רבי ברוכ'ל ממעזיבוזש ז"ל - י"ח כסלו תקע"ב

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2365

רבי ברוכ'ל ממעזיבוזש ז"ל - י"ח כסלו תקע"ב

פאוסט דורך מירון »

רבי ברוכ'ל איז געבוירן געווארן בשנת תקי"ג אדער בשנת תקט"ו לפ"ק, אין דעם באקאנטן חסידישע וויגעלע-שטאט מעזשביזש יצ"ו, צו זיין פאטער רבי יחיאל מיכל אשכנזי ז"ל, באקאנט אלס דער דייטשיל. זיין טאטע רבי יחיאל מיכל האט חתונה געהאט מיטן דעם באקאנטן טאכטער פונעם אור שבעת הימים ה"ה הצדיקת אדל ע"ה. און פון די זיוויג איז ארויסגעקומען צוויי גרויסע צדיקים וואס האבן באלויכטן די וועלט מיטן דרך החסידות 1) רבי ברוכ'ל פון מעזשביזש און 2) רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו - וואס ווערט גערופן בפי כל דער דגל [מחנה אפרים] ז"ל.

רבי ברוך איז נתגדל געווארן ביי זיין הייליגן זיידן דעם בעש"ט הקדוש. ער איז אויך געווען פונעם הייליגן מעזריטשער מגיד, רבי יעקב יוסף מפולנאה - תולדות יעקב יוסף און פון רבי פינחס'ל קאריצער ז"ל. רבי ברוך איז געווען אן איידעם בזיווג ראשון ביי רבי טוביה קאטצקאש פון אוסטראה, ובזיווג שני איז געווען אן איידעם ביי זיין קרוב רבי אהרן פון טיטיעוו וואס איז געווען א זוהן פון רבי צבי בן בעש"ט הקדוש.

ער האט געהאט דריי קינדער:
  • הצדיקת מרת אדל ע"ה, אשת רבי יעקב פנחס אויערבאך ז"ל, בן רבי אברהם דוב פון כמעלניק - מתלמידי הבעל שם טוב.
  • הצדיקת מרת חנה ע"ה, אשת רבי יצחק דראהאביטשער, ממעזשביזש [מיאמפולי] בן רבי יוסף מיאמפולי ז"ל.
  • הצדיקת מרת רייזל ע"ה, אשת רבי דוב מטאלטשין, בן רבי שלמה מקרלין ז"ל.

רבי שמעון בר יוחאי: דער בעל 'דברי שמואל' פון סלאנים האט פארציילט, בשם א רב. אז ל"ג בעומר איז בעיקר געווען א יום טוב אין ארץ ישראל, און אין חוץ לארץ איז עס נישט געווען אזוי שטארק א יום טוב, אבער ביי רבי ר' ברוכ'ל איז עס געווען א גרויסער יום טוב, מער ווי מען האט געזען ביי אנדערע צדיקים פון חוץ לארץ. ער האט געטראגן בגדי שבת, ער האט געפירט זייער א לאנגע טיש, און ער האט מאריך געווען מיט די תורה. דער הייליגער לעכעוויטשער זי''ע איז געווען ביי אים זיבן מאל, צוזאמען מיט הרה''ק ר' אשר סטאלינער זי''ע. איינמאל האט רבי ר' ברוכ'ל אנגעפאנגען צו שרייען אויף רוסיש 'ברוך הבא ר' שמעון', און ס'איז געווארן א פחד אויף אלע מענטשן ארום, זיי האבן פארשטאנען אז רבי שמעון בר יוחאי איז דארט.

איינמאל האט רבי ר' ברוכ'ל געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי אתה אבינו, כי אברהם לא ידענו, וישראל לא יכירנו'. און ער האט געלייגט די ספר 'זוהר הקדוש' אויף זיין הארץ, און געשריגן: "דו ר' שמעון, דו האסט מיר מודיע געווען, דו האסט מיר מכיר געווען, דו האסט מיר געמאכט דערקענען אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט"!

מעשה: אמאל האט הרה”ק רבי ברוכ’ל פון מעזיבוזש באמערקט וויי זיין אייניקל א קליין קינד שפילט זיך מיט זיין חבר די שפיל ‘באהאלטן’ – ער האט זיך באהאלטן אין א באהעלטעניש און זיין חבר האט אים געדארפט טרעפן...

דער אייניקל האט זיך גוט באהאלטן, און זיין חבר האט זיך שוין מתייאש געווען פון אים צו טרעפן, און ער איז געגאנגען שפילן מיט אנדערע שפילערייען.
דער אייניקל האט געווארט און געווארט.. ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער באמערקט צו זיין ווייטאג אז זיין חבר האט אים אויפגעהערט פון צו זוכן, האט ער אנגעהויבן וויינען און ער האט זיך געוואנדן צו זיין זיידע דער צדיק זיך אויסרעדן.

ווען דער רבי ר’ ברוכ’ל האט געהערט די רייד פונעם קינד, האט ער פלוצלינג אנגעהויבן מיטוויינען מיט אים, ווען ער ערקלערט צו זיינע ארומיגע: אז דאס איז ענליך צו דעם הסתר פנים וואס הערשט אין אונזער דור, דער אויבישטער האט זיך באהאלטן פון אונז כדי מיר זאלן אים אויפזוכן, און דורך דעם וועלן מיר פארשפרייטן זיין קעניגרייך אויף דעם גאנצן וועלט; עס איז א שאד אז מיר האבן זיך שוין מייאש געווען פון אים צו זוכן, ווען יעדער פון אונז איז פארנומען נאר מיט זיינע געשעפטן און זיינע דאגות, און מיר פארגעסן שוין אינגאנצן פון צו זוכן דעם אויבערשטן, און דער הסתר פנים איז געבליבן וואו ביז אהער.

מנחתו כבוד סמוך ונראה צום הייליגן זיידן בעש"ט הקדוש אין מעזשביזש. זכותו הגדול יגן עלינו!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 737
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2365

Re: רבי ברוכ'ל ממעזיבוזש ז"ל - י"ח כסלו תקע"ב

פאוסט דורך מירון »

פונעם גליון "טייערע אידן" - תשפ"ב

עס האט פארציילט דער ז'מיגראדער רבי זי''ע ס'איז ידוע וואס מ'פארציילט אויף רבי ר' ברוכ'ל, אז אמאל איז געקומען צו אים א מענטש, און געזאגט אז ער האט געהערט פון ספרים אז אויב מ'פאסט פערציג טעג איז מען זוכה צו רוח הקודש, און ער האט געפאסט און ער האט צו גארנישט זוכה געווען. האט אים רבי ר' ברוכ'ל געפרעגט וואס ער האט געטון נאכן תענית?

האט ער געזאגט, איך וועל זאגן דעם אמת, נאכן תענית האב איך געגעסן אסאך מער פון א געווענליכע טאג ווען ער האט נישט געפאסט. האט אים רבי ר' ברוכ'ל געפרעגט, האסט הנאה געהאט פון די מאכלים? האט ער געזאגט, יא. האט אים רבי ר' ברוכ'ל געזאגט איך וועל דיר דערציילן א מעשה: דער זיידע - דער הייליגער בעל שם טוב פלעגט כסדר פאָרן מיט קפיצת הדרך מיטן פערד און וואגן. איינמאל האט ער געזאגט, אז די פערד זענען בעלי גאה, מ'טוט זיי אן שיין, רעדן זיי זיך איין אז זיי זענען גרויס, זיי כאפן נישט אז מ'טוט זיי אן שיין וועגן דער מענטש וואס פארט אויף זיי... די פערד זענען געפלויגן אין די לופטן, און ווען ס'איז געקומען די פלאץ וואו זיי זענען שוין געווענליך געווען הונגעריג, און זיי האבן נישט געגעסן, האבן זיי פארשטאנען אז זיי זענען שוין מער ווי מענטשן, ווייל זיי דארפן נישט עסן.

שפעטער זענען זיי אנגעקומען צו די צווייטע פלאץ וואו זיי זענען געווען צוגעוואוינט אז זיי עסן שוין די צווייטע מאל, און זיי האבן נאכאלס נישט געגעסן, האבן זיי שוין געמיינט אז זיי זענען מלאכים... און ביי די דריטע און פערטע מאל האבן זיי שוין געמיינט אז זיי זענען שרפים... סוף כל סוף איז דער בעל שם טוב אנגעקומען צו א גאסט- הויז, און זיי זענען שוין געווען זייער הונגעריג. מ'האט געגעבן פאר די פערד צו עסן, און דעמאלס זענען זיי געוואויר געווארן אז זיי זענען סתם פערד... זאגט רבי ר' ברוכ'ל: "די זעלבע זאך מיט דיר, ווען דו האסט געפאסט, ביסטו געווען הונגעריג, אבער נאכן תענית, ווען דו האסט שוין געקענט עסן האסטו געזען א סימן אז דו האסט זיך געפאפט מיט דיין עבודה, דו ביסט בכלל נישט צוגעקומען צו קיין מדריגות. טראכט נישט אזויווי די פערד האבן געטראכט..."
__

דער 'דברי שמואל' פארציילט, אז דער הייליגער קאברינער איז אמאל געווען אין מעזיבוז, און דארט איז געווען די טאכטער פון הרה"ק רבי ר‘ ברוכ'ל. ווען ער האט געוואלט אהיימפארן, האט זי געזאגט: "אונז האבן מיר א קבלה פונעם טאטן אז מ'זאל זיך נישט איילן, דער עיקר איז ישוב הדעת". אזויווי ער האט דאס געהערט האט ער זיך נישט געאיילט מיט זיין נסיעה, און ס'איז טאקע געווען א נס, אז מען איז שפעטער געוואר געווארן אז אינמיטן וואלד האבן רויבער געווארט אויף איהם צו באפאלן און ווי באלד ער האט זיך נישט געאיילט זענען זיי אוועק געגאנגען און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן.
__
הרה"ק רבי משה צבי פון סאווראן זי"ע האט פארציילט, אז איינמאל שבת ביי רבי ר' ברוכ'ל איז געווען איינער פון די געסט א גרויסער תלמיד חכם און א שיינער יוד. נאך די סעודת פרייטאג צונאכטס איז ער געגאנגען לערנען אין בית המדרש. ער האט פארגעסן אז ס'איז שבת, און בטעות האט ער גענומען א לעכט פון די עמוד, און ער איז געגאנגען זוכן א גמרא. יעדער איז געווען שטיל, ווייל רבי ר' ברוכ'ל איז דארט געווען, אבער רבי ברוכ'ל האט געשריגן: "א חוצפה גדולה, מ'נעמט אוועק א לעכט פון מיין עמוד!" יענער האט זיך דערשראקן, און ער האט צוריקגעברענגט די לעכט.

האט דער סאווראנער רב געזאגט, דאס איז געווען די געוואלדיגע חכמה פון רבי ר' ברוכ'ל, ווייל ווען ער שרייט אויף אים אז ס'איז שבת, וואלט זיך יענער דערשראקן, און ער וואלט אראפגעווארפן די לעכט אויף דער ערד, און ער וואלט נכשל געווארן מיטן אויסלעשן די לעכט אויך! דאס איז טייטש 'ערום ביראה', ער איז געווען קלוג מיט יראת שמים, ער האט געוואוסט וויאזוי ער קען יענעם ראטעווען אז ער זאל נישט אריינפאלן נאכאמאל אין אן עבירה.
__

רבי מאיר קליערס האט פארציילט, וואס ער האט געהערט פון זיין טאטע הרה"ג רבי משה קליערס, וואס איז געווען דער רב פון טבריה. אז די ספרדי'שע רבנים פון ארצות המערב, זענען געווען גרויסע צדיקים. הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא, וואס איז געווען פון די חבריא פון הרה"ק רבי מענדיל וויטעבסקער ז"ל, האט אים געשיקט פאר א שליח, א שד"ר, ער זאל פארן אין די שטעט צאמנעמען געלט פאר די אנשי טבריה.

איינמאל איז ער אנגעקומען אין איינע פון די ספרדי'שע שטעט, און ער איז געווען ביים רב פון שטאט, האט ר' יעקב שמשון געזאגט פארן רב אז ער האט א שווערע זוהר הק'. האט דער רב געזאגט אז דער זוהר איז אים אויך שווער. האט דער רב געזאגט: "איך וועל גיין צו ר' שמעון, און איך וועל אים פרעגן פשט". דער רב האט געגעבן א פארווארף די קאפ, ער איז געווארן פאר'דביקות'ט פאר א לענגערע צייט, און ר' יעקב שמשון האט געווארט.

ווען ער איז אויפגעשטאנען פון די דביקות, האט ער פארציילט אז ער איז געווען ביי רבי שמעון בר יוחאי, און ער האט אים מסביר געווען פשט אין די זוהר, און דער רב האט איבערגעזאגט דער פשט פאר ר' יעקב שמשון. דער רב האט זיך פארענטפערט פארוואס עס האט גענומען אזוי לאנג. האט דער רב געזאגט: "אלעמאל ווען איך קום אן צו ר' שמעון לאזט מען מיר גלייך אריין. אבער יעצט ווען איך בין אנגעקומען האט מען מיר נישט אריינגעלאזט. האב איך געפרעגט פארוואס לאזט מען מיר נישט אריין, האט מען אים געזאגט ווייל יעצט איז דא ביי אים רבי ר' ברוך פון פולניא, דאס איז רבי ר' ברוכ'ל מעזיבוזער, און ווען רבי ר' ברוכ'ל גייט ארויסגיין, דעמאלס קען איך אריינקומען". און רבי ר' ברוכ'ל איז געווען דארט פאר א לאנגע צייט.

האט רבי יעקב שמשון געפרעגט צו ער קען דעם רבי ר' ברוכ'ל, האט ער געענטפערט: "זיכער קען איך אים, ער איז פון די גרויסע צדיקים, און ער איז אן אייניקל פנעם בעל שם הקדוש". האט ר' יעקב שמשון געפרעגט: "ס'זענען דא נאך צדיקים וואס זענען אזוי נאנט צו רבי שמעון בר יוחאי?" האט דער רב געזאגט: "ס'איז דא,
אבער ער איז פון די גרעסטע"!

נאך האט פארציילט רבי מאיר קליערס, וואס ער געהערט פון זיין טאטע. אין א שטאט אין ארצות המערב איז געווען א פאסטוך, וואס ער האט געפאשעט שעף. איינמאל איז געקומען א בער, און געכאפט א שעפעלע, און דער פאסטוך האט זיך נישט געקענט שטארקן איבער דעם בער צו פארטרייבן. דעם קומענדיגן טאג איז נאכאמאל אזוי געווען, און אזוי איז געווען די דריטע טאג. איז דער פאסטוך געגאנגען צו דער רב דארט, און ער האט אים דערציילט וואס דא גייט פאר. האט אים דער רב געזאגט, טאמער קומט דער בער נאכאמאל, זאלסטו אים זאגן ער זאל ווארטן, און דו זאלסט מיר רופן.

קומענדיגע טאג איז דער בער געקומען, איז ער געגאנגען רופן דעם רב. ווען דער בער האט געזען דעם רב האט ער זיך געשטעלט אויף ביידע פיס, און צוגעגאנגען צו דעם רב. דער רב האט געזאגט פארן בער ער זאל אים אריינקוקן אין די אויגן, און ער זאל זען צו ער האט אמאל געזען אז זאך וואס מ'טאר נישט. האט זיך דער בער איינגעבויגן, און אריינגעקוקט דעם רב אין די אויגן, און געשאקלט מיטן קאפ אז ניין. האט דער רב געזאגט ער זאל קוקן אין זיינע אויערן צו ער האט אמאל געהערט א זאך וואס מ'טאר נישט. האט דער בער זיך אראפגעבויגן, און אריינגעקוקט אין די אויערן, און געשאקלט אז ניין. האט ער אים געזאגט ער זאל אריינקוקן אין זיין מויל, צו ער האט אמאל געגעסן עפעס וואס מ'טאר נישט. האט דער בער ווייטער געשאקלט אז ניין.

האט ער אים געזאגט ער זאל קוקן אויף זיינע הענט, צו ער האט אמאל גענומען א זאך וואס מ'טאר נישט. האט ער אויך געשאקלט אז ניין, און אזוי האט ער געזאגט אויף אלע זיינע איברים. נאכדעם וואס דער רב האט געענדיגט רעדן מיט דעם בער, האט ער געפרעגט דעם בער: "מיט וועלכע רשות קומסטו אריין אין מיין גלילות?" און ער האט געהייסן דער פאסטוך זאל אים הרג'ענען מיט זיינע פיילן. האט ר' משה קליערס אויסגעפירט: "פון דעם זעט מען ווי גרויס די צדיקים אין ארצות המערב זענען געווען, און אף על פי כן, ווען ס'איז געקומען צו גיין צו רבי שמעון, האבן זיי געדארפט ווארטן א לאנגע צייט ביז רבי ר' ברוכ'ל איז ארויסגעגאנגען, אז זיי זאלן קענען צוקומען".
באבאטשקא
פרישער באניצער
פאוסטס: 44
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 12:11 pm
x 83

Re: רבי ברוכ'ל ממעזיבוזש ז"ל - י"ח כסלו תקע"ב

פאוסט דורך באבאטשקא »


קונטרס גם ברוך הוא
תולדות חייו, סיפורים נפלאים, מרבינו הקדוש, בוצינא קדישא,

הגאון הקדוש הרבי ר' ברוך ממעזבוש זי"ע
ושייכותו עם בן אחותו מרן רביה"ק הננמ"ח זי"ע
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 950

Re: רבי ברוכ'ל ממעזיבוזש ז"ל - י"ח כסלו תקע"ב

פאוסט דורך תינוק הבורח »

באבאטשקא האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 2:48 pm
קונטרס גם ברוך הוא
תולדות חייו, סיפורים נפלאים, מרבינו הקדוש, בוצינא קדישא,

הגאון הקדוש הרבי ר' ברוך ממעזבוש זי"ע
ושייכותו עם בן אחותו מרן רביה"ק הננמ"ח זי"ע
מי נתלה במי?
שרייב פאוסט