נאטורן לויט די צען מידות

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3532
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך וואוילער »

@המברך יתברך
אפשר קענסטו קודם מאכן ק/פ פון אלעס וואס האסט געשריבן דארט און דערנאך ממשיך זיין מיט דיינע ידיעות און אויסטערלישע קלארקייט.

ייש״כ
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3532
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: נאטורן לויט די 10 מידות

פאוסט דורך וואוילער »

און פארשטייט זיך אויך די היכל הנגינה וואס איז געבינדן מיט דעם.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

שלום עליכם, טייערע משתתפים, א יישר כח פאר'ן איינלאדענונג, און איך וואלט זייער הנאה געהאט צו קענען מיטטיילן און אויסשמועסן אלע פרטים, וויאזוי צו דערקענען די צען ספירות אין נפש און אין דער בריאה, וועט העלפן פאר יעדן צו קענען שטייגן, סיי מיט זיך, סיי אין דער ארבעט, סיי מיט אנדערע, למשל: שלום בית, חינוך הבנים, בין אדם לחבירו, עניני ציבור, היכל הנגינה, וכו' וכו' עד אין שיעור.

ויהי רצון שתשרה שכינה במעשי ידינו, ויהי נועם ה' אלקינו עלינו.

------

די שוועריגקייט וואס איך האב מיט דעם, איז ווייל דאס איז א חכמה וואס נעמט ארום דער גאנצער בריאה ממש, אש, מים, רוח, עפר; אצילות, בריאה, יצירה, עשיה; נפש שטייגן, נפש סאלווען פראבלעמען; דרכי הלימוד, דרכי הפסק, דרכי עבודה, דרכי החינוך, דרכי נעגאושיעישאנס, דרכי הדרך ארץ, דרכי הפראווען, וכו' וכו'. און אויב איך שטעל מיך אראפ רעדן, קען איך פארן און פארן אן קיין שום גבולים, און נישט איך האב ליב צו רעדן צו דער וואנט, און נישט דער עולם וועט באקומען די תירוצים אויף די קושיות וואס זיי ווילן.

ממילא וואלט איך מציע געווען אז מענטשן זאלן זיך מתנדב זיין צו פרעגן שאלות און צו דירעקטירן די שמועס וויאזוי זיי גלייכן, כדי אז איך זאל קענען ענטפערן בהתאם, לתועלת כולם.

(לגבי ק\פ, וואלט איך מכבד געווען אויך ווער ס'וויל עס טון, ווייל איך בין נישט גענוג בקי אין די גדרים פון וואס ס'הייסט די טעמע אדער יענער אשכול, און איך וויל נישט ח"ו נכשל ווערן...).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 409
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 422

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך משה רבינו »

די מידות לויט די ד' יסודות שטימט בערך, מען דארף וויסן די גרמים און לויט דעם וויפיל פראצענט די רעסעפי איז צוזאמעגעשטעלט וועלכע כח עס איז שטערקער ביי איינעם און וועלכע כח איז שטארקער ביי א צווייטן (יעדער האט אלע 4 נאר איינער איז די אש 40% רוח 20% עפר 22%, און מים 18%, און די אנדערע איז אש 35% און עפר 29% וכדו'

מרה ירוקה / כטבע האש איז הייס און טריקען, מידתו בערך כעס הקפדה, שארף, עזות, קריגעריי, פינקטלעך געשיקט, שנעלע קאפ, טראכט נישט צו טיעף וכדו'
ומדתה, בלאט פרעשער צו די העכערע זייט, עס גייט גאנץ שנעל די בלוט, העלפט ארויסגיין גוט וכד'.

רוח: הייס און נאס, די בלוט: לעבער, פרייליך, / תאות שלאף (דינע בלוט מאכט פרייעליך דיקע בלוט איז אין כעס)

מים: נאס און קאלט האט ליעב צו פארברענגען מיט מענטשן שפילן מיט מענטשן געבן פאר יענעם, קערט נישט אזוי סאך, פויל, שכחה,
עפר: טריקן אין קאלט: פויל שטייט מרא שחורה,

ווינטער איז מים שטארק, קר ולח,
פרילינג, איז רוח
זומער אש, יבש וחום,
הערבסט איז עפר.

ימי הילדות ביז די 20 איז חם ולח רוח,
20 ביז 40 איז אש מער חם ויבש,
40 ביז 60 קר ולח מים.
60 ביז 80 איז עפר שטערקער

די צייטן און טאג, די מדינות העולם, יעדע זאך רעדט אריין אין דעם
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

רמב"ם הלכות יסודי התורה פרק ד'
הלכה א:

ארבעה גופים הללו שהם אש ורוח ומים וארץ הם יסודות כל הנבראים למטה מן הרקיע וכל שיהיה מאדם ומבהמה ועוף ורמש ודג וצמח ומתכת ואבנים טובות ומרגליות ושאר אבני בנין והרים וגושי עפר הכל גולמן מחובר מארבעה יסודות הללו נמצאו כל הגופים שלמטה מן הרקיע חוץ מארבעה יסודות האלו מחוברים מגולם וצורה וגולם שלהם מחובר מארבעה יסודות האלו אבל כל אחד מארבעה היסודות אינו מחובר אלא מגולם וצורה בלבד.

הלכה ב:

דרך האש והרוח להיות מהלכם ממטה מטבור הארץ למעלה כלפי הרקיע ודרך המים והארץ להיות מהלכם מתחת הרקיע למטה עד לאמצע שאמצע הרקיע הוא המטה שאין למטה ממנו ואין הילוכם לא בדעתם ולא בחפצם אלא מנהג שנקבע בהן וטבע שנטבע בהן:

טבע האש חם ויבש והוא קל מכולם והרוח חם ולח והמים קרים ולחים והארץ יבשה וקרה והיא כבידה מכולם והמים קלים ממנה לפיכך נמצאים למעלה על הארץ והרוח קל מן המים לפיכך הוא מרחף על פני המים והאש קל מן הרוח ומפני שהם יסודות לכל גופים שתחת הרקיע ימצא כל גוף וגוף מאדם ובהמה וחיה ועוף ודג וצמח ומתכת ואבן גולמו מחובר מאש ורוח ומים ועפר וארבעתן יתערבו ביחד וישתנו כל אחד מהם בעת העירוב עד שימצא המחובר מארבעתן אינו דומה לאחד מהן כשהוא לבדו ואין במעורב מהן אפילו חלק אחד שהוא אש בפני עצמו או מים בפני עצמן או ארץ בפני עצמה או רוח בפני עצמה אלא הכל נשתנו ונעשו גוף אחד וכל גוף וגוף המחובר מארבעתן ימצא בו קור וחום לח ויבש כאחד אבל יש מהם גופים שיהיה בהם חזקה מיסוד האש כמו בעלי נפש חיה לפיכך יראה בהם החום יתר ויש מהן גופין שיהיה בהן חזקה מיסוד הארץ כמו האבנים לפיכך יראה בהם היובש הרבה ויש מהן גופין שיהיה בהן חזקה מיסוד המים לפיכך יראה בהם הלח יתר ועל הדרך הזה ימצא גוף חם יתר מגוף אחר חם וגוף יבש יתר מגוף אחר יבש וכן ימצאו גופים שיראה בהן הקור בלבד וגופים יראה בהן הלח בלבד וגופים יראה בהן הקור והיובש כאחד בשוה או הקור והלח כאחד בשוה או החום והיובש כאחד בשוה או החום והלח כאחד בשוה לפי רוב היסוד שהיה בעיקר התערובת יראה מעשה אותו היסוד וטבעו בגוף המעורב.

-----------------

יעצט ווילן מיר דאס אויסשמועסן לויט די עשר ספירות.

שטייט אין די ספרי קבלה\חסידות, אז חכמה איז אין מדריגת אש\אצילות. בינה ודעת זענען אין מדריגת רוח\בריאה. חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד יסוד, זענען אין מדריגת מים\יצירה. און: מלכות איז בבחינה עפר, עשיה, ווייל דאס איז דער פאקטישער פראקטישער מציאות.

געוויסע מקורות וועלן מייחס זיין נצח\הוד\יסוד, אויך צו מלכות\עפר, און דאס קען מען אויך פארשטיין.

אבער וואס איז דער הסבר פון די אלע זאכן?

דער מענטש איז אן עולם קטן, און ער איז שייך צו זיין אין אלע מדריגות און אקטאוועס, פון א חלומ'ער\פליער ביז א קאלטער\פראקטישער, און אלעס אינדערמיטן. יעדער האט זיינע נטיות מיט וואס ער איז דאס מערסטע באקוועם און אין וועלכע מאודס ער קען זיך בעסער אויס, אבער, יעקב אבינו'ס לייטער לערנט אונז, וויאזוי צו קענען ארויפגיין און אויך אראפגיין.

אין עולם גדול - איז מבואר בדברי הרמב"ם הנ"ל - אז די ארמ"ע זענען אויסגעשטעלט אין שיכטן, אזויווי די צוויבל-שאלעכצער, איינס העכער ווי דאס אנדערע. און אזוי געפונט דער אש פון ספעיס-גאז העכער פונעם אטמאספער, דערנאך דער אטמאספער איז רוח, די ימים זענען מים, און דער ערד קוגעל איז - פארשטייט זיך - עפר. דער וועג וויאזוי די שיכטן זענען אויסגעשטעלט, איז לויט מאסע-דיקעקייט (וואג פער קיוביק ?), ווען עפר האלט זיך גאר אונטען און אש פליעט ארויף.

ביים עולם קטן איז עס נישט אזוי שווארץ און ווייס, אזויווי דער רמב"ם זאגט אז יעדעס חלק פון אונז איז דאך אריינגעקנעטן פון אלע יסודות. אבער דאך, קען מען האבן א שטיקל השגה.

פונדעסטוועגן קומט עס נישט צו צו די קלארע און פראקטישע הבנה, וואס מ'פארדינט ווען מ'צעטיילט אלערליי שאיפות, געפילן און געוואוינהייטן, אויף די עשר ספירות. דאס געט א מורא'דיגע פרעציזקייט און עפנט אויף א וועלט מיט מעטאדן פאר אלערליי שוועריגקייטן.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

פאר מיר וועלן אריינגיין טיפער אין די עשר ספירות, לאמיר אביסל אריבערגיין צום עולם הנגינה, און רעדן וואס איז שייך לגבי דעם פון די ד' עולמות.

איז אזוי:

עס איז באקאנט דער ד' בבות פון הייליגן בעל התניא, וואס איז מיוסד אויף די ד' עולמות, פון אונטן ארויף. און די סיבה פארוואס מ'גייט פון אונטן ארויף איז פשוט, ווייל מיר זענען דאך אונטן, און ממילא דארפן מיר ארויפגיין שטאפלווייז, עשיה, יצירה, בריאה, אצילות, און דערנאך קומט מען צוריק צו בריאה, ווייל מ'קען דאך נישט בלייבן אין עולם האצילות...!

עס דארף באמערקט ווערן איז די תנועות ביי אלע פעלער, אפילו פונעם אונטערשטן פאל דהיינו פון עולם העשיה, איז בעיקר פון די דריי מידות: חכמה, בינה ודעת, דהיינו, אז עס פאנגט זיך אן א לעכצעניש און עס ווערט גלייך אויסגעטראכט און אויסגעארבעט מיט אלע פרטים און קנייטשן וויאזוי מ'גייט זיך באגיין מיט דעם, און דערנאך ענדיגט מיט א שטיקל אפמאך, אזא סארט דזשאסטיפיקאציע, וואס דאס איז דאך דעת. מ'קריכט מיט די זעלביגע מידות און קנייטשן במשך אלע מדריגות, עשיה, יצירה, בריאה, אצילות, ברידזש, און נאכאמאל בריאה.

עס איז א הייליג ניגון, וואס פאדערט אסאך...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

איינער שפירט עפעס נאכ'ן קוקן אויף דעם פאר 15 מינוט? (לטובת הציבור, ביטע ענטפער ווי מער דעטאלירט ס'שייך. איין ענטפער גלייך, און נאך איינס נאך א טאג-צוויי).

צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3672
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4610

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך שמח »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:39 am איינער שפירט עפעס נאכ'ן קוקן אויף דעם פאר 15 מינוט? (לטובת הציבור, ביטע ענטפער ווי מער דעטאלירט ס'שייך. איין ענטפער גלייך, און נאך איינס נאך א טאג-צוויי).

דאס ווערט נישט געוויזן ווי א gif דא נאר ווי א בילד.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 3:34 pm

ביי מיר יא. איך ווייס נישט די סיבה פארוואס ביי דיר נישט, און אויך נישט וויאזוי עס צו העלפן. אפשר קענסטו קאפירן דעם לינק.

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 5:15 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 3:34 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:39 am איינער שפירט עפעס נאכ'ן קוקן אויף דעם פאר 15 מינוט? (לטובת הציבור, ביטע ענטפער ווי מער דעטאלירט ס'שייך. איין ענטפער גלייך, און נאך איינס נאך א טאג-צוויי).
דאס ווערט נישט געוויזן ווי א gif דא נאר ווי א בילד.
ביי מיר יא. איך ווייס נישט די סיבה פארוואס ביי דיר נישט, און אויך נישט וויאזוי עס צו העלפן. אפשר קענסטו קאפירן דעם לינק.
איך קען עס זעהן ווען איך עפען עס אין דרייוו, אבער עס ווערט נישט געזען דא אויפן פארום זעלבסט אזויווי ווידעאס ווערן געזען.

צ''ק

וועל איך דארפן נעמען די פופצן מינוט עס צו קוקן...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5946
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 12842

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך זע עס יא געהעריג.

@המברך יתברך אויש איךל מוז יעצט קלאצן פאר 15 מינוט?

באשעפער געמיר צייט...
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 831

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך צווייטער »

מדוע לא יבער הסנה?
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

צווייטער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 7:21 pm מדוע לא יבער הסנה?
שכוח. אבער מ'רעדט פון א געפיל, נישט פון א געדאנק.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 7:00 pm איך זע עס יא געהעריג.

@המברך יתברך אויש איךל מוז יעצט קלאצן פאר 15 מינוט?

באשעפער געמיר צייט...
טו עס נישט, ווען דו האסט נישט די צייט.
ס'איז נישט קיין חק אז ס'מוז זיין דווקא 15 מינוט. די נקודה איז ווילאנג ס'נעמט אז ס'זאל רעדן צום געפיל (ביי יעדן איז עס אנדערש).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3532
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5572

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך וואוילער »

גיי אן סיסטאמאטיש, גיב נישט אויף!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

לטובת הענין, וועלן מיר מעתיק זיין דעם פאלגענדן בילד, וואס אילוסטרירט די צען סאמע שורש'דיגסטע כלים מיט וואס אונזער נפש ארבעט.
לאמיר זען אויב דאס ווערט יא פארשטאנען נאטירליך, אדער מ'דארף עס אויך מסביר זיין.
ניין כלי הנפש.png
ניין כלי הנפש.png (314.55 KiB) געזען געווארן 689 מאל
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

חכמה (sensing): העלפט אונז צו זען און אויפכאפן די נאטירליכע וויבראציעס פון געפילן, געשעענישן, מאטיוון, וועטערן און טעקסטורן.
בינה (computing): רעכנט איבער אלע אינפארמאציעס, לויט דאטא אנאליזירונג.
דעת (realising): קומט צו החלטות וואס פירט דעם מענטשנ'ס רעאקציע אויף א נאטירליכן אופן, אזוי אז ער דארף שוין נישט יעדעס מאל נאכאמאל איבערטראכטן.
חסד (squandering): ברייטערט אונז אויס, אריינצונעמען אנדערע אין אונזער סקאופ. מיר געבן און נעמען געפילן און סובסטאנצן, און דאס פארשטערקט ביידע זייטן.
גבורה (precising): פארפינקטליכט. עס שטעלט אפ דעם אומ'חשבונ'דיגן פארשפרייטרונג, און ברענגט צו פרעציזקייט און צו קלארקייט.
תפארת (performing): קאלירפולקייט. מיר ברענגען ארויס א שיינעם בילד. און מיר ברייטערן זיך און פארשמעלערן זיך לויט באדערפעניש.
נצח (patronizing): מיר געבן אכטונג אויפ'ן דירעקציע, ווער איז מיט אונז און ווער נישט.
הוד (enjoying): מיר שמייכלען אביסעלע, און מיר ערלויבן זיך צו אנערקענען אין יענעמ'ס שיינקייט.
יסוד (well based): מיר האלטן אן בעז"ה און ברעכן ח"ו נישט אונטער.
מלכות (harmonization): נישט אלעס איז אונזער כח. מיר גייען נאך, און מיר פאלגען אויס.

די דאזיגע צען געפילן שפילן זיך אויס אנדערש אין יעדער סיטואציע, בעיקר לויט וועלכע עטליכע געפילן עס שטעלן זיך צוזאם אינאיינעם.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

יעצט גיי מיר צוריק צו כשרונות...

זיצן מיר דא און מיר ווילן שאפן עפעס א ניגון וואס זאל בעזהשי"ת ארויסברענגען א נאטירליכע און אויטענטישע וויבראציע, צו וואס מענטשן קענען זיך קאננעקטן... עס דארף זיין אינעם ניגון אביסל לעכצעניש, אביסל בענקשאפט, אביסל זיכן ארויסצוגיין פונעם ים פון חומר אין וואס מיר זענען איינגעטינקען... מיר טרעפן דאס אסאך אין אלע גאר פארצייטישע חסידישע ניגונים, אבער אפילו אין א היינטיגע וועט מען הערן א למשל: צמאה לך נפשי.. (באמת, דער ליובאוויטשער צמאה לך נפשי, איז דאך פארשטייט זיך, א דבקות'דיגער ניגון, אבער דאך, גענוג קלאסיש. זעט אויס, אז איינמאל מ'זאגט שוין ארויס קלאר "צמאה לך נפשי" קען מען שוין זיין קלאסיש אויך...).

אבער....

מיר דארפן קודם פארשטיין אז מענטשן זענען צוזאמגעשטעלט פון די אלע עשר ספירות, טראצדעם וואס ביי יעדן מענטש איז אן אנדערע מידה מער פועל...

און נאר נאכדעם וואס מ'וועט אנערקענען אלע אנדערע מידות, וועט מיין מידה ארויסקומען בהתאם מיט אלע אנדערע...

איז, אויסער די מידה פון שאיפה, העכערקייט און אויטענטישקייט, אויף דא א מידה פון בינה, וואס לערנט אונז אויס, וויאזוי יעדע קנייטש איז פועל, סיי ארויסברענגען די געפיל אדער יענע געפיל, און סיי דער אריבערגאנג צווישן איין מידה און אן אנדערס, און סיי וויאזוי עס ווערט פראקטיש אויפגעכאפט און געזינגען, און סיי וויאזוי אנדערע מענטשן וועלן עס הערן...

די מידה לייגט אריין א ניגון, דאס וואס מ'טרעפט (אביסל צו) אסאך אין די ניגוני חב"ד, און אויף א קלאסישן אופן, אינעם ניגון "כי הרבית", די אלע קלייטשיגע אויסגערעכנטע סטעפס (עס איז אויסגעלייגט סטראטעגיש, וואס דאס איז שוין א 6'קייט).

און נאכדעם איז דא א מידה פון חסד, וואס דאס איז ברייטקייט. כדי אז אז א מידה זאל זיך צעשפרייטן, דארף זיין אביסל צעשפרייטקייט אינעם ניגון אליין. עס דארף זיך ארויסזינגען פון דיר עפעס וואס זאלן מאכן מענטשן פילן היימיש, נאנט, אסאך צוזאמען וואס ווילן די זעלבע זאך.

למשל: דער סאטמערע שלום עליכם, אדער להבדיל, נשמת, נשמת כל חי, איז א צוזאמשטעל פון השראה מיט אהבה (בינה האט נשמת ווייניג). איך האב נישט אויף דער מינוט קיין משל פון א ניגון, וואס ברענגט ארויס שטארק אהבה אן קיין השראה.

(המשך יבוא בעז"ה, איך מוז גיין, אבער ביז דערווייל זאל דער עולם אריינקומען מיט זייערע משלים, הוספות און הערות. יישר כח).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

צוריק צום ענין...

האלטן מיר ביים מידת הגבורה, וואס איז אויך זייער וויכטיג אין נגינה, נישט דווקא בשעת'ן קאמפאזירן, אבער בעפאר מ'לייגט עס ערגעץ ארויס, מוז מען דורכגיין די פינקטליכקייט דערפון. וואס הייסט?

גיי מיר צוריק צו ר' בעריש ווישאווער ז"ל.

ווי געזאגט, פלעגט ר' בעריש שיקן ניגונים צו אלע גרויסע הויפן... זאל ער האבן געזאגט, אז ווער ער שיקט א ניגון קיין סאטמאר, באקומט ער צוריק א מחוסר אבר... קיינער האט נישט קיין געדולד צו צולייגן קאפ גענוי צו אלע תנועות און קנייטשן, מ'זינגט עס וויאזוי ס'גייט, דער עיקר ס'זאל זיין א התעוררות. פאלט אראפ דא א שטיקל, דארט א וויכטיגע קנייטש, ולא נודע כי באו אל קרבנה...

שיקט ער א ניגון קיין וויזניץ, ווערט עס מיותר אבר..., עס קומען צו אסאך געפילן און ווארעמקייט, און דער ניגון ווערט היבש פארלענגערט, ווען צו יעדן פאל וואקסן צו אפאר נאטן...

אבער אויב שיקט ער עס קיין באבוב, איז עס א געביגלטע העמד, מיט אלע קנייטשן אזויווי ער האט עס געשיקט.

איז אפילו אויב די מעשה זאל נישט זיין אמת, איז אבער דא א וויכטיגע נקודה דא. און דאס איז אז, אפילו אויב די מענטשן וואס זינגען דעם ניגון גייען עס אפשר פארוואסערן, דער וועט עס ציען און יענער וועט עס שלעפן, דארפסטו אבער עס גענוג גוט אויסשלייפן אז ס'זאל ווערן אהערגעשטעלט מיט פינקטליכקייט, יעדע אות, יעדע נאוט, יעדע ביעט, יעדע תנועה.

מיר געדענקען מן הסתם ר' בנציון שענקער'ס מחאות אויף דעם וואס מ'האט פארדרייעט זיינע תנועות, און אויף וואס ר' יוסי גרין טענה'ט (און לענ"ד איז ער גערעכט...) אז אויב דער עולם גלייכט דעם ניגון אביסקעלע אנדערש, איז פשט אז זיי זענען עס ענדערש מקבל אזוי, ענד דעה קאסטומער איז אלוועיס רייט... מעגליך אז דו האסט אפילו געמאכט א טעות מיט דער נקודה, און עס וועט דיר סייווי גארנישט העלפן ווען דו פרובירסט זיי צו פאררעכטן...

אבער אויב דו לייגסט ארויס דעם ניגון, איז עס שוין לכתחילה צעווישט, אזוי אז מ'ווייסט נישט וויאזוי עס וואלט געדארפט געזינגען ווערן, פילט עס ענדערש ווי א סילי פוטי, ווי איידער א פראפעסיאנאלע ניגון. מענטשן פילן נישט ווי זיי ווייסן וואס דא טוט זיך, און מ'מישט גלייך אוועק...

רוף זיי צו דין תורה, הלמאי זיי זענען נישט מכיר אין דיינע אויטענטישע געפילן וואס מ'קען נישט מגשם זיין...
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

איז בקיצור פון פריער:

חכמה, איז דער רעיון פון בכלל אויסדריקן די אריגינעלע טיפע געפילן וואס מ'קען כמעט נישט ארויסברענגען אין קיין ווערטער, נאר אין א ניגון. פארשטייט זיך אז דאס שאפט די לעכצעניש און געגועים צו השי"ת, וואס מיר זעען אין פיל ניגונים.

בינה, איז דער חלק האנאליטיקה וואס מיר זעען אין א ניגון. בעיקר איז עס בולט אין די חב"ד ניגונים, וואס זייער פולע קנייטשן ברענגען ארויס זייער אויסגערעכנטע מעסעדזשעס. (אגב: לענ"ד איז דער באקאנטער זינגער אברהם פריעד, א סעמפל פון א געזונטער 5'ער).

דעת, איז באלאנץ. פארשטייט זיך אז מיר זוכן אז א ניגון זאל זיין גוט באלאנצירט. אבער די געפילן וואס שאפן דעם באלאנץ, זענען תפארת און נצח (וויבאלד דעת האט נישט ממש קיין רעדל אדער רייץ).

חסד, איז דער צעשפרייטער ווארימקייט וואס מיר ווילן זען אין א ניגון. עס איז בעיקר מערקבאר אין די וויזניצע ניגונים, וואס האבן אין זיך אזא פלאכע פשטות'דיגע ווארימקייט (9-2), מיט זייער ווייניג קנייטשן אדער אנשטרענגונג. פאר נישט-וויזניצע ניגונים, האבן מיר גענומען פאר א משל, דער סאטמארער שלום עליכם, און - להבדיל - דער נשמת כל חי פון יהודה גרין (מיר האבן שוין מעיר געווען איבער'ן הבדל שביניהם).

גבורה, איז די באבוב'ע פינקטליכע קארעקטקייט וואס שטעלט יעדע נאט אויף זיין פלאץ. א וויכטיגע קאמפאנענט אין א ניגון. עס זענען אויך דא גבורה'דיגע קנייטשן אין א ניגון, און דאס זענען די מער פשטות'דיגע קנייטש, וואס ברענגט ארויס דעם געפיל פון זיך אפשטעלן, (אן דעם טיפקייט פון בינה וואס דער אפשטעל איז לשם אריינטראכטן, נאר פשוט אפשטעלן לשם אפשטעלן. וואטש וואו דו גייסט!).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

יעצט וועלן מיר גיין אביסל ווייטער:

תפארת: שיינקייט. יא, א ניגון דארף זיין שיין. עס קען נישט זיין קיין פשוט'ע געברימעכצט, ווען עס איז גאנץ מערקבאר ווי דו פרובירסט צו שטופן עפעס זייער שטארק. דו ווילסט טאקע ארויסברענגען דיין געפיל, אבער אויב דו ברענגסט עס שוין יא ארויס, שטעל עס אהער שיין, מיט א קאמבינאציע פון קאלירן. עס דארף גיין אביסל אהער און אהין, און ארויסברענגען פארשידענע סארט געפילן.

נצח: סדר. א ניגון דארף האבן א שטיקל גאנג, אדער - לאמיר עס אנרופן - סטראטעגיע. מ'קען נישט סתם ארומפאטשקענען מיט חידושים און תנועות, וואס האבן נישט קיין שייכות, נאר עס מוז ווערן אויסבויעט. למשל, אמור מעט ועשה הרבה, מ'פאנגט אן א קליינע חידוש, אביסל BATE צו קענען אריינקומען, מ'האלט דעם חידוש קליין, אבער דעם גאנג קלאר. מ'גייט שטערקער און שטערקער ווי נאר דער ניגון אנטוויקלט זיך; צווייטע פאל, דריטע פאל, מ'געט א פיניש אפ צו בארואיגן און צוריקברענגען. אפילו אויב מ'וויל ווייזן קונצן, למשל, אריינמישן אידיש (שוין אויסגעוועפט, לענ"ד) אדער פרייליך-ערנסט, דארף זיין עפעס א גאנג דערפאר, כדי אז עס זאל קענען קלעבן און מענטשן זאלן עס נישט באטראכטן ווי אן אומגעלונגענע פאלאטשינטא-געמויזעכץ (וואס הייסט? כ'האב דאך געוואלט א חידוש?!).

הוד: אפילו אויב א ניגון איז אן ערנסטע, דארף עס דאך האבן אזעלכע גליטשעלעך. ד"ה די סארט תנועות וואס קומען ארויס אומאויסגערעכנט, וואס געבן צו א געשמאק צו א ניגון (למשל די וואס ר' פינקי לייגט אריין אין א ניגון, זענען חסד-הוד שטיקעס). רוב מאל וואס א מענטש נעמט זיך זינגען א ניגון, איז עס נישט צוליב'ן מעסעדזש, נאר ווייל ער זוכט עפעס א געשמאקע צוקער'ל. ממילא, אפילו דו ווילסט אים יא שיקן א מעסעדזש (אדער דו ווילסט איבערגעבן דיין מעסעדזש, נישט קיין חילוק לעניננו), געב אים קודם דאס וואס ער זוכט, דהיינו, אביסל געשמאק. און יא, מענטשליכע יצורים דארפן האבן געשמאק אין זייער לעבן, כדי צו קענען עקזיסטירן.

(איך רעד צו דער וואנט).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 336
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 221

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך אני-הק' »

שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 3:34 pm
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:39 am איינער שפירט עפעס נאכ'ן קוקן אויף דעם פאר 15 מינוט? (לטובת הציבור, ביטע ענטפער ווי מער דעטאלירט ס'שייך. איין ענטפער גלייך, און נאך איינס נאך א טאג-צוויי).

דאס ווערט נישט געוויזן ווי א gif דא נאר ווי א בילד.
משוגע מעטארע, קוקן אויף דעם פופצן מינוט?
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 943
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1286

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

יישר כח @המברך יתברך
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

אני-הק' האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 10:26 am משוגע מעטארע, קוקן אויף דעם פופצן מינוט?
דארפסט נישט קוקן אויף די גוי'אישע פרצופים. (איינער קען עס אויסמעקן?).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 302

Re: נאטורן לויט די צען מידות

פאוסט דורך המברך יתברך »

יסוד: אינערליכע פעסטקייט. דאס זעט מען בעיקר ביי אסאך לעבעדיגע גור'ע ניגונים און אויך ביי אנדערע מארשן (אזויווי המכונה נאפאליאן'ס) און אביסל ביי ניגונים וואס ארבעט אויף MAJOR, אבער ביי רוב אידישע ניגונים זענען MINOR און עס פילט זיך נישט דארט קיין סאך פונעם מידות היסוד, אפילו אויב עס ליגט באהאלטן אונטער'ן בכלל זינגען און זיך ארויסברענגען.

מלכות: ביטול וקבלת עול, איז א מידה וואס מ'הערט זייער אסאך אין אלע אידישע ניגונים, אממערסטנס איז עס בולט אין די זעלטענע קלאסישקייט וואס מ'הערט אין ניגוני ר' משה גאלדמאן ז"ל וואס איז דאך געווען א 9'ער.

(איך ווייס נישט אין וועלכע סוגיא צו ממשיך זיין. אויב איך וועל שרייבן 'טעמע' וועט מען מיינען אז איך מיין צו זאגן 'אשכול').
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
שרייב פאוסט