די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1855
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5070

די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)

פאוסט דורך נקודות טובות »

דאס יהדות החרדית רידערט איבער די לעצטערע נייעס'ן ארום זינגערס מיט זייערע סטעיטמענט'ס. און איבער זייערע וויכטיגע נסיעות למען חיזוק ישראל... אא"וו, און די רעקאציעס דערצו.

איך בין נישט קיין גדול בישראל נישט קיין רב און נישט קיין דיין, אבער איך וועל מיך ערלויבען צו זאגן א מיינונג.

מיר שטייען היינט אין א מצב וואס איז נישטא די גדולי ישראל פון אמאל, די וועלט איז טונקעל, ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים.
פון די אנדערע זייט איז אין די פארגאנגענע פאר יאר ביי אידן געווארן א נייע מין מושג פון א סאלעבראטי. א סאלעבראטי מיינט איינער וואס קען שיין זינגען אדער האט סיי וועלכע אנדערע טאלאנט, און שיקט ארויס קליפס אויף וואטסאפ, יוטיוב, אינסטעגרעם, טוויטער, וכל שאר מבואות האפלים. און זיי האבן טויזנטער פאללאוערס וואס קוקן איבער מיט נייגער זייערע קליפס וואס זיי לייגן ארויס. זייערע פראפעגאנדעס האבן זיך אנגעהויבן מיטן ארויסשטעלן קליפס ווי זיי זינגען וכדו', שפעטער איז עס אריבער צו כל מיני גשם וחשכות שבעולם, אנשים נשים וטף האלטן מיט זייער פערזענדליכע לעבענס שטייגער וכל מיני משוגעת'ן. זיי געבן השקפה שמועסן, געבן חינוך אינסטראקשענס, זענען מקרב רחוקים, ברענגן אריין א ברען צו א מצוה וכדו'... בקיצור זיי זענען געווארן ממש מנהיגי ישראל.

מען האלט אין א מצב, וואס מען קען זעהן א ווידיאו ווי אזוי הרב הצדיק המשפיע ר' אלימלך בידערמאן זינגט און פלאקערט א קה ריבון, ווארעמט אן אידישע הערצער לאביהם שבשמים. און איז מעורר לבבות ישראל לתשובה. שרייעט און ווייטאגט איבער די שמועות מרהיבות די שרעקליכע ליידונגען וואס אחינו בני ישראל גייט אריבער. יעדעס מאל דער משפיע צופייערט זיך זעהט אויס ווי דער קליינער אויסגעדארטער הייליגער גוף לייגט זיך פשוט צוזאמען נישט קענענדיג אריבער טראגן די צער און עגמות נפש וואס כלל ישראל גייט אריבער. א מינוט שפעטער זעהט מען ווי עפעס אן אנגעפאשעטער זינגער מיט א גוט אויסגעארבעטע גוף, גייט אין gym יעדן טאג ער איז הונדערט פראצענט פיט, ער טאנץ אן ומניח בקדושה לייק נעווער ביפאר. זיין גאנצע שטרעבונג איז צו זיין א סאלעברעטי און מאכן געלט. ער וויל אויסזעהן ווי די אדער יענע גוי'שע זינגער. כדי דאס צו קענען נאכמאכן זיצט ער אויף גוי'שע טשענעלס און קוקט זייער מיקסד קאנסערטס, הערט אויס שעות קול באשה. קיינער ווייסט נישט ווען ער האט געלייגט תפילין דאס לעצטע מאל, און ווי ער דאווענט מעריב יעדן טאג. אבער ער פלאקערט אריין מיט א רבי ישעיה בן ר' משה פויעל פאר כלל ישראל בני חיי ומזוני רויחי...

מיר זענען אין א מצב ווי די שטריק פון די יהדות החרדית ווערט אנגעכאפט און געשלעפט אויף ביידע עקן, איין זייט שטייען די לעצט פארבליבענע גדולי ישראל און ציען איין זייט. מצד אחר שטייען אפאר זינגערס מגושמים און שלעפן דאס צווייטע זייט, און אזוי שלאגען זיי זיך ארום. אוי הלואי זאל מיר ווען האבן די זכיה צו האבן אזעלכע גדולים ווי דער הייליגער סאטמאר רב זי''ע, אדער ווי דער בעלזא רב זצ''ל, אדער דער סקווער'ע רבי ז''ל, וכדו' וואס זאלן אנכאפען דעם שטריק און אונז ציען צו זייער זייט. אבער ליידער האבן מיר נישט, און די מצב איז טאקע זייער ביטער.


זאל עס ווען נאר זיין דאס דער מצב החרשתי, אבער ליידער איז כי אין הצר שוה בנזק המלך. עס שטעלן זיך אויף זינגער'ס און גייען און פראפעגאנדירן ציונות מיט אזויגערופענע אהבת ישראל צו אלע פרייע וכו', פיטערן די כוחי ועוצם ידי אויף א שרעקליכע פארנעם. וועט מיר יעצט איינער פרעגן הלמאי דארף זיך דען יעדער צושטעלן צו סאטמאר רב'ס שיטות? די תירוץ איז א קלארע ניין! אבער אויף דעם בעט איך פון די אלע זינגערס, הביאו לפני ספר יוחסין שלכם, ברענגטס מיר ענקער ספר יוחסין. וואו זענט עטץ אויפגעוואקסען ? ווער זענען געווען ענקערע עלטערן? ווער זענען געווען ענקערע רבי'ס? פון וועמען מאכט עטץ חוזק? זענט עטץ דען אויפגעוואקסען אין אן א''י קיבוץ אונטער די פירערשאפט פון די מזרחי? האבן דען די הייליגער סקווער'ע רבי, אדער דער הייליגער פאפא רב זכרונם לברכה געקריגט מיט'ן סאטמאר רב אין די נקודה?? וועמען מאכט עטץ חוזק פון? וועמען שיטות פונקטלעך דארפן מיר רעספעקטירן? אויף וועלכע מנהיגי ישראל פארריפט איר זיך בכלל?

דאס איז איין לאנגע קייט פון כי בשרירות ליבי אלך, גארנישט מער! שפייען און חוזק מאכן פון אלע היינטיגע רבנים, און טרעטן אויף די ווערטער פון די גדולי ישראל מדורות הקודמין אשר מפיהם אנו חיים! ניין עטץ האטס נישט קיין מנהיג בישראל וואס זאגט אייך וואס צו טוהן! איר זענט נישט נכנע אונטער קיין שום תורה'דיגע אוטאריטעט! עטץ לאכטס פון יעדעם איינעם אן אויסנאם. יעצט איז עס סאטמאר א צווייטע מאל איז עס פאפא א דריטע מאל סקווער און א פערטע מאל באבוב און א פיפטע מאל בעלזא וכו' וכו'. כל הקודש לנו איז ביי אייך א לצנות, און דאס מוז זיך אויפהערן! איך ווייס נישט אויב מקפח זיין די פרנסה איז די וועג צו דעם, אבער איך פרעג אייך, האט איר אן אנדערע מהלך צו דעם? איר זענט לצים פוחזים קלים ורקים! וויפיל מען פראבירט נאר צו רעדן צו אייך איר זאלט זיך אויפירען כאטש האלב נארמאל קומט איר ארויס מיט פרישע קליפס זיך פארענטפערן און ממשיך זיין אראפצורייסען אלע אונזערע ערליכע אידישע השקפות.

וועמען נער'ט מען אז מען פארט אהין געבן בלויז צו געבן חיזוק פאר אידישע קינדער? ליידער ליידער איז אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתה. הונדערטער אויב נישט טויזענטער אידישע קינדער ליגן נעבעך על ערש דוי אין לאקאלע שפיטעלער א האלבע שעה וועג צו פארן פון אלע היימישע געגענטער. אידן וואס האבן שוין קיין גוטען טאג אין חדשים שוין נישט געהאט. קיין שמייכעל האבן זיי ליידער שוין וואכען נישט געקענט געבן אריבערגייענדיג יסורים מרים וקשים, די שווערסטע און מערסט פיינפולע טריטמענט'ס אשר לא שערום איש. אנגעהויבען פון יונקי שדים שלא חטאו גמולי חלב שלא פשעו, און גענדיגט ביי זקנים ותלמידי חכמים צדיקים וחסידים ואנשי מעשה. אידן וואס זענען זיך מוסר נפש נאר כדי צו קענען לייגען תפילין און כאטשיג זאגן די פרשיות פון קריאת שמע! פארוואס מוזט איר גיין קיין א''י טרעפען אידן וואס זייער גאנצע שייכות מיט אידישקייט איז ווייל א חב''ד שליח האט אים איינמאל געלייגט תפילין פאר דריי מינוט כדי ער זאל חלילה נישט זיין קיין קרקפתא דלא מנח תפילין???

אויב זענט איר אנגעווייטוגט אויף די וועג וואס איר זענט אויפגעוואקסען. אויב האט איר באקומען צופיל Hate אין די אינגע יארן, און צוליב דעם פילט איר מער א קאנעקשען צו די ציונים ווי צו אונזערע גדולים. זייט אייך מלבש שחורים במקום שחורים און שרייעט אויס בכל עוז ובכל תוקף ''שמע ישראל הכותל כותלינו הכותל אחד''!! וואס ווילט איר פון אונז היימישע אידן? פארוואס דארפט איר פאוסטען די קליפס אויף אלע אייער פארשטינקענע סאושעל מידיע פלאטפורמעס?? פארוואס רעספעקטירט איר נישט די רבנים פון איייערע קליענטן?? איר מעגט טוהן וואס איר ווילט און מיר טארן אייך נישט בויקאטירן?? גיי נישט promoten קיין ותיקין מינינים ביי א ראלי וואס האט נישט באקומען קיין שטיצע פון קיין איין היימישע רב, נישט פון די חסידים און נישט פון די ליטווישע!! טרעט נישט אויף אונזערע רבנים!! דאס איינציגסטע זאך וואס מיר האבן געהערט פון אונזערע רבנים בנוגע דעם ראלי איז געווען ''בני אל תלך בדרך אתם'' פארוואס פארשטייט איר אז איר מעגט אויף דעם טרעטן ברבים פאר א געשאצטע 390,000 אידן??? פארוואס???

יעדע קהילה חסידות בכדור הארץ האט זיך זיין sore spot די sore spot פון סאטמאר איז ווי פארשטענדליך ציונות, ווייל דאס איז געווען די sore spot פון אונזער הייליגער רבי. ווען מיר זעהען א ליבאוויטשער זינגער גייט צו א ראלי אין וואשינגטען אדער אפשר אפי' אויב ער זינגט פאר די צה''ל, וועלן מיר אים נישט בויקאטן, ווייל אונזער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז אפי' אויב איינער איז נישט איינשטימיג מיט אונזערע מיינונגען טאר מען אבער מיט זיין פרנסה נישט טשעפענען. יעדער ווייסט אז די שיטות פון די ליבאוויטשער רבי איז געווען זייער זייער ווייט פון די שיטות פון די סאטמאר רבי, און יעדער זאל זיך פירן לויט די השקפות פון זיינע רבי'ס. ווי לאנג ער גייט מיט די השקפות פון זיינע רבי'ס וועלן מיר רעספעקטירן אים, און רעפעקטירן זיין פרנסה. און מיר ווייסען אפי' מעשיות וואס דער סאטמאר רבי זעלבסט האט ארויסגעהאלפען בממון מזרחי'סטישע אקטעוויסטען ווען זיי האבן זיך פערזענדליך געפינען אין א צייט פון נויט.
אבער ווען עס קומט איינער וואס פייפט ברבים אויף כל הקודש לנו, יעדע זאך איז ביי אים סיי ווי א לצנות. און ער שטעלט זיך נאך ארויף אויף אונזער אינגרוין טוי נעיל, רופן מיר אויס הויעך עד פה תבוא!!

זאל דער אויבערשטער רחמנות האבן אויף אידישע קינדער ישראל עם סגולתו, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו דעם הבטחה פון כי מלאה הארץ דעה את ד'. מיר זאלן שוין זעהן מיט די אויגען דאס וואס מיר בעטן אזוי לאנג ויעשו ''כולם'' אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם. אלע אלע פון אונז, אלע בני אברהם יצחק ויעקב די היימישע מיט די צה''ל'ניקעס און אלע אינצווישען. אלע זאלן זוכה זיין צו אנערקענען דעם ד' אלוקינו ד' אחד. מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ותחזנה עינינו בשובך לציון ולהתגלות כבוד שמים אז דער אין עוד מלבדו זאל זיך ארויסשרייען פון יעדע אידיש הארץ. אמן!


נ''ב איך האב געשריבען דעם תגובה אין גרויס יאגעניש, און איך בעט אייך איבער אויב איז עס נישט אזוי מסודר איך האב פשוט נישט קיין צייט זיך צו מצמצם זיין.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1855
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5070

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך נקודות טובות »

איין נקודה וואס איך האב פארגעסן.
עס איז טאקע ערשינען קליפס ווי אזוי א געוויסער זינגער גייט ארום צו חולי ישראל וואס זענען פארוואנדעט געווארן אין די פארגאנגענע חודש. אבער די זעלבע זינגער איז אויך ארום געגאנגען צו מיליטערישע באזעס אויפהייטערן די געמיטער...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3591
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5796

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך וואוילער »

שטארקע פוינטס.
אבער קלארצושטעלן, די טענה איז נישט אז זיי גייען נישט צו די חולים דאהי, ווייל זיי (עכ״פ געוויסע פון זיי) גייען ארום צו משמח זיין חולים און יושבי חושך וצלמות.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3591
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5796

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך וואוילער »

די פאקט אז מ'דארף זיך פארענטפערן און איבערבעטן, ווייזט אז ״עם ישראל חי״, די עכטע עם ישראל וואס היטן די תורה ומצות, בֵּית יִשְׂרָאֵל וִיהוּדָה עֹד רָד עִם אֵל וְעִם קְדוֹשִׁים נֶאֱמָן.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1855
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5070

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 10:42 pm שטארקע פוינטס.
אבער קלארצושטעלן, די טענה איז נישט אז זיי גייען נישט צו די חולים דאהי, ווייל זיי (עכ״פ געוויסע פון זיי) גייען ארום צו משמח זיין חולים און יושבי חושך וצלמות.
אמת, איך האף אז קיינער נעמט נעמט נישט דאס ארויס פון מיין תגובה... קיינער נעמט נישט אוועק די קרעדיט פון איינער וואס גייט משמח זיין אידישע חולים. און דאס איז טאקע ווי אזוי זיי ניצן זייערע טאלאנטען לטובה, און זאלן זיי ווייטער אנגיין מיט א שטארקייט. אבער געדענק ווער דו ביסט און וואס דיין תפקיד איז, און געדענק אז עס זענען דא געוויסע ענינים וויז איז בעיאנד דיין תפקיד.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אפרים גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 6:57 pm
Location: BoroPark
x 113

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך אפרים גרינפעלד »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 12:40 pm נ''ב איך האב געשריבען דעם תגובה אין גרויס יאגעניש, און איך בעט אייך איבער אויב איז עס נישט אזוי מסודר איך האב פשוט נישט קיין צייט זיך צו מצמצם זיין.
סתם געשריגן, שוואך גערעדט.
כ'האב גארנישט קעגן די שיטה, אדרבא, כ'האב ליב צו הערן און ליינען איבער דעם, און כ'האב דייקא הנאה ווען איינער רעדט צום זאך, אבער דא האב איך דאס נישט געפונען.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3591
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5796

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך וואוילער »

אפרים גרינפעלד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:02 am
סתם געשריגן, שוואך גערעדט.
כ'האב גארנישט קעגן די שיטה, אדרבא, כ'האב ליב צו הערן און ליינען איבער דעם, און כ'האב דייקא הנאה ווען איינער רעדט צום זאך, אבער דא האב איך דאס נישט געפונען.
האסט די מעגליכקייט צו אויסשמועסן פארוואס?, אויב נישט איז מיר גוט אזוי.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אפרים גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 6:57 pm
Location: BoroPark
x 113

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך אפרים גרינפעלד »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:09 am
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:02 am
סתם געשריגן, שוואך גערעדט.
כ'האב גארנישט קעגן די שיטה, אדרבא, כ'האב ליב צו הערן און ליינען איבער דעם, און כ'האב דייקא הנאה ווען איינער רעדט צום זאך, אבער דא האב איך דאס נישט געפונען.
האסט די מעגליכקייט צו אויסשמועסן פארוואס?, אויב נישט איז מיר גוט אזוי.
א שאד יעדעס ביסל שפייעכץ אין דעם נושא, כ'וועל עס לאזן פאר וויכטיגערס..
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1855
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5070

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך נקודות טובות »

אפרים גרינפעלד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:04 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:09 am
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:02 am
סתם געשריגן, שוואך גערעדט.
כ'האב גארנישט קעגן די שיטה, אדרבא, כ'האב ליב צו הערן און ליינען איבער דעם, און כ'האב דייקא הנאה ווען איינער רעדט צום זאך, אבער דא האב איך דאס נישט געפונען.
האסט די מעגליכקייט צו אויסשמועסן פארוואס?, אויב נישט איז מיר גוט אזוי.
א שאד יעדעס ביסל שפייעכץ אין דעם נושא, כ'וועל עס לאזן פאר וויכטיגערס..
א שאד טאקע אויף די ביסל שפייעכטס וואס דו האסט דא איבער געלאזט פריער... זיי געזונט און שטארק.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אפרים גרינפעלד
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 6:57 pm
Location: BoroPark
x 113

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך אפרים גרינפעלד »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:06 pm
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 12:04 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 11:09 am

האסט די מעגליכקייט צו אויסשמועסן פארוואס?, אויב נישט איז מיר גוט אזוי.
א שאד יעדעס ביסל שפייעכץ אין דעם נושא, כ'וועל עס לאזן פאר וויכטיגערס..
א שאד טאקע אויף די ביסל שפייעכטס וואס דו האסט דא איבער געלאזט פריער... זיי געזונט און שטארק.
איך בין ב"ה געזונט און שטארק - פיזיש און גייסטיש
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 133
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 132

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך בקי ביחוס »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק נאוועמבער 25, 2023 10:42 pm שטארקע פוינטס.
אבער קלארצושטעלן, די טענה איז נישט אז זיי גייען נישט צו די חולים דאהי, ווייל זיי (עכ״פ געוויסע פון זיי) גייען ארום צו משמח זיין חולים און יושבי חושך וצלמות.
ניין די טענה איז אז שערי צדק איז ליידער פיל געווען מיט חולי ישראל נאך בעפאר די אטאקע
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6089
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13563

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@נקודות טובות זאגט הייליגע ווערטער, בכלליות, נישט דוקא לענין ציונות, נאר די גאנצע נושא פון 'געוויסע' זינגערס (עליהם השלום ויבלחט"א) וואס זאגן מיינונגען אויף געשעענישן און אויף חינוך ענינים, איז א טפשות און א זאך וואס וואלט נישט געמעגט אנערקענט ווערן ביי היימישע חרדישע אידן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6089
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13563

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דאס פילמירן א רוגז-מעסעדזש ביים ציון פון סאטמאר רב, און דערצו מיט ווערטער וואס זענען א שטאך אין די ווערטער פון דעם צדיק, איז זיכער אן עוולה, און זאגאר א ערשטמאליגע נידריגקייט.

נאכער העמער גיין ווייטער...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1855
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5070

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:00 pm @נקודות טובות זאגט הייליגע ווערטער, בכלליות, נישט דוקא לענין ציונות, נאר די גאנצע נושא פון 'געוויסע' זינגערס (עליהם השלום ויבלחט"א) וואס זאגן מיינונגען אויף געשעענישן און אויף חינוך ענינים, איז א טפשות און א זאך וואס וואלט נישט געמעגט אנערקענט ווערן ביי היימישע חרדישע אידן.
איך האב הנאה איר האט געכאפט מיין נקודה.
עס באדערט פאר יעדן די לעצטערע מהלך בנוגע די זינגערס ודומיהם, דער מכה בפטיש דא איז געווען ציונות וואס ווי געזאגט איז דאס די סאטמארע אינגרוין טוי נעיל. אבער נישט אז דאס איז די פראבלעם, די פראבלעמען האבן זיך נישט היינט אנגעהויבן...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1855
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5070

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך נקודות טובות »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:03 pm דאס פילמירן א רוגז-מעסעדזש ביים ציון פון סאטמאר רב, און דערצו מיט ווערטער וואס זענען א שטאך אין די ווערטער פון דעם צדיק, איז זיכער אן עוולה, און זאגאר א ערשטמאליגע נידריגקייט.

נאכער העמער גיין ווייטער...
דאס איז שוין קעיס צוויי.
סופו הוכיח על תחילתו. נישטא קיין איין קהילה בכדור הארץ וואס אויב טוט א זינגער אזאנס ביי די קבר פון זייער רבי זכרונו לברכה, און וואלט נישט ראגירט מיט אסאך שארפערע מיטלען... בסך הכל איז סאטמאר מיט 24 שעה קלוגער ווי אנדערע קהילות, מיר האבן געזעהן מיט וועמען מען האנדעלט נאך בעפארן פילמירן דעם מעסעדזש, און די אנדערע קהילות האבן הערשט געזעהן פרעכהייט שפעטער!
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 347

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך בן מלך »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:00 pm @נקודות טובות זאגט הייליגע ווערטער, בכלליות, נישט דוקא לענין ציונות, נאר די גאנצע נושא פון 'געוויסע' זינגערס (עליהם השלום ויבלחט"א) וואס זאגן מיינונגען אויף געשעענישן און אויף חינוך ענינים, איז א טפשות און א זאך וואס וואלט נישט געמעגט אנערקענט ווערן ביי היימישע חרדישע אידן.
ריכטיג. איך וואלט אבער גערופן דאס קינד ביים נאמען און געזאגט אז 1) מ׳טוט נישט צו פאררעכטן די שורש פארוואס זינגער זענען געווארן ווארטזאגער פאר אונזערע בחורים, 2) די זעלבע וואס ביי זיי ברענט מכלומרשט א פייער פון קנאות, געבן נישט קיין דעקל פארן נפשיות׳דיגע און רוחניות׳דיגע הצלחה פון א צווייטן איד, אפגערעדט פון די יונגע דור.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1855
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5070

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך נקודות טובות »

בן מלך האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:31 pm
קען זיין אז די וואס מאכן די חינוך באשלוסען זענען היפאקריטען און זענען די ארגסטע וואס די מענטשהייט האט נאר אמאל ארויסגעגעבן, אבער אין דעם פאל איז איך מיין לית מאן דפליג אז דאס האט געמוזט געשעהן! און כפי עניית דעתי איז דאס נישט גענוג שארף, נאר מען דארף מאכן אן אויפציעל צוזאמען ארבעט צווישען אנדערע פראקציעס און ארויסקומען מיט א קלאר שטעלונג, אז מכאן ואילך א זינגער וואס וועט זיך ערלויבען צו שטעכן גדולי ישראל זאל גיין לעזאזל...

ווער עס האלט נישט אזוי (עכ''פ סאטמארע חסידים) איז דאס נאר ווייל ער איז ווי אנדערע רופן עס מחנה מגושמים. איך גלייך נישט דאס אוועקמאכן א חלק כלל ישראל, אבער עכ''פ די זינגערס ושאר מגושמים האבן אויף אים מער השפעה ווי די רבנים.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 347

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך בן מלך »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:33 pm קען זיין אז די וואס מאכן די חינוך באשלוסען זענען היפאקריטען און זענען די ארגסטע וואס די מענטשהייט האט נאר אמאל ארויסגעגעבן, אבער אין דעם פאל איז איך מיין לית מאן דפליג אז דאס האט געמוזט געשעהן! און כפי עניית דעתי איז דאס נישט גענוג שארף, נאר מען דארף מאכן אן אויפציעל צוזאמען ארבעט צווישען אנדערע פראקציעס און ארויסקומען מיט א קלאר שטעלונג, אז מכאן ואילך א זינגער וואס וועט זיך ערלויבען צו שטעכן גדולי ישראל זאל גיין לעזאזל...
איך בין מיט דיר אויפן זעלבן בלאט, באופן כללי.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 645
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 878

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך מאטאווירט »

יאפ. דאס אז אז פארגרעבטער מגושם, אדער א פלעינע זיסע מגושמ'ל, אדער אפילו א וואוילע דעת בעל הבית... נעמט דעם מייק צו זאגן מיינונגען וואס באלאנגען פאר מנהיגים, איז א זאך וואס ברויך אפגעשטעלט ווערן.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1855
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5070

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך נקודות טובות »

גראדע הער איך אז הרב קעפעטש איז געפארן אויף א''י אויפשטאפען די טוילעט'ס פון די צה''ל...
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 517
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 425

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:38 pm יאפ. דאס אז יעדע פארגרעבטער מגושם, אדער א פלעינע זיסע מגושמ'ל, אדער אפילו א וואוילע דעת בעל הבית... נעמט דעם מייק צו זאגן מיינונגען וואס באלאנגען פאר מנהיגים, איז א זאך וואס ברויך אפגעשטעלט ווערן.
קודם זאל דער מגושם'ל טרעפן א זיידע א דיין אין עפעס א שטאט, זיך עפענען א בית מדרש'ל, און דאן וועט מען קענען הערן זיינע מיינונגען.
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 645
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 878

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך מאטאווירט »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:46 pm קודם זאל דער מגושם'ל טרעפן א זיידע א דיין אין עפעס א שטאט, זיך עפענען א בית מדרש'ל, און דאן וועט מען קענען הערן זיינע מיינונגען.
מער ווי איין מגושם האט דאס שוין פרובירט... ניין ניין ניין... מ'ווערט נישט קיין דעת תורה אן לערנען...

כלל ישראל איז קלוגער פון דעם.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2259
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7045

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:46 pm קודם זאל דער מגושם'ל טרעפן א זיידע א דיין אין עפעס א שטאט, זיך עפענען א בית מדרש'ל, און דאן וועט מען קענען הערן זיינע מיינונגען.
אזוינע טענות זענען שוין געהערט געווארן אין מדבר...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6089
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 13563

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:46 pm
מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 4:48 pm קודם זאל דער מגושם'ל טרעפן א זיידע א דיין אין עפעס א שטאט, זיך עפענען א בית מדרש'ל, און דאן וועט מען קענען הערן זיינע מיינונגען.
מער ווי איין מגושם האט דאס שוין פרובירט... ניין ניין ניין... מ'ווערט נישט קיין דעת תורה אן לערנען...

כלל ישראל איז קלוגער פון דעם.
גראדע בארירט ער עפעס וואס איז גאנץ נייטיג... לעצטנס געווארן גאנגבאר... אוי נעבעך אויף אונז.

אבער קיין מיינונגען פאר'ן כלל קומען נישט ארויס פון דארט, געוועליך. סך הכל קומען ארויס קאלירפולע בילדער פאר די אויסגאבעס.
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 139
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 75

Re: סאטמאר קענסעלד זינגערס

פאוסט דורך שכל הישר »

ס'איז אפשר שווער פאר א סאטמארע צו פארשטיין אבער איינער וואס דרייעט זיך נישט אין סאטמאר און הערט נישט טאג און נאכט וועגן ציונות, איז אוטומאטיש נאנט צו די יעצטיגע מלחמה און אלע פאליטיק ארום דעם.

און נישט ווייל ער איז א גרויסע ציוני, נאר יעדער אידיש קינד פילט יעצט קאנעקטעד צו די מאורעות הזמן, נאך וואס א באנדע רוצחים האבן זיך ציפירט די הענט אויף אונזער אידישע ברודער.

דעי זינגער מיינט נישט דא קיין שום שלעכטס, און ער פראבירט נישט צו טרעטן אויף קיינעמס אינגרוין טאו נעילה, ס"ה פירט ער זיך אויף ווי האלב כלל ישראל, נאר מיט די מייק אין די האנט...
שרייב פאוסט