די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:40 pm
דאס יהדות החרדית רידערט איבער די לעצטערע נייעס'ן ארום זינגערס מיט זייערע סטעיטמענט'ס. און איבער זייערע וויכטיגע נסיעות למען חיזוק ישראל... אא"וו, און די רעקאציעס דערצו.
איך בין נישט קיין גדול בישראל נישט קיין רב און נישט קיין דיין, אבער איך וועל מיך ערלויבען צו זאגן א מיינונג.
מיר שטייען היינט אין א מצב וואס איז נישטא די גדולי ישראל פון אמאל, די וועלט איז טונקעל, ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.
פון די אנדערע זייט איז אין די פארגאנגענע פאר יאר ביי אידן געווארן א נייע מין מושג פון א סאלעבראטי. א סאלעבראטי מיינט איינער וואס קען שיין זינגען אדער האט סיי וועלכע אנדערע טאלאנט, און שיקט ארויס קליפס אויף וואטסאפ, יוטיוב, אינסטעגרעם, טוויטער, וכל שאר מבואות האפלים. און זיי האבן טויזנטער פאללאוערס וואס קוקן איבער מיט נייגער זייערע קליפס וואס זיי לייגן ארויס. זייערע פראפעגאנדעס האבן זיך אנגעהויבן מיטן ארויסשטעלן קליפס ווי זיי זינגען וכדו', שפעטער איז עס אריבער צו כל מיני גשם וחשכות שבעולם, אנשים נשים וטף האלטן מיט זייער פערזענדליכע לעבענס שטייגער וכל מיני משוגעת'ן. זיי געבן השקפה שמועסן, געבן חינוך אינסטראקשענס, זענען מקרב רחוקים, ברענגן אריין א ברען צו א מצוה וכדו'... בקיצור זיי זענען געווארן ממש מנהיגי ישראל.
מען האלט אין א מצב, וואס מען קען זעהן א ווידיאו ווי אזוי הרב הצדיק המשפיע ר' אלימלך בידערמאן זינגט און פלאקערט א קה ריבון, ווארעמט אן אידישע הערצער לאביהם שבשמים. און איז מעורר לבבות ישראל לתשובה. שרייעט און ווייטאגט איבער די שמועות מרהיבות די שרעקליכע ליידונגען וואס אחינו בני ישראל גייט אריבער. יעדעס מאל דער משפיע צופייערט זיך זעהט אויס ווי דער קליינער אויסגעדארטער הייליגער גוף לייגט זיך פשוט צוזאמען נישט קענענדיג אריבער טראגן די צער און עגמות נפש וואס כלל ישראל גייט אריבער. א מינוט שפעטער זעהט מען ווי עפעס אן אנגעפאשעטער זינגער מיט א גוט אויסגעארבעטע גוף, גייט אין gym יעדן טאג ער איז הונדערט פראצענט פיט, ער טאנץ אן ומניח בקדושה לייק נעווער ביפאר. זיין גאנצע שטרעבונג איז צו זיין א סאלעברעטי און מאכן געלט. ער וויל אויסזעהן ווי די אדער יענע גוי'שע זינגער. כדי דאס צו קענען נאכמאכן זיצט ער אויף גוי'שע טשענעלס און קוקט זייער מיקסד קאנסערטס, הערט אויס שעות קול באשה. קיינער ווייסט נישט ווען ער האט געלייגט תפילין דאס לעצטע מאל, און ווי ער דאווענט מעריב יעדן טאג. אבער ער פלאקערט אריין מיט א רבי ישעיה בן ר' משה פויעל פאר כלל ישראל בני חיי ומזוני רויחי...
מיר זענען אין א מצב ווי די שטריק פון די יהדות החרדית ווערט אנגעכאפט און געשלעפט אויף ביידע עקן, איין זייט שטייען די לעצט פארבליבענע גדולי ישראל און ציען איין זייט. מצד אחר שטייען אפאר זינגערס מגושמים און שלעפן דאס צווייטע זייט, און אזוי שלאגען זיי זיך ארום. אוי הלואי זאל מיר ווען האבן די זכיה צו האבן אזעלכע גדולים ווי דער הייליגער סאטמאר רב זי''ע, אדער ווי דער בעלזא רב זצ''ל, אדער דער סקווער'ע רבי ז''ל, וכדו' וואס זאלן אנכאפען דעם שטריק און אונז ציען צו זייער זייט. אבער ליידער האבן מיר נישט, און די מצב איז טאקע זייער ביטער.
זאל עס ווען נאר זיין דאס דער מצב החרשתי, אבער ליידער איז כי אין הצר שוה בנזק המלך. עס שטעלן זיך אויף זינגער'ס און גייען און פראפעגאנדירן ציונות מיט אזויגערופענע אהבת ישראל צו אלע פרייע וכו', פיטערן די כוחי ועוצם ידי אויף א שרעקליכע פארנעם. וועט מיר יעצט איינער פרעגן הלמאי דארף זיך דען יעדער צושטעלן צו סאטמאר רב'ס שיטות? די תירוץ איז א קלארע ניין! אבער אויף דעם בעט איך פון די אלע זינגערס, הביאו לפני ספר יוחסין שלכם, ברענגטס מיר ענקער ספר יוחסין. וואו זענט עטץ אויפגעוואקסען ? ווער זענען געווען ענקערע עלטערן? ווער זענען געווען ענקערע רבי'ס? פון וועמען מאכט עטץ חוזק? זענט עטץ דען אויפגעוואקסען אין אן א''י קיבוץ אונטער די פירערשאפט פון די מזרחי? האבן דען די הייליגער סקווער'ע רבי, אדער דער הייליגער פאפא רב זכרונם לברכה געקריגט מיט'ן סאטמאר רב אין די נקודה?? וועמען מאכט עטץ חוזק פון? וועמען שיטות פונקטלעך דארפן מיר רעספעקטירן? אויף וועלכע מנהיגי ישראל פארריפט איר זיך בכלל?
דאס איז איין לאנגע קייט פון כי בשרירות ליבי אלך, גארנישט מער! שפייען און חוזק מאכן פון אלע היינטיגע רבנים, און טרעטן אויף די ווערטער פון די גדולי ישראל מדורות הקודמין אשר מפיהם אנו חיים! ניין עטץ האטס נישט קיין מנהיג בישראל וואס זאגט אייך וואס צו טוהן! איר זענט נישט נכנע אונטער קיין שום תורה'דיגע אוטאריטעט! עטץ לאכטס פון יעדעם איינעם אן אויסנאם. יעצט איז עס סאטמאר א צווייטע מאל איז עס פאפא א דריטע מאל סקווער און א פערטע מאל באבוב און א פיפטע מאל בעלזא וכו' וכו'. כל הקודש לנו איז ביי אייך א לצנות, און דאס מוז זיך אויפהערן! איך ווייס נישט אויב מקפח זיין די פרנסה איז די וועג צו דעם, אבער איך פרעג אייך, האט איר אן אנדערע מהלך צו דעם? איר זענט לצים פוחזים קלים ורקים! וויפיל מען פראבירט נאר צו רעדן צו אייך איר זאלט זיך אויפירען כאטש האלב נארמאל קומט איר ארויס מיט פרישע קליפס זיך פארענטפערן און ממשיך זיין אראפצורייסען אלע אונזערע ערליכע אידישע השקפות.
וועמען נער'ט מען אז מען פארט אהין געבן בלויז צו געבן חיזוק פאר אידישע קינדער? ליידער ליידער איז אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה. הונדערטער אויב נישט טויזענטער אידישע קינדער ליגן נעבעך על ערש דוי אין לאקאלע שפיטעלער א האלבע שעה וועג צו פארן פון אלע היימישע געגענטער. אידן וואס האבן שוין קיין גוטען טאג אין חדשים שוין נישט געהאט. קיין שמייכעל האבן זיי ליידער שוין וואכען נישט געקענט געבן אריבערגייענדיג יסורים מרים וקשים, די שווערסטע און מערסט פיינפולע טריטמענט'ס אשר לא שערום איש. אנגעהויבען פון יונקי שדים שלא חטאו גמולי חלב שלא פשעו, און גענדיגט ביי זקנים ותלמידי חכמים צדיקים וחסידים ואנשי מעשה. אידן וואס זענען זיך מוסר נפש נאר כדי צו קענען לייגען תפילין און כאטשיג זאגן די פרשיות פון קריאת שמע! פארוואס מוזט איר גיין קיין א''י טרעפען אידן וואס זייער גאנצע שייכות מיט אידישקייט איז ווייל א חב''ד שליח האט אים איינמאל געלייגט תפילין פאר דריי מינוט כדי ער זאל חלילה נישט זיין קיין קרקפתא דלא מנח תפילין???
אויב זענט איר אנגעווייטוגט אויף די וועג וואס איר זענט אויפגעוואקסען. אויב האט איר באקומען צופיל Hate אין די אינגע יארן, און צוליב דעם פילט איר מער א קאנעקשען צו די ציונים ווי צו אונזערע גדולים. זייט אייך מלבש שחורים במקום שחורים און שרייעט אויס בכל עוז ובכל תוקף ''שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד''!! וואס ווילט איר פון אונז היימישע אידן? פארוואס דארפט איר פאוסטען די קליפס אויף אלע אייער פארשטינקענע סאושעל מידיע פלאטפורמעס?? פארוואס רעספעקטירט איר נישט די רבנים פון איייערע קליענטן?? איר מעגט טוהן וואס איר ווילט און מיר טארן אייך נישט בויקאטירן?? גיי נישט promoten קיין ותיקין מינינים ביי א ראלי וואס האט נישט באקומען קיין שטיצע פון קיין איין היימישע רב, נישט פון די חסידים און נישט פון די ליטווישע!! טרעט נישט אויף אונזערע רבנים!! דאס איינציגסטע זאך וואס מיר האבן געהערט פון אונזערע רבנים בנוגע דעם ראלי איז געווען ''בני אל תלך בדרך אתם'' פארוואס פארשטייט איר אז איר מעגט אויף דעם טרעטן ברבים פאר א געשאצטע 390,000 אידן??? פארוואס???
יעדע קהילה חסידות בכדור הארץ האט זיך זיין sore spot די sore spot פון סאטמאר איז ווי פארשטענדליך ציונות, ווייל דאס איז געווען די sore spot פון אונזער הייליגער רבי. ווען מיר זעהען א ליבאוויטשער זינגער גייט צו א ראלי אין וואשינגטען אדער אפשר אפי' אויב ער זינגט פאר די צה''ל, וועלן מיר אים נישט בויקאטן, ווייל אונזער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז אפי' אויב איינער איז נישט איינשטימיג מיט אונזערע מיינונגען טאר מען אבער מיט זיין פרנסה נישט טשעפענען. יעדער ווייסט אז די שיטות פון די ליבאוויטשער רבי איז געווען זייער זייער ווייט פון די שיטות פון די סאטמאר רבי, און יעדער זאל זיך פירן לויט די השקפות פון זיינע רבי'ס. ווי לאנג ער גייט מיט די השקפות פון זיינע רבי'ס וועלן מיר רעספעקטירן אים, און רעפעקטירן זיין פרנסה. און מיר ווייסען אפי' מעשיות וואס דער סאטמאר רבי זעלבסט האט ארויסגעהאלפען בממון מזרחי'סטישע אקטעוויסטען ווען זיי האבן זיך פערזענדליך געפינען אין א צייט פון נויט.
אבער ווען עס קומט איינער וואס פייפט ברבים אויף כל הקודש לנו, יעדע זאך איז ביי אים סיי ווי א לצנות. און ער שטעלט זיך נאך ארויף אויף אונזער אינגרוין טוי נעיל, רופן מיר אויס הויעך עד פה תבוא!!
זאל דער אויבערשטער רחמנות האבן אויף אידישע קינדער ישראל עם סגולתו, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו דעם הבטחה פון כי מלאה הארץ דעה את ד'. מיר זאלן שוין זעהן מיט די אויגען דאס וואס מיר בעטן אזוי לאנג ויעשו ''כולם'' אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם. אלע אלע פון אונז, אלע בני אברהם יצחק ויעקב די היימישע מיט די צה''ל'ניקעס און אלע אינצווישען. אלע זאלן זוכה זיין צו אנערקענען דעם ד' אלוקינו ד' אחד. מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ותחזנה עינינו בשובך לציון ולהתגלות כבוד שמים אז דער אין עוד מלבדו זאל זיך ארויסשרייען פון יעדע אידיש הארץ. אמן!
נ''ב איך האב געשריבען דעם תגובה אין גרויס יאגעניש, און איך בעט אייך איבער אויב איז עס נישט אזוי מסודר איך האב פשוט נישט קיין צייט זיך צו מצמצם זיין.