דער מיטלער רבי - רבי דובער איז געבוירן געווארן צו זיין הייליגן טאטן רבי שניאור זלמן באקאנט אלץ דער בעל התניא, אום ט' כסלו שנת תקל"ד לפ"ק. כשגיע לפרק האיש מקדש האט ער געהייראט הצדיקת מרת שיינא רחל ע"ה בת רב דשם.
דער מיטלער רבי צוזאמען מיט זיין חברותא רבי אהרון מסטרשלא ז"ל, האבן אנגעהויבן שטארק צו פארשפרייטן דעם דרך חב"ד - חסידות ע"פ חב"ד (ראשי תיבות של "חכמה, בינה, דעת") זיי האבן מארגן געווען צו לערנען מיט אסאך חבורות און געזאגט טיפע שיעורים און געגעבן הדרכה פאר אינגעלייט, נאך זייענדיגע א גאר אינגע אינגעלייט. דער מיטלער רבי האט ארויסגעגעבן א געוואלד מיט ספרים אויף אסאך חלקי התורה.
ער האט איבערגענומען די רביסטווע ווען זיין טאטע ז"ל איז נפטר בשנת תקע"ג דארט ליאזנא, אבער ער האט זיך אריבערגעצויגן נאך א קורצע צייט קיין ליובאוויטש (ווייס-רוסלאנד). פונקט ווי זיין טאטע האט די רוסישע רעגירונג אים אויך איינגעזעצט אין תפיסה. ער איז אריין אין תפיסה כ"ב בתשרי תקפ"ז און עטליכע וואכן שפעטער י' כסליו איז ער באפרייט געווארן.
הקב"ה ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום ומחדש לחדש שנאמר (שמות כג, כו) את מספר ימיך אמלא - דער מיטלער רבי איז נסתלק געווארן אין זיין יום הולדת, זייענדיג בלויז 54 יאר אלט. ער האט זיך דאן געפונען אין א שטעטל ניעזין ושם מנחתו כבוד. זיין ממשיך דרכו איז געווען זיין איידעם
זכותו הגדול יגן עלינו
רבי דובער מליובאוויטש ז"ל - ט' כסלו תקפ"ח
- מירון
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 715
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
- Location: מאור גליל העליון
- x 2173
Re: רבי דובער מליובאוויטש ז"ל - ט' כסלו תקפ"ח
פון גליון מגנזי המלך
די וואך איז די יארצייט פון רבי דובער פון ליובאוויטש, דער עלטסטער זוהן און ממשיך דרכו פונעם בעל התניא. מ'האט אים גערופן 'דער מיטעלער רבי'.
זיין פאטער דער בעל התניא האט אים א נאמען געגעבן 'דוב בער', נאך זיין רבין דער רבי ר' בער (המגיד הק' ממעזריטש זי"ע). ער האט געהייסן דוב בער, אבער זיין נאמען איז געווען 'דובער' אינאיינעם איין ב'.
ווען די רעגירונג האט געהייסן מ'זאל זיך צולייגן א האט דער מיטעלער רבי זיך משפחה נאמען, אויסגעקליבן דער משפחה נאמען 'שניאורסאהן', נאכ'ן פאטער דער בעל התניא (שניאור'ס-זאן, היינו הבן של שניאור ה"ה אביו הרה"ק רבי שניאור זלמן מליאדי הבעל התניא זי"ע).
כ'האב געהערט פונעם טאטן ז"ל. אז רבי מאטעלע האראנסטייפעלער האט געהייסן רבי מרדכי 'דוב' נאכ'ן מיטעלן רבי'ן, ווייל פאר'ן ברית איז דער זיידע רבי מאטעלע טשערנאבלער געקומען פון עולם העליון און האט געבעטן 'זאל א נאמען געבן נאך אים (אבי אמו הרה"ק רבי יעקב ישראל מטשערקאס ז"ל היה בנו של הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאבל ז"ל), און דער אנדערער זיידע דער מיטעלער רבי פון ליובאוויטש איז אויך געקומען [מעולם העליון] און האט אויך געבעטן מ'זאל א נאמען געבן נאך אים (הרה"ק מטשערקאס הנ"ל הי' חתנו של הרה"ק ר' דובער הנ"ל), איז געווארן מ'זאל א נאמען געבן נאך ביידע, איז געווארן רבי מרדכי דוב.
__
אונז זענען מיר אייניקלעך פונעם מיטעלן רבי'ן, ווייל דער זיידע רבי שלו' אליעזר'ל איז געווען אן איידעם ביי רבי מאטעלע הארנסטייפעלער, און ער איז געווען אן אייניקל פונעם טשערקאסער, און דער טשערקאסער איז געווען דעם מיטעלן רבי'ןס איידעם.
__
ווען דער טשערקאסער האט חתונה געהאט האט נאך דער תניא געלעבט, דער תניא האט א ים אויסגעקליבן (נישואיו היה בשנת תקע"א). דער תניא איז געווען אויף א באזוך ביי רבי מאטעלע טשערנאבלער, און דער תניא האט אים געזאגט 'איך וויל זיך משדך זיין מיט אייך', דאס הייסט מיט זיינס אן אייניקל. זאגט רבי מאטעלע 'וועמען פון מיין קינדער ווילט איר?', ער האט שוין געהאט דעמאלטס עטליכע זון, 'זאגט דער תניא 'איך וועל מיך אויסקלויבן'. עס איז שוין געווען שפעט אויפדערנאכט און די קינדער זענען שוין געשלאפן, איז דער תניא אריין אין שטוב וואו די קינדער זענען געשלאפן און ער האט ארויפגעלייגט די האנט אויף די קעפלעך פון די קינדער, ביז ווען ער האט געזאגט 'אה, דעם וויל איך', מ'האט אריינגעברענגט א לעכט און מ'האט געקוקט וועמען ער האט אויסגעקליבן, און מ'האט געזעהן אז דאס איז געווען דאס קינד יעקב ישראל, האט דער תניא געזאגט 'מ'זאל מיר איהם ניט אויסבייטן ווייל איך וועל איהם דערקענען.. .'.
__
ווען דער טשערקאסער האט חתונה געהאט האט נאך דער תניא געלעבט, און ער האט נאך געגעסן קאסט ביים תניא. דער תניא האט דאך געזאגט תורה באריכות אויף זיין דרך, אין טשערנאבל האט מען דאך נישט געזאגט אזוי, עס איז געווען א גרויסע רייבעריי דערוועגן, האט איינער געפרעגט דעם טשערקאסער, 'ווי אזוי זיצסטו ביים טיש ביים תניא, וואס זאגט דער פאטער דערצו?', האט דער טשערקאסער געזאגט 'איך הער נישט'. דער פאטער האט אים געזאגט אז ער זאל נישט הערן די תורה פון חב"ד מילא הערט ער נישט, ער זיצט דארט אבער ער הערט נישט.

-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 402
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
- x 298
Re: רבי דובער מליובאוויטש ז"ל - ט' כסלו תקפ"ח
ווער איז דער מספר?מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:22 am פון גליון מגנזי המלך

אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א).תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:33 amווער איז דער מספר?מירון האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:22 am פון גליון מגנזי המלך

ויצב מצבה
- פיילס
-
- מצבת_אדמור_האמצעי.jpg (37.42 KiB) געזען געווארן 196 מאל
-
- י.jpg (44.32 KiB) געזען געווארן 196 מאל