איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3730

איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך נקודות טובות »

אין אנדערע אשכול האבען מיר ארום גערעדט איבער די געדאנק אז זינגערס ערלויבען זיך צו זאגן מיינונגען וואס איז אין קעגנזייט צו די הוראות פון אונזערע רבנים. לאמיר פראבירן צו דערגיין וואס איז די סיבה וואס טריגערט די זינגערס ארויסצוקומען ברבים דערמיט. עס איז זיכער יש דברים בגו, און פון איגנארירן און פארלייקענען פאקטען פארדינט קיינער נישט.

די ערשטע זאך מוז מען קלאר מאכן אז דאס אז זינגערס און אנדערע סולעברעטיס וכדו' קומען ארויס זאגן מיינונגען, איז פשט אז באמת איז דא אסאך וואס האבן בעצם די זעלבע מיינונגען אין קאפ, נאר די סיבה פארוואס זיי קומען נישט ארויס ברבים איז.
1) וויבאלד זיי האבן נישט קיין אפציעלע פלאטפורמעס וואו זיך צו לאזן הערן, און א ראיה דערצו איז אז אין בית המדרש לאזט ער זיך שוין איינמאל הערן וואספארא קאראפשען אונזער סיסטעם איז.
2) ער האט נישט די זעלבסט זיכערקייט זיך ארויסצושטעלן ברבים זאגן זיין מיינונג, אבער ביחידות קענסטו הערן פון פילצאליגע מענטשען זייער אפענע אום-צופרידענהייט מיט די היינטיגע סיסטעם. משא''כ דער סולעברעטי האט יא די קאנפידענס ווייל ער איז דאך א סולעברעטי.

אונז ווייסן פון חז''ל אז יעדע אידיש נפש איז אן עולם מלא. פשט אין די מאמר איז נישט נאר אז יעדע אידישע נפש טראגט א חשיבות פון אן עולם מלא, נאר אויך אז יעדע נפש איז באמת אן עולם מלא פאר זיך. מען קען נישט צוזאמענשטעלן איינעמ'ס תכונות הנפש מיט א צווייטענס. יעדער האט זיך זיין אייגענארטיגקייט מיט וואס ער שיינט ארויס מער פון א צווייטען, און יעדער האט זיך זיינער אייגענארטיגע חסרונות וואס ער דארף דעוועלעפאן אויף אן אופן וואס זאל אים נאר מאכן שיינען מער.

מיר לעבן היינט אין א וועלט פון סיסטעם, א סיסטעם וואס טראגט אונטער זיך טויזענטער קינדער בלי עין הרע כן ירבו בעזר השם. אבער צומאל פארגעסט מען אז אה''נ די סיסטעם טראגט אונטער זיך טויזענטער קינדער, באשטייט אבער יעדע כלל פון יחידות'דיגע פרטים. און אין דעם פאל רעדט מען פון אידישע קינדער, וואס יעדער פון די כלל פאר זיך אן עולם מלא. יעדע טאטע/מאמע/זיידע/באבע/בחור/אינגעל/מיידל, ביי יעדען איינעם ליגט באהאלטען געוויסע אייגענארטיגקייטן וואס גייט נישט צוזאמען מיט זיין שכנ'ס.

ווען מען גייט אריין אין א קאר פעקטארי וכדו', און מען זעהט ווי אזוי עס ווערן פראדעצירט הונדערטער טויזענטער קארס א יאר. קען מען אזער זעהן ווי אזוי א סיסטעם לויפט אייניג פון אנהויב ביזן סוף, און טאקע צוליב דעם קומען ארויס אלע קארס פונקטלעך אייניג, וואס ווען נישט יעדע קאר האט זיך זיין אייגענע סיריעל נאמבער וואלט אפי' דער פראדאצירער נישט דערקענט קיין חילוק פון איינס איבער'ן צווייטען. דאס איז אבער נאר וויבאלד יעדע קאר האט פונקטלעך די זעלבע כוחות אין זיך ווי דער קאר וואס איז פראדאצירט געווארן מיט א טאג פריער, ער שיינט מיט גארנישט מער ווי זיין חבר און ער האט נישט אין זיך קיין שום אייגענארטיגייט.

איז נישט די מהלך פון אונזער סיסטעם אוועקגעשטעלט אויף אזא אופן פון one size fits all?
און אויב יא פארשטייען מיר גאנץ פיין וואס עס טריגערט געוויסע מענטשען, און דוקא זינגערס און סולעברעטיס. יעדער פארשטייט אליינס אז רוב פון די סולעבראטיס האבן נישט קיין פלאץ אין סיסטעם, פשוט וויבאלד זיי זענען אוט אף די באקס. איך בארעכטיג אים נישט פארן ארויסקומען פאבליק, אבער עפעס א טענה האט ער, ניין?

אני כשלעצמי קען אויסשמועסן געוויסע פרטים אויף ביידע וועגן סיי די מעלות און סיי די חסרונות, אבער איך וואלט קודם געוואלט הערן אביסעל דעת הקהל.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך שבת קודש »

פארוואס פאלט אייך ביי אז אונזער סיסטעם לאזט נישט יעדעם זיין איינגארטיג? זיכער אז יא

אונזער סיסטעם געט ארויס אלעס רבנים מיט ביזנעס לייט צוגלייך
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3730

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך נקודות טובות »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:15 pm פארוואס פאלט אייך ביי אז אונזער סיסטעם לאזט נישט יעדעם זיין איינגארטיג? זיכער אז יא

אונזער סיסטעם געט ארויס אלעס רבנים מיט ביזנעס לייט צוגלייך
דאס אז די סיסטעם געבט ארויס מיינט נאך נישט אז די סיסטעם איז געשטעלט אויף דעם. אודאי גייען ארויסקומען אלע מיני מענטשען, ווייל וואס דען האסטו געוואלט? יעדער איז דאך למעשה אייגענארטיג. די שאלה איז אבער אויב וואלט עס געקענט זיין בעסער....
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 67

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך שכל הישר »

די ערשטע זאך וואס מען דארף קוקן, פאר מען וויל טוישן די סיסטעם, איז די סוקסעס רעיט.

וויפיל למעשה פאלן ארויס פון די סיסטעם, און וויפיל בלייבן אין די סיסטעם..
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1595
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3730

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך נקודות טובות »

שכל הישר האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:31 pm די ערשטע זאך וואס מען דארף קוקן, פאר מען וויל טוישן די סיסטעם, איז די סוקסעס רעיט.

וויפיל למעשה פאלן ארויס פון די סיסטעם, און וויפיל בלייבן אין די סיסטעם..
וואס מיינט ארויסגעפאלן און וואס מיינט בלייבן?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך שבת קודש »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:26 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:15 pm פארוואס פאלט אייך ביי אז אונזער סיסטעם לאזט נישט יעדעם זיין איינגארטיג? זיכער אז יא

אונזער סיסטעם געט ארויס אלעס רבנים מיט ביזנעס לייט צוגלייך
דאס אז די סיסטעם געבט ארויס מיינט נאך נישט אז די סיסטעם איז געשטעלט אויף דעם. אודאי גייען ארויסקומען אלע מיני מענטשען, ווייל וואס דען האסטו געוואלט? יעדער איז דאך למעשה אייגענארטיג. די שאלה איז אבער אויב וואלט עס געקענט זיין בעסער....
זיי מסביר וואס איז שייך צו מאכן אנדערשט?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9575

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער הייליגער בורא האט באשאפן אן אינטערסאנטע וועלט.

כך עלה במחשבתו וכך גזרה חכמתו, צו מאכן א וועלט וואס קיין שום זאך איז נישט פערפעקט, ממש קיין שום זאך. דער איינציגסטער וואס איז פערפעקט איז דער וואס מאכט זיך באקוועם מיט א רוחניות'דיגע צופרידנהייט און איז שמח בחלקו.

עסט מען אסאך, האט מען בויכוויי. עסט מען ווייניג, גייט די אויגן אויס פאר קנאה אויף די זאפטיגע טשולנט וואס דער שכן פארזוכט; האט מען נישט קיין ארבעט, ווערט מען דעפרעסט. האט מען יא ארבעט, ווערט מען אנגעשטרענגט און מיד; האט מען נישט קיין געלט, איז מען בחיי צער. האט מען אסאך געלט, ווער מען צודרייט און מ'דארף צושטעלן יעדע מינוט עפעס אנדערש פאר די ווייב און קינדער און געלטגייער; און אזוי קען מען גיין ווייטער און ווייטער.

אודאי, יעדע זאך האט א דבר הממוצע וואס דער רמב"ם זאגט שוין אז דאס איז דער דרך התורה, אבער קיינער אויף דער וועלט גרייכט נישט "פונקט אינמיטן"... יעדער האט פון די סייד עפעקטס לכאן או לכאן.

איינע פון די זאכן וואס גייען אריין אין דעם כלל, איז די שרעקעדיגע ווארט וואס הייסט "סיסטעם". א סיסטעם איז א מורא'דיגע ישועה, און א שרעקליכע חורבן. בבת אחת. בבת עין...

מצד אחד אן קיין סיסטעם איז גארנישט דא. טראכט פון ישיבות, פון מוסדות, און טראכט פון שפיטעלער, פון רעגירונג, אלעס אלעס. אן קיין סיסטעם איז גארנישט דא, נישט קיין חינוך, נישט קיין דאקטוירים, און נישט קיין מוראה של מלכות. איי, אמאליגע צייטן האט מען געקענט אן קיין מוסדות? אמאליגע צייטן האט מען געקענט אן קיין העלט דעפארטמענט? אא"וו, יא יא... דער איינציגער וואס איך ווייס כהיום אז ער האלט אז מ'דארף צוריקגיין כל כולו צום אמאל איז הגה"צ וואודריטשער רב, און איך מיין אז דערפאר האט ער שוין נישט קיין ישיבה. דאס וואס איז געווען אמאל האט מען דארט שוין אויך נישט. הפנים, דאס איז דער מציאות פאר ווער עס טוט דערין אביסל מיט אן אמת, קענסט שעלטן די סיסטעם ביז מארגן, אבער א סיסטעם איז קריטיש פאר דיר אליינס.

נאר וואס, א סיסטעם ברענגט פראבלעמען. אן קיין שפיטאל סיסטעם וואלט א מענטש געהיילט געווארן מיט מער הארץ! נישטא וואס צו רעדן. נאר, דער דאקטאר וואלט קיינמאל נישט געהאט די רפואה מיטלען וואס זענען היינט דא, און אויך נישט די הונדערטער געהילפן פאר אלע סארט סענעריאס, אבער "הארץ" וואלט געווען מער! די רול'ס וואלטן נישט געקאסט אזויפיל עגמת נפש און צומאל אפילו לעבנס. אויסדרוקליך. און די זעלבע, אן קיין מוסד סיסטעם וואלט יעדעס קינד געהאט מער פערזענליכע שימת לב! מער חינוך לפי דרכו! אויסדרוקליך. נאר, דער מלמד וואלט קיינמאל קיינמאל נישט געקענט אנקומען צו וואס ער קומט היינט אן אדאנק די סיסטעם'ס גוטע זייט, און א ארעם קינד וואלט געוואקסן א מן הארץ מדרבנן, און אסאך קינדער פון עלטערן עמי הארצים וואס וואקסן היינט געווייקטע הייליגע אינגעלייט וואלטן געוואקסן טשעווערגאוס... און יעדע ווינט פון השכלה און טעכנעלאגיע אא"וו וואלט געקאסט מיליאנען נפשות אנשטאט הונדערטער.

אלזא, וואס איז דער ריכטיגער וועג? דרך הממוצע. אננעמען דעם סיסטעם, אויסנוצן די אויסטערלישע מעלות אנשטאט פארנומען זיין צו שעלטן די חסרונות, און, אודאי אודאי זען וואו מען קען משלים זיין די לעכער וואס א סיסטעם ברענגט.

מ'קען פיל מער מאריך זיין, אפשר בהמשך.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 534

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך העלדיש »

ווארשיינדליך יא. די חינוך איז לכאורה צו אויבערפלעכליך. וואלט עס געווען געבויעט ריכטיג וואלטן די בחורים געוויסט אז אויף די אלע פויערן זינגער און קאמענטירער ברויך מען אראפקוקן און זייער מיינונג איז ווערט כעפרא דארעא
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 649

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך שמייכלדיג »

@העלדיש זיי ווייסן. ס'איז אבער אויך דא א יצר הרע וואס שלעפט ערגעץ אנדערש, ווי אויך איז דא א מגושמ'דיגע גאס וואס בלאזט ווינטן פון אלע זייטן פון עדס קאנצערטס האטליינס וכו', וואס הייבן ארויס גשמיות און די גשם פארטרעגער, דאס איז א שווערע מלחמה און א סטראגל אפי' פאר געבויטע מענטשן, און ס"ה איז דא א בחירה...

און אנדערע ווערטער, נישט אז מ'קען נישט ווערן בעסער, אוודאי יא, אבער ארויסצונעמען פון דעם - אז ס'הערן זיך משולי/משירי המחנה פראסטע מיינונגען - אז ס'איז דא א יסודות'דיגער פראבלעם אין אונזער חינוך, אזש ממש מ'מוז אלעס דעמאלישן און אנהייבן פונדאסניי, איז טעות מעיקרו, ס'איז אלעמאל געווען נסיונות, און כ"ש בעקבתא דמשיחא וואס חוצפא יסגא איז אונזער לעבל, איז דאס אין א געוויסע זין ערווארטעט
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך יום טוב »

העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 2:59 pm ווארשיינדליך יא. די חינוך איז לכאורה צו אויבערפלעכליך. וואלט עס געווען געבויעט ריכטיג וואלטן די בחורים געוויסט אז אויף די אלע פויערן זינגער און קאמענטירער ברויך מען אראפקוקן און זייער מיינונג איז ווערט כעפרא דארעא
וואס מיינט אויבערפלעכליך און וואס איז דער תיקון דערצו ? אדרבה לאמיר הערן
הארציגע מוח
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:03 pm
Location: ישראל
x 13

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך הארציגע מוח »

כ'הייב נישט אן צו פארשטיין דעם אשכול.

זאגסטו אז דער סיסטעם איז נישט גוט, און דערפאר זאל מען וואוט? האסט עפעס בעסערס? אינדרויסן אויפ'ן הפקר גאס איז בעסער? די סעלבערטיס פארקויפן א בעסערע אידישקייט?

דאס איז איינס.

צוויי: די סיסטעם האסט זינגער? חס וחלילה, גענוג און נאך בעלי מנגנים זענען אנגענומען בתוך הקהל, דו רעדסט אפשר פון די וועלכע זענען ארויס מכלל אנ"ש, צוליב דער זעלבער יצר הרע וואס ווירבלט אין אונז אלע, און יעצט ווארפט ער עס ארויף אויפן סיסטעם, פונקט ווי אלע אפגעפארענע וועלכע טרעפן ב"ה וועם צו באשולדיגן מיטן יצר הרע.

דריי: פונדרויסן פארמאגן אלע ארטאדאקסן דעם זעלבן פרצוף, אלע כינעזער זעען אויס אייניג, אלע סאטמארע זענען ממש קרוץ מחומר אחד, די וויזניצער זענען ממש איין פרצוף, און אזוי ווייטער.
כ'זע באמת נישט וועלכע פראבלעם האט א סיסטעם מיט'ן אזוי גערופענער נישט קוקן אויפן אייגנארטיקייט פונעם יחיד. יעדע פלאץ האט זיך מחנכים וכו' וועלכע זארגן זיך פאר יעדן איינציגסטן יחיד, קיין איין טראפ פראצענט ווייניגער פונעם אלגעמיינער כלל.

הא, מ'פארקוקט פון געוויסע פונקטן? מ'פארגעסט פון געוויסע יחידים? דאס איז טאקע א פראבלעם "אויב מאכט זיך עס און ווען ס'מאכט זיך", איז עפן א אשכול 'וויאזוי קען מען זיך מער אומקוקן אויף געוויסע יחידים', מיט א סיסטעם האט עס זירא.

א סיסטעם איז א הייליגע זאך, גרעניץ איז דער יסוד פון קבלת התורה און דער סוד פון אידישקייט, ארייננעמען אין קאפ אז דאס לעבן האט א טעם און אידישקייט א ווערד נאר ווען מ'בויעט פעסטע גדרים, מ'ווייסט וואוהין מ'שטייט אויפ'ן וועלט און פארוואס מ'לעבט. לעבן מיט א הפקרות, כאטש שרייסט טויזנט מאל טענקיו השם וכו' מאך דיר שוואכלאז און מאכטלאז, פארלירסט דיין אידישן ווערד, דיין טעם החיים.

אפגערעדט פון רוחניות, דאס וועלט ווירבלט מיט נסיונות, מ'לעבט אויפ'ן אינטערנעט, פארכאפט אינעם אפענעם נעץ, גיי מאך א חשבון א קלארן וועסטו זען אז וואו שטערקער א סיסטעם איז, איז עס א גרעסערע אפהאלט פון אריינפאלן אינעם גוי'שן וועלט. די וועלכע פארמאגן א שטארקע הנהגה, א פעסטן מויער, זענען פייער פארן סיסטעם, רבי בלע"ז, חצה"ק בלע"ז, זיי זענען די וועלכע שפירן ניטאמאל קיין טעם אינעם מאדערנעם ניגון. יא, זיי האבן אויך א גראבער יצה"ר, אבער דער סיסטעם איז א מויער צו קענען שטיין קעגן אים מיט שטערקערע טריט.

יא, אוודאי שרייען געוויסע אויפן סיסטעם, כ'זע אבער נאכנישט אז זיי האבן ערצייגט עפעס בעסערס, כ'דריי מיך און כ'זוך ווער ס'שטעלט צו עפעס א בעסערע אידישקייט.

זיי האבן פשוט טענות אויף אידישקייט, חעניאקישקייט, און בעיקר: די אידן וואס האבן נישט זוכה געווען צו שפירן די הכנעה און רעספעקט צום סעלבערטי, און זיי גיסן עס אויס מיט סיסטעם משוגעתן.

האסט טענות אויפן סיסטעם? בבקשה רבה, ס'דא צו וועם צו גיין, גיי שריי צו די מחנכים, צו דיין רבי, צו דיין ראש ישיבה, ס'נישט קיין הפקר וועלט, ס'דא ב"ה רבנים, מנהיגים וכו'. און זאלסט שטייצעך וויסן אז נישט אלעס וועסטו און מוזסטו פארשטיין.

הייב אן טראכטן, פול אן דיין קאפ מיט תוכן, וועסטו נישט אזוי ביזי מיט זוכן לעכער פאר'ן סיסטעם.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך וואוילער »

כ'פארשטיי נישט וויאזוי די צוויי זאכן זענען געווארן איין נושא, סיסטעם מיט סעלעברעטיס...
סיסטעם איז אן אפהאנדלונג פאר זיך, ניין?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 290

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך המברך יתברך »

ס'זענען דא צוזאמגעמישט געווארן דריי שאלות, וואס זייערע תשובות זענען אויך אנדערש.

1) צי דער סיסטעם איז גוט? אבסעלוטלי יא.
2) צי עס זענען נישטא קיין לעכער? אבסעלוטלי יא. (ס'איז נישט שייך קיין סיסטעם אן קיין לעכער).
3) צי סעלעבריטיעס האבן וואס אריינצורעדן? אבסעלוטלי נישט.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 9:31 am ס'זענען דא צוזאמגעמישט געווארן דריי שאלות, וואס זייערע תשובות זענען אויך אנדערש.

1) צי דער סיסטעם איז גוט? אבסעלוטלי יא.
2) צי עס זענען נישטא קיין לעכער? אבסעלוטלי יא. (ס'איז נישט שייך קיין סיסטעם אן קיין לעכער).
3) צי סעלעבריטיעס האבן וואס אריינצורעדן? אבסעלוטלי נישט.
דו ווייסט וואס די ווארט ״אבסעלוטלי״ מיינט, איא?
א זאך וואס האט אסאך מעלות און אסאך חסרונות איז נישט אבסעלוט אויף קיין איין זייט.
כ'רעד נישט פון לעכער אין די סיסטעם, איך רעד פון די עצם סיסטעם צו ס'איז א גוטע זאך.

ס'איז אמאהל גוט און אמאהל נישט, פאר איינעם יא און פאר איינעם נישט, און קען אפילו זיין אז ס'איז אביסל גוט און אביסל נישט.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

צ"ק יא
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך מאטאווירט »

הייליג גוט גענאגלט!
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך מאטאווירט »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:49 am

דער אויסדרוק אבסעלוטלי ווערט גענוצט במקום ”זיכער”

ודוק
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך מאטאווירט »

אונזער סיסטעם, און יעדע סיסטעם, האט ”לעכער’.

עס איז אבער נישט קיין ”פראבלעם”.

כך הוא דרכו של עולם.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 290

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך המברך יתברך »

וואוילער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:49 am
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 9:31 am ס'זענען דא צוזאמגעמישט געווארן דריי שאלות, וואס זייערע תשובות זענען אויך אנדערש.

1) צי דער סיסטעם איז גוט? אבסעלוטלי יא.
2) צי עס זענען נישטא קיין לעכער? אבסעלוטלי יא. (ס'איז נישט שייך קיין סיסטעם אן קיין לעכער).
3) צי סעלעבריטיעס האבן וואס אריינצורעדן? אבסעלוטלי נישט.
דו ווייסט וואס די ווארט ״אבסעלוטלי״ מיינט, איא?
א זאך וואס האט אסאך מעלות און אסאך חסרונות איז נישט אבסעלוט אויף קיין איין זייט.
כ'רעד נישט פון לעכער אין די סיסטעם, איך רעד פון די עצם סיסטעם צו ס'איז א גוטע זאך.

ס'איז אמאהל גוט און אמאהל נישט, פאר איינעם יא און פאר איינעם נישט, און קען אפילו זיין אז ס'איז אביסל גוט און אביסל נישט.
נישטא אזא זאך ווי א וועלט אן א סיסטעם. אנטי-סיסטעם איז אויך א סיסטעם, אבער א פארקריפעלטע.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 11:52 am
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:49 am
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 9:31 am ס'זענען דא צוזאמגעמישט געווארן דריי שאלות, וואס זייערע תשובות זענען אויך אנדערש.

1) צי דער סיסטעם איז גוט? אבסעלוטלי יא.
2) צי עס זענען נישטא קיין לעכער? אבסעלוטלי יא. (ס'איז נישט שייך קיין סיסטעם אן קיין לעכער).
3) צי סעלעבריטיעס האבן וואס אריינצורעדן? אבסעלוטלי נישט.
דו ווייסט וואס די ווארט ״אבסעלוטלי״ מיינט, איא?
א זאך וואס האט אסאך מעלות און אסאך חסרונות איז נישט אבסעלוט אויף קיין איין זייט.
כ'רעד נישט פון לעכער אין די סיסטעם, איך רעד פון די עצם סיסטעם צו ס'איז א גוטע זאך.

ס'איז אמאהל גוט און אמאהל נישט, פאר איינעם יא און פאר איינעם נישט, און קען אפילו זיין אז ס'איז אביסל גוט און אביסל נישט.
נישטא אזא זאך ווי א וועלט אן א סיסטעם. אנטי-סיסטעם איז אויך א סיסטעם, אבער א פארקריפעלטע.
אוודאי סיסטעם, די שאלה איז נאר צו איין סיסטעם וואס ״יעדער״ דארף אריין פיטן, אדער עטליכע סיסטעמס דיזיינט פאר אנדערע סארט מענטשן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 290

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך המברך יתברך »

איינס פון די לעכער אין אונזער סיסטעם, איז טאקע דאס אז ס'איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע אנדערשדיגע סיסטעמען וואס זענען דיזיינט פאר אנדערע סארט מענטשן, און זייער אסאך מענטשן פאלן אריין אין די לעכער צווישן די אנדערשקייט פון די סיסטעמען אדער די אווערלעפ וואו איין סיסטעם באמפט אריין אין דער אנדערער.

נ.ב. דאס ווארט 'אבסעלוט' איז אויך רעלאטיוו.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
הארציגע מוח
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 5:03 pm
Location: ישראל
x 13

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך הארציגע מוח »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 11:52 am
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:49 am
המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 9:31 am ס'זענען דא צוזאמגעמישט געווארן דריי שאלות, וואס זייערע תשובות זענען אויך אנדערש.

1) צי דער סיסטעם איז גוט? אבסעלוטלי יא.
2) צי עס זענען נישטא קיין לעכער? אבסעלוטלי יא. (ס'איז נישט שייך קיין סיסטעם אן קיין לעכער).
3) צי סעלעבריטיעס האבן וואס אריינצורעדן? אבסעלוטלי נישט.
דו ווייסט וואס די ווארט ״אבסעלוטלי״ מיינט, איא?
א זאך וואס האט אסאך מעלות און אסאך חסרונות איז נישט אבסעלוט אויף קיין איין זייט.
כ'רעד נישט פון לעכער אין די סיסטעם, איך רעד פון די עצם סיסטעם צו ס'איז א גוטע זאך.

ס'איז אמאהל גוט און אמאהל נישט, פאר איינעם יא און פאר איינעם נישט, און קען אפילו זיין אז ס'איז אביסל גוט און אביסל נישט.
נישטא אזא זאך ווי א וועלט אן א סיסטעם. אנטי-סיסטעם איז אויך א סיסטעם, אבער א פארקריפעלטע.
ביידע תגובות גענאגלט!!!
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

הארציגע מוח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 5:32 pm כ'הייב נישט אן צו פארשטיין דעם אשכול.

זאגסטו אז דער סיסטעם איז נישט גוט, און דערפאר זאל מען וואוט? האסט עפעס בעסערס? אינדרויסן אויפ'ן הפקר גאס איז בעסער? די סעלבערטיס פארקויפן א בעסערע אידישקייט?

דאס איז איינס.

צוויי: די סיסטעם האסט זינגער? חס וחלילה, גענוג און נאך בעלי מנגנים זענען אנגענומען בתוך הקהל, דו רעדסט אפשר פון די וועלכע זענען ארויס מכלל אנ"ש, צוליב דער זעלבער יצר הרע וואס ווירבלט אין אונז אלע, און יעצט ווארפט ער עס ארויף אויפן סיסטעם, פונקט ווי אלע אפגעפארענע וועלכע טרעפן ב"ה וועם צו באשולדיגן מיטן יצר הרע.

דריי: פונדרויסן פארמאגן אלע ארטאדאקסן דעם זעלבן פרצוף, אלע כינעזער זעען אויס אייניג, אלע סאטמארע זענען ממש קרוץ מחומר אחד, די וויזניצער זענען ממש איין פרצוף, און אזוי ווייטער.
כ'זע באמת נישט וועלכע פראבלעם האט א סיסטעם מיט'ן אזוי גערופענער נישט קוקן אויפן אייגנארטיקייט פונעם יחיד. יעדע פלאץ האט זיך מחנכים וכו' וועלכע זארגן זיך פאר יעדן איינציגסטן יחיד, קיין איין טראפ פראצענט ווייניגער פונעם אלגעמיינער כלל.

הא, מ'פארקוקט פון געוויסע פונקטן? מ'פארגעסט פון געוויסע יחידים? דאס איז טאקע א פראבלעם "אויב מאכט זיך עס און ווען ס'מאכט זיך", איז עפן א אשכול 'וויאזוי קען מען זיך מער אומקוקן אויף געוויסע יחידים', מיט א סיסטעם האט עס זירא.

א סיסטעם איז א הייליגע זאך, גרעניץ איז דער יסוד פון קבלת התורה און דער סוד פון אידישקייט, ארייננעמען אין קאפ אז דאס לעבן האט א טעם און אידישקייט א ווערד נאר ווען מ'בויעט פעסטע גדרים, מ'ווייסט וואוהין מ'שטייט אויפ'ן וועלט און פארוואס מ'לעבט. לעבן מיט א הפקרות, כאטש שרייסט טויזנט מאל טענקיו השם וכו' מאך דיר שוואכלאז און מאכטלאז, פארלירסט דיין אידישן ווערד, דיין טעם החיים.

אפגערעדט פון רוחניות, דאס וועלט ווירבלט מיט נסיונות, מ'לעבט אויפ'ן אינטערנעט, פארכאפט אינעם אפענעם נעץ, גיי מאך א חשבון א קלארן וועסטו זען אז וואו שטערקער א סיסטעם איז, איז עס א גרעסערע אפהאלט פון אריינפאלן אינעם גוי'שן וועלט. די וועלכע פארמאגן א שטארקע הנהגה, א פעסטן מויער, זענען פייער פארן סיסטעם, רבי בלע"ז, חצה"ק בלע"ז, זיי זענען די וועלכע שפירן ניטאמאל קיין טעם אינעם מאדערנעם ניגון. יא, זיי האבן אויך א גראבער יצה"ר, אבער דער סיסטעם איז א מויער צו קענען שטיין קעגן אים מיט שטערקערע טריט.

יא, אוודאי שרייען געוויסע אויפן סיסטעם, כ'זע אבער נאכנישט אז זיי האבן ערצייגט עפעס בעסערס, כ'דריי מיך און כ'זוך ווער ס'שטעלט צו עפעס א בעסערע אידישקייט.

זיי האבן פשוט טענות אויף אידישקייט, חעניאקישקייט, און בעיקר: די אידן וואס האבן נישט זוכה געווען צו שפירן די הכנעה און רעספעקט צום סעלבערטי, און זיי גיסן עס אויס מיט סיסטעם משוגעתן.

האסט טענות אויפן סיסטעם? בבקשה רבה, ס'דא צו וועם צו גיין, גיי שריי צו די מחנכים, צו דיין רבי, צו דיין ראש ישיבה, ס'נישט קיין הפקר וועלט, ס'דא ב"ה רבנים, מנהיגים וכו'. און זאלסט שטייצעך וויסן אז נישט אלעס וועסטו און מוזסטו פארשטיין.

הייב אן טראכטן, פול אן דיין קאפ מיט תוכן, וועסטו נישט אזוי ביזי מיט זוכן לעכער פאר'ן סיסטעם.
צו קלאר מאכן אפאר זאכן סיסטעם האט גארנישט מיט גרעניצן און האט גארנישט מיט אידישקייט. פארקערט פון סיסטעם איז נישט הפקירות און נישט סעלעברעטיס. ליידער איז די מציאות ווי שטערקער סיסטעם אלס מער דראפאוטס. די סיסטעם רעכנט זיך נישט מיט קיין איין יחיד (נישט נאר געוויסע יחידים נישט) אסאך יחידים מאכן עס אדורך און אסאך אנדערע נישט...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך אנדערער »

@לקדש שם שמים ווער איז דער סיסטעם? וואס איז דער סיסטעם? די פירערס פון אלע קהילות האבן זיך אפגעשמיסט צו מאכן א סיסטעם?
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: איז דא א פראבלעם מיט אונזער סיסטעם?

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:13 am @לקדש שם שמים ווער איז דער סיסטעם? וואס איז דער סיסטעם? די פירערס פון אלע קהילות האבן זיך אפגעשמיסט צו מאכן א סיסטעם?
ניין אידישקייט איז געווארן זייער סיסטעמייזד נאך די מלחמה. אנשטאט וואונען צוזייט און צושפרייט און שטעטלעך הונדערט פיפציג 200 הונדערט אידן מיט א רב בראש לעבט מען 10000 אידן מיט מעגא קהילות בראש. דאס ברענגט אסאך פראבלעמען בגשמיות וברוחניות
שרייב פאוסט