בחורים, לערנט אייך זינגען…

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 570

בחורים, לערנט אייך זינגען…

פאוסט דורך העלדיש »

אלס הקדמה וויל איך בעטן ביי אלע טייערע בחורים דאס נישט צונעמען פרעזנדליך.

שפאציר איך מיר אויף די בארא פארקער גאסן אין א טינקעלע דאנערשטיג נאכט, מיינע אויגן זענען אנגעשפיצט צו אויפכאפן די מינידסטע פרא פאלעסטיין לאזונג וועלכע קען נאר פארטיישט ווערן אלס אנטיסעמיטישע אטאקע און מיין האלב צוטיילטע ליפן לאזן ארויס קליינע בלוט טראפענס. ווען פלוצלונג אן קיין פריעדיגע מעלדונג דערגרייכן צו מיינע אויערן ווילדע קלאנגען.

קול מלחמה במחנה!

איך ריק מיר צו נענטער צו די מקור פון די כאאטישע גערידער און דאס איז וואס איך האב אנדעקט;
אויפן צווייטן שטאק פון א האלב חרובער בנין אין א כמעט טינקעלע צימער זיצן א כאפטע היימישע בחורים און זענען פארכאפט אין א רירנדע ליל שישי. ליידיגע באטלעך 'באר מים' סאדא וואלגערן זיך אויפן טיש בשעת ווען די שיעור'ס פויקער קלאפט מיט קראפט אויפן אלטן האלצערנעם טישל וועלכע איז פיל מיט נעגל. מען האלט שוין נאכן פארציקן די צענדליגע פארציעס קוגל. בלויז א קליינע מיעוט פון די פאפקארן האבן איבערגעלעבט די 'גענעסייד'.

די טעמפא האלט ביי כמעט הונדערט צוואנציג (דאס איז בערך די שנעלקייט פון א הארא ניגון) אבער זיי זינגען עפעס א הארציגע שמילי אונגאר. נישט גרינג איז געווען צו כאפן וועלכע ניגון זיי האבן מכוון געווען וויבאלד רוב פון די זינגער זענען שוין פון לאנג הייזעריג און בכלל ווער זינגט נאך היינט צוטאגס 'מעלאדי'? יעדער מאכט הארמאני (אדער עפעס אינצווישן)... פארשטייט זיך אז זיי זינגען אויפן העכסטן 'טאון' צו זיכער מאכן אז די טינעידשער וואיס זייערע קומט ארויס במלאו הדרו. בקיצור ס'הערשט טאטאלע אנארכיע.

די לופט איז דערשטיקט פון די פילע רויעך וואלקענעס וועלכע ווערן אויסגעשפיגן פון די הייסע מעלער, און די קול פון ווילדע הוסטערייען האקן איבער די עמאצניאלע אווענט. 'האולי האולי שאאאבבבעעעסס' זינגען זיי עפעס א מאדעניזירטע ניגון. פון די וועג וויאזוי זיי זינגען ענגלישע לידער דערקענט זיך אז זיי לכאורה האבן שטודירט אין האווערד איניווערסיטעט...
דערנאך האבן זיי 'געשיפט' צו מער מזרחי סטייל ניגונים ס'געווען א קאמידיע שאו...

לסיכום וויל איך אייך בעטן דריי זאכן. איינס, זינגטס אויף א נארמאלע טעמפא ס'פארשענערט די ניגון פילפאכיג. צוויי, זינגטס נישט אויף א טאאן וואס עטס קענטס נישט 'עפארדן'. און דריי זינגטס נאמאלע היימישע אלטע ניגינום ס'איז פשוט סאך שענער. פאר ענקער טובה.


אדער מאכסט פשוט צו די פענסטער...
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 670
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 944

Re: בחורים, לערנט אייך זינגען.

פאוסט דורך מאטאווירט »

:P :P :P
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4044
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6914

Re: בחורים, לערנט אייך זינגען…

פאוסט דורך וואוילער »

זיי וועלן שנעלער ווערן אויס בחורים ווי זיך לערנען זינגען (אדער צומאכן פענסטערס)
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 276
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 570

Re: בחורים, לערנט אייך זינגען…

פאוסט דורך העלדיש »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 2:22 pm זיי וועלן שנעלער ווערן אויס בחורים ווי זיך לערנען זינגען (אדער צומאכן פענסטערס)
:mrgreen:
נאכנישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 75
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:51 pm
x 91

Re: בחורים, לערנט אייך זינגען…

פאוסט דורך נאכנישט »

👍👍
אוועיטער
farshlufen
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:04 pm
x 31

Re: בחורים, לערנט אייך זינגען…

פאוסט דורך farshlufen »

איך ליין צווישן די שורות: בחורים געט עי לייף
:cry:
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.
אוועיטער
בעלזא
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 3:34 pm
x 5

Re: בחורים, לערנט אייך זינגען…

פאוסט דורך בעלזא »

farshlufen האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 11:49 pm איך ליין צווישן די שורות: בחורים געט עי לייף
:cry:
זיי מסביר?
איך בין טאקע א בעלזער אבער איך פארטרעט נישט בעלזא
שרייב פאוסט