בלאט 4 פון 9

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:49 pm
דורך באסטאן
ווייל אסאך מאל פיל איך ווי איך גיי באסטאן...

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:53 pm
דורך וואוילער
כ'מיין אז מ'דארף אויך צולייגן די הסבר פון די אוועטער

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:01 am
דורך דער תהלים איד
שווער צו געדענקען פשט. דאס גייט צוריק אזא גוטע 10 יאר לכה"פ.

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:46 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:01 am שווער צו געדענקען פשט. דאס גייט צוריק אזא גוטע 10 יאר לכה"פ.
מען טעסט שוין די סייט אזוי לאנג?

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 5:10 pm
דורך דער תהלים איד
נישט ממש. מ'האט געטעסט זיך אומצוגיין 'אן' א עקסטערע רואיגע סייט, און...

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:16 pm
דורך שמויגערל
ווייל פון זיין א שמויגערל גיי איך מיך נישט טוישן, און איך עקסעפט מיך אליין!
דעטס אלל!

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 12:21 am
דורך שמח
קוקט אין מיין אונטערשריפט.

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 3:37 pm
דורך על כן
וועגן דעם
נישט וועגן יענס

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 12:40 am
דורך ווירקליך
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 10:01 am שווער צו געדענקען פשט. דאס גייט צוריק אזא גוטע 10 יאר לכה"פ.
הרי אני כבן שבעים שנה... וויפיל יאר האט ביידן געדינט אין סענאט? פיר הונדערט?

עניוועי, לאזט זיך שפעקולירן אז אין יענע צייט האסטו געהאט געהערט א שיעור וואס האט דיר שטארק אריינגעלייגט אינעם ווארימען געפיל פון זאגן תהלים, כ’מיין ס’געווען א שיעור פון ר’ שלמה רובין, וואו ער האט שטארק גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן תהלים, דאכט זיך אז ער האט נישט אזוי ווייט גערעדט פון מעשיות פון ישועות ווי דאס אז דער תהלים איד האט א נאנטן קשר מיט זיין טאטן אין הימל וואס הערט אים אלעמאל אויס. און דאס האט דיר געכאפט.

אין יענע צייט האסטו געהאט א היבש אנגעשטרענגטע תקופה אין ביזנעס, דיין פריערדיגע ביזנעס האציך פארמאכט און ביסט געבליבן אין שווערע חובות, און דיין נייע 9 טו 5 דזשאב האט נישט געקלעקט צופיל מער ווי צו דעקן דעם חודש - אויב דאס יא, און דאס האט דיר געברענגט פיזור הנפש.

למעשה, א טאג נאך יענעם שיעור, נאך שחרית, האסטיך געשטעלט זאגן תהלים ביים בעל תפלה עמוד אין איינע פון די שטיבלעך וואו האלב לעקטערס זענען שוין געווען פארלאשן, און אזוי מיט א השתפכות הנפש און מלא געגועין האסטו אויסגעזאגט גאנץ תהלים, ווען שנירעלעך טרערן לאזן איבער אפדרוקן אויפ’ן תהלים’ל.

דער געפיל נאכדעם האט דיר ארויפגעטראגן אין העכערע ספערן, און ביסט געווארן זינט דאן מקושר מיט’ן תהלים’ל, און יעדן טאג אויסגעזאגט תהלים, ווען עס איז צוביסלעך געווארן באקאנט ביי דיינע ארומיגע אז דער אינגערמאן איז לעצטנס געווארן א תהלים איד, און ס’האציך ווי צוגעטשעפעט דער צונאמען צו דיר.

א וואך שפעטער ביסטו געזעסן ביי א פארברענג מיט חברים, וואו דיינע חברים האבן דיר איבערראשט מיט א מתנה א הערליכע לעדערנע תהלים!

אויפ’ן וועג ארויס פון יענעם פארברענג האט דיר איינער דערציילט איבער א אידישע פארום, און קומענדיגע טאג ווען האסטיך איינגעשריבן אהין האסטו נאטירליך אויסגעוועלט דעם נאמען.

כטראכט אז דאס וואלט געקענט זיין דער פשט... אזא מעשה וואלט געקענט געשען... ניין? כמיין סקען זיכער שטימען..

קוק אהער, איך טריי דיר צו העלפן זיך דערמאנען... אויב בין איך ממש ראונג קענסטו איבערלאזן א מעסעדזש אינעם דראפבאקס אינדרויסן פון מיין טיר.

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 9:19 am
דורך דער תהלים איד
ווירקליך היקר, מנהל הדגול, וואס זאלעך אייך זאגן? ווען דו קומסט וועגן צו מיר יעצט נעמען לייסענס פאר 'מיינד ריעדינג', וואלטסטו גלייך ערהאלטן פון מיר א לייסענס! פאר 'מיינד מעיקינג'. :)

ווען איך הב געעפנט מיין תהלים איד ניק האב איך געהאלטן לפחות 5 יאר נאך די חתונה, נישט געהערט רבי שלמה'ס שיעורים, ליידער ניש געווען אין די העכערע ספערן, נישט געהאט קיין 9 טו 5 דזשאב, ענד סוי אן....

טריי נאכאמאל :lol:

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 28, 2023 9:31 am
דורך מאדערן ארט
כ'האב עס שוין געשריבן אין: Re: שלום עליכם! לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך… נאכן ווען אנגעפרעגט פון איינעם, אבער דא קומט דאס ארגענעל.

'מאדערן ארט' שפיגלט אפ 'געפיל'...

נישט אייביג דארף דאס זיין און פארום פון באשפריצן א מייסטער ארטיסטיש געמויזשאכטץ וואס פארקערפערט אין זיך שטריכן פון געפיל.

עס קען אויך אריינרעכענען, יא... 'שרייבן'...

שרייבן און פענטן זענען טאקע פון צווי אנדערע סארטן, אבער אין געפיל, זענען זיי איינס!!!

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:16 pm
דורך פייל און בויגן
לעב מיט ל"ג בעומר א גאנץ יאר.

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:25 pm
דורך דאפלטער
מיינע חברים טענה'ן אז איך בין א צוויי פנימ'דיגער...

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:56 pm
דורך טיפע טאשן
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:25 pm מיינע חברים טענה'ן אז איך בין א צוויי פנימ'דיגער...
גא”מ... :lol: :lol: :lol:
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:03 am
הער אויס, איך בין נישט קיין חסיד מהרא נאר א בני יואלער,
דאפלטער האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 10:38 pm ווער עס איז נישט געווען אין גרויסן בית המדרש אין קרית יואל היינט ביי פרקי אבות האט פארפאסט א שיעור,
איך געדענק נישט נאך א פרקי אבות שיעור וואס כ'האב אזוי הנאה געהאט

(אבער וועלכע פרק ס'איז געווען די וואך איז נישטקלאר געווארן דארט...)

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 10:29 pm
דורך וואוילער
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:56 pm

האסט טיפע טאשן פאר אזעלכע גוטע זכרונות

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 10:47 pm
דורך שמח
וואוילער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 10:29 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:56 pm
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:25 pm מיינע חברים טענה'ן אז איך בין א צוויי פנימ'דיגער...
גא”מ... :lol: :lol: :lol:
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:03 am
הער אויס, איך בין נישט קיין חסיד מהרא נאר א בני יואלער,
דאפלטער האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 10:38 pm ווער עס איז נישט געווען אין גרויסן בית המדרש אין קרית יואל היינט ביי פרקי אבות האט פארפאסט א שיעור,
איך געדענק נישט נאך א פרקי אבות שיעור וואס כ'האב אזוי הנאה געהאט

(אבער וועלכע פרק ס'איז געווען די וואך איז נישטקלאר געווארן דארט...)
האסט טיפע טאשן פאר אזעלכע גוטע זכרונות
ביסט אזא 'וואוילער' אויף יעדעם טרעפסטו א גוט ווארט...

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:48 am
דורך קשאנובער
גיי ווייס וועכע דזשאך איז אריין אין קאפ ביים מאכן מיין ניק... אבער הייליג איז מיין ניק! ווייל איך וויל זיין הייליג!

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 10:27 am
דורך דאפלטער
טיפע טאשן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 8:56 pm
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 7:25 pm מיינע חברים טענה'ן אז איך בין א צוויי פנימ'דיגער...
גא”מ... :lol: :lol: :lol:
דאפלטער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:03 am
הער אויס, איך בין נישט קיין חסיד מהרא נאר א בני יואלער,
דאפלטער האט געשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 09, 2023 10:38 pm ווער עס איז נישט געווען אין גרויסן בית המדרש אין קרית יואל היינט ביי פרקי אבות האט פארפאסט א שיעור,
איך געדענק נישט נאך א פרקי אבות שיעור וואס כ'האב אזוי הנאה געהאט

(אבער וועלכע פרק ס'איז געווען די וואך איז נישטקלאר געווארן דארט...)
דאס איז גראדע ביידע אמת
וואס איז די סתירה?

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:48 am
דורך פשוטער איד
ווייל דאס בין איך

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:43 pm
דורך שמח
פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:48 am ווייל דאס בין איך
נע, דו שאצט זיך אונטער!

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 1:17 pm
דורך פשוטער איד
שמח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:43 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:48 am ווייל דאס בין איך
נע, דו שאצט זיך אונטער!

שיין פו דיר צו זאגן

אבער קענסט מיך נישט

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:21 pm
דורך וואוילער
שמח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:43 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:48 am ווייל דאס בין איך
נע, דו שאצט זיך אונטער!
א פשוט'עט איד איז גארנישט אזוי פשוט

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 3:07 pm
דורך שמח
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 2:21 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 12:43 pm
פשוטער איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2023 11:48 am ווייל דאס בין איך
נע, דו שאצט זיך אונטער!
א פשוט'עט איד איז גארנישט אזוי פשוט
ריכטיג ארויסגעברענגט וואס איך האב געשריבן.

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 3:50 pm
דורך טיפע טאשן
מער א בקשה ווי מציאות

Re: וואס איז פשט פון דיין ניק-נאמען?

געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 7:22 pm
דורך שוש אשיש
א זכר לחורבן, א גלגול פון אן עולם חולף.