בלאט 1 פון 2

לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:04 pm
דורך נקודות טובות
עליה השלם כל הקרבנות כולם.

מען נוצט כסדר דעם לשון ביי לויות והספדים ווי צו זאגן אז דאס זאל זיין דאס לעצטע קרבן, דאס איז א טעות מוחלט!
די אמת'ע טייטש פון עליה השלם כל הקרבנות כולם איז פונקט פארקערט. אז דוקא אויפן תמיד של שחר האט מען געמעגט מקריב זיין קרבנות, און נישט אויפן תמיד בין הערבים. און דער טייטש איז, ''עליה'' אויף די קרבן תמיד של שחר, השלם זאל מען ענדיגען כל הקרבנות.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:06 pm
דורך נקודות טובות
לאו עכברא גנב אלא חורא גנב.

דאס איז נאר לפי ההוה אמינא פון די גמרא, למסקנא בלייבט די גמרא אז ואי לא עכברא חורא מאי קעביד.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:10 pm
דורך דער תהלים איד
שיינער אשכול...

"כר' זושא ועוד לקרא, וועל איך אויך מעיד זיין..."

אזוי רופט אויס דער יושב ראש ביים דינער מיט פאטאס נאך רבי זושא'ס דרשה. אבער ס'איז גאר אמעראציש. לפי המשמעות וואלט ער געדארפט זאגן "כיהודה ועוד לר' זושא". ודו"ק.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:12 pm
דורך דער תהלים איד
און דאס איז שוין מסתמא באקאנט:

"מהרסייך ומחריביך ממך יצאו" איז א 'גוטע' בשורה פונעם נביא. אז די מהרסים וועלן ארויסגיין און ס'וועט מער נישט זיין.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:28 pm
דורך נקודות טובות
מפי עליון לא תצא הרעות.

מען נוצט דאס צו זאגן אז פון הימעל קומט נישט ארויס קיין שלעכטס.
פשט אין פסוק זאגן אבער אלע מפרשים מפי המדרש, אז לא יצא רעה וטובה מפיו אלא הרעה באה מאליה לעושה רע והטוב לעושה טוב.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:15 pm
דורך שמח
זייער אסאך זענען בתורת מליצה, אבער מ'דארף טאקע געדענקען אז עס איז נישט די ריכטיגע אפטייטש.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 11:43 pm
דורך שמייכלדיג
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:06 pm לאו עכברא גנב אלא חורא גנב.

דאס איז נאר לפי ההוה אמינא פון די גמרא, למסקנא בלייבט די גמרא אז ואי לא עכברא חורא מאי קעביד.
כ'האב נאכגעקוקט, פון די גמרא איז נישט מוכרח אז די סברא ווערט אפגעפרעגט נאר אז מ'קען אויך זאגן א סברה פארקערט, און די גמרא בלייבט טאקע מסתברא היכא דאיכא איסור התם קנסינן.

אין ויקרא רבה פ"ו ברענגט ער א מעשה פון א קעניג וואס פלעגט באשטראפן די גנבים הענדלער און נישט די גנבים אליין, און דער עולם האט געשוימט, האט דער קעניג געמאכט א עקספערימענט מיט חולדות ווען מ'האט פארשטאפט זייערע לעכער האבן זיי צוריקגעברענגט די עסן, און דער עץ יוסף זאגט אז דער קעניג האט געטון אזוי ווי די גמרא לאו עכברא גנב אלא חורא גנב
► Show Spoiler

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:29 am
דורך מאטאווירט
זייער אינטערסאנט!

יישר כח פארן עפענען דעם טעמע.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:32 am
דורך תינוק הבורח
מהיכי תיתי. (נישט ממש לשון קודש)

כי האדם עץ השדה. (לרש"י)

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:36 am
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 4:12 pm און דאס איז שוין מסתמא באקאנט:

"מהרסייך ומחריביך ממל יצאו" איז א 'גוטע' בשורה פונעם נביא. אז די מהרסים וועלן ארויסגיין און ס'וועט מער נישט זיין.
דעס איז א וועג פון נוצן א מליצה

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 10:38 am
דורך וואוילער
תינוק הבורח האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 12:32 am מהיכי תיתי. (נישט ממש לשון קודש)
די אויסדריק ווערט גענוצט אזוי מהיכי תיתי'דיג אן קיין שום פשט

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 11:12 am
דורך שמייכלדיג
דאס איז עס, שפריכווערטער ווערן פארדרייט לתפארת המליצה וזאת תפארתו, חוץ פון אזא מליצה ווי עליה השלם וואס איז אפשר דא א חשש פון אל תפתח פה, אבער פון די אנדערע זייט וויבאלד די כוונה איז לטובה ובפרט אויב מ'זאגט די אפטייטש אפשר מעג מען יא, אזוי ווי מ'זעהט ביי די תנאים ווען זיי האבן געזאגט קללות און זיי האבן שפעטער מפרש געווען אז ס'מיינט ברכות (מו"ק ט), און מסתם דער וואס האט עס די ערשטע מאל גענוצט האט געוויסט די אמת'ע טייטש.

די אלע מליצות ווען זיי זענען געבוירן געווארן איז עס לכאורה געווען א WOW, למשל ווען מ'האט געהערט די ערשטע מאל אויף א שידוך חיתון נעשו יפות האט דער עולם הנאה געהאט פון די חידוש, די פראבלעם ווערט ווען די מליצה ווערט איבערגעניצט איינמאל און נאכאמאל און עס גייט אריין אינעם לעקסיקאן אז מ'קען שוין נישט שרייבן אנדערש, און מען פארגעסט שוין אז דער אמת'ער פשט איז עפעס אנדערש...

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:07 pm
דורך וואוילער
איז דא די פלאץ צו אויפמערקן אויף דעם טעות פון זאגן ״זי זאל זיין א מליצה ישרה״?
די ריכטיגע וועג צו זאגן איז א ״מליצה יושר״.
סיי א מאן און סיי א פרוי זענען מליץ יושר, א מאן איז א מליץ און א פרוי א מליצה.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:22 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:07 pm איז דא די פלאץ צו אויפמערקן אויף דעם טעות פון זאגן ״זי זאל זיין א מליצה ישרה״?
די ריכטיגע וועג צו זאגן איז א ״מליצה יושר״.
סיי א מאן און סיי א פרוי זענען מליץ יושר, א מאן איז א מליץ און א פרוי א מליצה.
ריכטיג. א איינגעגעסענע טעות.

כווייס אויב די ריכטיגע איז "מליצה יושר" אדער "מליצת יושר".

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:25 pm
דורך דער תהלים איד
אגב, כהאב שוין לאנג געוואלט קאלן זלמן ווידער מיט דעם תיקון...

"די פאליציי פארטיילן טיקעטס, מען בעט דעם עולם צו אויספאלגן, דינא דמלכותא דינא".

דינא דמלכותא דינא איז נוגע ווען ס'איז 'נישט' דא קיין פאליציי... ווען ס'איז יא דא קען מען זאגן "התורה חסה על ממונם של ישראל"...

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 10:13 am
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:25 pm אגב, כהאב שוין לאנג געוואלט קאלן זלמן ווידער מיט דעם תיקון...

"די פאליציי פארטיילן טיקעטס, מען בעט דעם עולם צו אויספאלגן, דינא דמלכותא דינא".

דינא דמלכותא דינא איז נוגע ווען ס'איז 'נישט' דא קיין פאליציי... ווען ס'איז יא דא קען מען זאגן "התורה חסה על ממונם של ישראל"...
וואס עפעס זלמן ווידער'ן?

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:18 pm
דורך דער תהלים איד
ווייל ער מעלדט אזוי מזמן לזמן... אבער די זעלבע זענען מיט אלע דינער טשעירמאן'ס וואס רופן דאס אויס ווען די פאליציי טיילן פארקינג טיקעטס אינדרויסן..

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:48 pm
דורך שמייכלדיג
ס'נישט אזוי שלעכט... קודם, מזרזין את האדם בשעת מעשה (ווען דען וועט ער הארכן...)

שלא תמות כדרך שמת פלוני

רעג דיך נישט אויפן פאליצאנט, ער האט רעכט

אם אין אתה יוצא בשביל ממונך צא בגין בההילכתא. וכו'

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:52 pm
דורך נקודות טובות
שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 11:12 am דאס איז עס, שפריכווערטער ווערן פארדרייט לתפארת המליצה וזאת תפארתו, חוץ פון אזא מליצה ווי עליה השלם וואס איז אפשר דא א חשש פון אל תפתח פה, אבער פון די אנדערע זייט וויבאלד די כוונה איז לטובה ובפרט אויב מ'זאגט די אפטייטש אפשר מעג מען יא, אזוי ווי מ'זעהט ביי די תנאים ווען זיי האבן געזאגט קללות און זיי האבן שפעטער מפרש געווען אז ס'מיינט ברכות (מו"ק ט), און מסתם דער וואס האט עס די ערשטע מאל גענוצט האט געוויסט די אמת'ע טייטש.

די אלע מליצות ווען זיי זענען געבוירן געווארן איז עס לכאורה געווען א WOW, למשל ווען מ'האט געהערט די ערשטע מאל אויף א שידוך חיתון נעשו יפות האט דער עולם הנאה געהאט פון די חידוש, די פראבלעם ווערט ווען די מליצה ווערט איבערגעניצט איינמאל און נאכאמאל און עס גייט אריין אינעם לעקסיקאן אז מ'קען שוין נישט שרייבן אנדערש, און מען פארגעסט שוין אז דער אמת'ער פשט איז עפעס אנדערש...
ווען עס קומט צו די דעם אז פון אויבן קומט נישט ארויס קיין שלעכטס איז עס פאלטש פשט, און איז נישט אמת. עס קומט יא ארויס שלעכטס פון הימעל, נאר דער מענטש ברענגט זיך דאס אליינס אן! (אודאי איז אלעס לטובה...)

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:53 pm
דורך נקודות טובות
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:25 pm אגב, כהאב שוין לאנג געוואלט קאלן זלמן ווידער מיט דעם תיקון...

"די פאליציי פארטיילן טיקעטס, מען בעט דעם עולם צו אויספאלגן, דינא דמלכותא דינא".

דינא דמלכותא דינא איז נוגע ווען ס'איז 'נישט' דא קיין פאליציי... ווען ס'איז יא דא קען מען זאגן "התורה חסה על ממונם של ישראל"...
נישט אזוי פשוט אויב עס איז בכלל דא די דין פון דינא דלמלכותא דינא ביי פארקן וכדו'.

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:10 pm
דורך שמייכלדיג
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:53 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:25 pm אגב, כהאב שוין לאנג געוואלט קאלן זלמן ווידער מיט דעם תיקון...

"די פאליציי פארטיילן טיקעטס, מען בעט דעם עולם צו אויספאלגן, דינא דמלכותא דינא".

דינא דמלכותא דינא איז נוגע ווען ס'איז 'נישט' דא קיין פאליציי... ווען ס'איז יא דא קען מען זאגן "התורה חסה על ממונם של ישראל"...
נישט אזוי פשוט אויב עס איז בכלל דא די דין פון דינא דלמלכותא דינא ביי פארקן וכדו'.
נו, זאל עס זיין א מליצה (ישרה..)

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 3:47 pm
דורך שמייכלדיג
ישראל כשהן יורדין יורדין עד לעפר, ווערט גענוצט מיט א ערענסטקייט אז ווען אידן פאלן ברוחניות פאלן זיי גאר נידריג נאך אפילו ערגער ווי גוים, אין אמת'ן מיינט עס פשוט בגשמיות ווען אידן זענען בשפלות זענען זיי מושפל עד לעפר (מגילה טז)

ישראל עזין שבאומות אדער ענליכס וואלט געווען מער א פאסיגער צושטעל

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 4:43 pm
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 1:52 pm
שמייכלדיג האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 11:12 am דאס איז עס, שפריכווערטער ווערן פארדרייט לתפארת המליצה וזאת תפארתו, חוץ פון אזא מליצה ווי עליה השלם וואס איז אפשר דא א חשש פון אל תפתח פה, אבער פון די אנדערע זייט וויבאלד די כוונה איז לטובה ובפרט אויב מ'זאגט די אפטייטש אפשר מעג מען יא, אזוי ווי מ'זעהט ביי די תנאים ווען זיי האבן געזאגט קללות און זיי האבן שפעטער מפרש געווען אז ס'מיינט ברכות (מו"ק ט), און מסתם דער וואס האט עס די ערשטע מאל גענוצט האט געוויסט די אמת'ע טייטש.

די אלע מליצות ווען זיי זענען געבוירן געווארן איז עס לכאורה געווען א WOW, למשל ווען מ'האט געהערט די ערשטע מאל אויף א שידוך חיתון נעשו יפות האט דער עולם הנאה געהאט פון די חידוש, די פראבלעם ווערט ווען די מליצה ווערט איבערגעניצט איינמאל און נאכאמאל און עס גייט אריין אינעם לעקסיקאן אז מ'קען שוין נישט שרייבן אנדערש, און מען פארגעסט שוין אז דער אמת'ער פשט איז עפעס אנדערש...
ווען עס קומט צו די דעם אז פון אויבן קומט נישט ארויס קיין שלעכטס איז עס פאלטש פשט, און איז נישט אמת. עס קומט יא ארויס שלעכטס פון הימעל, נאר דער מענטש ברענגט זיך דאס אליינס אן! (אודאי איז אלעס לטובה...)
דאס איז די פשוטע טייטש פון מפי עליון לא תצא הרעות והטוב

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:22 pm
דורך משזר עריכה
אזוי אויך איז דא די באוואוסטע (עמהארצ'ישע) מליצה:
"איך שפיר מיר דא כשושנה בין החוחים"

Re: לשון הקודש שפריכווערטער מיט זייער באדייט

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:37 am
דורך איך און מיך
ווייסט איינער ווער האט אנגעהויבן נוצן דאס ווארט אורח אלס שפאט?