בלאט 1 פון 4

ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן; איז דאס אויסגעהאלטן?

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:26 pm
דורך שבת קודש
זאגט מיר איינער אז ס'איז דא היימישע ישיבות וואס לאזן נישט די בחורים ווערן חתנים אינמיטן זמן מיט די טענה אז ס'שטערט די סדרי ישיבה און מ'ווערט ארויסגעווארפען פאר דעם.

איז די שאלה איז דאס אויסגעהאלטען?

אין חז''ל שטייט אז א שידוך מעג מען טועהן אייביג מיטן טעם שמא יקדמינו אחר אז איינער וועט דאס אויסכאפן, דא רעדט מען פון אפהאלטען א שידוך א האלבע יאר.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:31 pm
דורך וואוילער
ס'דא פריוואטע ישיבות וואס האבן אזא תקנה.
איז עס אויסגעהאלטן? ער קען טוהן וואס ער וויל.
מיין מיינונג, גיי נישט אריין אין אזא ישיבה.

סקווירא האט אזא תקנה אז ביז חודש ניסן אין צווייטע עידז טאר מען נישט ווערן קיין חתן.

יעצט קומט די סוד, צענדליגער מענטשן טוען שידוכים בסוד, און מעלדן עס ר״ח ניסן. קוק אין די בלעטלעך די צאל שידוכים ראש חודש.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:32 pm
דורך איטשע
צענדליגע ישיבות האלטן אפ די בחורים צו ווערן חתנים מיטן זעלבע טענה, אבער מ'דארף צונעמען די נושא אויף קליין געלט, אז באמת איז די מציאות אז די ישיבה ווערט טאקע צושטערט, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען וויסן צו עס איז אויסגעהאלטן

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 3:37 am
דורך טובי' שרייבער
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:31 pm ס'דא פריוואטע ישיבות וואס האבן אזא תקנה.
איז עס אויסגעהאלטן? ער קען טוהן וואס ער וויל.
מיין מיינונג, גיי נישט אריין אין אזא ישיבה.

סקווירא האט אזא תקנה אז ביז חודש ניסן אין צווייטע עידז טאר מען נישט ווערן קיין חתן.

יעצט קומט די סוד, צענדליגער מענטשן טוען שידוכים בסוד, און מעלדן עס ר״ח ניסן. קוק אין די בלעטלעך די צאל שידוכים ראש חודש.
"גיי נישט אריין" איז נישט קיין טענה.
רוב גוטע ישיבות זענען פריוואט, און בכלל, נישט אלע ישיבות זענען אזוי. אבער איך פערזענליך (נאר מיין מיינונג...) האלט אז מ'טאר עס נישט טוהן פאר אפאר סיבות.
איינס : שמא יקדמנו אחר.
צווייטנס : נישט אייביג איז די בחור יונג, און ס'איז אסאך מאל כדי די בחור זאל שוין א חתן ווערן.
און דריי : נישט דאס מאכט א ישיבה ווערן פארפארן.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:36 am
דורך תינוק הבורח
די ישיבות האבן דאך ראשי ישיבות מיט דעת תורה, טא וואס איז די שאלה?

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:29 am
דורך אנדערער
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:36 am די ישיבות האבן דאך ראשי ישיבות מיט דעת תורה, טא וואס איז די שאלה?
נישט יעדער וואס לערנט האט א דעת תורה

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:30 pm
דורך המברך יתברך
נישט מיר דארפן ענטפערן אזא שאלה. עס באלאנגט צו די גדולי הדור.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:35 pm
דורך צעטל
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:30 pm נישט מיר דארפן ענטפערן אזא שאלה. עס באלאנגט צו די גדולי הדור.
מיר פסק'נען דען? א מיינונג מעג מען נאך האבן. מען שמועסט אויס די צדדים

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:37 pm
דורך המברך יתברך
זייער פשוט. די ישיבה וויל אז ס'זאל נישט שטערן דעם סדר. און די בחורים דארפן ווערן חתנים. (עפעס איבערגעבליבן אויסצושמועסן?).

(וואו איז דער ברוכים הבאים אשכול?).

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:40 pm
דורך שבת קודש
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:31 pm ס'דא פריוואטע ישיבות וואס האבן אזא תקנה.
איז עס אויסגעהאלטן? ער קען טוהן וואס ער וויל.
מיין מיינונג, גיי נישט אריין אין אזא ישיבה.

סקווירא האט אזא תקנה אז ביז חודש ניסן אין צווייטע עידז טאר מען נישט ווערן קיין חתן.

יעצט קומט די סוד, צענדליגער מענטשן טוען שידוכים בסוד, און מעלדן עס ר״ח ניסן. קוק אין די בלעטלעך די צאל שידוכים ראש חודש.
וואס הייסט מען טוט א שידוך בסוד? וואזוי קען מען האלטען א סוד וואס אלע ארומיגע משפחה ווייסן?

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:41 pm
דורך המברך יתברך
בלויז די עלטערן און די חתן כלה ווייסן.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:42 pm
דורך שבת קודש
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:41 pm בלויז די עלטערן און די חתן כלה ווייסן.
אויך נישט די געשוויסטערס פון חתן כלה?

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:43 pm
דורך המברך יתברך
בלויז ווער ס'קען זיך האלטן דאס מויל.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:03 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:42 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:41 pm בלויז די עלטערן און די חתן כלה ווייסן.
אויך נישט די געשוויסטערס פון חתן כלה?
ריכטיג.
כ'האב דאס שוין מיטגעהאלטן עטליכע מאל פון דערנאנט.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:14 pm
דורך סטעישאן וועעגן
דאכצעך אז אין סקווער האט עס נישט מיטן שטערן די סדר הישיבה, נאר היות מ'טוט כמעט נאר היימישע שידוכים, האצעך געטון א געכאפעכץ ביי די 16 17 ממילא האט מען געטייטענט די סיסטעם.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 3:44 pm
דורך תינוק הבורח
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:29 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:36 am די ישיבות האבן דאך ראשי ישיבות מיט דעת תורה, טא וואס איז די שאלה?
נישט יעדער וואס לערנט האט א דעת תורה
יעדער וואס תורתו אומנתו האט א גרעסערע דעת תורה פון בעלי בתים אויף איד טיש.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:10 pm
דורך גראסערי
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:41 pm בלויז די עלטערן און די חתן כלה ווייסן.
און וואס טוט מען ווען א שדכן טראגט אן עפעס פריש?

מען באשטעלט נישט אינצווישן קיין זאל ועוד?

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:11 pm
דורך גראסערי
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:10 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:41 pm בלויז די עלטערן און די חתן כלה ווייסן.
און וואס טוט מען ווען א שדכן טראגט אן עפעס פריש?

מען באשטעלט נישט אינצווישן קיין זאל ועוד?
די ארומיגע באמערקן נישט ווי די עלטערן הערן אויף צו פרעגן אינפארמעשן נאכן זיך שטארק נאכפרעגן אויף איינעם?

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 5:14 pm
דורך וואוילער
מ'טראגט נישט אן, מ'פרעגט זיך נישט נאך...
דעס איז דאך אסור.

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 6:09 pm
דורך משה זרח
קענסט פרעגן די זעלבע שאלה אויף די ליטפישע וואס זוכן בכלל נישט קיין שידוכים ביז די 20'גער יארן, איז דאס אויסגעהאלטן? נאר וואזשע דען? אזוי האט מען זיך געפירט ביי זיי

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 6:09 pm
דורך משה זרח
משה זרח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 6:09 pm קענסט פרעגן די זעלבע שאלה אויף די ליטפישע וואס זוכן בכלל נישט קיין שידוכים ביז די 20'גער יארן, איז דאס אויסגעהאלטן? נאר וואזשע דען? אזוי האט מען זיך געפירט ביי זיי
יעצט צו א סאטמערע בחור קען טוישן זיין מנהג און אריינגיין און אזא ישיבה וואס האט אזא תקנה איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 6:33 pm
דורך איטשע
טובי' שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 3:37 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:31 pm ס'דא פריוואטע ישיבות וואס האבן אזא תקנה.
איז עס אויסגעהאלטן? ער קען טוהן וואס ער וויל.
מיין מיינונג, גיי נישט אריין אין אזא ישיבה.

סקווירא האט אזא תקנה אז ביז חודש ניסן אין צווייטע עידז טאר מען נישט ווערן קיין חתן.

יעצט קומט די סוד, צענדליגער מענטשן טוען שידוכים בסוד, און מעלדן עס ר״ח ניסן. קוק אין די בלעטלעך די צאל שידוכים ראש חודש.
"גיי נישט אריין" איז נישט קיין טענה.
רוב גוטע ישיבות זענען פריוואט, און בכלל, נישט אלע ישיבות זענען אזוי. אבער איך פערזענליך (נאר מיין מיינונג...) האלט אז מ'טאר עס נישט טוהן פאר אפאר סיבות.
איינס : שמא יקדמנו אחר.
צווייטנס : נישט אייביג איז די בחור יונג, און ס'איז אסאך מאל כדי די בחור זאל שוין א חתן ווערן.
און דריי : נישט דאס מאכט א ישיבה ווערן פארפארן.

מיין מנהל אין ישיבה האט מיר אויסגעלערנט אז די וועלט איז א פר"י קאנטר"י, יעדער איז בארעכטיגט צו אפמאכן וואס ער וויל, ווילאנג עס איז זיין פלאץ! יעדער קען מאכן וואסערע תקנות ער וויל, אפי' געוויסע וועלן שרייען ביי קופקעס אז יענע ישיבה איז צודרייט, עס איז נישט נערמאל, דאס און יענץ, ווייטער די מנהל/ראש ישיבה, קענען אפמאכן וואס זיי געפעלט, ווילסט נישט? קענסט זיך נישט צושטעלן? מוזט נישט אריינקומען... זיי קענען אפמאכן אז מ'ווערט נישט קיין חתנים פון א געוויסע צייט... האלסט אז ער איז נישט נערמאל? שיק נישט דיין קינד צו אזא סארט ישיבה...

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 12:54 am
דורך אנדערער
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 3:44 pm
אנדערער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 9:29 am
תינוק הבורח האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 8:36 am די ישיבות האבן דאך ראשי ישיבות מיט דעת תורה, טא וואס איז די שאלה?
נישט יעדער וואס לערנט האט א דעת תורה
יעדער וואס תורתו אומנתו האט א גרעסערע דעת תורה פון בעלי בתים אויף איד טיש.
א ביזנעסמאן וואס זיין ביזנעס באשטייט פון פירן א ישיבה הייסט תורתו אומנתו?

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 4:03 am
דורך טובי' שרייבער
איטשע האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 6:33 pm
טובי' שרייבער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 3:37 am
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:31 pm ס'דא פריוואטע ישיבות וואס האבן אזא תקנה.
איז עס אויסגעהאלטן? ער קען טוהן וואס ער וויל.
מיין מיינונג, גיי נישט אריין אין אזא ישיבה.

סקווירא האט אזא תקנה אז ביז חודש ניסן אין צווייטע עידז טאר מען נישט ווערן קיין חתן.

יעצט קומט די סוד, צענדליגער מענטשן טוען שידוכים בסוד, און מעלדן עס ר״ח ניסן. קוק אין די בלעטלעך די צאל שידוכים ראש חודש.
"גיי נישט אריין" איז נישט קיין טענה.
רוב גוטע ישיבות זענען פריוואט, און בכלל, נישט אלע ישיבות זענען אזוי. אבער איך פערזענליך (נאר מיין מיינונג...) האלט אז מ'טאר עס נישט טוהן פאר אפאר סיבות.
איינס : שמא יקדמנו אחר.
צווייטנס : נישט אייביג איז די בחור יונג, און ס'איז אסאך מאל כדי די בחור זאל שוין א חתן ווערן.
און דריי : נישט דאס מאכט א ישיבה ווערן פארפארן.

מיין מנהל אין ישיבה האט מיר אויסגעלערנט אז די וועלט איז א פר"י קאנטר"י, יעדער איז בארעכטיגט צו אפמאכן וואס ער וויל, ווילאנג עס איז זיין פלאץ! יעדער קען מאכן וואסערע תקנות ער וויל, אפי' געוויסע וועלן שרייען ביי קופקעס אז יענע ישיבה איז צודרייט, עס איז נישט נערמאל, דאס און יענץ, ווייטער די מנהל/ראש ישיבה, קענען אפמאכן וואס זיי געפעלט, ווילסט נישט? קענסט זיך נישט צושטעלן? מוזט נישט אריינקומען... זיי קענען אפמאכן אז מ'ווערט נישט קיין חתנים פון א געוויסע צייט... האלסט אז ער איז נישט נערמאל? שיק נישט דיין קינד צו אזא סארט ישיבה...
ישיבות מעגן מאכן וואספארא תקנות זיי ווילן, ס'דארף נאר מאכן סענס...

Re: ישיבות לאזן נישט ווערן חתנים אינמיטן זמן, איז דאס אויסגעהאלטען?

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 9:29 am
דורך המברך יתברך
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:11 pm
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 4:10 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 12:41 pm בלויז די עלטערן און די חתן כלה ווייסן.
און וואס טוט מען ווען א שדכן טראגט אן עפעס פריש?

מען באשטעלט נישט אינצווישן קיין זאל ועוד?
די ארומיגע באמערקן נישט ווי די עלטערן הערן אויף צו פרעגן אינפארמעשן נאכן זיך שטארק נאכפרעגן אויף איינעם?
אסאך מאל הערט מען אויף צו פרעגן, ווייל מ'האט באשלאסן אז ס'איז נישט אינטערעסאנט.