"בעוד מועד" אדער 9:20 ווען מהאט שוין גיהאלטן אינמיטן קורט?סענס אף יומער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 12, 2025 2:20 pm א מעסעדזש בנוגע די היינטיגע געריכט, איבערגעגעבן דורך העסקן ר' יואל יהושע העשיל בלום שליט''א:
היינט איז פארגעקומען די קאורט פון משה'לע ראזנער, א זון פון מאיר יששכר און איידעם ביי משה יוסף, וואס זיין אייגענע ווייב איז שוין אינדרויסן פונעם שעלטער, און ווארט זיך צו פאראייניגן מיט איר מאן אין ניו יארק.
אויפן באפעל פון פסח אברהם יואל גאלדמאן און משה יודא לייב אלטער, האט די לב טהור לויער געברענגט צום געריכט דעם זעלבן אלטן קרימינאל וועמען מ'האט שוין גענוצט עטליכע מאל ארויסצונעמען קינדער פונעם שעלטער דורכן אים איבערגעבן קאסטעדי, כדי דאס קינד זאל קענען בלייבן אין גואטעמאלא און נישט דארפן ארויספארן קיין אמעריקע צו די ערב רב, און אויף זייער פארלאנג האט די געריכט באפרייט משה'לע ראזנער פונעם שעלטער, צו אריבערגיין און זיך אויפהאלטן ביי דעם גוי.
היינט אינדערפרי, ווען ס'איז אנגעקומען די ידיעה צו אונז עסקנים אז דער גוי איז אראפגערופן געווארן צום געריכט צו נעמען קאסטעדי, האב איך זיך תיכף פארבינדן מיט חיים צבי מלכא, פסח אברהם יואל גאלדמאן, און משה יודא לייב אלטער, און איך האב זיי געבעטן און אויפגעפאדערט אפצושטעלן די דאזיגע פלענער בעוד מועד נאך פאר די געריכט הייבט זיך אן, ספעציעל ווען עס האבן זיך געפינען אנדערע משפחה מטגלידער פון ניו יארק וועלכע האבן געקענט נעמען קאסטעדי און ארויספארן קיין ניו יארק, און כ'האב זיי קלארגעשטעלט אז דאס וועט זיין א קלארע פארלעצונג פון אונזער צוזאמענארבעט ארויסצוברענגען אלע קינדער קיין ניו יארק, אבער ליידער זענען אלע בקשות געפאלן אויף טויבע אויערן, און זיי האבן זיך פאר'עקשנ'ט פאראויסצוגיין מיט די פלענער, און ס'האט פאסירט וואס ס'האט פאסירט,
בעז''ה וועלן מיר ווייטער קעמפן ווי ביז אהער און נישט אראפלייגן דאס געווער, ביז די סאמע לעצטע פארבליבענע קינדער וועלן גענצליך באפרייט ווערן און זיך פאראייניגן מיט זייער פאמיליע אינדרויסן פון גואטעמאלא.
יואל יהושע העשיל בלום
ווען חיים צבי האט שוין גארנישט גיקענט טוהן דערפאר