איינס פון זעקס מיליאן

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
בלוט בלבול
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:06 pm
x 55

איינס פון זעקס מיליאן

פאוסט דורך בלוט בלבול »

לאדזש געטא, פוילן, ווינטער תש״ב.

שטיל שטיל האבן מיר זיך נאכמער צוזאמגעקוועטשט אין אונזער ווינקל, פרובירנדיג נישט ארויסצוברענגען קיין איבריגע אויפמערקזאמקייט.

אונזער קליין צוויי יעריג אסתר׳ל איז מאמענטאל טיף געשלאפן, ב״ה. אבער ווילאנג גייט דאס דען קענען אנהאלטן אזוי.

מיר האבן נישט געוואוסט ווער פון אונזערע באקאנטע עס לעבן נאך, און ווער איז אוועקגעפירט געווארן צו איינע פון די אומבאקאנטע פלעצער. מיר האבן איין זאך געוואוסט. מ׳דארף זיין שטיל. אינגאנצן. קיינער זוכט נישט קיין איבריגע צרות יעצט. ווילאנג? קיינער האט דאס נישט געקענט פאראויסזאגן.

״משה חיים,״ האט זי שטיל געפליסטערט, דו האלטסט אז אונז גיי מיר נאך ארויסגיין פון דא לעבעדיג?״

״אודאי.״ האב איך איר געענטפערט מיט א זעלבסטזיכערקייט וואס איך האט אליינס נישט געוואוסט פון וואו איך נעם עס. ״גיטל, דו האלטסט אז דער אויבערשטער פארלאזט אונז פאר איין רגע? זיכער נישט. איך בין זיכער אז איין טאג גייט אלעס זיין גוט.

אבער אפילו נישט,״ האב איך צוגעענדיגט מיט א פונק אין די אויגן, ״איז עס אויך לטובה.״

זי האט פארשטאנען.

אין איר האנט האט זי ארומגענומען אונזער קליינעם וואס איז געליגן איינגעהילט אין א דעקע, און ליבליך געגלעט איר צארט פנימ׳ל און אירע שיינע שווארצע הארעלעך.

״אסתר׳קע טייערע,״ האט זי שטיל געשעפשעט איינהאלטנדיג א קרעכץ, ״איין טאג וועסטו זיין א גרויסע מאמעלע. דו וועסט מיך נישט אנטוישן, אמת?״ האט זי געקוקט צו אסתר׳לס צוגעמאכטע אויגן איר וויגנדיג אויף איר שויס.

א טרער האט זיך ארויסגעגליטשט פון איר אויג. און דאן נאך איינס. און נאך איינס. אראפ אויפ׳ן קאפ פון אסתר׳ל.

״מאמא, פארוואס וויינסטו?״ האט זיך געהערט דאס דינטשיג קול׳כל פון אסתר'קע.

״אוי, מאמא וויינט נישט,״ האט זי פרובירט פארווישן אירע טרערן. ״שלאף שיין זיסע בובאלע, ס׳איז נישט גוט פאר דיך צו זיין אויף יעצט.

״גיטל,״ האב איך זיך אנגערופן שוין אביסל שטייף. ״איך ווייס טאקע נישט ווילאנג מיר גייען זיין דא און פארוואס בכלל מיר זענען דא, אבער ס׳גייט נישט אייביג זיין טונקל, ס׳קומען גוטע צייטן. איך זאג דיר צו. וועסט נאך זען.״

אבער וויאזוי?״ האט זי נישט אראפגענומען די ערנסטע מינע פון איר פנים. ״וויאזוי איז מעגליך? הונדערטער מענטשן שטארבן דא אויס טעגליך אין פארנט פון אונזערע אויגן, און דו זאגסט אז ס׳קומען גוטע צייטן?״ האט זי געפרעגט א שווערע לאגישע קשיא.

״דער אויבערשטער קען אלעס, גלייב מיר.״ האב איך געענטפערט מיט דעם זעלבן זיכערקייט ווי פריער, נעכטן, און אייערנעכטן.

איך האב איר אנגעקוקט מיט טרויעריגע בליקן, איך קען איר נעבעך נישט העלפן. הלואי איך קען עפעס טון פאר מיין משפחה, פאר מיין ווייב, פאר מיין קליין קינד וואס האט זיכער גארנישט שלעכטס געטון.

__

א שאס האט פלוצלינג אפגעדונערט אין די שטילקייט פון דער נאכט. גיטל האט זיך צוגעשארט צום פענסטער, און אוועקגערוקט די פורהאנג א טראפ.

״אוי וויי!״ האט זי זיך צעשריגן גלייך בייסנדיג די ליפן, אינסטינקטיוו לייגנדיג די הענט אויפ׳ן מויל. זי האט געציטערט צי זי האט נישט גערופן מיט דעם איינע פון די חיות וואס דרייען זיך אונטן אין גאס.

״אונזער שכן, לייבוש, זעט אויס ער האט פרובירט ארויסצוגיין פון הויז, און די רשעים האבן אים דערשאסן.״

״ברוך דיין האמת, א טייערער איד געווען.״ האב איך צוזאמגעבראכן די הענט. ״און זיין ווייב און קינדער? אוי, כ׳האלט עס מער נישט אויס...״

גיטל האט נאר מער צוגערוקט אסתר׳ל צו איר הארץ. ״דו ביזט מיין גאנצע וועלט, דו הערסט שעפעלע? אן דיך האב איך גארנישט.״ האט זי געגעבן א הייסע קוש אויף די וויכע בעקעלעך פון איר טייער קינד.

אבער אויך אונזער קליינע משפחה׳לע האט די מידעקייט געקענט שלאפן לייגן.

געשלאפן זענען מיר אין הויז נומער זיבן אויף דער פראזנע גאס, מיט נאך פיל משפחות. מיר זענען אנגעקומען שוין שפעט און ניטאמאל געהאט אן אייגענע בעט, מיר זענען פשוט געשלאפן אויף דער ערד.

__

דעם קומענדיגן צופרי האט א שטארקע זון אריינגעבליקט פון די אפענע לאדנס, און אנגעזאגט א פרישן טאג פאר די צעבראכענע אידן.

א טאג פון פיין, א טאג פון געוויין, א טאג וואס קיינער ווייסט נישט וואס די קומענדיגע מינוט וועט ברענגען.

אוי ווי מיר האבן נישט געוואוסט.

״הערויס! אלע הערויס!״ האבן זיך געהערט ווילדע געשרייען אין באגלייטונג פון גרויסע פארציקנדע הינט.

זיי זענען ארומגעגאנגען פון טיר צו טיר, און ווער ס׳האט זיך דאס מינדעסטע קעגנגעשטעלט איז גלייך דערשאסן געווארן.

נישט געווען קיין צוויי ברירות.

מיר זענען נישט אויסגעשלאסן געווען. אונזער קליין אסתר׳ל וואס האט געציטערט פון קעלט האבן מיר איינגעוויקלט אין א ווארעמער דעקע, שנעל אריינגעלייגט די וויכטיגע חפצים און צירונג אין א קליין זעקל, און מיט דערשלאגענע געזיכטער און איינגעבויגענע רוקנס האבן מיר זיך דערשלעפט צום מארק וואוהין מען האט דירעקטירט אלע אידן.

פון צוויי גאסן אוועק האט מען שוין געקענט באמערקן אז ס׳איז דא צוויי גרופעס. מענער און פרויען.

מיר האבן זיך שטומערהייט אנגעקוקט און געוואוסט אז ס׳איז מעגליך דאס לעצטע מאל וואס מיר זעען זיך.

״אסתר,״ האב איך ציטערנדיג אנגעכאפט דאס קעפעלע פונעם איינציג קינד מיינס. ״איך האב דיך ליב מיט מיין גאנצע הארץ, און איך וועל דיך אייביג געדענקען, קיין חילוק וואו דו ביסט. דיך און מאמי. איך האב ענק ליב מער ווי עטס קענטס ענק פארשטעלן...״ האב איך געשאנקען א טרויעריגע אבער באדייטפולע בליק צו מיין אשת חיל.

זי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין. ״איך בעט דיך, פארלאז מיך נישט. וואס וועט זיין מיט אונז? האסט מיך צוגעזאגט אז סגייט זיין גו--״

״א גראדע רייע האב איך געזאגט!״ האט זיך געהערט די שטייפע שטימע פונעם נאצי אפיציר. אונז צעשיידנדיג. אויף אייביג.

__

א קליין געשניצט בערדל האט ער געטראגן, און א ברוינעם לעדערנעם רענצל געהאלטן אין זיין האנט. יאהאן שטאלהיים האט מען אים גערופן.

ער איז אנגעקומען אהין אויסזעענדיג ווי א דירעקטער שליח פונעם טייוול.

ער האט שפאצירט צווישן די רייעס און ארומגעקוקט מיט רוצחי׳שע בליקן, ווען אינמיטן איז ער צוגעגאנגען צו א פרוי וואס האט געהאלטן א קינד אין אירע ארעמס.

״געבזשע זי ביטע אהער דאס קליין קינד.״ האט ער זיך ווי געבעטן צו דער פרוי.

די פרוי האט אנגעהויבן טרייסלען, און נאך שטערקער אנגעהאלטן דאס קינד.

״איך האב געזאגט אהערגעבן!״ האט ער שוין פארלוירן זיין פריערדיג געמאכטע העפליכקייט.

עס איז געווען שא שטיל אין מארק. מענער און פרויען, זיידעס און באבעס, קינדער און פיצלעך. אלע זענען געשטאנען געשפאנט.

אבער די פרוי האט זיך נישט גערירט, אויסער הייסע טרערן וואס זענען גערונען פון אירע אויגן.

א טרייסל האט געכאפט אלע ארומיגע ווען דער נאצי האט ארויסגענומען זיין זילבערנעם רעוואלווער און עס געצילט קעגן דער פרוי. ״אדער אהערגעבן דאס קינד, אדער וועט איר ביידע טיילן דעם זעלבן גורל...״

א פיפס האט מען נישט געהערט איבער׳ן גאנצן ארום. ס׳האט אויסגעקוקט ווי די וועלט איז אויפאמאל געשטארבן.

אבער די פרוי האט זיך נישט גערירט פון פלאץ.

די ארומיגע פרויען האבן אנגעהויבן שושקען צו איר זי זאל אהינגעבן דאס קינד ווייל אז נישט וועט ער זיי ביידע אומברענגען. אבער זי איז געווען ווי פארשטיינערט אויף איר ארט ווי א שטיק האלץ.

״איך פרעג נאך איין מאל,״ האט מען געהערט די שטאלצע שטימע. ״וועט איר מיר געבן דאס קינד?״

״קיינמאל!״ האט זי זיך פלוצלינג דערוועקט פון איר פארגליווערטקייט.

א קליק פונעם רעוואלווער האט זיך געהערט, און דער נאצי האט געלייגט זיין פינגער אויפ׳ן צינגל. און געדרוקט.

״ג-י-ט-ל!״ האט זיך געהערט א געשריי, נאר צו אנערקענען אז דאס קומט פון מיין אייגן מויל.

אבער ס׳איז שוין געווען צו שפעט.

איך האב נאך עספיעט צו זען דעם לעצטן בליק פון מיין ווייב. און דאן ווי זי פאלט אנידער מיט אונזער קליין אסתר׳ל אין א קאלוזשע בלוט.

ניטאמאל וויינען האב איך געקענט. מיין קאפ איז ווי געווארן א שטיק בליי, און מיינע פיס צוויי קלעצער. איך בין געשטאנען דארט ווי א שד געשלאגענער. איך האב נאר געשעפשעט ״גיטל, אסתר׳קע...״ אבער קיין ענטפער איז נישט געקומען.

דער גאצער עולם איז געשטאנען דארט ציטערנדיג פון שרעק וואס דא גייט ווייטער געשען, אבער דער נאצי האט אנגעהויבן טרייבן אלע צו די באנען. מיט יעדער גרופע פון עטליכע הונדערט מענטשן זענען געגאנגען עטליכע עס עס סאלדאטן, און יעדן ארויפגעטריבן אויף די באנען. איך צווישן זיי.

מיר זענען אלע געפארן אין די בהמה וואגאנען, אבער איך האב נישט גארנישט געשפירט. איך האב גארנישט געזען. פון מיין זייט איז קיין וועלט שוין נישטא. איך האב נישט פארוואס צו לעבן. איך בין געזיצן שטיל אין א זייט און געכליפעט אויפן קול ״גיטל, אסתר׳קע...״ ביז מיין קול איז געווארן הייזעריג. דאן בין איך געזיצן אוינעם זעלבן ווינקל און געוויינט א שטומע געוויין. א געוויין פון א טאטע וואס האט האט צוגעזען די רציחה פון זיין קינד. א געוויין פון א מאן וואס האט פארלוירן זיין ווייב.

איך בין געזיצן דארט פאר׳חלומ׳ט און געגלאצט אין טיפן חלל אריין. איך האב נישט רעאגירט די עטליכע מאל וואס אפאר אידן, אליינס צעבראכענע, האבן זיך דערבארעמט אויף מיר און געוואלט ארויסשלעפן פון מיין חלום. איך האב אויך נישט רעאגירט ווען דער באן איז געקומען צו אן אפשטעל אין אוישוויצן לאגער. ביז איינע פון די קאפאס האט מיר פיזיש געדארפט אראפשלעפן איך זאל נישט בלייבן ליגן צווישן די טויטע.

איך בין אראפגעקומען פונעם באן, און אלעס וואס איך האב געזען איז געווען שווארצע שאטנס, אייגנטליך איין גרויסע שווארצע שאטן. דאס האט אנגעפילט מיין קאפ און מער פון דעם האב איך נישט געזען און געשפירט.

איך האב פאמעליך שפאצירט מיט די אנדערע אידן צו דער פארזאמלונגס פלאץ.

איך האב ניטאמאל באגרייפט וואס עס שפילט זיך אפ ווען דער ״לינקס!״ האט געדונערט איבער מיין קאפ.

ווי א ראבאט בין איך געגאנגען לינקס, וואו מען האט געהייסן אויסטון די וועש. און פון דארט בין איך מיט יעדן אריין אין גאז קאמער.

עלף גאנצע מינוט האב איך זיך געראנגלט אומווילנדיג מיטן טויט, ביז איך האב אויסגעהויכט די נשמה צוזאמען מיט נאך הונדערטער אידן.

___

דארט אין גן עדן וואו איך זיץ צוזאמען מיט גיטל און אסתר׳קע איז אונז זייער גוט. צוזאמען מיט די זעקס מיליאן קדושים וואס זענען אומגעקומען ביי דער מלחמה.

השם ינקום דמם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6608
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15222

Re: איינס פון זעקס מיליאן

פאוסט דורך דער תהלים איד »

כ'בין שטום

........

.....

...

.
אוועיטער
בערל דער פייפער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1024
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1414

Re: איינס פון זעקס מיליאן

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

:cry: :cry:

אין דברים, האסט מיר צונימען

דרך אגב האסט א פיינע פענע.
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3937
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5120

Re: איינס פון זעקס מיליאן

פאוסט דורך שמח »

השם ינקום דמם!


האסט א פיינע שפראך.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 650
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 885

Re: איינס פון זעקס מיליאן

פאוסט דורך מאטאווירט »

גאר גוט אפגעשריבן.

צענעמט דאס הארץ!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3711
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5996

Re: איינס פון זעקס מיליאן

פאוסט דורך וואוילער »

יויש! עס רייסט!
אבער די קעפל רייסט נאך מער פון אלעם!!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
בלוט בלבול
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:06 pm
x 55

Re: איינס פון זעקס מיליאן

פאוסט דורך בלוט בלבול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:12 pm כ'בין שטום

........

.....

...

.
אקעי, אבער שרייבן קענסטע, איא? ;)

בערל דער פייפער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:16 pm :cry: :cry:

אין דברים, האסט מיר צונימען

דרך אגב האסט א פיינע פענע.
א דאנק.

שמח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:53 pm השם ינקום דמם!


האסט א פיינע שפראך.
אמן. שכח.

מאטאווירט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:55 pm גאר גוט אפגעשריבן.

צענעמט דאס הארץ!
טענקס.

וואוילער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:04 am יויש! עס רייסט!
אבער די קעפל רייסט נאך מער פון אלעם!!
יעפ, דאס איז די פוינט. זעקס מיליאן איז נישט קיין נומער, ס'איז זעקס מיליאן לעבנס. דאס קען מען נישט משיג זיין.
שרייב פאוסט