שלום וברכה אלע חשובע און טייערע אידן וואס זיצען דא ביים טיש שיחי'
איך האב יעצט אריינגעלאגט צום ערשטען מאל זייט איך האב מיך איינגעשריבן, והאמת הוא אז איך דריי מיך נישט דא קיין סאך וויבאלד איך האב פשוט נישט קיין צייט, אבער איך שעץ שטארק די פלאץ דא, די עולם מיט די הנהלה החשובה, מילא יעצט האב איך געהאט א איבריגע מינוט בין איך אריינגעקומען באגריסען די חשובע עולם,
איך האב מיך אזוי אומגעקוקט אויף די טעמעס אין אלע זייטען פון די גרויסע טיש, ס'איז מיך געווען איבעראשונג אז ס'איז שוין דא אזוי פיל און פארשידענע טעמעס פון אלע סארט'ן ווינקלעך, מ'קען נישט אריינקומען איין מאל אין צוויי וואכן אלעס דעקן,
די עיקר זעהט מען שטארק ביי אזעלעכע טעמעס וואס איז דא צוויי צדדים ביים היימישען ציבור ווי די עולם קאכט שטארק מיט אלע סארטן ראיות לכאן ולכאן פארשטייט זיך מיט די גרעסטע מאס רעספעקט איינער פאר די צווייטער,
עס איז מיר א גרויס כבוד צי זיין א חלק פון די חבורה ויה''ר שיתקדש שם שמים א''י
החותם באהבה
שלמה סגל
שלמה סגל
נ.ב. היות איך האב נישט קיין סאך צייט ווייס איך נישט אויב איך וועל קענען ענטפערן אויב איינער גייט קאמענטארן ס'קען זיין ס'וועט נעמען א וואך ואיתכם הסליחה
אויב איינער ווינדערט זיך פארוואס איך האב עס געלייגט אין צייט פארברענג, די סיבה איז פשוט ווייל ס'שטייט נישט גארנישט דא און ס'איז כפשוטו צייט פארברענג
כל טוב הצלחה רבה און א גוט שבת