שעפעריש האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 13, 2025 9:57 am
יאמי האט געשריבן: ↑מיטוואך אוגוסט 13, 2025 2:05 am
"בעוד מועד" אדער 9:20 ווען מהאט שוין גיהאלטן אינמיטן קורט?
ווען חיים צבי האט שוין גארנישט גיקענט טוהן דערפאר
ווי כאילו איינער האט געדארפט ווארענען חיים צבי און ער האט נישט אליינס פארשטאנען וואס דא גייט פאר....
נאך שיין פון הרב בלום אז ער גיבט זיך בכלל אפּ מיט אים
ווען איך בין אין הרב בלום'ס פאזיציע וואלט איך געלאזט דעי חברה הענגן מיט זייערע קלאגעס, אויך מיר א דעיל, דאס אז מ'העלפט די יוצאים ארויס גיין איז עפעס וואס ס'קומט אים קרעדיט??? ווער דען זאל יעצט שוויצן צו פארמאכן דעם פלאץ אויב נישט די וואס האבן אנגעווערטשאפט דעי סאמעטוכע?
איך שטיי און שטוין ווי מ'איז ביזי צו הרב בלום העלפט יא ארויס מיט די קלאגעס צו נישט....
ר' איד, די עסקנים קומען אייך גארנישט, האסט אנגעווערטשאפט זיי מוחל נעם קעיר,
און אויב ביסטו מזל'דיג אז דו האסט צוטון מיט אזא יוד ווי הרב בלום וואָס גייט ארויס פון זיין וועג און העלפט ארויס מיט די קלאגעס, זיץ שטיל און פריידיך וואס ער טוט ווייל קומען קומט ער אייך גארנישט
חיים צבי איז נישט אינוואלף אין דעיע פרטים פון קורט מיט די לויערס און ווער סנעמט קוסטעדי, בלום ווייסט עס און יעדער וואס איז אינוואלף אין די גואטעמאלא פרשה ווייסט עס.
די איינציגסטע וואס איז אינוואלף אין אלע פרטים פון די לויערס איז משה יהודה לייב און 50-60% יואל גאלדמאן און חיים צבי אפשר 5-10%
דעיס אז בלום האט אויסגעפונען פון דעם נאר צופרי מיינט נישט אז חיים צבי אדער יואל גאלדמאן האבן געוויסט פון דעם פארדעם און זיכער אויב בלום קאללט אן חיים צבי די לעצטע מיניט ווערט נישט מעגליך פאר עהם צו טוהן עפעס דערפאר.
לגבי צו בלום דארף לאזן די חברה הענגן מיט זייערע קלאגעס אדער נישט, לאמיר דיר זאגן אזוי:
הר' בלום איז א גרויסע חשובע עסקן, ער האט ב"ה ארויס גיהאלפן צענדליגע יידישע קינדער פון גיפענגעניש.
יעצט סיי הר' בלום און הר' גרינהוט, סיי שמעון פאזען און זילבערשטיין האבן געטוהן א זאך לפנים משורת הדין און זיך אונטער גענימען פאר חיים צבי'ס ברודערס אז (1) אויב חיים צבי גייט מיט ארבטען צו באפרייען די בחורים פון שעלטער (2) צו באפרייען די 8 מיידלעך פון זייערע באהעלטניש, גייען זיי זיך אריין לייגן בגוף ובממון עהם ארויס צו העלפן פון אלע זיינע ליגאל פראבלעמען. דאס איז טאקע א זאך וואס אפשר קומט זיך עהם נישט.
אבער דא איז גיווען די טויש, נאך דעם וואס חיים צבי (מיטן טעגליכן הילף פון יואל גאלדמאן) האט באוויזן צו צושטעלן דעיע 2 זאכן האט בלום גיבעטן צו צולייגן א 3טע זאך זאגענדיג אז היות די גאנצע סיבה וואס האט עהם גיברענגט ביים אנהייב זיך אריין לייגן אין די פרשה איז גיווען ווייל זיין משפחה וואס געפינט זיך דארטן, און דערווייל האט ער נאך גארנישט מצליח גיווען ממילא וויל ער ווארטן ביז חיים צבי וועט באווייזן צו טוישן די החלטה פון די גאנצע קהילה אז משפחות וועלן אנהייבן ארויס פארן קיין אמעריקע. איינמאל דאס ווערט מסודר וועט ער אנהייבן זיך אריין לייגן צו ארויס העלפן חיים.צ. פון זיינע קלאגעס.
איינמאל אז בלום האט גיבעטן ח. צ. א פערסנאל טובה עהם ארויס צו העלפן מיט זיין משפחה ביסטו נישט גירעכט מיטן זאגן "עס קומט אייך גארנישט" (און קום מיר נישט זאגן אז ח.צ. איז שילדיג מיטן האלטן זיין משפחה אין לב טהור ווייל בלום'ס שוועסטער איז געקומען קיין לב טהור נאך פאר חיים צ איז גיבוירן און זי מיט איר מאן זענען גיווען פון די טאפ הנהלה במדך אלע יארן)