איז ממש מוח שפאלטענד צו זעהן וואס ער האט אלץ געוויסט און געקענט.
רבי חיים חזקיה מדיני, מחבר ספר שדי חמד - כ''ד כסלו תרס''ה
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2057
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6038
רבי חיים חזקיה מדיני, מחבר ספר שדי חמד - כ''ד כסלו תרס''ה
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2057
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 6038
Re: רבי חיים חזקיה מדיני מחבר ספר שדי חמד - כ''ד כסלו תרס''ד
אמאל האט אן עושר פון קריימיע אים ארויפגעשיקט א גרויסע סכום געלט קיין חברון, האט ער צוריקגעשריבען א בריוו צום עושר ווי ער בעט אים רשות אויב ער מעג צוטיילן די געלט פאר ארימעלייט, וויבאלד ער פאר זיך געבט זיך אן עצה בדוחק אבער די עניית אין א''י איז זייער שווער ממילא אויב ער וועט אים געבן רשות וועט ער צוטיילן די געלט פאר עניי א''י.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: רבי חיים חזקיה מדיני, מחבר ספר שדי חמד - כ''ד כסלו תרס''ה
זייער אינפארמאטיוו! יישר כח!
Re: רבי חיים חזקיה מדיני, מחבר ספר שדי חמד - כ''ד כסלו תרס''ה
אויב איך געדענק גוט האט די הייליגע שדי חמד פארציילט פאר זיינע תלמידים וואס האבן אים געפרעגט וויאזוי ער האט זוכה געווען צו אזא הפלא׳דיגע זכרון און גאונות, אז ווען ער איז געווען יונג איז ער אדורך גאר א שווערע נסיון ווי איינער וואס האט אים שטארק מקנא געווען האט ארויפגעשמירט אויף אים א שרעקליכע בלבול, אבער די מדוברת האט נאכדעם חרטה געהאט פארן איר לאזן נוצן אלץ שטעקן איז זיך געקומען מתוודה זיין פארן שדי חמד און אויסגעזאגט ווער עס האט איר געשיקט און באצאלט, אבער די די שדי חמד האט איר באשוואוירן נישט צו פארציילן כדי עס זאל נישט ארויסקומען א חילול השם. ער האט אויסגעפירט אז נאכדעם ווי ער האט באשלאסן נישט יענעם צו באגראבן און געליבן שטיל האט ער געשפירט ווי די שערי חכמה האט זיך געעפענט פאר אים און ער האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.