ערשטע מאל און ירושלים.קשאנובער האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 30, 2023 12:31 amערשטמאליגע??היט שבת האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:54 pm @TM Viznitz
תולדות מרדכי וויזניץ
כ"ק מרן רבינו שליט"א וועט זיך בשעה טובה ומצלחת ארויסלאזן קיין ארה"ק אויף א קורצע באזוך לרגל א שמחה ביי אחד מאנ"ש.
רבינו שליט"א וועט פראווענען א ערשטמאליגע גרויסע שבת בקרב אנ"ש ובחורי החבורות און ירושלים עיר הקודש.
די תפילות ועריכות השלחנות וועט בעז"ה פארקומען און די סאטמערע ת"ת און די עזרת תורה געגענט.
כבין כמעט זיכער ער פראוועט א שבת אין א"י יעדעס יאר.... עכ"פ זיכער נישט זיין ערשטע מאל...
באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
רבינו שליט"א אויף א באזוך אינעם פראכטפולן איבערגעבויטן פלייש געשעפט דקהלתינו ומוסדותינו הק' אויף מוירטל עוו. אין וומ"ס.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר, מהר"א
=דינסטאג כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הלל פאגעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא ברי"ש בראך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"מ קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.
נאכן דאווענען זענען די בחורים אריין בקודש פנימה לקראת די נסיעה למקומות הקדושים קיין אייראפע קומענדיגע וואך, ווי דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט און געוואונטשן ברכות לרוב פאר יעדעם באזונדער.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:45.
זמני כניסה איז געווען פון 4:30 ביז 11:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15, און מעריב ארום 10:30.
נאך די זמני כניסה ארום 11:20 איז דער רבי אנגעקומען צום פראכטפולן איבערגעבויטן פלייש געשעפט דקהלתינו ומוסדותינו הק' אויף מוירטל עוו.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די ראשי קהילה והמוסדות און געהערט א באריכט פון די פלענער אויף ווייטער,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע אפטיילונגען פונעם געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן געשעפט און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די ראשי קהילה און בפרט פאר הרבני הנכבד ר' אברהם בראך הי"ו - מראה"ק, בריח התיכון פונעם געשעפט, און פארן מענעדזשער ר' יצחק מאיר קליין הי"ו,
און פאר אלע עסקנים,
ארום 11:40 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 275
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
- x 80
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 275
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
- x 80
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
מעמד קבלת פנים לכבוד כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א לרגל חזרתו מלאנדאן
בשו"א נישט מסכים געווען זיך צו זעצן אויף א רעבישע בענקל
בשו"א נישט מסכים געווען זיך צו זעצן אויף א רעבישע בענקל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר"יי
מיטוואך פרשת כי תבוא
די רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין היכל בית מדרש הגדול אום 8:15 און פארגעזאגט ברכות
בעל תפילה איז געווען מו"ה משה הלל קאהן הי"ו
נאך לדוד השם האט די רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג בחודש אלול
מ'האט פארענדיגט ארום 10 אזייגער די רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש
און די פארמיטאג שעות איז אריין אל הקודש פנימה די הנהלת וועד החינוך במוסדותינו הק' פון בארא פארק און שפיץ פונעם דיין הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א ווי מען האט איבערגעשמועסט מיטן רבי'ן פארשידענע ענינים העומדים על הפרק
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר יושע לערנער שליט"א דומ"ץ ור"מ סאטמאר מאנטריאל ווי די דיין האט איבערגעגעבן א באריכט פארן רבי'ן מהנעשה והנשמה בקהילתינו ומוסדותינו הק' און מאנטריאל און איבער די לעצטיגע הרחבת גבולי הקדושה מיט די אפקויף פונעם נייעם בנין לטובת ישיבתינו הק' 'תורת משה'
און די נאכמיטאג שעות איז אריין אל הקודש פנימה די מנהלים פון ישיבה גדולה ווי מ'איז איבערגעגאנגען מיט'ן רבין פארשידענע ענינים לקראת דעם נייעם זמן דעם קומענדיגן חודש חשון הבעל"ט
אזוי אויך האט די רבי מנחם אבל געווען דורכן טעלעפאון הרה"ח ר' ברוך בענדיקט הי"ו פון ירושלים וואס זיצט שבעה ע"פ בנו ל"ע
אום 6:30 איז די רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש בעל תפילה איז געווען מו"ה משה יודא אקערמאן הי"ו
נאך מנחה האט די רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון
החתן ב"ר יואל ווערצבערגער הי"ו הכלה בת הרב ישראל מענדל שווארטץ שליט"א אב"ד לאשאנץ באולם פרדס פיגא
דערנאך איז געווען זמני כניסה לקראת די ימי הרחמים והרצון
בין הנכנסים איז אריין אל הקודש פנימה הגה"צ ר' דניאל רוקח שליט"א אדמו"ר מ'ליזענסק ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די חתונה פון א קינד
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני נסיעות לקברי צדיקים
אזוי אויך האט ער צוגעוויזן פארן רבין די פלענער פונעם נייעם בנין הביהמ"ד ומקוה טהרה וואס ווערט יעצט געבויט און שטאט ליזענסק סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע
און דערביי איבערגעגעבן פארן רבין די נייע איבערגעדריקטן ספה"ק נועם אלימלך מ'דפוס ראשון
די רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעווינטשען ברכת קדשו
און באזינדער אנגעווינטשען פאר די עסקנים פונעם פראיעקט
אום 10 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב' שלמה אליעזר ב"ר אלכסנדר פרענקל שליט"א ר"מ בישיבה
דערנאך האט מען ווייטער געזעגענט
אום 11:30 איז די רבי אנגעקומען און די זאלן פון ויואל משה מלובש בבגדי שבת ווי די רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת החתונה די חתן א אייניקל פון גיסו הגה"צ צבי יוחנן שפיטץ שליט"א א זוהן פון הרה"ג ר' יואל שפיטץ שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' און הכלה בת הגה"צ ר' יעקב כ"ץ שליט"א אב"ד נמיזשא ור"מ בישיבתינו הק'
די רבי האט זיך באגריסט מיט די זיידעס און מחותנים
נאכן בענטשן האט די רבי געזאגט די שבע ברכות
דערנאך האט די רבי אפגעראכטן די מצוה טאנץ לפני הכלה
דערנאך ארויס און א עקסטערן ריקוד מיט גיסו הגה"צ צבי יוחנן שליט"א און דערנאך מיט די מחותנים און בני המשפחה
ארום 12:15 האט זיך די רבי צירוקגעקערט לביתו נאוה קודש.
~
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר, מהר"א
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל הולדת נכדתו בת אצל הרב אלעזר טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א חתן הגה''צ ר' חיים יודא באב''ד שליט''א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן.
"שישו ושמחו בשמחת רבינו" .
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
=מיטוואך כי תבא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה שמואל שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם בערגער הי"ו - תאומים.
ב"ר משה ראטה הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
זמני כניסה איז געווען פון 6:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"י ראזענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"י ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יודא שלמה פריעדמאן שליט"א און הרה"ח ר' אברהם ווייסמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה יקותיאל הערשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א געקומען אויף א פריוואטע באזוך ביי מחותנו רבינו שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, און מעריב ארום 12:15.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צום נייעם לאקאל פון שלומי'ס גראסערי בשכונת ברוך טעם אינטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו - חבר הנהלת מבצר הכוללים,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' שלמה הי"ו, און פאר'ן גאנצן אנוועזנדן ציבור.
~
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון האדמו"ר מקאפיטשניץ.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
הכנסת ספר תורה און קביעת מזוזה פאר די היכל התורה אין ביהמ"ד סקווירא פרענסיס אין מאנסי.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
האדמו"ר מדינוב ביתר באזוכט ביי הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 801
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
- x 1397
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
הגאון הצדיק רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט וויליאמסבורג וועט היינט נאכט אויפטרעטן מיט א דרשת הכנה והתעוררות לקראת ימים הנוראים הבעל"ט בבית המדרש הגדול קהל יטב לב אין מאנטרעאל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
מען קען נישט זען אייער בילדלא ימושו מפיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 12:23 pm הגאון הצדיק רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט וויליאמסבורג וועט היינט נאכט אויפטרעטן מיט א דרשת הכנה והתעוררות לקראת ימים הנוראים הבעל"ט בבית המדרש הגדול קהל יטב לב אין מאנטרעאל
איך האב געהאט די זעלבע און נאכן פארמעקן די קיכעלעך האט עס געארבעט
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
וועלכע ביהמ"ד איז דאס?דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:28 am הכנסת ספר תורה און קביעת מזוזה פאר די היכל התורה אין ביהמ"ד סקווירא פרענסיס אין מאנסי.
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
הרה"צ יאמפעלע רב שליט"א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט א זון הרב מעכיל שליט"א מיט די טאכטער פון הרב אלטער וואגשאל שליט"א פון טאהש
לרגל השמחה האט זיך דער רב שליט"א אנגעטאן סטראקעס
דער רב'ס עלטערער ברודער הרה"צ ראב"ד לדון ולהורות האט זיך אויך משתתף געווען ביי די חתונה, און לכבודו פון זיין ברודער די מחותן האט דער ראב"ד פארפריערט דאס אנטוען סטראקעס זיינע וועלכע איז געווען געפלאנט אויף ווען דער ראב"ד מאכט חתונה אום חשון...

- פיילס
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6591
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15169
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
וואס איז דאס אומפארגינערשקייט דא? דו ווייסט נישט אז היינט איז דער מינימום טיטל "כבוד קדושת"?!דאפלטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:07 pm הרה"צ יאמפעלע רב שליט"א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט א זון הרב מעכיל שליט"א מיט די טאכטער פון הרב אלטער וואגשאל שליט"א פון טאהש
לרגל השמחה האט זיך דער רב שליט"א אנגעטאן סטראקעס
דער רב'ס עלטערער ברודער הרה"צ ראב"ד לדון ולהורות האט זיך אויך משתתף געווען ביי די חתונה, און לכבודו פון זיין ברודער די מחותן האט דער ראב"ד פארפריערט דאס אנטוען סטראקעס זיינע וועלכע איז געווען געפלאנט אויף ווען דער ראב"ד מאכט חתונה אום חשון...
ווער רעדט נאך זינט די אינפלאציע, כמיין...
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
ניין ניין די זלאטשובע גזע למעב"ק האט זיך געפירט גאר בפשטותדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:09 pmוואס איז דאס אומפארגינערשקייט דא? דו ווייסט נישט אז היינט איז דער מינימום טיטל "כבוד קדושת"?!דאפלטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:07 pm הרה"צ יאמפעלע רב שליט"א האט נעכטן נאכט חתונה געמאכט א זון הרב מעכיל שליט"א מיט די טאכטער פון הרב אלטער וואגשאל שליט"א פון טאהש
לרגל השמחה האט זיך דער רב שליט"א אנגעטאן סטראקעס
דער רב'ס עלטערער ברודער הרה"צ ראב"ד לדון ולהורות האט זיך אויך משתתף געווען ביי די חתונה, און לכבודו פון זיין ברודער די מחותן האט דער ראב"ד פארפריערט דאס אנטוען סטראקעס זיינע וועלכע איז געווען געפלאנט אויף ווען דער ראב"ד מאכט חתונה אום חשון...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר"יי
דאנערשטאג פרשת כי תבוא
די רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית און היכל בית מדרש הגדול אום 8:20 און פארגעזאגט ברכות
בעל תפילה איז געווען מו"ה משה הלל קאהן הי"ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן מיט
פתיחה: מו"ה שלמה יודא טייטלבוים הי"ו
כהן: מו"ה מרדכי יואל ראלניצקי הי"ו
לוי: מו"ה יחזקאל שרגא רייזמאן הי"ו
שלישי: החתן יעקב אליעזר גאנדל ני"ו
די רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: מו"ה שלום דוב טענענבוים הי"ו
נאך לדוד השם האט די רבי געבלאזן שופר און געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים כנהוג בחודש אלול
מ'האט פארענדיגט ארום 10 אזייגער
אום 6 אזייגער נאכמיטאג איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה לקראת די ימי הרחמים והרצון
ארום 7:30 איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הבחור בן הרה"ג ר' שלמה יודא כ"ץ שליט"א ר"מ בישיבתינו הק'
דערנאך האט מען ווייטער געזעגענט
בין הנכנסים איז אריין די הנהלת מוסד 'קומי אורי' ווי זיי האבן איבערגעגעבן א באריכט פארן רבי'ן מהנעשה והנשמה אינעם מוסד און די רבי האט אנגעווינטשען ברכת קדשו
אום 9 אזייגער האט די רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג קיין קרית יואל ווי די רבי איז אנגעקומען אינעם נייע 'מלכות דזשודעיקא' געשעפט אויף די פארעסט גאס די רבי האט זיך אומגעקוקט און אלע אפטיילונגען פונעם געשעפט און געווארן צוגעוויזן דורכן בעה"ב הרה"ח ר' מאיר ראטה הי"ו ובנו ר' חיים הי"ו
דערנאך האט די רבי געקלאפט א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג און אפגעראכטן א מסיבת לחיים עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס די רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעווינטשען ברכת קדשו
דערנאך איז די רבי אריבער בשכונת בלומינגראוו בגלילות ק"י צום שטוב פון העסקן ר' יואל שטערן הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבה לטובת מוסדותינו הק' יטב לב און בני ברק
צומערשט האט די רבי געדאווענט מעריב בעל תפילה איז געווען הנגיד ר' הערשל ווייס הי"ו פון מאנסי
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבה עס האט אויפגעטרעטן העסקן ר' יואל שטערן הי"ו דערנאך האט די רבי געטרינקען לחיים פארטיילט שריים פאר די נדיבים בעם און משמיע געווען קורצע דברות קודש און אויסגעפירט מיט ברכת לרוב פאר אלע משתתפים
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנשי שלומינו תושבי בלומינגראוו לקראת די ימי הרחמים והרצון
ארום 1:30 האט זיך די רבי צירוקגעקערט לביתו נאוה קודש און וויליאמסבורג.
~
- דער פאטעטע מייסטער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1005
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:32 pm
- x 1467
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
א סקווירא שטיבל אין מאנסיאיטשע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 6:24 pmוועלכע ביהמ"ד איז דאס?דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:28 am הכנסת ספר תורה און קביעת מזוזה פאר די היכל התורה אין ביהמ"ד סקווירא פרענסיס אין מאנסי.
אונזערע באבע'ס פלעגן אלץ זאגן אז קארטאפל איז א גוט מאכל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
האדמו"ר מוויזניץ-מאנטרעאל ביים ציון פונעם פעטער להבחל"ח האדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סערה בבית שמש
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
סאטמאר מהר"יי
פרייטאג און שב"ק
פרייטאג פרשת כי תבוא
די רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית און היכל בית מדרש הגדול און פארגעזאגט ברכות
בעל תפילה איז געווען מו"ה משה הלל קאהן הי"ו
נאך לדוד השם האט די רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג בחודש אלול
נאכן דאווענען איז די רבי אנגעקומען צום נייעם מפואר דזשודעיקא געשעפט אויף די וואלאבאט גאס און וויליאמסבורג
די רבי האט זיך אומגעקוקט און אלע אפטיילונגען פונעם געשעפט און געווארן צוגעוויזן דורכן בעה"ב הרה"ח ר' יעקב ראטה הי"ו דערנאך האט די רבי געקלאפט א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג דערנאך איז פארגעקומען מסיבת לחיים די רבי האט געמאכט לחיים פארטיילט שריים און אנגעווינטשען ברכת קדשו.
שב"ק פרשת כי תבוא
פרייטאג צונאכטס ארום 8 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בבית מדרשינו הגדול מעותף בטליתו און צוגעגאנגען צום עמוד
קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' זלמן לייב קאהן הי"ו
די ציבור איז אדורך זאגן 'א גוט שבת'
דערנאך איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש און געפראוועט די סעודה בקרב בני המשפחה
יום שבת קודש
שבת אינדערפרי ארום 9:40 איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און פארגעזאגט ברכות
פוסקי דזמרה: מו"ה יואל היימאן הי"ו
שחרית: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן מיט
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו
כהן: הרה"ח ר' מאיר ראטה הי"ו
לוי: הרה"ח ר' משה ראובן איצקאוויטש הי"ו
שלישי: הגה"צ אבד"ק קרית יואל-ירושלים שליט"א
רביעי: החתן בן הרה"ח ר' יוסף אשר לעפקאוויטש הי"ו
חמישי: הרה"ח ר' אנטשיל זילבער הי"ו
די רבי האט עולה געווען שלישי
שביעי: הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א מנהל
הוספות: הרה"ח ר' בנציון מוטצען הי"ו הרה"ח ר' יושע הענדלער הי"ו הרה"ח ר' יוסף אשר לעפקאוויטש הי"ו הרה"ח ר' שאול שמואל סטרולאוויטש הי"ו הבחור הבר מצוה בן הרה"ח ר' מרדכי יודא לעפקאוויטש הי"ו
אחרון: הרה"ח ר' משה לעפקאוויטש הי"ו
מפטיר: הרה"ח ר' בנימין הירש הי"ו
הגבה: הרה"ח ר' יואל אברהם סטרולאוויטש הי"ו
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי יודא לעפקאוויטש הי"ו
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרב ירחמיאל מייזליש שליט"א נכד רבינו בעל ברך משה זצ"ל
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל לעפקאוויטש הי"ו פון לעיקוואד
נאך א קורצע הפסקה איז די רבי אריינגעקומען צום קידוש און היכל ישראל דוב די רבי האט געמאכט קידוש
הגבהת הכוס: החתן בן הרה"ח ר' יוסף אשר לעפקאוויטש הי"ו
די רבי האט טועם געווען פון די די מזונות פארטיילט שריים און אנגעווינטשען ברכת קדשו פאר די בעלי שמחה
דערנאך איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש און געפראוועט די סעודה בקרב בני המשפחה
אום 8 אזייגער איז די רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה ושל"ס
בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יחזקאל שרגא רייזמאן הי"ו
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה"ח ר' עוזר הערמאן הי"ו
לוי: הרה"ח ר' ישעי קרויס הי"ו
שלישי: הרה"ח ר' משה יעקב אייזיקאוויטש הי"ו
די רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה"ח ר' שמואל חיים פריעד הי"ו
די רבי האט זיך געוואשן צו של"ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה"ח ר' שאול פערלשטיין הי"ו ראה"ק
שיר המעלות: הרה"ח ישראל שמעי ראזנער הי"ו
די רבי האט געזאגט תורה און דברי התעוררות לקראת די ימי הרחמים והרצון
ידיד נפש: הרה"ג ר' נחמן שטויבער שליט"א מנהל בישיבה
די רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אברהם מאיר רייך הי"ו
נאך מעריב איז די ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך
דערנאך האט די רבי געמאכט הבדלה
עס האט געהאלטן די הבדלה הילד בן הגה"צ ר' ליפא שליט"א
דערנאך איז די רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע וואך!
~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
שיינע זאך פון האדמו"ר מהר"יי, ער גייט צעווישען די טראפן, דאנערשטאג האט ער געקלאפט א מזוזה אין מלכות דזשודעיקא...בצל התומר האט געשריבן: ↑זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 1:50 amבצל התומר

~~
Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש
כ'האב דיר גארנישט געטוהן - קוק מיר נישט אן שטרענג!